סעווערידאנעצק-לוסיטשאנסק-טאשקיווקע-זאלאטע
לויט ווי דער גיבערנאטאר פון די לוהאנסק ראיאן זאגט מאכן די אוקריינער קרעפטן א ריקצוג פון סעווערידאנעצק. פון מאראל אויס איז דאס א שטארקע געווינס פאר רוסלאנד. רוסלאנד דארף וויכטיג האבן סעווערידאנעצק צו דערקלערן אז זיי האבן איינגענומען גאנץ לוהאנסק.
לויט ווי אן אנאליסט לייגט עס אראפ איז די סיטואציע ארום די געגענטער געכאפט א שטיקל דריי די לעצטע טעג.
די לאגע אין לוסיטשאנסק וואס איז גלייך אונטער סעווערידאנעצק האצעך שטארק פארערגערט פון דרום זייט שטאט.
די רוסישע קרעפטן האבן געמאכט א דורכברוך אין טאשקיווקע. דאס האט געשטעלט די ריזן צאל אוקריינער זעלנער וואס האבן געקעמפט אין זאלאטע אין אין הירסקע וואס געפונען זיך מער דרום פון טאשקיווקע אין א געפאר.
- 20220624_084526.jpg (227.83 KiB) געזען 8357 מאל
די רוסן האבן זיך געריקט פאראויס אין פארכאפט נאך עטליכע שטעטלעך ווי מירנע דאלינע, אוסטעניווקע, אלעקסאנדריווקע און נאך.
צו דאס אז אוקריינער קרעפטן האבן אנגעהויבן מאכן א ריקצוג פון זאלאטע און הירסקע -נאך טאשקיווקע איז געפאלן- האט אנטבלויזט די אויבנדערמאנטע שטעטלעך געבנדיג כח פאר רוסלאנד צו פארכאפן די שטעטלעך צו הערשט פארקערט אז נאך מירנע דאלינע, אוסטעניווקע, אלעקסאנדריווקע זענען געפאלן האבן די אוקריינער מיט די אטעם אנטלאפן פון זאלאטע - דאס איז אפן פאר דעבאטע און מען קען שפעקולירן.
לויט די אוקריינער מיליטער גייט נאך אן שלאכטן אין די זאלאטע פאקעט און עס איז דא א צאל זעלנער וואס זענען געבליבן צו באשיצן די וואס ציען זיך צוריק.
לויט רוסישע קוועלער איז די זאך געשלאסן שוין עטליכע טעג און פארבליבענע אוקריינער זעלנער דארט געבן זיך אונטער. (גראדע געזען נעכטן א רוסישער באריכטער שרייבט אז די צאל אוקריינער זעלנער פארכאפט אין זאלאטע און וואס געבן זיך אונטער זענען פול ווייניגער ווי מען האט געמיינט. ווער האטעך געבעטן מיינען...)
אזוי צו אזוי איז די מצב נישט אין פעיווער פון די אוקריינער.
העכער און לינקס צו טאשקיווקע טיפער אריין אין אוקריינע האבן די רוסן געמאכט פארשריט מיט אקופירן מירנע דאלינע, אוסטעניווקע, פידליסנע, אלעקסאנדריווקע און לאסקאטיווקע.
די אוקריינער זאגן זיי האבן אפגעשטעלט די רוסישע פארשריט ביי בילע הארע און וואלטשויאריסקע וואס דאס איז ממש אינטער דרום לוסיטשאנסק.
דאס זענען ביי די קליינע האלבע צירקלען מיט געהאקטע בלויע ליניעס העכער מירנע דאלינע.
- 20220624_085512.jpg (214.06 KiB) געזען 8357 מאל
רוסלאנד איז געבליבן סטאק ווען זיי האבן געמאכט א דורכברוך פון פאפאסנע פון צו קענען גרייכן געניג ווייט ביז סאלעדאר צו אפהאקן די T1302 באכמאט-לוסיטשאנסק שאסיי. דאס איז איינע פון די צוויי הויפט שאסייען וואס פירן שווערע עקוויפמענט פאר די אוקריינער אין סעווערידאנעצק און אין לוסיטשאנסק.
יעצט מיט פארשריט פון טאשקיווקע דירעקציע קומען די רוסן נאכאמאל גאר נאנט צו די T1302 שאסיי און וועלן פרובירן פארכאפו די שאסיי פון אביסל א העכערע פלאץ פון סאלעדאר.
- 20220624_091301.jpg (202.83 KiB) געזען 8357 מאל
(אזוי צו אזוי ווייסעך נישט ווי עס איז בכלל שייך געהעריג צו טראנספארטירן עקוויפמענט אויף די שאסיי. בילדער וואס כ'האב געזען לעצטנס פון די שאסיי זעט אויס חלשות).
די צווייטע ליניע צו טראנספארטירן איז דורך סיווערסק. יענער שאסיי איז אויך נישט אין א גאר גיטע צושטאנד.