(תשפ״א) מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכער מערדער ברייען לאונדרי - געפונען טויט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

(תשפ״א) מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכער מערדער ברייען לאונדרי - געפונען טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

ביי אונז אידן פאסירט זייער זעלטן, אויב בכלל, אז א איד זאל ווערן פארשוואונדן און מען זאל מער קיינמאל נישט וויסן וואו יענער איז אהינגעקומען. אויב פאסירט ח"ו א פאל ווי עמיצער ווערט פארלוירן וועט מען תיכף אונטערנעמען א מאסיווע זוכעריי דורך הונדערטער וואלונטירן וואס וועלן זוכן טעג און נעכט צו זיכער מאכן אז מען טרעפט אפיר דעם פארלוירענעם איד, גאנץ כלל ישראל וועט נישט רוען ביז מען טרעפט אפ דעם מענטש.

אין די אלגעמיינע וועלט איז אבער פארהאן צענדליגער טויזנטער מענטשן וואס זענען פון איין מינוט צום צווייטן פארוואונדן געווארן און ולא נודע כי באו אל קרבנה, די משפחה ווערט קיינמאל נישט געוואויר וואו זייער קינד איז אהינגעקומען און דאס איז א געוואלדיגער אומבאשרייבליכע צער און עגמת נפש.

אט הערט א געשיכטע וואס שפילט זיך יעצט אפ אין אמעריקא איבער צוויי פארלוירענע מענטשן, וואס אנדערש ווי ביי די צענדליגער טויזנטער פארשוואונדענע וואס קיינער דרייט בכלל נישט איבער א וועלט זיי צו אפירזוכן און זייער געשיכטע ווערט פארשוואנדן פון די מאפע ווי א גלעזל אינעם פאסיפיק אושען, האט די געשיכטע באקומען גאר שטארקע נאציאנאלע דעקונג איבער'ן גאנצן לאנד, אריינגערעכנט אז די עף-בי-איי פירט אן העפטיג דער זוכעריי און אנשטאט די געשיכטע זאל אראפגיין פון די העדליינס איז עס שוין אין די העדליינס פאר וואכן לאנג און קאכט ווי א קעסל פול מיט דראמא און נייגער.

מיט העכער א חודש צוריק צווישן די טעג פון פארלאפענעם פרייטאג פ' כי תבא און מאנטאג נצבים – למס' אוגוסט 27, אוגוסט 30, 2021 איז א 22 יעריגע פרוי מיט'ן נאמען געבי (געבריעל) פעטיטאו פארשוואונדן געווארן דורכאויס א 'ווענלייף' (ווען לעבן) אויספלוג וואס זי אינאיינעם מיט איר מאן האבן אונטערגענומען לענגאויס אמעריקע.

א 'ווענלייף' איז א סטיל לעבנסשטייגער וואס באדייט אז מען וואוינט חדשים לאנג פשוטו כמשמעו 'אין א ווען', מען שלאפט אפיציעל אין די ווען, אלע חפצים ליגן אין די ווען, בלויז עסן גייט מען קויפן אין רעסטוראנטן און מען פארט ארום איבער וועגן און שטעגן צו דעקן אינטערעסאנטע ערטער.

פרוי פעטיטאו איז א ניו יארקער אפשטאמיגע זינט זי איז געבוירן געווארן אין בלו פוינט, ניו יארק. מיט עטליכע יאר צוריק האט זי באקומען איר באשערטע זיווג איינער מיט'ן נאמען ברייען לאנדרי וואס קומט פון נארט פארט, פלארידא. דאס פארפאלק האט מחליט געווען צו מופן פון ניו יארק קיין פלארידא צו וואוינען אין שטוב פון משפחת לאנדרי, די עלטערן פון ברייען לאנדי.

פרייטאג פ' פנחס – למס' יולי 2, 2021 האט זיך דאס פארפאלק ארויסגעלאזט אויף זייער ווענלייף טריפ וואס איז געווען ערווארטעט צו נעמען פיר חדשים. ווי ס'איז די סדר ביי די גוים האט עטליכע וואכן אריין אין זייער רייזע אויסגעבראכן געשלעגן צווישן די פארפאלק.

דאנערשטאג פ' שופטים – למס' אויגוסט 12, 2021 האבן עדות אנגעהויבן אריינרופן צו די פאליציי איבער געשלעגן וואס קומען פאר צווישן צוויי מענטשן, די צוויי מענטשן זענען שפעטער אידענטיפיצירט געווארן אלס די לאנדרי פארפאלק.

ארום די טעג פון דינסטאג פ' כי תבא – למס' אויגוסט 24, 2021 אדער אין איינע פון יענע טעג האט רעבעצין פעטיטאו געמאלדן פאר איר מוטער אז זיי לאזן זיך ארויס אויף א רייזע פון די סאלט לעיק סיטי געגענט אין יוטא צו גיין באזוכן די הערליכע 'יאלאוסטאון' נאציאנאלע פארק וואס געפינט זיך אויסגעשפרייט איבער דריי שטאטן, ווייאמינגף איידעהאו און מאנטאנא.

דינסטאג פ' כי תבא - אום אויגוסט 24, 2021 האט רעבעצין פעטיטאו גערופן איר מאמע דערציילן אז זי געפינט זיך ביי די הערליכע ריזיגע גרענד טעטאן נאציאנאלע פארק, לאקירט אין צפון מעריב ווייאמינג.

מאנטאג פ' נצבים – למס' אויגוסט 30, 2021 האט די מוטער פון רעבעצין פעטיטאו אנגעהויבן צו באקומען מאדנע מעסעדזשעס פון איר טאכטער'ס טעלעפאן וואס האט נישט געמאכט קיין סענס אז זי זאל דאס האבן געשיקט, איר מוטער האט פארדעכטיגט אז עפעס אומגעווענליך גייט פאר, אבער זי האט גארנישט געטון דערצו.

מיטוואך פ' נצבים – למס' סעפטעמבער 1, 2021 איז ברייען לאנדרי צוריק אנגעקומען צו די היים פון זיינע עלטערן אין פלארידא, ער האט זיך אבער צוריקגעקערט ביחיד, אן דעם וואס ער זאל האבן זיין פרוי מיט זיך.

דעם זיבעטן פון פ' וילך – למס' סעפטעמפער 11, 2021 האט משפחת פעטיטאו גערופן די פאליציי מעלדן אז זייער טאכטער איז פארשוואונדן געווארן און זיי האבן שוין נישט געהערט פון איר זינט ענדע אויגוסט למס'. די פארדאכט איז גלייך געפאלן אויף איר מאן ברייען לאנדרי אז ער האט מעגליך דער'הרג'עט זיין פרוי.

מיטוואך פ' האזינו – למס' סעפטעמבער 15, 2021 איז די פאליציי איבערגעפאלן די ווען פון ברייען לאנדרי אין פלארידא, און האבן עס אונטערזוכט פאר מעגליכע באווייזן איבער די מארד פון פרוי פעטיטאו.

מיטוואך פ' האזינו – למס' סעפטעמבער 15, 2021 האט די פאליציי דערקלערט ברייען לאנדרי אלס 'פערזאן אוו אינטרעסט' וועמען זיי זוכן איבער די מעגליכע מארד פון פרוי פעטיטאו.

די מחותנים למשפחת פעטיטאו האבן זיך פרובירט צו פארבינדן מיט די מחותנים למשפחת לאנדרי צו פרעגן אויב זיי ווייסן אפשר מער אינפארמאציע וואו זייער טאכטער קען זיך מעגליך געפינען. משפחת פעטיאו האבן גערופן און געשיקט מעסעדזשעס פרעגן אויב זיי ווייסן אינפארמאציע אבער די מחותנים למשפחת לאנדרי האבן נישט געהאלטן ביים זאגן אויב זיי ווייסן עפעס אינפארמאציע איבער זייער פארלוירענע טאכטער. די לויער פון משפחת לאנדרי האט זיי געראטן אז זיי זאלן זיך האלטן גענצליך שטיל.

פרייטאג פ' האזינו – למס' סעפטעמבער 17, 2021 האט משפחת לאנדרי גערופן די פאליציי צו באריכטן אז זייער זון ברייען איז פארשוואנדן געווארן און זיי האבן נישט קיין השגה וואו ער איז אהינגעקומען, נאך וואס זיי הערן שוין נישט פון אים עטליכע טעג. זיינע עלטערן האבן געזאגט אז זיי דאס לעצטע מאל זיי האבן געהערט פון ברייען איז געווען סעפטעמבער 14, אבער שפעטער האבן זיי געטוישט אז דאס לעצטע מאל איז געווען סעפטעמבער 13, 2021.

זונטאג פאר סוכות – למס' סעפטעמבער 19, 2021 האט די פאליציי אפגעפונען איבערבלייבענישן פון א מענטש אין די אויבנדערמאנטע פארק אין ווייאמינג נאענט צו די ארט וואו דאס פארפאלק איז דאס לעצטע מאל געזען געווארן אינאיינעם, נאכן דורכפירן טעסטס און האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז די פארלוירענע 22 יעריגע פרוי פעטיטאו. אן אטאפסי דורך א לאקאלע קאראנער עטליכע וואכן שפעטער איז געקומען צום אויספיר אז פרוי פעטיטאו איז אומגעברענגט געווארן דורך א צווייטן.

מאנטאג ערב סוכות – למס' סעפטעמער 20, 2021 האט די עף-בי-איי דורכגעפירט א זיכעריי אויף די הויז פון משפחת לאנדרי וואו ברייען האט געוואוינט צוזאמען מיט זיינע עלטערן, זיי האבן קאנפיסקירט א פארקירטע קאר וואס איז געווען דארט אויפ'ן שטח.

דינסטאג יום א' דסוכות – למס' סעפטעמבער 21, 2021 האט דער פלארידע גאווערנאר ראן דעסענטיס געמאלדן אז ער אויטאריזירט אלע סטעיט אגענטורן צו ארויסהעלפן מיט דער זיכעריי פון ברייען לאנדרי.

טעג נאך וואס פרוי פעטיאו איז פארשוואונדן געוארן איז איר דעביט קארטל געווארן גענוצט צו קויפן זאכן פאר די סכום פון $1000, לויט ווי די פעטיטאו פאמיליע זאגט האט ברייען לאנדרי גע'גנב'עט די דעביט קארטל פון זיין פרוי נאכ'ן איר אומברענגען.

עטליכע ווידיאס וואס זענען ערשינען אין די טעג אין וואכן בעפאר די פארשוואונדונג פון פרוי פעטיאו האט געוויזן (משום והייתם נקיים, איך האב עס נישט געקוקט) ווי די פארפאלק איז נישט אין גוטן... איין ווידיא פון א טראפיק אפשטעל צייגט ווי ביידע די מאן און ווייב האבן צייכענעס אויפ'ן פנים פון מכות וואס זיי האבן באקומען איינער פונעם צווייטן, פרוי פעטיטאו ווערט געזען וויינען בכיות נוראות. ביידע פון זיי האבן נישט געוואלט אריינגעבן קלאגן איינער קעגן דעם צווייטן. פרוי פעטיטאו האט געזאגט פאר די פאליציי אז זי ליידט פון צייט צו צייט אויף או-סי-די צוליב דעם האט זי עמאציאנאלע אויסברוכן, עקספערטן זאגן אבער אז מען קען קלאר זען אז זי האט געצווינגענערהייט גענומען די שולד אויף זיך וויבאלד זי האט מורא געהאט אז ברייען גייט נקמה נעמען אין איר.

דעם זיבעטן פון פ' בראשית - Oct 2, למס' האט אן הייקער אנגעבליך געזען ברייען לאנדרי שפאצירן ביי די 'אפאלאטשעין טרעיל' וואס געפינט זיך ביים גרעניץ צווישן די שטאטן טענעסי און נארט קעראליינע, ער האט גערופן די פאליציי באריכטן אז ער האט געזען ברייען, עס ווערט אויסגעפארשט צי ברייען געפינט זיך מעגליך דארט.

שטעלט זיך אבער די פראגע וואו געפינט זיך יעצט איר מאן/מערדער(?...) ברייען לאנדרי ?! איז ער נאך ביים לעבן ?! אויב יא וואו געפינט ער זיך?! האט ער טאקע ערמארדעט זיין פרוי?!

צו פארענטפערן די אלע פראגעס און אויף די ביטע פון די מחותנים למשפחת לאנדרי האט זיך תיכף אנגעהויבן א מאסיווע זוכעריי דורך די פאליציי און עף-בי-איי לענגאויס גאר א גרויסע שטח פון העכער 24 טויזט אקער לאנד וואס געפינט זיך אויף א שטח וואס ווערט אנגערופן די 'קארלטאן רעזערוו' וואס געפינט זיך ארום 13 מייל ווייט פון וואו משפחת לאנדרי וואוינט.

די זוכעריי נאך ברייען גייט שוין אן פאר עטליכע וואכן אן קיין שום ערפאלג אדער סיי וועלכע שפירן וואס זאל אנדייטן וואו ברייען לאנדרי איז אהינגעקומען.

איין פאזיטיווע זאך איז ארויסגעקומען פון די זוכעריי נאך ברייען לאנדרי, אז צוויי פארשוואונדערע מענטשן וואס מען האט נישט געוואוסט וואו זיי זענען אהינגעקומען האט מען אפגעפונען זיער קערפער, איין קערפער האט מען געפונען נעבן די קערפער פון פרוי פעטיאו, די צוויי האט מען געפונען ביי די הייקינג ארט וואו דער הייקער האט אנגעבליך געזען ברייען לאנדרי.

פאריגע וואך דאנערשטאג נח – למס' אקטאבער 7, 2021, דאס הייסט עטליכע וואכן נאך וואס ברייען איז פארשוואונדן געווארן, איז זיין פאטער קריס לאנדרי אנגעקומען צו די שטח פון די זיכעריי און אנגעהויבן ארויסהעלפן מיט די זוכעריי.

דינסטאג לך - למס' אקטאבער 12, 2021 האט די קאראנער אין ווייאמינג ארויסגעגעבן א באריכט נאכ'ן דורכפירן א גרינטליכע אויספארשונג אויף פרוי פעטיטאו'ס קערפער, און עס שטעלט זיך ארויס אז פרוי פעטיטאו איז געווארן בייזוויליג אומגעברענגט זייענדיג 'אין א שלאכט' מיט א צווייטן און איז נישט געשטארבן פון נאטירליכע סיבות, וואס באשטעטיג אז ווארשיינליך האט איר געוועזענער מאן איר דערמארדעט אזוי אויך ווייזט די באריכט אז פרוי פאטיטאו איז שוין גע'הרג'עט געווארן ארום דריי אדער פיר וואכן פאר די קערפער איז אפגעפונען געווארן אום סעפטעמבער 19, 2021, לויט די קאראנער באדייט דאס אז פרוי פעטיטאו איז אומגעברענגט געווארן שפעטסטענס ענדע חודש אויגוסט למס'.

מיטוואך פ' לך - למס' אקטאבער 13, 2021 איז דער פאטער למשפחת לאנדרי געזען געווארן שניידן די גראז פארענט פון זיין הויז כאילו לא הי'. להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי יעקב אבינו שטייט אז ער האט זיך נישט געקענט טרייסטן וויבאלד זיין זון יוסף האט באמת נאך געלעבט און ס'איז גזירה על המת שנשתכח. דאס אז הרב לאנדרי גייט אזוי שנעל אן ווייטער מיט זיין לעבן ווען זיין זון פעלט באדייט אז ער האט זיך שוין מנחם געווען אז זיין זון איז טויט אדער ער ווייסט דעם אמת אז ער לעבט דעריבער ברויך ער נישט קיין נחמה?

דאנערשטאג פ' לך - למס' אקטאבער 14, 2021 נאכ'ן ענדיגן מאכן ניתוחי מתים אויף זייער קינד זענען די ערשיטערע עלטערן למשפחת פעטיטאו אראפגעפארן קיין ווייאמינג צו אפנעמען די קערפער פון זייער קינד און עס ברענגען קיין ניו יארק סטעיט וואו זי וועט קומען לקבורה.

לויט עקספערטן קען א מענטש איבערלעבן אין דעם רעזערוו פאר היבש א לאנגע צייט אויב האט דער מענטש עסן מיט זיך, אבער אויב איז דער מענטש אזא סארט טיפ וואס וועט זיין גרייט צו עסן סיי וואס צו בלייבן ביים לעבן.

לויט ווי ברייענ'ס געשוויסטער זאגן איז ער טיילווייז אזא סארט מענטש וואס קען איבערלעבן אפילו ער האט נישט מיטגענומען קיין עסן מיט זיך און ער איז שוין דארט פאר פיר וואכן. א שוועסטער פון ברייען איז ארויסגעקומען מיט א ביטע צו אים אז ער זאל ארויסקומען און זיך איבערגעבן פאר די פאליציי צו ברענגען אן ענדע צו די אומגעהויערע בזיונות פאר גאנץ משפחת לאנדרי.

שטעלט זיך די פראגע..

איז ברייען לאנדרי נאך ביים לעבן?! ווער זאגט אז ברייען געפינט זיך בכלל אין דעם 24 טויזנט אקער שטח ?! געפינט זיך ער זיך בכלל נאך אין אמעריקע אדער ער איז אנטלאפן בעפאר די זוכעריי האט זיך אנגעהויבן ?! פארוואס האט ברייענ'ס פאטער געווארט עטליכע וואכן ביז ער האט אנגעהויבן אנטיילנעמען אין די זוכעריי נאך זיין זון ?! גייט מען אים אמאל טרעפן ?!

אויף איין זאך האב איך א תירוץ אויף וואס מיר אידן זאגן יעדן טאג די ברכה שלא עשני גוי!!

איך פערזענליך גלייב אז ברייען איז נאך ביים לעבן און געפינט זיך ערגעץ אין אמעריקע, וואס האלט דער עולם?..
לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 3:36 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

wow wow א מעסטער פיס!

אזוי קלאר און געשמאק אראפגעלייגט

זייער א טרויעריגע מעשה
(--ווערטערלאז--)
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

מיט געהאלטן פון אנהייב די מעשה, געווארט איינער זאל עפענען א אשכול
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הערליך שיין!!

האלט אונז אינפארמירט
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

Wow
געפילט ווי איך ללין יעצט דער שטערן פון 10 יאר צוריק
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

עולם הפוך האט געשריבן:וואס האלט דער עולם?..

אז עולם הפוך איז אן אייזערנע שרייבער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

זייער שיין און רייך באשריבן א גאר שרעקעדיגע געשיכטע...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

יש לו מנה האט געשריבן:הערליך שיין!!

האלט אונז אינפארמירט
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

מים חיים האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:וואס האלט דער עולם?..

אז עולם הפוך איז אן אייזערנע שרייבער

יאפ 100 פארצענט
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

יישר כח פארן אזוי שיין אראפשרייבן

(איר האט א פאך אין די הענט!)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פער בריסטאו האט געשריבן:מיט געהאלטן פון אנהייב די מעשה, געווארט איינער זאל עפענען א אשכול
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

פער בריסטאו האט געשריבן:מיט געהאלטן פון אנהייב די מעשה, געווארט איינער זאל עפענען א אשכול


גא"מ, זיך געוואונדערט פארוואס קיינער האט ביז יעצט נישט געברענגט די נייעס.

אבער יעצט האמיר באקומען א הערליכע קלארער באריכט!

ייש"כ.

מיין השערה איז אז ברייען לאנדרי האט זיך אליינס אומגעברענגט.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיינע ארטיקל דאס. צו ערגענצן דעם בילד, שטעל ביטע א בילד פון דעם שנה ראשונה יונגערמאן וואס איז אנטלאפן, אפשר וועל איך אים פונקט דערקענען דא אויפ'ן גאס.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מים חיים האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:וואס האלט דער עולם?..

אז עולם הפוך איז אן אייזערנע שרייבער

;l;p-
בפרט ווען ס'קומט באצוקערט מיט אזעלכע לשונות ווי "מחותנים לבית לאנדרי" אא"וו...
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

עולם הפוך האט געשריבן:..


זייער זייער קלאר. איין זאך האטסו פארגעסן אז ערגעץ אינמיטן האבן זיי זיך געריפן פאליציי איינער דעם צווייטען.
עס איז דא א ווידאו פין דעם.
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

קלמן יעגער האט געשריבן:געפילט ווי איך ליין יעצט דער שטערן פון 10 יאר צוריק

!RT
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
מחמוד על זאגארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:56 pm
לאקאציע: מיטל מזרח

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחמוד על זאגארי »

איינער שרייבער, ליינט זיך ווי אן אלטע ארטיקל אינעם שפאקטיוו.

קיפ איט אפ!
مرحبا لجميع الأصدقاء هنا في العالم
من فضلك لا تخافوا مني ، أنا لست عربيًا ، أنا يهودي أصلي فخور
اتمنى لك يوم جيد
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער הנאה געהאט פונם ארטיקל, שרייבסט זייער געשמאק! שכח און שרייב נאך!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Finely
דא א אשכול אויף דעם
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געטראכט די זעלבע שלא עשנו גוי. מיין מיינונג איז אז ער איז נישט ביים לעבן
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

Jobless האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:..


זייער זייער קלאר. איין זאך האטסו פארגעסן אז ערגעץ אינמיטן האבן זיי זיך געריפן פאליציי איינער דעם צווייטען.
עס איז דא א ווידאו פין דעם.

אויך האט א הייקער באריכטעט פאריגע וואך אז ער האט אים געזעהן אויף א בארג.
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

זייער שיין אראפגעלייגט.
א גרויסן ישר כח
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

wow wow wow wow wow wow
א מעסטער פיעס זיער געשמאק געשריבן און היבש Hיומעריסטיש,
קום אריין מיט נאך ארטיקלען,
ייש"כ גיי אן מיט א פרישקייט....
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

עולם הפוך די איבעראשט מיר יעדע מאל עקסטער…

מאסיוו באשריבן, יעך בין ביי די מיינונג אז ער איז שוין נישט בין החית…
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: מאסיווע זוכעריי קומט פאר נאך מעגליכע מערדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

ווי איז די קארטל געטשארטש געווארן?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”