וואס עפעס? האט געשריבן:לב נשבר האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן:סוואלט געווען אינטערעסאנט ווען איינער קען שרייבען א ליסט מיט זאכען וואס קאסט אונטער א דאלער, אדער א דאלער
די טשעין סטאר 'דאללער טרי' האט נאך דערווייל אלע אירע אייטעמס פאר א גלאטן טאלער.
כבין לעצטנס דארט געווען א פאר מאל, סאיז נישט צום גלייבן וואס מקען אלץ טרעפן דארט אינקלאדינג זאכן וואס מצאלט אין אנדערע סטארס בלי גוזמא הונדערטער(!) פארצענטן טייערער, איין משל וואס קומט מיר יעצט אויפן געדאנק איז א נייע שבת קודש מעסער (די סטעינלעס סטיל) וואס קאסט ביים משמש פאר ראש השנה $15-$20 (קען זיין אז די יאר איז עס שוין מער) קאסט דארט $1, סדא דארט ביליגערע ברענדס - קלענערע באטלעך דיטירדזשענט פאר $1, פעיפיר גודס $1, אפילו עכטע דישעס פאר איין דאלער א שטיקל, און די ליסט איז ענדלעסס!
וכן נוהגין אצלינו
מיר גייען מעת לעת צום Dollar Tree - די איינציגסטע סטור וואו אלעס קאסט איין דאלער
ברויך מען האלטן קאפ נישט צו קויפן איבריגס אבער מען קען דארט באמת טרעפען גוטע זאכן ביליג
איך האב גראדע גערעדט פון טאג טעגליכע לעבען ווי זאכען האבען געקאסט "אינעם סיסטעם" אזוי צי זאגען, סענט אדער טאלער,
אנליין קען מען דאך טרעפען זאכען פאר ביליג,
איך האב גערעדט פון טאג טעגליכע זאכען פון א פארקינג מיטער א קאווע, ביז א מקוה און א טרעין רייד וכו,
------------------
א דאנק ענק בין איך יעצט געגאנגען קוקען א דאלער טרי
איך האב שוין געהערט אסאך פון דעם ביפאר אבער ביי מיר אין קאפ איז עס געווען אזא ניינטי ניין סענט סטאר ווי גארנישט כמעט קאסט 99 סענט (אפשר די שאפינג בעג!)
און אויך האב איך געמאכט א קוגעל צווישען דאלער טרי דאלער זשענערעל אין פעמעלי דאלער,
וואס זאל איך זאגען, די דאלער טרי איז זייער א אינטערסאנטע סטאר ,
אזוי ווי ענק שרייבען,
מקען טרעפען גוטע זאכען אבער מדארף האלטען קאפ נישט צי קויפען איבריגע זאכען , זייער אינטערסאנט,
נישט נאר דאס נאר מדארף מוראדיג האלטען קאפ וואס מקויפט דארטען איך רעד נישט פון די קוואלעטי איך רעד פון קוואנטעטי!
למשל כהאב געזען זילבער פאפיר פון די באקאנטע קאמפעני,
נו וויזוי הייסטעס נאר? נאהאד.. (איך קען נישט די נאמען איך דערקען נאר די באקס)
אכלל כהאב געזען אז סאיז קלענער אבער אפי' סאיז האלב אדער א דריטעל איז דעס דאך דעס אויך א מציאה, א דאללער! געגאנגען אריין אין שאפינג וועגעלע,
(אויך אריינגעלייגט א אייער שפייז איבער דרייער , סטייטש סנאר א טאלער,
סגראד ארויסגעפלויגען פון קאך זעט אויס סאיז ווערט חרוסת.. וואס פארשטיי איך?, סבאדערט מיר נישט די דאלער אבער כהאב דאך געצאלט 9 סענט טעקס דערויף..)
צירוק צום זילבער פאפיר איך בין געווען נייגעריג וויפיל קלענער סאיז האב איך אפגעליינט אינדערהיים די סקווער פיס (מיר קיינמאל בייגעפאלען אפציליינען פארדעם..)
זע איך 15 סקווער פיס, נו גיי איך צי די אנדערע אין מיך פארגעשטעלט אז סוועט זיין 45 פיס דריי מאל אזוי סך, וואס ווען, 200 סקווער פיס לאנג,
כמיין אז סקאסט א געהעריגע אין גראסערי אכט ניין דאלער דארף מען נאך אויסטשעקען..
בכלל אלע קלינינג באטלעך האבען זיי אזאלעכע סייזעס כהאב נישט געוויסט אפי' די זאכען קומען מיט קלענערע סייזעס כהאב עס אריינגעטראסקעט אין וועגעלע ויסוע, קען זיין זיי פאקען עס איבער אין קלענערע פעקעזשינג אבער סקוקט אויס כמעט די זעלבע, נו גיי נעם מיט אלטע באטלעך פון יעדע זאך.. שטייסוואסעכמיין?
זיי האבען סינגעל פענס (פעדערס) פאר א טאלער מקויפט מווערט צימישט סאיז לעבעדיג,
אבער סאיז דא ווי ענק זאגען עכט גוטע זאכען אויך סשטוב האט זיך געשוואוירען אויף א אייטעם אז סקאסט דריי מאל אזוי סך נו וודאי איז עס אריין אין וועגעלע וואס ווייס איך?
איך בין טאקע צירוק געגאנגען מיט די שטוב אין קינדער נאך מיין ערשטע וויזיט צי חול המועד האלטען, אין יעדע קינד האט באקומען אפאר טאלער אין געקענט טשוזען וואס מוויל.. וואס מהאט קונה געווען דאס האט מען!
אין מהאט נישט געקענט וויינען דערנאך טו בעד ווי מזאגט
סאיז געווען זייער א אינטערעסאנטע עקספיריענס,
-------------
איך האב פונקט געטראכט צי זיי גייען נישט ארויפגיין פון די דאלער פרייז? צי גייען זיי זיך נישט מיטכאפען מיט די אינפלעישען באן?
בכלל ווי געשמועסט איז היינט א דאלער כמעט ווי אפאר צענט ווי פאר צוואנציג יאר צירוק,
כהאב אבער געטראכט גייען זיי עס גראד דאפלען צי צוויי דאלער?
וועלען זיי נאר ארויפגיין צייטווייליג?
איך האב עס געוואלט באשרייבען אין פרעגען די קשיא,
זע איך ווי ממעלדט טאקע אז זיי גייען יא ארויף
זאל כאטש דעס מיינען משיחס צייטען