eller האט געשריבן:אין א שאנדע פאר ניו יארק סיטי.. איז נעכטן געווארן באשטעטיגט די (נישט לעגאלע) געזעץ אז בערך א מיליאן (קרוב צו 25 פראצענט פון די סיטיס וויילער) אומלעגאלע בירגער גייען באשטומען ווער ס'זאל זיין אונזערע פארטרעטער אין די לאקאלע וואלן..
שאלה: מוז מען זיין א סיטיזען פון אמעריקע צו קענען זיין א סיטיזען פון ניו יארק סיטי?
א גרין קארד האלדער מיינט בכלל נישט אז די בוזט א בירגער נאר אז דו האסט א רעכט צו זיין יעצט דא אין אמעריקע.. יעדע וואס לערנט דא אין קאלעדזש גייט קענען אריינוועלן ווער ס'זאל מיר פארטרעטן (און נישט פארגעסן רוב קאלעדזש סטודענס זענען שטארקע פראגרעסיווס..) און יא מיין לאנד געזעץ איז אז נאר איינער וואס איז א פולקאמע לעגאלע בירגער קען וועלן....
אמעריקע האט זיך געגרינדעט איבער די סלאגאן פון no taxation without representation גרין קארד האלטערס צאלן טעקס פונקט ווי יעדע בירגער. איך פארשטיי נישט די Outrage חוץ דאס (אז דו האלטסט) אז זיי גייען וואוטן פארן צד שכנגד.
ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, אז ער צאלט פארן גארבעדש קאלעקטאר פונקט ווי דיר, פארוואס זאל ער נישט האבן קיין רעכט איינצוטיילן די גארבעדש קאלעקטאר ווען צו קומען, פונקט ווי דיר?
טאקע נישט געווען אזוי פאר די ערשטע דריי פיפטל צייט פון די פאראייניגטע שטאטן. דורכאויס די ערשטער 150 יאר האבן 40 סטעיטס געגעבן שטימרעכט פאר איינוואוינער אן בירגערשאפט דורכאויס געוויסע צייטן. די לעצטע סטעיט וואו נישט-בירגער האבן געהאט שטימרעכט אין מוניציפאלע וואל איז געווען ארקענסאו אין די 1920גער. (די ניו יארק סיטי געזעץ איז נישט פאר סטעיטווייד אפיס. אז זיי זאלן קענען שטימען אין סטעיטווייד וואלן מוז די סטעיט טוישן געזעץ. די סיטי געזעץ איז נישט אומדערהערט אין מוניציפאלע וואלן מיט פערצן מוניציפאליטעטן איבערן לאנד וואס געבן די רעכט צו שטימען אין לאקאלע וואלן פאר איינוואוינער וואס זענען נישט קיין בירגער).
ביז לעצטע יאר האבן נאר צוויי סטעיטס, אריזאנע און נארט דעקאטע, געהאט געזעצן וואס האבן דירעקט פארבאטן נישט-בירגער פון שטימען אין נישט פעדעראלע וואלן. דריי אנדערע סטעיטס האבן געטוישט די געזעץ פארגאנגענעם יאר. פעדעראל איז געווארן א פארברעך פאר נישט-בירגער צו שטימען אין פעדעראלע וואלן אין 1996.
צו געזונט האט געשריבן:געווענליך וועלט מען אויך פאר די נאציאנאלע וואלען אין דעם זעלבן טאג. אלזא, ער גייט מעגן וועלן פאר דעם מאיאר און נאך לאקאלע איינגעלעגנהייטן, און אין איין וועג אויך רוקען דעם קנעפל פאר די נאציאנאלע לויפער... מען גייט נישט אראפנעמן די אנדערע זאכען פון צעטל. די צעטל בלייבט די זעלבע!
אין ניו יארק סיטי, געווענליך וואוט מען נישט פאר סיטי פאסטענעס אין די זעלבע יאר ווי די נאציאנאלער וואלן, און אפילו אז עס וועט זיך שוין מאכן א ספעציעלע עלעקשין, וועט מען לכאורה מאכן 2 סארט צעטליך. סאיז נישט אזוי שווער
eller האט געשריבן:אין א שאנדע פאר ניו יארק סיטי.. איז נעכטן געווארן באשטעטיגט די (נישט לעגאלע) געזעץ אז בערך א מיליאן (קרוב צו 25 פראצענט פון די סיטיס וויילער) אומלעגאלע בירגער גייען באשטומען ווער ס'זאל זיין אונזערע פארטרעטער אין די לאקאלע וואלן..
שאלה: מוז מען זיין א סיטיזען פון אמעריקע צו קענען זיין א סיטיזען פון ניו יארק סיטי?
א גרין קארד האלדער מיינט בכלל נישט אז די בוזט א בירגער נאר אז דו האסט א רעכט צו זיין יעצט דא אין אמעריקע.. יעדע וואס לערנט דא אין קאלעדזש גייט קענען אריינוועלן ווער ס'זאל מיר פארטרעטן (און נישט פארגעסן רוב קאלעדזש סטודענס זענען שטארקע פראגרעסיווס..) און יא מיין [b]לאנד געזעץ איז אז נאר איינער וואס איז א פולקאמע לעגאלע בירגער קען וועלן....[/b]
יא, דיין לאנד געזעץ זאגט טאקע אזוי, אבער דיין סיטי געזעץ זאגט אז גרין קארד האלטער קענען יא וועלן, און זיי קענען טאקע נאר וועלן פאר סיטי פאזיציעס.
לאמיר דיר פרעגן אן אנדערע שאלה, וואס טוהט זיך מיט איינער וואס קומט פון קאליפארניע צו קאלידזש אין ניו יארק סיטי, עם פארשטייסטו יא אז ער זאל מעגן וועלן?
צו געזונט האט געשריבן:געווענליך וועלט מען אויך פאר די נאציאנאלע וואלען אין דעם זעלבן טאג. אלזא, ער גייט מעגן וועלן פאר דעם מאיאר און נאך לאקאלע איינגעלעגנהייטן, און אין איין וועג אויך רוקען דעם קנעפל פאר די נאציאנאלע לויפער... מען גייט נישט אראפנעמן די אנדערע זאכען פון צעטל. די צעטל בלייבט די זעלבע!
אין ניו יארק סיטי, געווענליך וואוט מען נישט פאר סיטי פאסטענעס אין די זעלבע יאר ווי די נאציאנאלער וואלן, און אפילו אז עס וועט זיך שוין מאכן א ספעציעלע עלעקשין, וועט מען לכאורה מאכן 2 סארט צעטליך. סאיז נישט אזוי שווער
ריכטיג.
אונטער די געזעץ דארף די סיטי באורד אוו עלעקשאנס ארויסקומען מיט צוויי באזונדערע בעלאטס פאר די נעקסטע וואלן.
ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, אז ער צאלט פארן גארבעדש קאלעקטאר פונקט ווי דיר, פארוואס זאל ער נישט האבן קיין רעכט איינצוטיילן די גארבעדש קאלעקטאר ווען צו קומען, פונקט ווי דיר?
די פשוט'ע ענטפער דערויף איז, נישט ווייל איך האב דיר ערלויבט זיך דא אויפצוהאלטן צייטווייליג ביזטו שוין בארעכטיגט מיר איינצוטיילן ווער זאלמיר פארטרעטן איי פארוואס צאהלסטו טעקס זייער פשוט ווייל דאכט זיך מיר אז גרין קארד האלסער'ס טראגן נישט אליין זייער גארבידזש ביז ראטשעסטער!
אין אנדערע ווערטער א גרין קארד האלסער איז ווי א גאסט וואס איז א שוטף און די הנאות און ממילא אויך אין די הוצאות אבער די מינוט די ווילסט מיר איינטיילן וואס צו טוהן זיי מוחל און פלי דיר צוריק צו דיין היימשטאט!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.
פעיק ניוז האט געשריבן:געוויסע האבן נישט ארויס וואס א גרין קארד האלדער באדייט. עס באדייט נישט אז דו קענסט 'זיך געפינען' אין אמעריקע. עס באדייט אז 'דו וואוינסט' אין אמעריקע, דו ביזסט אן אמעריקאנער רעזידענט. פארוואס איז אזוי געפערליך אז אזא איינער האט שטימען רעכטן? ער וואוינט דאך דא.
פאר א גרין קארד האלדער ביזטו גערעכט...
אבער, ווי איך פארשטיי, גייט די געזעץ היבש ווייטער פון דעם... סיי ווער ס'איז אין לאנד ליגעלי, און וואוינט אין די סיטי פאר 30 טעג בעפאר די וואלן קען זיך רעגיסטרירן... ד.ה. סיזאנעל ארבעטער, אויסלענדישע סטודענטן וכדו'...

ביזסט זיכער אין דעם? אויב יא, דאן איז דאס טאקע אן עוולה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פעיק ניוז האט געשריבן:געוויסע האבן נישט ארויס וואס א גרין קארד האלדער באדייט. עס באדייט נישט אז דו קענסט 'זיך געפינען' אין אמעריקע. עס באדייט אז 'דו וואוינסט' אין אמעריקע, דו ביזסט אן אמעריקאנער רעזידענט. פארוואס איז אזוי געפערליך אז אזא איינער האט שטימען רעכטן? ער וואוינט דאך דא.
פאר א גרין קארד האלדער ביזטו גערעכט...
אבער, ווי איך פארשטיי, גייט די געזעץ היבש ווייטער פון דעם... סיי ווער ס'איז אין לאנד ליגעלי, און וואוינט אין די סיטי פאר 30 טעג בעפאר די וואלן קען זיך רעגיסטרירן... ד.ה. סיזאנעל ארבעטער, אויסלענדישע סטודענטן וכדו'...
ביזסט זיכער אין דעם? אויב יא, דאן איז דאס טאקע אן עוולה.
אויסלענדישע סטודענטן ציה איך צוריק!
כ'זעה נישט דערמאנט דערוועגן אין די געזעץ... אבער דאס איז קלאר אז ארבעטער -אויך צייטווייליגע- וואס האבן די לעגאלע רעכט צו זיין דא וועלן קענען וועלן...
Municipal voter. The term "municipal voter" means a person who is not a United States citizen on the date of the election on which he or she is voting, who is either a lawful permanent resident or authorized to work in the United States, who is a resident of New York city and will have been such a resident for 30 consecutive days or longer by the date of such election, who meets all qualifications for registering or pre-registering to vote under the election law, except for possessing United States citizenship, and who has registered or pre-registered to vote with the board of elections in the city of New York under this chapter.
New York City is proudly home to millions of working, taxpaying immigrants, yet those who are not U.S. citizens have no power at the ballot box to determine who represents them. The Council today will vote on historic legislation to give eligible non-citizen New Yorkers the right to vote in local elections. Under this bill, any New Yorker who is a lawful permanent resident or authorized to work in the United States, who has been a resident of New York City for at least 30 consecutive days, and who meets all the qualifications for registering to vote under the Election Law other than U.S. citizenship, would be eligible to register to vote as a “municipal voter.” Registered municipal voters would be entitled to vote in any primary, special, general, or run-off election for Mayor, Comptroller, Public Advocate, Borough President, or Council Member, as well as on any local ballot initiative. The Board of Elections would implement this new system, which would include developing a new registration form specifically for municipal voters and giving them the opportunity to enroll in a political party so they can vote in local primary elections. Under this bill, eligible non-citizens would be able to start registering to vote on December 9, 2022, and once registered, could begin voting in local elections as of January 9, 2023. The bill would also create an advisory group to provide recommendations regarding the implementation of this new municipal voting system.
וואס הייסט צייטווייליגע ארבעטער? איינער וואס איז דא לעגאל און ער וואוינט נישט ערגעץ אנדערש, ד.מ. אז ער איז נישט רעגיסטרירט צו שטימען אין א צווייטע לאנד/סטעיט/שטאט, קען ער שטימען אין מוניציפאלע וואלן אין די סיטי. איך וואלט געזאגט אז אויב א לעגאלער אמעריקאנער בירגער פון א צווייטע שטאט אדער סטעיט קען שטימען אין די סיטי און סטעיט (אפילו אין נאציאנאלע וואלן) איינמאל ער וואוינט דא דרייסיג טעג און ער פלאנט דא צו וואוינען אויפן לאנגען טערמין, איז די פשוטסע זאך צו האבן די זעלבע רעגולאציעס פאר לעגאלע בירגער וואס זענען נישט קיין אמעריקאנער בירגער אבער רעכענען זיך אלס ניו יארק סיטי איינוואוינער.
ווי איך פארשטיי שטייט טאקע דאס אינעם געזעץ. אז די איינע טויש איז אז מען וועט נישט דארפן אמעריקאנער בירגערשאפט צו שטימען אין מוניציפאלע וואלן אין די סיטי. ... who meets all qualifications for registering or pre-registering to vote under the election law, except for possessing United States citizenship, and who has registered or pre-registered to vote with the board of elections in the city of New York under this chapter.
@KolHaolam: NEW YORK: Mayor Eric Adams expressed concerns about a bill passed by City Council allowing non-citizens to vote in local elections, despite supporting it during Primary.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
און אז דו רעדסט דיך אפ אז זיי וועלן אריינוועלן דיינע פארטרעטער, דו וועלסט דאך אריין זיינע פארטרעטער פונקט אזוי...
פאר די זעלבע סיבה פארוואס איך לאז זיי נישט אריין אין מיין לאנד לאז איך זיי אויך נישט אפמאכען וויאזוי מיין שטאט זאל אויסזעהן.
דהיינו, פארוואס טאקע איז ער איליגעל, ווייל איך האב מורא אז ער איז אפשר א פארברעכער אדער ווייל היות ער קומט פון אן אנדערע לאנד מיט אן אנדערע קולטור וויל איך נישט אז ער זאל אהער קומען טוישען די ארטיגע קולטור, און פאר דעי סיבות וויל איך נישט ער זאל שטימען, ופשוט הוא.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
און אז דו רעדסט דיך אפ אז זיי וועלן אריינוועלן דיינע פארטרעטער, דו וועלסט דאך אריין זיינע פארטרעטער פונקט אזוי...
פאר די זעלבע סיבה פארוואס איך לאז זיי נישט אריין אין מיין לאנד לאז איך זיי אויך נישט אפמאכען וויאזוי מיין שטאט זאל אויסזעהן.
דהיינו, פארוואס טאקע איז ער איליגעל, ווייל איך האב מורא אז ער איז אפשר א פארברעכער אדער ווייל היות ער קומט פון אן אנדערע לאנד מיט אן אנדערע קולטור וויל איך נישט אז ער זאל אהער קומען טוישען די ארטיגע קולטור, און פאר דעי סיבות וויל איך נישט ער זאל שטימען, ופשוט הוא.
דאס אז רעכטע האבן א פראבלעם מיט מענטשן פון אנדערע קולטורן איז נישט קיין נייעס, הגם זיי טענה'ן געווענליך אז ס'איז נישט אמת.
אבער דא איז מען דאך נישט דן אויף אימיגראנטן פאליסי בכלליות, נאר צו אלע איינוואוינער - איינמאל זיי זענען געווארן אנגענומען אלס איינוואוינער - זאלן האבן די זעלבע שטים-רעכט אדער ס'זאל זיך ווענדן צו וועלכע קרייז מ'באלאנגט.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.
און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
ברוקלין – אן איבערוויגנדע מערהייט פון 92 פּראצענט רעגיסטרירטע וויילער אין ניו יארק סטעיט זאגן אז ווילדע קרימינאלע אקטיוויטעטן איז אן ערנסטע פּראבלעם פאר די סטעיט. די נייע "סייענע קאלעדזש" אנקעטע צייגט אז 61 פּראצענט ניו יארק סטעיט איינוואוינער שטיצן שטרענגערע גאן קאנטראל געזעצן, אריינגערעכנט צו דארפן האבן ספּעציעלע פּערמיטס פאר סעמי-אויטאמאטישע געווער און אנדערע צוימונגען. -- בין איך נאר נייגעריג וואס די איבריגע 8 פראצענט האלטן..