שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך 'געהער' נישט צו א פארטיי. איך בין געווענליך איינשטימיג מיט דעמאקראטן איבער פאליסי. איך בין אויך באקוועם אז דעמאקראטן זענען נישט גענצליך אפגעהאקט פון רעאליטעט.
איך פארשטיי אז אסאך דא וועלן זאגן אז זיי שטיצן קאנסערוואטיווע פאליסי וואס טראמפ שטיצט, פיין. אבער די שאלונגען דא איבער טראמפ'ס שאכמאט מיט נאמען פון זיין נייעם טוי איז נישט פארשטענדליך.
פארוואס זאל מען זיך נישט פרייען מיט א פלאטפארמע וואס וועט - האפנטליך - נישט קענסלען אפיניענס וואס שטימט נישט מיט זיי?
איך האב גערעדט ספעציפיש איבער דעם נאמען אויסוואל פאר טראמפ'ס נייעם טוי.
קיינער האלט נישט אז טראמפ גייט זאגן בלויז דעם אמת. דער נאמען רעפרעזענטירט דעם גאנצן פלאטפארמע, נישט בלויז טראמפ'ס אקאונט.
אבער אז איך בין שוין דא, דו האלסט אז דאס מיינט "קענסלען אפיניענס וואס שטימט נישט מיט זיי?"
זייער א נער'ישע שאלה דאס. לאמיר נעמען אייוועלט צום ביישפיל. אייוועלט האט געוויסע פרינציפן און מיינונגען ביי וואס זי האלט זיך. אויב וועט איינער שרייבן זאכן וואס שטימען נישט דערמיט, וועט מען אים חוסם זיין, שטימט? יעצט עס זענען דא געוויסע שרייבער וואס קענען זיך נישט איינהאלטן און שרייבן זאכן גייען אריבער דעם רויטן ליין, אלזא פליען זיי פון דעם פלאטפארמע. זיי ווערן געקענסלד וויבאלד זייערע מיינונגען אדער וויוס אויף זאכן האבן נישט געשטימט מיט די וואס די הנהלת האייוועלט וויל זיך האלטן צו.
ווידער זענען דא געוויסע, וואס כאטש בעצם האבן זיי אנדערע וויוס ווי די וואס איז עקספעטעד אויף אייוועלט. דאך זענען זיי גענוג קלוג און האבן גענוג מעצר אין זיך, און ווייסן וואס יא און וואס נישט צו שרייבן. אמאל גייט מען ביז'ן בארדער ליין ממש, אמאל מיט עטליכע פיס אוועק. אזאנע שרייבער וועט מען אוודאי נישט חוסם זיין, כאטש וואס זיי האבן בעצם די זעלבע מיינונגען ווי די ערשטע גרופע שרייבער, דאך וויבאלד זיי ווייסן וואס יא און וואס נישט צו שרייבן אויף דעם ספעציפישן פלאטפארמע, קענען זיי דארט פארבלייבן.
אויסדריקליך אז ווען העניטי און בן שפירא וואלטן געשריבן אויף טוויטער פילע זאכן וואס זיי אין אנדערע געלעגנהייטן, וואלטן זיי געווארן אראפגעווארפן פון דארט.