@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א דזשורי האט דערקלערט אילאן מאסק נישט שולדיג אויף שאדן וואס אינוועסטירער אין טעסלא האבן געהאט אין רעזולטאט פון זיינס א טוויט פון 2018 אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון נעמען טעסלא פריוואט.
אויב וואלט ער געפונען געווארן שולדיג וואלט די טוויט איהם געקענט קאסטן נאנט צו $12 ביליאן.
אויב וואלט ער געפונען געווארן שולדיג וואלט די טוויט איהם געקענט קאסטן נאנט צו $12 ביליאן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אמעריקאנער פארטיידיגונגס באאמטע זאגן אז זיי האבן באוויזן צו בלאקירן די כינעזע שפיאנאזש באלון פון זאמלען אינפארמאציע נאך בעפאר מען האט עס אראפגעשאסן, אין די צייט וואס די מיליטער האט געזאמעלט אינפארמאציע איבער די טעכנעלאגיע פון די באלון און עקוויפמענט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א באריכט פון פאקס גיבט אן אז א פארדעכטיגטע כינעזע שפיאנאזש באלון האט געקראכט אין די פאסיפיק, נאנט צו די בארטענס פון האוואי מיט 4 מאנאטן צוריק.
לויט די באריכט איז אמווייניגסטנס 1 כינעזע באלון געווען העכער טיילן פון פלארידע און טעקסאס דורכאויס די טראמפ אדמיניסטראציע.
לויט די באריכט איז אמווייניגסטנס 1 כינעזע באלון געווען העכער טיילן פון פלארידע און טעקסאס דורכאויס די טראמפ אדמיניסטראציע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פאליציי אין אייאווע האבן ארעסטירט א 19 יעריגע מיידל נאך וואס זי האט ארויסגעשווינדלט נאנט צו $40,000 פון מענטשן אויף טיקטאק, אנגעבנדיג אז זי מוטשעט זיך מיט קענסער און האט אויפגעשטעלט א גאו-פאנד-מי קאמפיין פאר די קאסטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אין אן אינטערוויו זאגט אז ער באטראכט די מעגליכקייט צו שיקן די איירין דאום מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם קיין אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
באנקראטירטע FTX האט געשיקט מעלדונגען פאר פאליטיקאנטן און קאסעס וועלכע האבן ערהאלטן געלטער פון זיי אדער פון זייער געוועזענער פירער סעם בענקמען-פריעד, אז זיי דארפן צוריק די געלט ביז איין מאנאט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
טערקיי איז באטראפן געווארן פון א מאסיווע ערדציטערניש פון 7.8 אויפן ריכטער וואג, וועלכע האט פאראורזאכט שווערע שאדן צו מערערע געביידעס, און ארטיגע אויטאריטעטן גרייטן זיך אויף מאסן פאטאליטעטן.
די ערדציטערניש האט זיך געשפירט אין סיריע, לבנון, ירדן, ארץ ישראל און עגיפטן.
די ערדציטערניש האט זיך געשפירט אין סיריע, לבנון, ירדן, ארץ ישראל און עגיפטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
לויט די ניו יארק טיימס זענען שוין באשטעטיגט געווארן איבער 180 טויטע און איבער 1000 פארוואונדעטע אין טערקיי און סיריע אין רעזולטאט פון די גאר שווערע ערדציטערניש.
טערקיי האט ארויסגעלייגט א ביטע צו די וועלט פאר הילף, און נאציאנאלע זיכערהייט אדווייזער דזשעק סאליוואן זאגט אז אמעריקע שטייט גרייט צו העלפן, און פרעזידענט ביידען האט פארארדענט די אמעריקאנער הילף אגענטורן צו דורכגיין די מעגליכע אפציעס וויאזוי צו העלפן טערקיי.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
א פרישע מאכטפולע 7.5 ערדציטערניש האט באטראפן טערקיי, ארום 9 שטונדן נאך די ערשטע.
טערקישער פרעזידענט ערדואן זאגט אז די טויט צאל שטייט ביי 912 מענטשן, און נאך איבער 5000 זענען פארוואונדעט געווארן.
אין סיריע וועלכע איז אויך שווער באטראפן געווארן שטייט די טויט צאל ביי ארום 700 און נאך מאסן פארוואונדעטע.
לענדער ארום די וועלט האבן געמאלדן אז זיי שיקן הילפס גרופעס ארויסצוהעלפן מיט די זוכערייען, צווישן זיי וועט די אייראפעאישע פאראיין שיקן רעטונגס פערסאנעל פון מערערע פון זייערע לענדער, גריכנלאנד, אינדיע, מדינת ישראל, רוסלאנד און אזוי אויך אוקריינע האבן געמאלדן אז זיי וועלן שיקן הילף.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
א CNN באריכט גיבט אן אז די אנגעבליכע 3 כינעזע שפיאנאזש באלונען וועלכע זענען געווען העכער אמעריקע דורכאויס די טראמפ אדמיניסטראציע, און טראמפ און זיינע באאמטע האבן אפגעלייקענט, זענען הערשט באקאנט געווארן שוין נאך זיין אדמיניסטראציע, ווען די פענטאגאן האט געגעבן א באריכט איבער דעם פאר די יעצטיגע ביידען אדמיניסטראציע.
דער אדמיניסטראציע באאמטער וועלכע האט דאס געזאגט פאר CNN האט נישט קלארגעשטעלט ווען און וויאזוי מען איז געוואר געווארן איבער די אינצידענטן, אבער זאגט אז די פענטאגאן האט געגעבן א באריכט פאר קאנגרעס איבער די פריערדיגע אינצידענטן, און זענען גרייט צו געבן א באריכט פאר וויכטיגע געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע איבער דעם.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אן ערדציטערניש פון 3.8 אויפן ריכטער וואג איז רעקארדירט געווארן אין באפעלאו, ניו יארק, די שטערקסטע אין 40 יאר.
ארטיגע אויטאריטעטן זאגן אז עס איז דערווייל נישט דא קיין באריכטן איבער שאדן.
ארטיגע אויטאריטעטן זאגן אז עס איז דערווייל נישט דא קיין באריכטן איבער שאדן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער זאגט אז דורכאויס א געפלאנטע בריעפינג פעברואר 15, וועלן סענעטארן אויך באקומען א קלאסיפיצירטע באריכט איבער די כינעזע שפיאנאזש באלונען און וואס די מיליטער טוט זיך צו אנגרייטן קעגן כינע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ברענדאן ראסעל, א נעא-נאצי פירער וועלכער איז נישט לאנג צוריק באפרייט געווארן פון טורמע, איז ארעסטירט געווארן אין מערילענד אינאיינעם מיט א פרוי וועלכע ער האט געטראפן אין טורמע, צוליב פלענער וואס זיי האבן געמאכט צו אטאקירן און צושטערן ענערגיע איינריכטונגען און עלעקטריק סוב-סטאנציעס אין באלטימאר, וועלכע וואלט לויט זייערע ווערטער "פולקאם צושטערט די גאנצע שטאט".
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט געמאלדן אז קומענדיגע פרייטאג וועט די סיטי אראפנעמען די וואקסין מאנדאט פון שטאטישע ארבייטער און באזוכער אין פובליק שולעס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אפדעיט: די טויט צאל אין טערקיי און סיריע פון די שרעקליכע ערדציטערניש שטייט ביי איבער 3,000 מיט נאך ווייניגסטנס 15,000 וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן.
נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל ווארטזאגער דזשאן קירבי זאגט אז אמעריקע וועט שיקן 2 גרופעס פון 79 סירטש-ענד-רעסקיו פערסאנאל צו ארויסהעלפן די ארטיגע געשעדיגטע.
טערקישער פרעזידענט ערדואן האט באשטימט 7 טעג פון נאציאנאלע טרויער אין ליכט פון די מאסן טראגעדיע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
גענעראל גלען ווענהערק, קאמאנדיר פון די "נארט אמעריקע עיראספעיס דעפענס קאמענד" זאגט אז אמעריקע האט פארפעלט אויפצוכאפן די פריערדיגע 3 כינעזע שפיאנאזש באלונען. ווענהערק האט זיך אויסגעדרוקט אז "עס איז דא אן 'אויפמערקזאמקייט שפאלט' וואס מיר דארפן נאך פארשטיין", אבער האט נישט געוואלט אריינגיין אין קיין ווייטערע דעטאלן.
ווענהערק זאגט אז די באלון איז געווען 200 פיס הויעך, און געטראגן א לאסט פון עטליכע טויזענט פונט. ער זאגט אז עס איז נישט געווען קיין ספעציעלע אורזאך צו טראכטן אז די באלון פירט אויפרייס מאטריאל, אבער מען האט עס געדארפט נעמען אין באטראכט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ניסים האט פאסירט אין מאנסי ווען הצלה האט ב"ה באוויזן צו ראטעווען א קינד וועלכע איז אריינגעפאלן אין די סוזען לעיק, נאך וואס די אייז אויף וועלכע ער האט שפאצירט האט זיך דורכגעבראכן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אן אומאויטאריזירטער פארשוין האט זיך באוויזן צו אריינבאקומען אין די מיליטערישע דזשוינט בעיס ענדרוס באזע, וואו עיר פארס 1 געפונט זיך, און איז איינע פון די מערסט סענסעטיווע באזעס.
אן ארטיגער מיליטערמאן האט באמערקט דעם פארשוין און ארויסגעשאסן עטליכע קוילן אין זיין ריכטונג, און זיכערהייט פערסאנאל האבן אים דערנאך ארעסטירט.
אן ארטיגער מיליטערמאן האט באמערקט דעם פארשוין און ארויסגעשאסן עטליכע קוילן אין זיין ריכטונג, און זיכערהייט פערסאנאל האבן אים דערנאך ארעסטירט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אפדעיט: די טויט צאל פון די ערדציטערניש אין טערקיי און סיריע שטייט ביי ווייניגסטנס 4,372 מיט נאך צענדליגער טויזנטער פארוואונדעטע.
די USGS, וועלכע מעסט ערדציטערנישן, זאגט אז עס זענען שוין געווען מער פון הונדערט קלענערע 'עפטערשאק' ערדציטערנישן, געמאסטן פון 4.0 און העכער.
רעטונגס פערסאנעל פון ארום די וועלט קומען אן צו די אפעקטירטע געגנטער צו העלפן מיט די זוכערייען. די רעגירונגען פון אויסטראליע און ניו זילאנד האבן צוזאמען געמאלדן העכער 11 מיליאן דאלער אין הומאניטארישע הילף פאר די באטראפענע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
איינוואוינער אין א שטעטל אין אהייאו זענען געווען געצווינגען צו עוואקואירן און קענען זיך נישט אומקערן צו זייערע היימען שוין פאר עטליכע טעג, נאך וואס א באן וועלכע האט געטראגן א שעדליכע כעמיקאל האט געקראכט פארלאפענע פרייטאג, און א פייער זעצט פאר צו ברענען.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אפדעיט: די טערקיי-סיריע טויט צאל שטייט ביי איבער 5,100 מיט צענדליגער טויזענטער פארוואונדעטע, מיט שווערע וועטערס וועלכע פארשווערן שטארק די רעטונגס פרואוון.
טערקישער פרעזידענט ערדואן האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי פאר 3 מאנאטן אין 10 פראווינצן וועלכע זענען שטארק אפעקטירט געווארן פון די ערדציטערניש.
דער 'UN אינטערנאציאנאלע קינדער עמערדזשענסי פאנד' ווארטזאגער זאגט אז די ערדציטערניש האט מעגליך אומגעברענגט טויזענטער קינדער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אמעריקאנער מיליטער האט אין א בריוו צו קאנגרעס זיי געמאלדן אז כינע האט שוין היינט מער לאנד באזירטע און מאביל אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסיל (ICBM) ארויסשיסער ווי אמעריקע.
אמעריקע פארמאגט נאך אלץ א באדייטענדע צאל מער מיסילס זעלבסט, און נוקלעארע שפיצן אויף די מיסילס. די ציפערן רעכענען אויך נישט אריין סובמארינען און לאנג שטרעקיגע באמבאדיר פליגער, אין וועלכע אמעריקע האט א שטארקע אויבערהאנט.
אמעריקע פארמאגט נאך אלץ א באדייטענדע צאל מער מיסילס זעלבסט, און נוקלעארע שפיצן אויף די מיסילס. די ציפערן רעכענען אויך נישט אריין סובמארינען און לאנג שטרעקיגע באמבאדיר פליגער, אין וועלכע אמעריקע האט א שטארקע אויבערהאנט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די אמעריקאנער נעיווי האט באוויזן ארויסצושלעפן פון וואסער די אראפגעשאסענע כינעזע שפיאנאזש באלון.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א שווערע פייער האט אויסגעבראכן אין א פאבריק אין לאטוויע וועלכע פראדוצירט אמעריקאנער דראונס פאר די אוקריינישע מיליטער.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
לעיבאר סעקרעטאר מארטי וועלש וועט אפטרעטן פון זיין פאזיציע און וועט ווערן די דירעקטאר פון די NHL שפילערס יוניאן, ווערנדיג דער ערשטער ביידען קאבינעט מיטגליד צו אפטרעטן.