אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די אמעריקאנער באציאונגען מיט כינע זענען אין א גאר נידריגע שטאפל, מיט קעגנזייטיגע באשולדינגען פון ביידע זייטן

די לעצטע שטאך פון אמעריקא איז געקומען אין פארעם פון א דיעל מיט אוסטראליע און ענגלאנד איבער נוקלעארע סובמארין טעכנאלאגיע אינאיינעם מיט א ראיאנאלער דיעל.

די איינציגסטע - און ענליכסטע אשכול צו דעם איז דאס, אבער כ'האב נישט געהאלטן אז דאס איז די טעמע, אויב איז מעגליך קען מען עס אפשר טאקע שמעלצן
לעצט פארראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דאס איז א גאר שנעלע איבערזיכט פונעם מצב

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דאס איז - מעגליך - אן איבערגעטריבענע סטעיטמענט, און איך אים עס לאזן אליינס אויסקלארן/פארטיידיגן.

נאר געדענקן טראמפ'ס הויפט פריאריטעטן קעגן כינע:

1 - וואלוטע מאניפולאציע
2 - גערויבטע אינפארמאציע
3 - צוריק ברענגען דשאבס
4 - איינזייטיגע סובסידיעס (מאכן ביליגער דאס פראדוקציע אין כינע)
5 - טרעיד דעפיציט (כינע עקפארטירט מער ווי זי אימפארטירט)
6 - 5 דשי קאמף
7 - פאקוסירן קריטיק אויף כינע
________________________
מיטלען צו שטויסן כינע

- טייוואן
- דרום כינע ים אינזלען (נאך אונטער אבאמע'ס יארן)
- מזרח כינע ים (קריגעריי צווישן יאפאן און כינע)
- האנג קאנג
________________________

וואס האט ער למעשה געטון?
6 - ער האט סוקסעספול בלאקירט וואוועי פון אריין קומען אין די אמעריקאנער, בריטישע, קאנאדישע, יאפאנעזישע, ניו זילאנדישע, (אויך פוילן, טשעכיי, עסטאניע,) מארקעטס
1 - דעזיגנירט כינע אלץ וואלוטע מאניפולירער
- געלייגט סאנקציעס אויף כינע איבער האנג קאנג
- געלייגט סאנקציעס אויף כינע איבער די ווייגער מוסלעמענער
2 - פארמאכט די כינעזע דיפלאמאטישע אפיס אין טעקסאס באשולדיגט אין רויבן אינפארמאציע

דורכפעלער:

אמעריקאנע דשאבס פלאנירן נישט צוריק צו קומען קיין אמעריקא
כינע רויבט ווייטער אינפארמאציע
די כינעזישע סובסידיעס גייען אן
די כינע - אמעריקא טרעיד דעפיציט איז ווייטער הויך
די וואלוטע מאניפולאציע איז אנגייענד

(טיילווייזע) סוקסעס:
וואוועי
געמאכט כינע א הויפט טעמע - א זאך וואס די דעמאקראטן און רעפובליקאנער זענען פאראייניגט - און דאס גייט זיי נאך קאסטן מער

יעצט מאכט א באשלוס - איז נוקלעארע סובמארינס פאר אוסטראליע אזוי ווי טראמפ'ס קאמף איבער וואועי?
כ'מיין אז וואוועי איז געווען א שווערע - און טיילוויז סוקסעספולע קאמפיין (נאר טיילווייז ווייל פראנקרייך [די וואס בלאזט יעצט] און דייטשלאנד האבן אנטזאגט זיי ארויס צו פירן)
י
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

אה ברוך השם. מען גייט זוך שלאגן מיט כינה. סשמעקט פון משיח צייטן...
עס איז באוויסט אז גוג ומגוג. וועט כינה ווארפן קניידליך.....
מלה בסלע שתיקה בתרי
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כאפצעם האט געשריבן:פרישע גלאבאלע ביידן אקאומפלישמענט:

אין א היסטארישע מאוו קעגן טשיינע האט פרעזידענט ביידען געשלאסן א טריילאטערל דיעל צווישן די דריי וועלטסמאכטן אמעריקא-ענגלאנד-אוסטראליע אויף א פאראייניגטע מיליטערישע פארטיידיגונגס פראנט קעגן טשיינע.

די מאוו איז עפעס וואס ברעכט היסטאריע אלס די שטארקסטע מיליטערישע מאוו קעגן טשיינע טו-דעיט, ווען אמעריקא וועט אצינד פארקויפן דירעקט פאר טשיינעס שכן, אוסטראליע, די מערסט סאפיסטעקירסטע מיליטערישע סובמארינען אויף די וועלט און שטייצעך אגב שטארק בענעפעטירן אמעריקא'ס עקאנאמיע/מעניופעקטשורינג אין דעם מארקעט.

די פרעסע באצייכענט דעם פאקט אלס די "נייע גלאבאלע ארדער" און אלס א "מעסטער סטראוק קעגן טשיינע", און טשיינע האט טאקע ארויסגעגעבן א שטארקע ברוגז סטעיטמענט.. און אזוי אויך בלאזט פראנקרייך וועליכע חוץ טרייען זיך צו האלטן גוט מיט טשיינע האבן זיי אויך געהאט א פריערדיגע דיעל מיט אוסטראליע, וועלעכע איז אצינד ארויסגעפלויגן פון די ווינדאו. אבער מר. ביידען גיבט קיין ניקל אויף וואס זיי האבן צו זאגן און טוט וואס איז דאס ריכטיגסטע פאר די אמעריקאנע אינטערעסן, סיי גלאבאל קעגן טשיינע, און סיי דאמעסטיש פארן אייגענער עקאנאמיע.

די נייע פאראייניגטע אפמאך הייסט: די "אוקאס פאקט" און מ'וועט נאך אסאך הערן דערפון פאר לאנגע יארן.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@פאליטישע איך האף צו באקומען א פול פלעדזש באריכט איבער די גאנצע נושא, איי וויל ריעלי עפרישיעטעד און איך מיין אז יעדער וועט הנאה האבן דערפון
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:@פאליטישע איך האף צו באקומען א פול פלעדזש באריכט איבער די גאנצע נושא, איי וויל ריעלי עפרישיעטעד און איך מיין אז יעדער וועט הנאה האבן דערפון

די יעצטיגע דיעל? אדער די עצם קאמף מיט כינע?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:@פאליטישע איך האף צו באקומען א פול פלעדזש באריכט איבער די גאנצע נושא, איי וויל ריעלי עפרישיעטעד און איך מיין אז יעדער וועט הנאה האבן דערפון

די יעצטיגע דיעל? אדער די עצם קאמף מיט כינע?

בעיקר די יעצטיגע דיעל, און אזוי ארום וואס עס מיינט אין די לאנגע טערמין.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:@פאליטישע איך האף צו באקומען א פול פלעדזש באריכט איבער די גאנצע נושא, איי וויל ריעלי עפרישיעטעד און איך מיין אז יעדער וועט הנאה האבן דערפון

די יעצטיגע דיעל? אדער די עצם קאמף מיט כינע?

בעיקר די יעצטיגע דיעל, און אזוי ארום וואס עס מיינט אין די לאנגע טערמין.

כ'וועל אייך א סוד זאגן, איך ווייס אויך נישט - און כ'ווארט אז איינער זאל זיך מרחם זיין - אזויווי ביים געריכט סיסטעם. אבער במקום שאין איש אויב וועלעך איין טאג האבן צייט העב איז בעזר שמו יתברך עס מסדר זיין
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

כדי צו טיפער פארשטיין די איצטיגע פאקט 'אוקוס' (AUKUS) ברויך מען איבערגיין די היסטאריע פון אמעריקע אין די אינדא-פאסיפיק ראיאן (דאס איז די אפיציעלע טערמין פאר די געגנט וואס ציעט זיך פון כינע, יאפאן, אינדיע, אויסטראליע, אלעס ארום און אינדערמיט). דאס קען נעמען בלעטער און שעות, דעריבער וועל איך עס נאר אנרירן מיט'ן שפיץ גאפל.

ביז איצט האט אמעריקע שוין פאקטן מיט לענדער אין די אינדא-פאסיפיק ראיאן וואס זיי זענען מחיוב צו באשיצן און פאל אז דאס לאנד ווערט אטאקירט. די לענדער זענען ווי פאלגענד: יאפאן, דרום קארעא, און פיליפינען. אמעריקע איז נישט געבינדן צו באשיצן אויסטראליע, אבער זינט 1951 האט אמעריקע אן אומ-געבינדענע אפמאך 'אזנוס' (AZNUS) מיט אויסטראליע צו באשיצן איינע די צווייטע. די איצטיגע אפמאך פארבינדט ווייטער נישט אמעריקע צו באשיצן אויסטראליע, די אפמאך איז אז אמעריקע-אויסטראליע גייען מיטטיילן מיליטערישע אינטעליגענץ, טעכנאלאגיע, אינדאסטריע, סייענס, א.א.וו.

נאך איין זאך גייט אמעריקע צושטעלן פאר אויסטראליע. אמעריקע און די יו-קעי וועלן איבערגעבן אינפארמאציע און אנווייזונגען פאר אויסטראליע ווי אזוי צו פראדוצירן נוקלעאר געטריבענע סובמארינען. ד.מ. אז די מאטארן פון די סובמארינען וועלן לויפן אויף נוקלעארע רעאקטארן אנטשטאט געווענליכע גאז. אבער אויסטראליע זאגט אויסדרוקליך צו (אין די אפמאך) אז זיי גייען נישט האבן קיין שום נוקלעארע וואפן. ד.מ. אז די סובמארינען וועלן נישט האבן נוקלעארע וואפן נאר נוקלעארע רעאקטארן.

אמעריקע האט שוין דערווייל סטאנציאנירט זייער אייגענע סובמארינען מיט נוקלעארע וואפן אין יאפאן, דרום קארעא, אויסטראליע, און נאך. איז כינע אויפגעברויזט איבער די אפמאך? יא, אביסל, ווייל עס א פרישע אפמאך וואס וועט געבן אמעריקע די געלעגנהייט צו נוצן אנדערע לענדער פאר סיי וועלכע צוועקן אנטקעגן כינע.

איז כינע געפערליך ברויז? ניין. עס איז גארנישט אין קעגנזאץ צו די אנדערע כסדר'דיגע געראנגלען צווישן אמעריקע און כינע אין די אינדא-פאסיפיק ראיאן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח היכי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק ניוז האט געשריבן:שכח היכי.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

קיין פראבלעם
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אפאר קלייניגקייטן איבער די נייע דיעל:


אמעריקא געט פאר אוסטראליע די טעכנאלאגיע צו בויען אייגענע נוקלעאר געטריבענע - קאנווענציאנאלע וואפנס טראגנדע סובמארינען, אוסטראליע ערווארט נישט צו האבן געבויט די סובמארינען בעפאר 2040, דערווייל וועלן מער אמעריקאנע נוקלאערע סובמארינען זיך דרייען אין אוסטראליע, און אמעריקא וועט העכערן די צאל טרופן אין אויסטראליע.

נאר 6 לענדער פארמאגן נוקלעאר געטריבענע סובמארינען, אמעריקא, ענגלאנד, פראנקרייך, רוסלאנד, כינע, און אינדיע - דעריבער איז עס גאר א גרויסע זאך

פאר דריי יאר צוריק האט אוסטראליע געהאט געזאגט אז זי זוכט ארויס צו שטיין פון אמעריקא'ס שטרייט מיט כינע, און וועט נישט נעמען קיין זייט, אבער נאכן זיך אפבריען מיט כינע עטליכע מאל זענען זיי געגאנגען אויף איין זייט מיט א שטארקקייט, אין רעאקציע, האט כינע - נאך פיל איידער די נייע דיעל - ארויף געלייגט טאריפס און אנדערע שטייערן און קאפ ווייטאג אויף אויסטראלישע ביזנעס, דאס האט געברענגט אויסטראליע מיטצושטיין מיט אמעריקא - אריין גערעכנט זיין פון די ערשטע אפצוהאקן מיט וואוועי
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ביידענ'ס ערשטע זיצונג מיט די מעמבערס פונעם "קוואד" איז געווען היינט 2:00 אינעם ווייסן הויז צווישן ביידען און דער יאפאנעזער און אויסראלישער פרעימער מיניסטארן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אינטערעסאנט ווי פראנקרייך האט זיך אריינגעשטעק.

די "קוואד" באשטייט דאך פון אמעריקע, אויסטראליע, אינדיע, און יאפאן. די פירער פון די לענדער האבן זיך געטראפן אינעם ווייסן הויז אריינגערעכנט דער אינדיאנער פרעמיער, מאודי.

דריי טעג צוריק האט דער פראנצויזישער פרעזידענט, מעקראן, גערופן מאודי און איהם געזאגט אז "פראנקרייך וועט ארבעטן צוזאמען מיט אינדיע צו פארזיכערן די אינדא-פאסיפיק ראיאן. פראנקרייך וועט זיך איבערגעבן פאר אינדיע'ס סטראטעגישע זעלבסטשטענדיגקייט, און וועט העלפן מיט אינדאסטריע און טעכנאלאגיע. דאס אלעס וועט זיין באזירט צוטרוי און אייניגע רעספעקט."

ביידען האט געבעהטן צו רעדן מיט מעקראן שוין אפאר טעג צוריק, אבער ער האט דערווייל נאכנישט באקומען די זכיה. מעקראן רופט דעם אינדיאנער פרעמיער הארט פאר די "קוואד" צוזאמענטרעף.

זעהט מיר אויס ווי ער האט פרובירט צו שיקן א מעסעדזש אז פראנקרייך האט נאכאלץ שותפים אינעם אינדא-פאסיפיק ראיאן אפילו נאך וואס אמעריקע און אויסטראליע האבן געמאכט שבת פאר זיך מיט 'אוקוס' (אזוי ווי 'פאלעקס' [פאליטישע עקספערט] האט אויבן געברענגט, האט שוין אינדיע נוקלעאר געטריבענע סובמארינען), און אפילו מיט "קוואד" וואו אמעריקע און אויסטראליע זענען מיטגלידער, קען פראנקרייך נאכאלץ זיך משתתף זיין מיט אן אנדער מיטגלידער, אינדיע, צו זיין רעלעוואנט אין די אינדא-פאסיפיק ראיאן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן: (אזוי ווי 'פאלעקס' [פאליטישע עקספערט] האט אויבן געברענגט, האט שוין אינדיע נוקלעאר געטריבענע סובמארינען),

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

למעשה איז די דיל אדורך, וואס האט טשיינע געטוהן דערצו, אזער פארפירן?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקא - כינע באציאונגען און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היינט האט דער טיבעט'ער גלות-פירער אויפגעטרעטן און קאנגרעס און שארף אראפ גערייסן כינע זאגנדיג אז טיבער שטארבט א שטייטע טויט אונטער כינעזער אקופאציע

עס איז די ערשטע מאל וואס אזא אויפטריט פונעם טיבעטער פירער אדרעסירט קאנגרעס און איז ערווארטעט גאר שטארק אויפצורעגן כינע

(כינע אקופירט טיבעט און אונטערדרוקט די דארטיגע איינוואוינער, א לאנגע מעשה)
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”