די אוקריינאר האבן דורכגעבראכן די דעפענס ביי דיי סייוערסקי דאנעטצק ריווער ביי בילהאריווקע און נעבן יאמפול, און האבן אדורכמארשירט די וואסער מיט פילע פאנטון בריקן.
זיי האבן גאנץ שנעל מארשירט אן זיי האבן איינגענומען גרויסע שטחים. זי זענען אנגעקומען ביז די געגענט אינדרויסן פון קרעמינע וואס דאס איז די מעין סופליי האב פאר ליימאן, און האבן צוריקגעכאפט א שטעטל דיבראווע וואס איז א שפאן א וועג פון די ראוד וואס פירט פון קרעמינע צו ליימאן, יענע רוט קענען די רוסן שוין נישט ניצן ס'מיינט זיי האבן נאך נאר איין ראוד ארויסצוגיין פון ליימאן און אריינברענגען ריאינפארסמענט.
טוט זיך געשלעגן ביי יאמפיל און טארסקע. ס'קוקט אויס ווי די אוקריינאר צילן אנצוקומען צו זעריטשנע ZARICHNE וואס איינמאל זיי קומען אן דארט זענען די רוסן אינגאנצן בלאקירט אין ליימאן אין יוצא ואין בא....
פון אויבן מארשירן די אוקריינאר אויך אויף אראפ, ווען ביידע אוקריינאר גרופעס וועלן זיך צאמקומען וועט מען זיך קענען באסמאקעווען מיט טויזענטער סאלדאטן אינקלודינג פון די פרישע מאבאלעזירטע
- 1.PNG (396.96 KiB) געזען 3872 מאל