די ערשטע שיפמענט פון 26,000 טאנען פון אוקריינער תבואה האט באקומען די גרינע ליכט אנצוקומען צו איר פיינעל דעסטינאציע אין לבנון.
20220803_095105.jpg (107.51 KiB) געזען 4187 מאל
נאך די גאנצע געראטשקע איבער די ערשטע שיף צו ארויסשווימען פון די אדעסע בלאקאדע, נאך אן אויסגעהאמערטע דיעל צווישן רוסלאנד-UN-טערקיי / אוקריינע-UN-טערקיי שטעלצעך ארויס אז רוב דערפון איז אנגעקומען צו באשאר אסאד דער סירישער בוטשער.
איך ווייס נישט פארוואס עס איז נישט געגאנגען קיין לבנון. עפעס זע איך אז מעגליך די קונה אין לבנון האט געקענסלט די שיפמענט נאך אזא לאנגע פארשפעטיגונג.
די ראזאני שיף האט אראפגעלאדנט אביסל קוקעריץ אין טערקיי דערנאך איז זי אפיציעל געפארן קיין עגיפטן. אינצווישן זענען די ראדארן פארלאשן געווארן. סאטעלייט בילדער ווייזט ווי די ראזאני איז געווען געאנקערט ביי די טארטוס בארטנס אין סיריע ווי זי האט אפגעלאדנט זעכצן טויזנט טאן פון די זעקס אין צוואנציג טויזנט טאן קוקעריץ לאסט.
Aug 14, 2022
אין איין ווארט:
עס איז לעצטענס געווארן די סטאנדארד, אז יעדן טאג פארלירט די מאמע זז"ג (קרעדיט: @מאניש) 7-8 טאנקען, און דאס איז אומדערהערט אין א נארמאלע מלחמה, אז א לאנד זאל פארלירן יעדן איינציגן טאג, אזעלכע אויסטערלישע נומבערס, און דאס בלוטיגט אויס צוביסלעך די ארסענאל פון טאנקען, און שלעפט ארויס די מאראל פון די סאלדאטן, וואס די עיקר ציל פון א טאנק, דארף זיין, צו קענען פארן סעיף אין אן אייזערנע באקס, און קענען שיסן וואו עס פעלט אויס, אן מורא האבן צו ווערן באשאסן מיט ארטילערי, אבער ווען יעדן טאג, איז זוכה אפאר טאנקען צו כאפן קלעפ, איז עס ממש א מאראל-קילער.
אטעטשמענטס
8 14 22 1.png (88.51 KiB) געזען 2018 מאל
8 14 22 2 low.png (75.3 KiB) געזען 2018 מאל
לעצט פארראכטן דורך ידיד כל חי אום זונטאג אוגוסט 14, 2022 9:31 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עטליכע ריזיגע אויפרייסן געהערט געווארן אין די בערדיאנסק פארט, די רוסישע-אקופירטע פארט שטאט אין דרום אויפן אַזאָוו ים. א שיף אדער אן אויל איינריכטונג אין אנגעבליך אטאקירט געווארן און איז אין פלאמען.