נקדימון האט געשריבן:דאנעצק פיפעלס רעפאבליק זאגט אז זיי האבן געמאכט א שטיקל אפמאך מיט די חברה אין אזאווסטאל צו ארויסלאזן א טייל פון זיי (ווארשיינלעך פארוואונדעטע זעלנער)
בלייבט איבער צו זען וואס לאזט זיך אויס דערפון און פון וויפיל די רעדע איז דא.
א רוסישע רעפארטער זאגט ער ווייסט פון כאטש 20 פארוואונדעטע אוקריינער זעלנער וואס זענען געווארן ארויסגעפירט און געברענגט צו נאוואזאווסק שפיטאל אין אוקריינע (אונטער רוסישער קאנטראל)
דערווייל איז נישט דא קיין באשטעטיגונג פון די אוקריינער זייט איבער די אפמאך.
א רעפארטער אויפן צענע פארציילט איבער בערך 300 חברה. א טייל זענען פארוואונדעטע און ווערן געפירט צום נאוואזאווסק שפיטאל (נישט ווייט פון מאריאפאל) און אנדערע נישט פארוואונדעטע ווערן געפירט צו אן אנדערע געגענט אינטער דפ"ר קאנטראל
בילדער
זעלענסקי באשטעטיגט. "מיר דארפן העלדן לעבעדיג"
לויט די אוקריינער גייען זיי אין אן אויסטויש פאר רוסישע קריגס געפאנגענע
זייערע אינטערסאנטע אנאליז, פון דפ"א, ארום די מלחמה (פרא-רוסן זייט) דעפענס פאליטיק אזיע 32:48 דפא - סך הכל פון די מלחמה
געדיט דורך @הייסע קאווע
(אגב איז דא די פלאץ צו באדאנקן @הייסע קאווע, וואס ארבעט אויסטערליש שווער, צו כשר'ן סחורה פאר אידישע קינדער, און אלעס שלא על מנת לקבל פרס, בדין הוא שיטול שכרו, דא איז א לינק וואו חברים ארבעטן אים צו אויפהייבן צו א נייע פאזישען),
אוקריינער אינטעלידזשענס האט פריער ארויסגעשטעלט א ווידעא ווי זיי מעלדן דארט אז זיי האבן געלאנטשט אן אפעראציע מיט די הילף פון נעשינעל גארד, אוקריינער שפיאנאזש אגענטור, גרעניץ וועכטער, און אזאוו רעגימענט צו ראטעווען די קעמפער אין אזאווסטאל.
--- איך בינישט זיכער וואס צו טון מיט אזא נייעס נאך די דעוועלפמענט היינט אינדערפרי ווי די דפ"ר האט געמאכט א אפמאך מיט די חברה אינעווענדיג.
איך גלייב נישט עס מיינט עפעס ערענסט. מער דאמירן בעלמא.
נקדימון האט געשריבן:דאנעצק פיפעלס רעפאבליק זאגט אז זיי האבן געמאכט א שטיקל אפמאך מיט די חברה אין אזאווסטאל צו ארויסלאזן א טייל פון זיי (ווארשיינלעך פארוואונדעטע זעלנער)
בלייבט איבער צו זען וואס לאזט זיך אויס דערפון און פון וויפיל די רעדע איז דא.
א רוסישע רעפארטער זאגט ער ווייסט פון כאטש 20 פארוואונדעטע אוקריינער זעלנער וואס זענען געווארן ארויסגעפירט און געברענגט צו נאוואזאווסק שפיטאל אין אוקריינע (אונטער רוסישער קאנטראל)
דערווייל איז נישט דא קיין באשטעטיגונג פון די אוקריינער זייט איבער די אפמאך.
א רעפארטער אויפן צענע פארציילט איבער בערך 300 חברה. א טייל זענען פארוואונדעטע און ווערן געפירט צום נאוואזאווסק שפיטאל (נישט ווייט פון מאריאפאל) און אנדערע נישט פארוואונדעטע ווערן געפירט צו אן אנדערע געגענט אינטער דפ"ר קאנטראל
בילדער
זעלענסקי באשטעטיגט. "מיר דארפן העלדן לעבעדיג"
לויט די אוקריינער גייען זיי אין אן אויסטויש פאר רוסישע קריגס געפאנגענע
נאוואזאווסק איז גלייך נעבן מאריאפאל. דארט זענען געפירט געווארן 53 ערענסט פארוואונדעטע. די איבריגע 211 אוקריינער זענען געפירט געווארן צו די אקופירטע אלעניווקע.
וויאזוי זאכן קוקן אויס: • די רוסן וועלן מן הסתם ענדיגן ארויסנעמן זייערע כוחות פון די געגנט פון כאַרקיוו סיטי, אָבער פראבירן צו אנהאַלטן אַ ליניע מערב פון וואָווטשאַנסק צו באַשיצן זייער ראוט פון בעלגאָראָד צו איזיום. עס איז אומקלאָר אויב זיי וועלן מצליח זיין. • די רוסן וועלן פאָרזעצן באמיאונגען צו אַרומרינגלען סעוועראָדאָנעצק און ליסיטשאַנסק, אמווייניגסטנס פון דרום, מעגליך דורך פאָקוס אויף אפשניידן די לעצטע שאסיי וואס פארבינדט סעוועראָדאָנעצק-ליסיטשאַנסק מיט די רעשט פון אוקראַינע. • א אוקראיניש קאנטער-אפענסיוו ארום איזיום וועט זיך ווארשיינליך באלד אנהייבן. • דער שלאַכט פון מאַריופּאָל זעהט אויס ווי ס'קומט צו אן ענדע.
לעצט פארראכטן דורך ידיד כל חי אום דינסטאג מאי 17, 2022 12:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.