בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4759
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
הייליגע באשעפער כ’קען שוין נישט איך זיץ דא אין וויין און טרערן רינען פון מיינע אויגן ס’רוישט די געפילן פון רחמנות און צער און ווייטאג און אויפרעגונג אינאיינעם אזאנס צו טוהן זיצן טאטע מאמע שוין צוויי יאהר ביי די בעט פון זייערע טייערע קינד און האפט און דאווענט פאר די בעסטע. טאג איין טאג אויס גאנצעטע נעכט נישט געשלאפן און נישט געגעסן געוועהן פארנומען צו מאכן בעסער באקוועמער פאר זייער טייער קינד ריקן זיך אן רוצחים רשעים ארורים וואס די וועלט האט נאך נישט געהערט און קומען מיט א תירוץ אז זיי ווילן בעסער מאכן פארן קינד זאגטס נאר רשעים ארורים וואס עטס זענטס זענען ענק געוועהן אויף איין פארשאלטענע נאכט און שפיטאל פאר די קינד? האבן ענק עפעס געטוהן פאר די וואילזיין פון די קינד אדער עלטערן? זיצן אויף א שיינע באקוועמער בענקל פון א שופט אדער זיין אנגעטוהן מיט די ווייסע כאלאטלעך און טיילן דיעות וואס איז יא גיט אדער נישט זאגטס נאר פליסן בליט און ענקער אדערן אדער שנאת ישראל און מעסערס און קוילן פליסן דארט זענען ענק געבוירן געווארן פון א טאטע מאמע אדער פונעם שטן די מלאך המוות אליין ימח שמם וזכרם ווי קען מען טוהן אזא זאך??? טאטע מאמע האבן זיך געבעטן ביי ענק און זיך געוויינט פאר ענק און גארנישט ענק האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט. וואס האט ענק געשטערט אוועקצושיקן די הייליג לויטערע נשמה קיין אמריקע אדער קיין ארץ ישראל? פשוט וויסטע שנאת ישראל אונז האב מיר דא א געלעגנהייט צו הרגענען א אידיש קינד מיט א תירוץ פון איך ווייס נישט וואס...
שטייט טאטע און מאמע און און שפיטאל און ס’קומען אריין רוצחים בצורת דאקטורים און מגייט אויספלאגן אזוי פשוט און פראסט אן קיין בישה וויאזוי און די וועלט האבן ענק עס געקענט מאכן? ווי אזוי?ווי אזוי?
ווי קען מען אויסהאלטן?
זאלטס עטס אבער וויסן איין זאך אונז האב מיר א גרויסן פארכטיגע פאטער וואס ער איז די אמת’ע בעל הבית אויף לעבן ס’וועט קומען א צייט און מ’גייט נקמה נעמען און ענק אז ענק וועלן אפילו נישט וויסן אז א מענטש קען אזויפיהל מיטמאכן און ליידן סגייט זיין נקום נקמת דם אויף א נעקסט לעבעל איך קען קוים ווארטן עס צו זעהן
לויט ענק רוצחים האבן ענק נאר געוואלט גיט מאכן פארן קינד.. יעצט איז שוין (ליידער) טאקע גיט הייליגע נשמה גיי ארויף צום כסא הכבוד און מאן איין דיין אומשילדיגע פארגאסענע בליט און פארצייל פארן אייבערשטן וויפיהל כלל ישראל האט געטוהן דיך צו ראטעווען וויפיהל תהלים איז געזאגט געווארן און סגולות אידן און די גאנצע וועלט האבן געטוהן פאר דיין רפואה. און די טייערע עסקנים וואס זיי האבן אלס געטוהן ויפיל שלאפלאזע נעכט... און דיינע טייערע הייליגע עלטערן די הארץ קען צופלאצט ווערן נאר פון טראכטן וואס זיי האבן געטוהן פאר דיר. (קיינער ווייסט נישט אבער די שוין יא)
און בעט דארט אויבן פאר גאנץ כלל ישראל וואס ווארט שוין פאר די גרויסע ישועה און פאר דיינע געטרייע מסירות נפש’דיגע עלטערן...
די פעדער איז צו ארעם פארצולייגן די געפילן וואס א יעדער אידיש קינד פילט. נאר די הייליגע באשעפער קען אונז העלפן מי שאמר לעלמו די יאמר לצרותינו די

#גיי_קראך_גרינע_פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
די ארון איז נאכנישט אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל ווי ס'קוקט אויס וועט די לוויה זיין נאנט צו חצות און הר המנוחות
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
ממוצע האט געשריבן:סתם צו קלאר מאכן אביסל וואס די עיקר דין ודברים איז געווען.
די גאנצע דין ודברים דא איז געווען, אז די NHS האט גע'טענה'ט אז אלטע האט שרעקליכע יסורים ווען מ'רירט איר נאר צו, איר גאנצע קערפער טרייסלט, וכדו'. און אז עס איז נישטא קיין שאנסן אז זי גייט אמאל ווערן געזונט, נאר אדרבה, זאכן גייען נאר ווערן ערגער.
פארדעם זענען זיי אויך געווען קעגן טרענספערן קיין אר"י, ווייל זיי האבן גע'טענה'ט אז ס'גייט איר מאכן אומגעהויערע יסורים, און ס'קען גאר זיין אז זי גייט נישט מאכן די וועג. וביותר האט מען נישט געקענט געהעריג קאמיוניקירן מיט די איזראעלישע דאקטורים, איבער וואס זייער טריטמענט פלאן איז בכלל.
די עיקר טענה וואס די עלטערן האבן געהאט איז געווען, אז זיי האבן זיך געדינגען אויפן פאקט אז אלטא האט בכלל יסורים. 'דאס' איז געווען זייער עיקר טענה. ולא עוד אלא, זיי האבן אפילו געזאגט אז לולי ווען ס'זאל ווען זיין פעין, וואלט אפילו על פי הלכה געקענט מעגליך זיין אז מ'וואלט געמעגט אויספלאגן. (איך זאג וואס זיי האבן געזאגט) ובלשונם:
The only circumstances under which this might be permissible is where somebody is in constant suffering and pain, but we do not believe that these circumstances apply to Alta."
די דזשאדזש איז מאריך דארט באריכות, און נעמט נישט אן די מיינונג פון די עלטערן אז אלטא האט נישט קיין פעין.
די זאך איז, אז לויט ווי די עלטערן האבן גע'טענה'ט, זאגט די הלכה אז ס'איז נישט דא גענוג עווידענס אז אלטא האט טאקע פעין. (ס'קומט אויס פון זייערע ווערטער, אז די קאורט קען נישט באשליסן צו זי האט פעין. בערך אזוי, ס'ווערט נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט, אבער אזוי פארשטיי איך עס)
אויף דעם לאזט זיך די דזשאדזש אריין, אז ער נעמט נישט רעליגיע אריין אינעם בילד.
--
לענ"ד (ווי שוין געשריבן) איז די עיקר ווייטאג דא אז זיי האבן נישט גענומען רעליגיע אין חשבון. ווען עס שטייען עלטערן און טענה'ן אז פאר זייער קינד איז דאס בעסטע (גייסטיש) צו בלייבן לעבן, ווער ביסטו צו זאגן פארקערט אן קיין עווידענס.
(איך שרייב לויט די קאורט פאפירן. קען זיין ס'זענען דא נאך זאכן וואס שטייען נישט דארט.)
דו קענסט נישט נוצן די ווערטער וואס די עלטערן האבן גענוצט אין קאורט אלץ א הודאה צו די מצב אין וואס זי איז געווען. ס׳איז שטארק מעגליך אז מ׳האט געמוזט אזוי אראפמאלן די קעיס צוליב לעגאלע אדער פאליטישע סיבות.
אני הוא הנער, נער המדבר
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 366
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
האסטו וועסטו האט געשריבן:הייליגע באשעפער כ’קען שוין נישט איך זיץ דא אין וויין און טרערן רינען פון מיינע אויגן ס’רוישט די געפילן פון רחמנות און צער און ווייטאג און אויפרעגונג אינאיינעם אזאנס צו טוהן זיצן טאטע מאמע שוין צוויי יאהר ביי די בעט פון זייערע טייערע קינד און האפט און דאווענט פאר די בעסטע. טאג איין טאג אויס גאנצעטע נעכט נישט געשלאפן און נישט געגעסן געוועהן פארנומען צו מאכן בעסער באקוועמער פאר זייער טייער קינד ריקן זיך אן רוצחים רשעים ארורים וואס די וועלט האט נאך נישט געהערט און קומען מיט א תירוץ אז זיי ווילן בעסער מאכן פארן קינד זאגטס נאר רשעים ארורים וואס עטס זענטס זענען ענק געוועהן אויף איין פארשאלטענע נאכט און שפיטאל פאר די קינד? האבן ענק עפעס געטוהן פאר די וואילזיין פון די קינד אדער עלטערן? זיצן אויף א שיינע באקוועמער בענקל פון א שופט אדער זיין אנגעטוהן מיט די ווייסע כאלאטלעך און טיילן דיעות וואס איז יא גיט אדער נישט זאגטס נאר פליסן בליט און ענקער אדערן אדער שנאת ישראל און מעסערס און קוילן פליסן דארט זענען ענק געבוירן געווארן פון א טאטע מאמע אדער פונעם שטן די מלאך המוות אליין ימח שמם וזכרם ווי קען מען טוהן אזא זאך??? טאטע מאמע האבן זיך געבעטן ביי ענק און זיך געוויינט פאר ענק און גארנישט ענק האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט. וואס האט ענק געשטערט אוועקצושיקן די הייליג לויטערע נשמה קיין אמריקע אדער קיין ארץ ישראל? פשוט וויסטע שנאת ישראל אונז האב מיר דא א געלעגנהייט צו הרגענען א אידיש קינד מיט א תירוץ פון איך ווייס נישט וואס...
שטייט טאטע און מאמע און און שפיטאל און ס’קומען אריין רוצחים בצורת דאקטורים און מגייט אויספלאגן אזוי פשוט און פראסט אן קיין בישה וויאזוי און די וועלט האבן ענק עס געקענט מאכן? ווי אזוי?ווי אזוי?
ווי קען מען אויסהאלטן?
זאלטס עטס אבער וויסן איין זאך אונז האב מיר א גרויסן פארכטיגע פאטער וואס ער איז די אמת’ע בעל הבית אויף לעבן ס’וועט קומען א צייט און מ’גייט נקמה נעמען און ענק אז ענק וועלן אפילו נישט וויסן אז א מענטש קען אזויפיהל מיטמאכן און ליידן סגייט זיין נקום נקמת דם אויף א נעקסט לעבעל איך קען קוים ווארטן עס צו זעהן
לויט ענק רוצחים האבן ענק נאר געוואלט גיט מאכן פארן קינד.. יעצט איז שוין (ליידער) טאקע גיט הייליגע נשמה גיי ארויף צום כסא הכבוד און מאן איין דיין אומשילדיגע פארגאסענע בליט און פארצייל פארן אייבערשטן וויפיהל כלל ישראל האט געטוהן דיך צו ראטעווען וויפיהל תהלים איז געזאגט געווארן און סגולות אידן און די גאנצע וועלט האבן געטוהן פאר דיין רפואה. און די טייערע עסקנים וואס זיי האבן אלס געטוהן ויפיל שלאפלאזע נעכט... און דיינע טייערע הייליגע עלטערן די הארץ קען צופלאצט ווערן נאר פון טראכטן וואס זיי האבן געטוהן פאר דיר. (קיינער ווייסט נישט אבער די שוין יא)
און בעט דארט אויבן פאר גאנץ כלל ישראל וואס ווארט שוין פאר די גרויסע ישועה און פאר דיינע געטרייע מסירות נפש’דיגע עלטערן...
די פעדער איז צו ארעם פארצולייגן די געפילן וואס א יעדער אידיש קינד פילט. נאר די הייליגע באשעפער קען אונז העלפן מי שאמר לעלמו די יאמר לצרותינו די
דברים יוצאים מן הלב, ויורדים עד דכדוכה של נפש...
מִשְׁפָּטֶךָ תְּהוֹם רַבָּה...
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
יידישע קהילות האט געשריבן:אייכלר טוט א נארישקייט פאר זיך טשעפען מיט די קריסטליכע רעליגיע. 1. התגרות באומות. 2. די קריסטן זענען מער אויף דייין זייט, דיין טענה אויף די ליבעראלע אטעאיסטן.
עירוב תבשילין האט געשריבן:ח"כ ישראל אייכלער שטארק פארדאמט דאס הארגענען אן אומשילדיג קינדהעולם המודרני חוזר לתרבות סדום ועמורה. במשך חדשים זעקה המשפחה לעזרה אל מול המשפט הבריטי שהפך לסדום ועמורה. וכן מוח מדינת ישראל שהתנכרה לאזרחיה.
ניסינו לפנות לנשיאים, שרים, משפטנים וכל אשר לב אנושי בקרבו. אך איש לא הצליח לעמוד מול הכוח המשפטי של "דת החמלה".
ביצוע הריגה בכפיה של תינוקת יהודיה חולה בבריטניה, הופך את עולם הרפואה והבריאות לרצחני ומסוכן לחולים, לזקנים ולחלשים. העולם הופך ליער חיות אכזרי, בו החזקים הורגים את החלשים. הכל בשם "הברירה הטבעית" ההופכת אנשים לחיות .
פסק הדין של בית המשפט הבריטי להוציא להורג ילדה מיוסרת, מתוך "רחמים", פותח פתח גיהנום לכל החולים הסופניים, העניים המרודים, וכל מי שאין לו כסף וכוח להתגונן מפני הורגיו ה"רחמניים".
כל מי שלב רחום בקרבו בוכה הלילה יחד עם המשפחה השכולה ואכזבתם של כל האנשים הטובים שניסו לעזור, לפעול ולהפעיל אחרים מקצה העולם ועד קצהו.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
כמיין אז ער האט געמיינט די ליבעראלער אזוי גערופענע רחמנות אידיאלאגיע.
ער ניצט עס אלס א געבארגטע שפראך. כנלענ"ד
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
יו"ט ערלך ז"ל האט א ניגון
אז ווען משיח צדקנו וועט קומען
וועט ער אלע פעלקער פארהלטן פאר
זייערע אכזריות,
און וועט זיי ביטערלך שטראפן,
בפרט אייראפע איז באוויסט מיט אסאך
יודש בלוט,
רשעים ארורים,
אז ווען משיח צדקנו וועט קומען
וועט ער אלע פעלקער פארהלטן פאר
זייערע אכזריות,
און וועט זיי ביטערלך שטראפן,
בפרט אייראפע איז באוויסט מיט אסאך
יודש בלוט,
רשעים ארורים,
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
די ערשטע מאל זייט די צווייטע וועלט קריג, וואס עלטערן זעהן צו ווי מען הארגעט זייער קינד, דורך באאמטע מיט א גלייכגילטיגקייט,
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
קודאס פאר JD Media פארן קלאר ארויסשרייבן דעם הי"ד
אידישע וועלט אין טיפע שאק און ווייטאג נאך ברוטאלע פטירה פון אלטא פיקסלער הי"ד
ענגלאנד - נאך א לאנג פארצויגענעם געריכטליכן קאמף, א שטורמישע אינטערנאציאנאלע מאביליזאציע פון חרדי'שע עסקנים איבער דער וועלט פרובירנדיג אין דער לעצטער מינוט צו אויסאיבן מאקסימאלער פאליטישער דרוק אויף די בריטישע אינסטאנצן דאס אפצושטעלן, און די תפילות און צאפלענישן פון צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אנטוויקלונגען פון דער נאנט די לעצטערע מאנאטן, איז די פרשה געקומען צו א גאר טרויעריגע ענדע ווען די שפיטאל און די דאקטוירים האבן צוגעשטאפט זייערע אויערן צו די וויי געשרייען און בקשות פון די פאמיליע און דעם גאנצן כלל ישראל און האבן אראפ גענומען דאס קינד פון לייף סופארט. א מנין אידן, צווישן זיי די עלטערן און פילע עסקנים זענען אנוועזנד געווען אין שפיטאל צימער, און האבן - אינאיינעם מיט טויזנטער אידן איבער דער וועלט וועלכע האבן מיטגעהאלטן לעבעדיג - פארגאסן טייכן טרערן בשעת די בעלי מנגנים האבן געזינגען הארציגע ווארימע ניגוני התעוררות האפנדיג אויף א נס א גאנצע צייט. דאס קינד האט נאך אליין אביסל געאטעמט אן די מאשינען אבער נאך א שעה בערך האט דאס קליין אומשולדיג קינד ע"ה אויסגעהויכט די נשמה אין עלטער פון קוים 2 יאר צום ווייטאג און ערשיטערונג די צובראכענע פאמיליע און דעם גאנצן כלל ישראל וועלכע זענען געשטאנען און צוגעקוקט און ליידער גארנישט געקענט טון דאס אפצושטעלן, ווי עס שטייט אין די תוכחה עיניך רואות וכלות ואין לאל ידיך. מען בעט ווער עס קען זאל לערנען משניות לע"נ אלטא ע"ה ב"ר אברהם נ"י און כלל ישראל האפט און איז מתפלל די צובראכענע פאמיליע זאל אויפגעראכטן ווערן און זיך קענען טרייסטן נאך די ביטערע אומגליק וואס האט זיי באטראפן.

- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
סאבאבא האט געשריבן:די ארון איז נאכנישט אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל ווי ס'קוקט אויס וועט די לוויה זיין נאנט צו חצות און הר המנוחות
קול מבשר זאגט ביים הר המנוחות אום 12 אזייגער
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
לינק פון די לוויה וואס וועט זיך אנהייבן ארום 12 אז.
https://www.c-live.co.il/archives/28824
https://www.c-live.co.il/archives/28824
-
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:52 pm
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
רבותי גיסט געלט להמשפחה
-
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:52 pm
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
מצפים לגאולה האט געשריבן:די ערשטע מאל זייט די צווייטע וועלט קריג, וואס עלטערן זעהן צו ווי מען הארגעט זייער קינד, דורך באאמטע מיט א גלייכגילטיגקייט,
שרעקעדיג אבער ליידער אמת
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
moishy56 האט געשריבן:Sunrise ברור האט געשריבן:לינק???
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p3078000
משתתף געווען
- יענץ פויגל
- שר האלפיים
- תגובות: 2451
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
סאבאבא האט געשריבן:לינק פון די לוויה וואס וועט זיך אנהייבן ארום 12 אז.
https://www.c-live.co.il/archives/28824
אוי באשעפער ס'רייסט דאס הארץ צו זעהן אזא קליין טלית'ל ליגן, נעבעך אן אומשולדיג שעפעלע גע'רצח'ט דורך די בריטישע מערדער, הי"ד
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
moishy56 האט געשריבן:וואס עפעס? האט געשריבן:וואלט געווען פאסיג צאמצושטעלן א מכובד׳יגע סכום אז די משפחה זאל זיך קענען שטעלן אויף די פוס
אויב איינער ווייסט וואו מען קען געבן געלט זאל ער ביטע שטעלן א לינק
מארגען הייבט זיך אהן א קאמפיין, צו אוועקשטעלן די משפחה אויף די פיס
https://www.charityextra.com/bdealta
.
אפשר ארלעדיגסטו אן אייוועלט טיעם פעידש ?
וואו איך הער איז די משפחה גאר נויטיג אין געלט צו דעקן די ריזיגע הוצאות פון די ליגאלע קאסטן + די טאטע האט אפגעלאזט זיין פאסטן אין מיז זיך יעצט שטעלן אויף די פוס
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
גיטע פלאן קענסט דיך רעכענען אויף מיין נדבהוואס עפעס? האט געשריבן:moishy56 האט געשריבן:וואס עפעס? האט געשריבן:וואלט געווען פאסיג צאמצושטעלן א מכובד׳יגע סכום אז די משפחה זאל זיך קענען שטעלן אויף די פוס
אויב איינער ווייסט וואו מען קען געבן געלט זאל ער ביטע שטעלן א לינק
מארגען הייבט זיך אהן א קאמפיין, צו אוועקשטעלן די משפחה אויף די פיס
https://www.charityextra.com/bdealta
.
אפשר ארלעדיגסטו אן אייוועלט טיעם פעידש ?
וואו איך הער איז די משפחה גאר נויטיג אין געלט צו דעקן די ריזיגע הוצאות פון די ליגאלע קאסטן + די טאטע האט אפגעלאזט זיין פאסטן אין מיז זיך יעצט שטעלן אויף די פוס
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח

- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
די השגה פון נאר 186,000 פונט איז קליין און אזא מצב.
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
shimon7323 האט געשריבן:די השגה פון נאר 186,000 פונט איז קליין און אזא מצב.
זיי זענען נישטא צו מאכן פראפיט אויף די מצב סאיז פשוט פאר די חובות
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2479
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
shimon7323 האט געשריבן:די השגה פון נאר 186,000 פונט איז קליין און אזא מצב.
גייצעך בדרך הטבע ענדיגן אסאך העכער.
דאס איז א מעשה וואס האט בארירט כלל ישראל אויף זייער א טיפע פארנעם.
איך האמעך שוין משתתף געווען
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
איך קען א אינגערמאן אין קרית יואל וואס האט איבער 100 טויזענט דאללער ארויסגעלייגט פון זיין אייגענע טאש פאר די קעיס, ער האט קיינמאל די משפחה נישט געקענט, סתם א טובה צו טוהן פאר א אידיש קינד
מדארף זיך אנשטרעגן אין מנדב זיין אפאר טאללער

..
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
עס איז געמאכט פשוט די עלטערן זאלן האבן צו לעבן יעצט (און אביסל אפצאלן פון די עבר), די קבורה און טראנפארטן קאסטן, און עסן אין מויל ביז ער קען צוריקגיין נעמען א דשאב ווי ער האט אייביג געטון ביז'ן עס אפלאזן בלית ברירה פאר'ן קינד'ס וועגן.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2872
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: בד”ה: ענגלישע שפיטאל ענדיגט לעבן פון הילדה אלטא פיקסלער הי”ד
אפשר טאקע א אייוועלט טיעם?
די עולם איז ווארים, כ'האלט מען גייט געבן אין די מאסן.
5 אלפים?