אויפן טשארט זעהט מען 9 פליגער, דא איז די נייעס פון
קול מבשר:
אוקראינא'ס עיר פארס באריכטעט אז 9 רוסישע מלחמה פליגער זענען פארניכטעט געווארן אין די מאסיווע אויפרייסן ביי א לופט באזע אין קריימיע
ד' ואתחנן פ״ב
רוסלאנד לייקענט אז פליגער זענען באטראפן געווארן פון די אויפרייסן אדער אז די באזע איז געקומען אינטער אטאקע, אנגעבענדיג אז עס האט פאסירט דורך איינער וואס האט גערייכערט אומפאראנטווארטליך נעבן וואפן. אוקראינא פון איר זייט באשטעטיגט נישט אז איר מיליטער איז געשטאנען דערונטער, אבער שפעט אפ פון די אויסרייד וואס רוסלאנד געט אן. אין אן אויפטריט נעכטן נאכט האט פרעזידענט זעלענסקי געזאגט אז די מלחמה אין אוקריינע האט זיך אנגעפאנגן מיט קריימיע און מוז זיך ענדיגן מיט די באפרייאונג פון קריימיע, אבער ער האט נישט דערמאנט די אויפרייסן.