@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די ווייסע הויז מעלדט אז פרעזידענט ביידען וועט היינט אפהאלטן א ווידעא געשפרעך מיט די פירער פון אייראפעישע לענדער איבער די סיטואציע אין אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די FDA וועט פארבאטן צו נוצן 2 מאנאקלאנעל אנטי-באדי טריעטמענטס (פון Regeneron און Eli Lilly), צוליב וואס זיי זאגן אז עס איז נישט אפעקטיוו קעגן די אמיקראן וואריאנט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:פרישער ווירדזשיניע גאווערנער יאנגקין, האט אונטערגעשריבן א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס אין זיין ערשטן טאג אין אפיס, צווישן אנדערע האט ער אראפגענומען די מאסק מאנדאט פון די שולעס, אראפגענומען די וואקסין מאנדאט פון שטאטישע איינגעשטעלטע, און פארבאטן צו לערנען קריטיקל ראסע טעאריע אין פובליק שולעס.
7 סקול באורדס אין ווירדזשיניע האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דעם ארטיגן גאווערנער יאנגקין, זאגענדיג אז די עקזעקיוטיוו ארדער וועלכע האט אנולירט די שולע מאסק מאנדאטן, און געגעבן פאר די עלטערן די מאכט צו מאכן די באשלוס, פארלעצט די סטעיטס קאנסטיטוציע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:באריכטן אז עס האבן זיך געהערט שווערע שיסערייען אין א מיליטערישע באזע אין בורקינא פאַסאָ'ס הויפשטאט, וואו סאלדאטן האבן אויך פארכאפט א האלבע באזע, וואס האט אויפגעברענגט זארגן אז די מיליטער פרובירט צו איבערווארפן די רעגירונג.
דער פארטיידיגונגס מיניסטער האט אפגעלייקנט אז מען האט פארכאפט דעם פרעמיער מיניסטער, וואס מען ווייסט נישט וואו ער געפינט זיך, און אז די מיליטער האט דורכגעפירט אן אויפשטאנד אין לאנד.
די מיליטערישע פירער אין בורקינא פאַסאָ האבן באשטעטיגט אויף די נאציאנאלע טעלעוויזיע אז זיי האבן אדורכגעפירט א פוטש, און ארעסטירט דעם אמטירנדער פרעזידענט, אויפגעלעזט דעם פארליאמענט, סוספענדירט די קאנסטיטוציע, און פארשפארט די גרעניצן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
27 קאנגרעס מיטגלידער, 25 דעמאקראטן און 2 רעפובליקאנער, האבן אונטערגעשריבן א בריוו צו ספיקער פעלאסי און צו מינאריטעט פירער מעקארטי, צו פאראויס שטופן א פרישע געזעץ וואס וועט פארבאטן קאנגרעס מיטגלידער צו האבן אין באזיס סטאקס, אדער צו האנדלען אויפ'ן סטאק מארקעט, ווייל די געזעץ געבער האבן נאטורליך א קאנפליקט פון אינטערעסן, צוליב וואס זייערע באשלוסן טוען פאטענציאל אפעקטירן די מארקעט.
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
קענסט אפשר צולייגן די ליסטע פון די אינטערשריפטן?
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15468
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
נישטא מער ווי 27 ’רעספעקטפולי’ ערוועלטע אין דעם נארן הויז...... פיגער עס אליינס אויס....
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ר' זעקל האט געשריבן:קענסט אפשר צולייגן די ליסטע פון די אינטערשריפטן?
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
שכח.
מעט געטס מיט טלעיב אויף איין רייע.
מעט געטס מיט טלעיב אויף איין רייע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:די ניו יארק טיימס באריכטעט אז פרעזידענט ביידען באטראכט די מעגליכקייט פון שיקן עטליכע טויזענט אמעריקאנער טרופן, און מיליטערישע שיפן און פליגער פאר די נאטא אליאירטע צווישן די מזרח אייראפעאישע און באלטישע לענדער ווי עסטאניע, ליטע און לאטוויע.
דאס איז וועט זיין א שטארקער טויש פון זיין ביז איצטיגע צוגאנג פון האלטן אמעריקע אינדרויסן פון די קאנפליקט.
דער פענטאגאן ווארטזאגער, דזשאן קירבי, זאגט אז זיי האבן געשטעלט 8,500 ערד טרופן אויף הויעכע אלערט און זענען גרייט צו גיין קיין אייראפע.
אויך האט קירבי געזאגט אז אמעריקע איז גרייט צו שיקן לאגיסטישע, און מעדיצינישע גרופעס, און שפיאנאזש און סורוועילענס עקספערטן אין פאל די סיטואציע אין אוקריינע פארערגערט זיך.
קירבי האט קלארגעשטעלט אז רוסלאנד וויל נישט ערגער מאכן די סיטואציע יעצט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די דאו איז געפאלן מיט איבער 1000 פונקטן, דאס איז אראפ 3%, און נעסדעק איז אראפ מיט 4.5%, צוליב די אנגייענדע אינפלאציע אויפשטייג, און צוליב גלאבאלע זארגן איבער א מעגליכע רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:איין ניו יארקער פאליציאנט איז אומגעקומען, און א צווייטער איז פארוואונדעט געווארן, ווען זיי זענען אטאקירט געווארן אין אן אפארטמענט אין הארלעם, אין די צייט וואס זיי האבן געענטפערט א רוף איבער א דאמעסטישע אינצידענט.
א דריטער פאליציאנט האט געשאסן און פארוואונדעט דעם מערדער.
דער פארברעכער וועלכע האט פאטאל דערשאסן א ניו יארקער פאליציאנט, און קריטיש פארוואונדעט א צווייטער אפיציר, איז געשטארבן אין שפיטאל פון זיינע וואונדן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מעיאר עריק עדעמס האט ארויסגעלייגט א 'בלופרינט' וויאזוי אפצושלאגן און אפשטעלן גאן פארברעכן אין די סיטי. צווישן אנדערע האט ער גערופן צו די גאווערנער צו טוישן די קאנטערווערסיאלע בעיל רעפארם לעגיסלאציעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער ספיקער פון די ניו יארקע אסעמבלי, שעלדאן סילווער, איז געשטארבן אין טורמע אין עלטער פון 77 יאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אן אמעריקאנער נעיווי F-35 פליגער האט געהאט אן עקסידענט בשעת'ן לאנדן אויף די 'קארל ווינסאן' עיר קרעפט קעריער, אין די דרום כינע וואסערן.
דער פילאט האט זיך ארויסגעראטעוועט פונעם פליגער, און 7 מאטראזן זענען פארוואונדעט געווארן, אלע אין א סטאבילע צושטאנד.
דער פילאט האט זיך ארויסגעראטעוועט פונעם פליגער, און 7 מאטראזן זענען פארוואונדעט געווארן, אלע אין א סטאבילע צושטאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
לויט באריכטן האט אן אוקריינישער באאמטער געזאגט אז זיי זענען שטארק נישט צופרידן איבער דאס וואס אמעריקע האט געמאלדן אז זיי וועלן עוואקואירן די פאמיליעס פון די אמעריקאנער אמבאסאדע, זאגענדיג "זיי זענען מער פארזיכערט אין קיעוו ווי אין לאס אנדזשעלעס"...
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א ניו יארק סטעיט סופרים קאורט ריכטער האט געאורטיילט אז גאווערנער האוקול'ס מאסק מאנדאט איז נישט קאנסטיטוציאנאל.
אין בילד: סטעיטמענט פון קאנגרעסמאן לי זעלדין וועלכע לויפט פאר גאווערנער פון ניו יארק.
אין בילד: סטעיטמענט פון קאנגרעסמאן לי זעלדין וועלכע לויפט פאר גאווערנער פון ניו יארק.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א בעלארוסישע אפאזיציע העקער גרופע, 'סייבער פארטיזאנער', זאגט אז זיי האבן מצליח געווען צו אריינהעקן אין די לאנד'ס באן קאמפיוטער סיסטעם צו שטערן די באנען פון אפערירן געהעריג נאך וואס די באנען זענען גענוצט געווארן צו טראנספארטירן רוסישע טרופן קיין בעלארוס אין בעפארברייטונג צו א מעגליכע רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע.
עס איז נישט קלאר אויב זיי האבן טאקע מצליח געווען, אבער דערווייל קען מען נישט קויפן קיין אנליין טיקעטס פאר די באנען צוליב 'טעכנישע פראבלעמען'.
עס איז נישט קלאר אויב זיי האבן טאקע מצליח געווען, אבער דערווייל קען מען נישט קויפן קיין אנליין טיקעטס פאר די באנען צוליב 'טעכנישע פראבלעמען'.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען איז נעכטן געהערט געווארן זאגן א מיאוסער אויסדרוק אויף די פאקס רעפארטער, פיטער דוסי.
ווי דוסי זאגט האט אים דער פרעזידענט שפעטער אנגערופן זאגענדיג, 'עס איז גארנישט פערזענליך', זיי האבן גערעדט איבער זיך פאראויס רוקן, און דוסי האט געזאגט פאר ביידען אז ער וועט אייביג פרעגן עפעס אנדערש ווי די איבריגע רעפארטער, צו וועלכע ביידען האט גענטפערט, אז אזוי זאל ער טאקע ווייטער טון.
ווי דוסי זאגט האט אים דער פרעזידענט שפעטער אנגערופן זאגענדיג, 'עס איז גארנישט פערזענליך', זיי האבן גערעדט איבער זיך פאראויס רוקן, און דוסי האט געזאגט פאר ביידען אז ער וועט אייביג פרעגן עפעס אנדערש ווי די איבריגע רעפארטער, צו וועלכע ביידען האט גענטפערט, אז אזוי זאל ער טאקע ווייטער טון.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א נאכט קלאב אין אינדאנעזיע האט אפגעברענט, און 19 מענטשן זענען אומגעקומען, נאך וואס א ווילדע געפעכט האט אויסגעבראכן צוויישן 2 גרופעס וועלכע האבן זיך אטאקירט איינע די צווייטע מיט מאטשעטן און געווארן מאלאטאוו פלעשער.
די פאליציי זאגט אז נאר איינער פון די 19 איז אומגעקומען אין די געפעכט, אבער די איבריגע 18 קערפער זענען געפונען געווארן נאך וואס די פייער איז פארלאשן געווארן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
3 פייערלעשער זענען אומגעקומען, און איינער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן אין מערילענד, ווען זיי זענען געווען פארכאפט אין א ברענעדיגע געביידע בשעת עס איז טיילווייז איינגעפאלן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
צום ערשטן מאל אין היסטאריע, וועט מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הערצאג, באזוכן די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן קומענדיגע וואך זונטאג פאר א 2 טאג'יגע באזוך.
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 752
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:א ניו יארק סטעיט סופרים קאורט ריכטער האט געאורטיילט אז גאווערנער האוקול'ס מאסק מאנדאט איז נישט קאנסטיטוציאנאל.
דאס מיינט אז מען קען יעצט לעגאל אריינגיין אין געשעפטן אָן אַ מאסק?
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל, מעלדט OSHA אז זיי וועלן מארגן אפציעל אפשאפן די וואקסין מאנדאט אויף גרעסערע ביזנעסער.