@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אפיציעלע 'שנה טובה' סטעיטמענט פון פרעזידענט ביידען.

"..מיט'ן דורכשניידנדער קלאנג פונעם שופר און מיט די זיסקייט פון עפל געטינקען אין האניג, טוט דאס יודישער ראש השנה עפענען א הייליגע צייט פון זעלבסט אפשפיגלונג, תשובה און באנייאונג, א צייט זיך אפצושטעלן און אריינקוקן אין זיך.."

"..דזשיל און איך טוען אנטראגן אונזערע ווארעמסטע וואונטשן פאר אלע וואס פייערן ראש השנה אין אמעריקע, ארץ ישראל און איבער דער וועלט. זאלן אייערע תפילות געהערט ווערן און אייער אמונה פונדאסניי געשטארקט ווערן, און מיר זאלן אלע פארשריבן ווערן אינעם ספר החיים. שנה טובה!"
IMG_20220925_090424_821.jpg
IMG_20220925_090424_821.jpg (91.52 KiB) געזען 5574 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ראש השנה וואונטשן פון רוסישער פרעזידענט פוטין, און פונעם אוקריינישער פרעמיער מיניסטער.
פוטין
פוטין
IMG_20220925_105843_078.jpg (63.23 KiB) געזען 5398 מאל
אוקריינע פרעמיער מיניסטער
אוקריינע פרעמיער מיניסטער
IMG_20220925_105840_734.jpg (93.41 KiB) געזען 5398 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א דזשערוסלעם פאוסט באריכט געבט אן אז אוקריינע האט דורכאויס ראש השנה אראפגעשאסן 10 איראנע פראדוצירטע דראונס וואס רוסלאנד האט געצילט אויף אומאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאנאדע האט אראפגענומען אלע קאוויד גרעניץ פארלאנגען פאר רייזנדע, און סוספענדירט די מאסק מאנדאט אויף עראפלאנען און באנען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פוטין האט געשאנקען רוסישע בירגערשאפט פאר עדווארד סנאודען, דער געוועזענער NSA קאנטראקטאר וועלכער האט געליעקט געהיימע אמעריקאנער אינפארמאציע, און שטייט אויס א טורמע טערמין פון 30 יאר אין אמעריקע. סנאודען געפינט זיך שוין די לעצטע פאר יאר אין מאסקאווע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

שווערע ליעקס האבן באטראפן די נארד סטריעם 1 און 2 פייפליינס, וועלכע פירן גאזאלין פון רוסלאנד צו אייראפע.

שוועדן און דענמארק, וואס די פייפליינס געפונען זיך נעבן זייער טערעטאריע, און אזוי אויך נארוועגיע, זאגן אז דאס איז ווארשיינליך געווען א סאבאטאזש אקציע, זאגענדיג אז אזעלכע גרויסע ליעקס זענען פרעצעדענטלאז. רוסלאנד האט אויך געזאגט אז מען קען נישט אויסשליסן אז דאס איז געווען א סאבאטאזש אקציע.

קיין איינע פון די פייפליינס האבן נישט אויף די מאמענט געפירט גאזאלין קיין אייראפע, אבער דאס שאפט אפ די מעגליכקייט אז די פייפליינס זאלן נאך קענען צושטעלן גאזאלין פאר אייראפע בעפאר ווינטער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

האריקעין איען האט זיך פארשטערקערט צו א קאטעגאריע 3 שטורעם. נאכן אנפאלן קובא, אויסשאלטערנדיג די עלעקטריציטעט דארט, איז עס איצט אין די גאלף אוו מעקסיקא און איז ערווארטעט צו אנפאלן פלארידע הערשט מארגן.

ארום 2.5 מיליאן בירגער זענען אונטער טיילווייזע אדער פולקאמע עוואקואציע פארארדענונג.

די יאנואר 6 קאמיטע האט אפגעשטופט זייער לעצטע עפנטליכע היערינג, וואס האט געדארפט פארקומען מארגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די אומלעגאלע רעפערענדום אין די 4 ראיאנען אין אוקריינע, כארסאן, זאפארזשיע, דאנעצק און לוהאנסק, איז דורכגעגאנגען מיט גאר גרויסע אנגעבליכע שטיצע זיך צו אנשליסן אין רוסלאנד.

לויט די בריטישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום וועט פוטין מעגליך שוין מעלדן אזוי פרי ווי פרייטאג אז די ראיאנען שליסן זיך אן אין רוסלאנד.

אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי האט געזאגט אז די אומלעגאלע רעפערענדום טוישט נישט גארנישט און אוקריינע וועט נישט אויפהערן אדער נאכגעבן אין די ארטיגע שלאכטן.

אמעריקאנער באאמטע האבן קלארגעשטעלט אז טראץ דעם וואס געווענליך טארן נישט די אוקריינער נוצן קיין אמעריקאנער וואפן אין רוסישע טעריטאריע, וועט מען עס אבער ווייטער מעגן נוצן אין די ראיאנען, נישט אנערקענענדיג אין די לעגאליטעט פון די רעפערענדום.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין איטאליע האט די רעכטע שטארק קאנסערוואטיווע 'ברידער פון איטאליע' פארטיי אין שפיץ פון דזשארדזשע מעלאני, וועלכע ווערט באצייכנט אלס די 'איטאליענישע טראמפ', געוואונען א ברייטע מאיאריטעט.

מעלאני'ס זיג איז גאר א ברייטע גרייכנדיג איבער 44% פון די שטימען קעגן קנאפע 26% פאר די לינקע פארטייען, וואס וועט איר ערמעגליכן צו פארמירן א רעגירונג און רעגירן אן דארפן צוקומען צו שטיצע פון די אפאזיציע פארטייען.

זי וועט זיין די ערשטע פרוי צו דינען אלס פרעמיער מיניסטער אין איטאליע'ס היסטאריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שיסעריי איז פארגעקומען אין א שולע אין איזשעווסק, רוסלאנד, אין וועלכע 17 זענען אומגעקומען אריינגערעכנט 14 קינדער, און 24 זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט 22 קינדער.

דער שיסער איז באגאנגען זעלבסטמארד, און זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער רוסישער דעפיוטי אויסערן מיניסטער האט געבעטן אמעריקע "זאל זיך בארואיגן און אויפהערן אויפהייטערן די סיטואציע", נאך וואס אמעריקע האט פריוואט געווארנט רוסלאנד איבער די באנוץ פון נוקלעארע וואפן אין אוקריינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

האריקעין איען האט זיך איבערנאכט פארשטערקערט צו א קאטעגאריע 4 שטורעם, מיט ווינטן פון 155 מייל פער שטונדע, און איז גאר נאנט צו א קאטעגאריע 5 שטורעם, וועלכע איז פון 157 און העכער. אויב וועט עס נישט אביסל אפגעשוואכט ווערן בעפארן אנפאלן פלארידע, וועט עס זיין די 5'טע שטערקסטע האריקעין צו באפאלן אמעריקע.

פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט אקטיוויזירט 5,000 נעשאנעל גארד טרופן פון פלארידע, און נאך 2,000 זענען אריינגעברענגט געווארן פון דערנעבענדיגע שטאטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אמעריקאנער אמבאסאדע אין מאסקאווע, רוסלאנד, האט געווארענט אמעריקאנער בירגער נישט צו רייזן און זאפארט פארלאזן רוסלאנד אין ליכט פון די פרישע מיליטערישע מאביליזאציע, זאגענדיג אז אמעריקאנער בירגער וועלכע פארמאגן אויך רוסישע בירגערשאפט קענען אויך מעגליך אריינגעשלעפט ווערן אין מיליטער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען היינט ביי אן אויפטריט האט זיך אומגעקוקט אינעם צימער און געזאגט: "רעפרעזענטעטיוו דזשעקי, ביסט דא? וואו איז דזשעקי? זי איז זיכער נישט דא."

קאנגרעספרוי דזשעקי וועלארסקי איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט אין אויגוסט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

האריקעין איען האט באטראפן די דרום-מערב ברעג פון פלארידע אלס א קאטעגאריע 4 שטורעם.

עטליכע קאונטיס אין פלארידע באריכטן איבער מערערע מענטשן וואס זענען פארכאפט אין וואסער, און הילפס אגענטורן פירן דורך הילף אפעראציעס צו ראטעווען געשטראנדעטע.

די גאווערנערס פון נארט און סאוט קאראליינע האבן דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין ליכט פון די האריקעין וואס איז ערווארטעט צו אנפאלן זייערע שטאטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען וועט מארגן באזוכן אין די FEMA הויפטקווארטיר אין וואשינגטאן די סי און באקומען באריכטן איבער די האריקעין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שיסעריי איז פארגעקומען ביי א שולע אין אקלענד, קאליפארניע, אין וועלכע 6 ערוואקסענע זענען פארוואונדעט געווארן, 3 אין א קריטישע צושטאנד.

פאליציי זוכן נאך דעם שיסער.

באזונדער איז היינט פארגעקומען א שיסעריי אין א שפיטאל אין ארקענסא, אין וועלכע איינער איז אומגעקומען. פאליציי האבן ארעסטירט א פארדעכטיגטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

האריקעין איען איז אראפגעשוואכט געווארן צו א קאטעגאריע 2 שטורעם מיט מאקסימום ווינטן פון 105 מפש.

איבער 2 מיליאן פלארידע איינוואוינער האבן נישט קיין עלעקטריציטעט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לאמבער פרייזן זענען געפאלן צו די נידריגסטע אין צוויי יאר און שטייען צוריק ביי די פרי-קאוויד פרייזן, אין גרויסן טייל צוליב די לעצטיגע שוואכע קאנסטראקשאן אינדוסטריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ריכטער האט ארויסגעווארפן א קאנטער קלאגע פון געוועזענע טראמפ אדוואקאט סידני פאועל קעגן דאמיניאן וואו זי זאגט אז זייער $1.3 ביליאן דעפעמעישאן אנקלאגע קעגן איר טוט אביוזן די יוסטיץ סיסטעם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

רוסלאנד האט געמאלדן אז פרייטאג וועט פארקומען אן אפיציעלע צערעמאניע אין וועלכע רוסלאנד וועט אפיציעל אנעקסירן די ראיאנען אין וועלכע עס איז אפגעהאלטן געווארן א רעפערענדום.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די געריכט אין די מיליטעריש געפירטע מיאנמאר האט פאראורטיילט די געוועזענע ארטיגע ציווילע פירער, 'אנג סען סו קי', און א בירגער פון אוסטראליע וועלכע האט געדינט אלס איר אדווייזער, צו נאך 3 יאר אין טורמע, צוליבן פארלעצן די 'אפיציעלע סטעיט סיקרעטס אקט'.

אוסטראליע האט שארף פארדאמט די אורטייל און גערופן מיאנמאר צו באפרייען איר בירגער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פאמיליעס פון 3 אומגעקומענע אין די היילענד פארק יולי 4 פאראדע שיסעריי האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט קעגן די גאן פראדעצורער און די גאן געשעפט וועלכע האבן פראדוצירט און פארקויפט די ביקס פארן שיסער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס זאגט אז 2 מענטשן זענען ווארשיינליך אומגעקומען פון האריקעין איען לויט יעצטיגע אינפארמאציע, און האט אפגעלייקנט דאס וואס דער לי קאונטי שעריף האט היינט געזאגט אז עס זענען ווארשיינליך דא הונדערטער פאטאליטעטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

האריקעין איען איז אפגעשוואכט געווארן צו א טראפישע שטורעם, און איז אויפן וועג אנצוקומען פרייטאג קיין סאוט קאראליינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”