מסתמא האט געשריבן:לעכטל האט געשריבן:Belz123 האט געשריבן:לעכטל האט געשריבן:איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס פוטין זאל נעמען די ריסק צו אריינגיין אין אוקריינא.
Can you explain what risk????
די ריסק פון נעמען רוסלאנד און מאכן קאפוט דערפון,
רוסלאנד איז היינט גאנץ א נארמאלע, און שטארקע פאוער, פארוואס קאליע מאכן?
א לאנד מיט נוקלער וואפנס מאכט מען נישט קאפוט, נישטא אזאנס!!
די אנדערע ריסקס קען פוטין פיין הענדלען
ווען יוראפ זאל האבן די צוויי אונסעס שכל און נישט האבן לכתחילה קיין מגע ומשא מיט רוסלאנד וואלט עס דאך נישט אנגעקומען אזוי ווייט
און דייטשלאנד בויעט א געז פייפליין מיט רוסלאנד..
קען ער הענדלען אז א לאפט ברויט זאל קאסטן 1000 רובעל? און מזאל דארפן שטיין אין די ליין פאר דרייי וואכן…
דאס איז וואס די וועלט זאגט אז זיי גייען טון פאראייניקטערהייט, מקען פארקריפלען זיין אקאנאמיע אז ער זאל פארגעסן וויאזוי ער הייסט.
און דעמאלטס וועט נאוואלני ארויס קומען מאכן עקסייטעד…
(גראדע היטלער ימ״ש איז אזוי געקומען צו די מאכט, ווען זיי זענען געווען אזוי פארקריפעלט מאראליש ווי אקאנאמיש נאכן ערשטען וועלט מלחמה)