באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

*זונטאג פרשת ויגש ז' דחנוכה - ב' דר"ח טבת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו.
ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
ב"ר קלונימוס זאב שטיינמעץ הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

*ליל זאת חנוכה*

ארום 6:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש נ"י געצינדן די מנורה.

ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און די קאפעליע האט געזינגען די פיוטים כנהוג, הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות ביי יונים, און הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו האט פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, באגלייט בשירה וזמרה.
רבינו שליט''א איז געגאנגן צום טיש און מען האט מען ממשיך געווען צו זינגען א לענגערע צייט נגוני התעוררות ודביקות.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דורך מצוות תפילין און הדלקת המנורה איז מען מכניע די זיבן שמות פונעם יצר הרע און מען ווערט מקודש ומחובר צו הקב"ה, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און נאכאמאל משמיע געווען דב"ק און געטיישטש אז זאת חנוכה ווייזט אז ה' הוא אלוקינו און איז א יחיד ומיוחד איז עס משפיע פרנסה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין חדר יוסף אליהו ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע און א סעט לב אהרן פאר די מזמרים. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א חלוקת מעות חנוכה פאר עטליכע חבורת לומדי מבצר הכוללים קרית יואל בנדבת ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט די תמיכות פאר די אינגעלייט, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור.

*מאנטאג ויגש זאת חנוכה*

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר''ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א.
ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו.
ב"ר יואל לעווינגער הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הרה"צ האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א - זיידעס פון א בר מצוה בחור, און מיט די ראשי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און פארטיילט חנוכה מטבעות פאר די בחורים.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש והתחזקות פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.

נאכמיטאג ארום 4:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אום 5:05 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם בנין הת"ת בנין הירש-גאלדבערגער-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די 9 סניפי ישיבות קטנות פון קר''י.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חנוכה וניגוני ימים נוראים, מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים.

רבינו שליט"א האט משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה, און דערנאך ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הלל והודאה, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל סניף רב טוב. מען האט געענדיגט ארום 7:00.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' חיים הערש קאהן הי"ו - הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו - ר' שלמה שעהנברוין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו - ר' מאיר זאלדאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
שריפת הפתילות אין לעלוב.
בילד
https://www.dropbox.com/s/vltm5t2inielv ... 4.mp4?dl=0
וואס איז די נאמען פון דער גבאי מיטן לאנגן בארד?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ס'גוט האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
לויצק: טיש זאת חנוכה בראשות האדמו"ר נמשך לאורך כל הלילה. בתמונה תפילת מעריב בשעה 5.00 לפנות בוקר.
ווי יאר יערליך, די לענגסטע טיש פון יאר אין לויצק
כהאב געהערט אז די טיש איז אנגעגאנגען ווייטער נאך מעריב
מ'האט געזאגט על הניסים 5 אזייגער פארטאגס ביים בענטשן.
חסידעל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 7:15 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך חסידעל »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
שריפת הפתילות אין לעלוב.
בילד
https://www.dropbox.com/s/vltm5t2inielv ... 4.mp4?dl=0
וואס איז די נאמען פון דער גבאי מיטן לאנגן בארד?
הרב מרדכי גלבשטיין
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די 9 סניפי ישיבות קטנות בקר''י בבנין הת"ת בנין הירש - גאלדבערגער - לאנדא אויף די ראצפערט גאס

▫️ סאטמאר'ע נייעס
אטעטשמענטס
IMG_20221227_114049_530.jpg
IMG_20221227_114049_530.jpg (170.36 KiB) געזען 4442 מאל
IMG_20221227_114049_651.jpg
IMG_20221227_114049_651.jpg (183.89 KiB) געזען 4442 מאל
IMG_20221227_114049_383.jpg
IMG_20221227_114049_383.jpg (172.78 KiB) געזען 4442 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

אמש זאת חנוכה מביקור הבזק של האדמו״ר מסאדיגורה שליט״א לארה״ב בחלוקת מעות חנוכה לחסידיו לפני חזרתו לארה״ק
אטעטשמענטס
IMG_20221227_123846_102.jpg
IMG_20221227_123846_102.jpg (138.2 KiB) געזען 4084 מאל
IMG_20221227_123849_069.jpg
IMG_20221227_123849_069.jpg (201.56 KiB) געזען 4084 מאל
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

resized_YEH_9426-scaled.jpg
resized_YEH_9426-scaled.jpg (331.88 KiB) געזען 3675 מאל
כ"ק האדמור ממעזבוז'
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

resized_YEH_9643-scaled.jpg
resized_YEH_9643-scaled.jpg (324.61 KiB) געזען 3666 מאל
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

resized_YEH_9706-scaled.jpg
resized_YEH_9706-scaled.jpg (344.26 KiB) געזען 3660 מאל
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

resized_YEH_9941-scaled.jpg
resized_YEH_9941-scaled.jpg (346.75 KiB) געזען 3657 מאל
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

resized_YEH_9955-scaled.jpg
resized_YEH_9955-scaled.jpg (343.94 KiB) געזען 3651 מאל
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

resized_YEH_0040-scaled-pzsdubworpn9syx45z3hya32gjtivf5mb3mncshl6w.jpg
resized_YEH_0040-scaled-pzsdubworpn9syx45z3hya32gjtivf5mb3mncshl6w.jpg (57.99 KiB) געזען 3647 מאל
ברך עלינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:41 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ברך עלינו »

באבוב-45

דעם פארלאפענעם פרייטאג אינדערפרי איז פארגעקומען אין בבית מדרשינו די שמחת הברית מילה פון אן אייניקל פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' שמחה יואל וואזנער בן הגה"צ אב"ד מחזה אברהם ב"פ חתן הגה"צ אב"ד טענקא שליט"א. מיט סנדקאות איז מכובד געווארען די עלטער זיידע טענקער רב, מיט די ברכות די זיידע כ"ק רבינו שליט"א ויקרא שמו בישראל יעקב יצחק על שם אביו כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל. עמידה לברכות און קריאת השם די זיידע הגה"צ אב"ד מחזה אברהם און הגה"צ אבד"ק שליט"א.
נאכן סעודת ברית איז רבינו שליט"א ארויס אינאיינעם מיטן טענקא רב צום דערנעבנדיגן שטח הבני' ווי עס ווערט געבויעט די נייע בנין בית מדרשינו הגדול והחדש מיטן פולסטן אימפעט, אין באגלייטונג פון הרה"צ ר' יחזקאל שליט"א בן רבינו שליט"א ומראשי קרן הבנין און נאך עסקנים, ווי רבינו שליט"א האט צוגעוויזן פארן טענקא רב די עבודת הבני' און ספיצעל די גיגאנטישע יסודות פאר די פיר בורות הטבילה וואס זענען שוין גענצליך געענדיגט און עס זענען אנשטאנען שיינע שמועסן בעניני מקוואות און איבער די פילע הלכה'דיגע חומרות און הידורים וואס די מקוה וועט אנטהאלטן.
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (254.75 KiB) געזען 3320 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (360.9 KiB) געזען 3320 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (362.91 KiB) געזען 3320 מאל
ברך עלינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:41 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ברך עלינו »

דעם פרייטאג נאכמיטאג האט רבינו שליט"א אנגעטוען דעם שטריימל פאר החתן הרב בן ציון הורוויץ המיל"ח בנו הרה"צ ר' שלום שליט"א
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (245.51 KiB) געזען 3281 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (243.6 KiB) געזען 3281 מאל
דער חתן ביים איבערגעבן פאר כ"ק רבינו שליט"א א קונטרס פון זיינע חידושים 'זבחי ציון' אויף מסכת זבחים
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (263.63 KiB) געזען 3281 מאל
קו לקו
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 8:24 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קו לקו »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
לויצק: טיש זאת חנוכה בראשות האדמו"ר נמשך לאורך כל הלילה. בתמונה תפילת מעריב בשעה 5.00 לפנות בוקר.
https://drive.google.com/file/d/1JC_l3S ... sp=sharing
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

טיש ומעמד שריפת הפתולת זאת חנוכה אין דעעש
אטעטשמענטס
IMG-20221227-WA0178.jpg
IMG-20221227-WA0178.jpg (79.75 KiB) געזען 2260 מאל
IMG-20221227-WA0171.jpg
IMG-20221227-WA0171.jpg (119.04 KiB) געזען 2260 מאל
IMG-20221227-WA0177.jpg
IMG-20221227-WA0177.jpg (100.72 KiB) געזען 2260 מאל
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
טיש ומעמד שריפת הפתולת זאת חנוכה אין דעעש
אטעטשמענטס
IMG-20221227-WA0165.jpg
IMG-20221227-WA0165.jpg (97.79 KiB) געזען 2244 מאל
IMG-20221227-WA0174.jpg
IMG-20221227-WA0174.jpg (102.59 KiB) געזען 2244 מאל
IMG-20221227-WA0166.jpg
IMG-20221227-WA0166.jpg (93.66 KiB) געזען 2244 מאל
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך יאנאש »

קו לקו האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
לויצק: טיש זאת חנוכה בראשות האדמו"ר נמשך לאורך כל הלילה. בתמונה תפילת מעריב בשעה 5.00 לפנות בוקר.
https://drive.google.com/file/d/1JC_l3S ... sp=sharing
דאס איז נאך פון פאר צעהנע אויפדערנאכט, ברויך מען זעהן איינס פון פירע פארטאגס...
קו לקו
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 8:24 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קו לקו »

יאנאש האט געשריבן:
קו לקו האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
לויצק: טיש זאת חנוכה בראשות האדמו"ר נמשך לאורך כל הלילה. בתמונה תפילת מעריב בשעה 5.00 לפנות בוקר.
https://drive.google.com/file/d/1JC_l3S ... sp=sharing
דאס איז נאך פון פאר צעהנע אויפדערנאכט, ברויך מען זעהן איינס פון פירע פארטאגס...
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארשעי חסיד »

באריכט בצל הקודש שבת חנוכה - מוצש"ק ליל ההודאות בחצה"ק פארשעי (קרעדיט חלקי: קול בחצרות)

שב"ק מקץ - חנוכה
שבת קודש איז געפראוועט געווארן אויף גאר א ברייטן פארנעם בצל הקודש, נאכדעם וואס פולע חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק / ניו דזשערסי, און עטליכע פון אויסלאנד (פון לאנדאן, טאהש, און פון א"י) זענען געקומען וויילן אויף שב"ק בצל הקודש.
במשך דעם שבת האט זיך שוין געשפירט אין די לופטן, אז דאס איז ספעציעלע טעג, נאכדעם וואס חז"ל האבן דאס קובע געווען בהלל והודיה, וואס מיט דעם דארף מען זיין פארנומען גאנץ חנוכה, ווי דער רבי שליט"א רעדט אויס ביי די פולע שיעורים לכבוד חנוכה.
און דערצו האט געשוועבט אין די לופט א דערהויבענעם אטמאספער פון די אייגענע הלל והודיה אויף די אייגענע ניסים ונפלאות וואס דער בוכ"ע האט מיט אונז געמאכט פאר דריי יאר צוריק, מוצש"ק אור ליום א' טבת תש"פ.

פרייטאג צונאכט'ס, האט דער רבי פארגעזאגט הודו מיטן קאסאנ'ער ברען און ממשיך געווען מיט מנחה פארן עמוד כנהוג.
קבלת שבת, האט הרה"צ ר' פינחס שלום שליט"א בן רבינו פארגעדאוונט, ווען דער רבי נעמט אים איבער און פלאמט אויף דעם גאנצן עולם, מיטן דאווענען, 'מזמור לדוד' חזן וקהל כנהוג, ווען ביים טאנצן בואו בשלום, איז געווען לאנגער ווי סתם א וואך לכבוד שבת חנוכה און לכבוד 'הלל והודיה'.

דער רבי איז אריין געקומען צום טיש 7:30 פראווענדיג די סעודה צוזאמען מיט די פולע געסט וואס האבן געגעסן מיטן רבי'ן אין איינעם, ביים רבי'ן אין שטוב, ווען דער צימער ווערט ספעציעל צוגערישט צו קענען פארנעמען דעם פולן ציבור, ביי די זייטן האט מען אויסגעלייגט סטעידזשעס אויף וואס די טישן זענען געווען, כדי די אידן וואס האבן נישט קיין פלאץ ביים גרויסן טיש, זאלן אויך קענען מיטהאלטן די לעכטיגע טישן.
מען האט אנגעהויבן שלום עליכם, אשת חיל און אתקינו סעודתא, אויף דעם נוסח, ווען נאכדעם טוט אפהילכן א פלאמ-פייערדיגע קידוש פון רבינו שליט"א ווי יעדע וואך.
דער טיש האט זיך פארצויגן ביז 12:00 אויף דער נאכט, פארברענגענדיג בשירות ותשבחות, און דיבורי תורה פון רבינו שליט"א.


שחרית איז רבינו שליט"א אריין געקומען 9:00 פונקליך, אנפאנגענדיג 'אדון עולם' אויפן נעימות'דיגן נוסח, ווען באלד דערויף איז דער רבי ממשיך מיט די ברכות השחר ווי יעדע וואך.
פסוקי דזמרה האט פארגעדאוונט הרה"צ ר' אברהם הלוי ר"ב חדב"נ.
און תפלת שחרית הרה"ח ר' ישי דייטש שליט"א פון לאנדאן, מתלמידי ישיבתינו הק'.
רבינו שליט"א האט געליינט און עולה געווען אחרון, ווען די אנדערע עליות ווערט פארטיילט פאר די בעלי הניסים.
צו מוסף איז צוגעגאנגען ר' סענדער פרידמאן לרגל יא"צ פון זיין טאטע.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש, וואס דער געטרייער גבאי הרה"ח ר' יחזקאל וויינבערגער שליט"א האט צוגעשטעלט, להודות ולהלל פאר די פולע ניסים וואס דער אויבערשטער האט געטון מיט רבינו שליט"א ומשפחתו, און מיט אים זעלבסט ומשפחתו, און מיט נאך פולע אנדערע פון אונז.
ביים קידוש האט דער רבי אויפגעטראטן מיט אפאר טרעפליכע ווערטער להודות ולהלל.

באלד נאך קידוש איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש ווי ס'איז געפראוועט געווארן דער סעודת עתיקא קדישא מיט די פולע געסט, ווען דער רבי איז מאריך בשירות ותשבחות און שיינע ווערטער אויף די פרשה און אויפן זמן.

צו מנחה און של"ס איז רבינו שליט"א אריין געקומען 4:30, ווען צו תפלת מנחה ווערט צוגעשיקט הרה"צ ר' שלמה שליט"א בן רבינו צום עמוד
ביי שלש סעודות האט דער רבי נישט געזאגט קיין תורה צוליב דעם קליינעם ניטל, און מען האט געבענטשט 20 מינוט נאך ר"ת.

נאך הבדלה מיט ויתן לך ברוב עם כנהוג, איז רבינו שליט"א אהיים געגאנגען, ווען די פולע געסט צוגייען זיך צו זייערע אכסניות צו צינדן חנוכה ליכט, און קענען צוריק זיין באצייטנ'ס צום רבי'נס ליכט צינדן.


מוצש"ק
בשעה 8:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען בבית מדרשינו הגדול, ווי דער רבי האט אפגעראכטן דאס מעמד הדלקת נר חנוכה, (נאכדעם וואס אין שטוב איז צר מהכיל דעם ריבוי עם קע"ה).
פולע חסידים ואנשי מעשה זענען געזעצן ארום און זענען געשטאנען אויף די פארענטשעס וואס איז געווען צוגעגערייט צו אקאמעדירן דעם גרויסן ציבור.
נאכן זינגען די זמירות חנוכה כנהוג, איז דער גאנצער עולם ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויף די פלעצער, להודות ולהלל פאר די גרויסע ניסים וואס דער באשעפער האט מיט אונז געמאכט באותו מקום ובאותו זמן דריי יאר צוריק.

גלייך נאכן מעמד, איז דער עולם ארויס צו די באסעס וואס זענען ספעציעל צוגעשטעלט געווארן צו אריבער פירן יעדן איינעם צום ווילחאוויץ זאל, וואס איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אריין נעמען דעם גאנצן ציבור בכבוד הראוי, א ברייטע סעודה איז סערווירט געווארן פאר די הונדערטער באטייליגטע וואס זענען געקומען פון איבעראל, תלמידים וחסידים ואנשי מעשה, ובראשם די בעלי הנס ובני משפחתם, וואס האבן זיך פארזאמלט אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו שליט"א צו דאנקען דעם באשעפער און בעטן אויף ווייטער, נאך די פולע ניסים וואס גאט האט מיט אונז געטון.

רבינו שליט"א איז ערשינען אין זאל בשעה 10:30 אין אנטפאנגען געווארן מיט הילכיגע געזאנג פון 'חסדי ה' כי לא תמנו', ווען גלייך נאכן אנקומען למקומו האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אין א טאנץ מיטן גאנצן אויבן אן.
דער אויבן אן איז באשיינט געווארן מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מהילקרעסט שליט"א, גיסו הרה"צ ממישקאלץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראדוויל שליט"א, אדמו"ר מדעלעטין, אב"ד תורי זהב הורנסטייפל, אב"ד רידניק, הרה"ג ר"י נתיבות התורה און נאך.

ביי די סעודה האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' מרדכי בעריש מערמלשטיין שליט"א מנהל רוחני פון ישיבה עבודת משולם פייש ד'טאהש אין מאנאראו, מיט טרעפליכע דיבורים לכבוד המאורע, ווען שפעטער האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברו"ק פון רבינו שליט"א, וואס האט נישט גערעדט קיין דברי תורה צוליב דעם קליינעם ניטל, נאר אנגעהויבן פון ליצנותא דע"ז, און שפעטער ממשיך געווען ארויסברענגען אויפן שפיץ גאפל א טייל פון די גרויסע ניסים וואס איז מיט אונז פארגעקומען, און דערנאך שטארק פארברייטערט איבער חוב וואס ליגט אויף אונז להודות ולהלל, און נישט פארגעסן די גרויסע ניסים וחסדים וואס דער באשעפער האט מיט אונז געטון.
דערנאך איז רבינו שליט"א אויפגעשטאנען טאנצן אויפן פלאץ, ווען אינמיטן איז דער רבי ארויס אין א טאנץ מיט איינע פון די אייניקלעך, וואס איז געווען בשעת מעשה א קינד אין וויגעלע, וואס דער רוצח איז צוויי מאל דורך, און געשטיפט דעם וויגל, און דאך נישט גערירט דאס קינד, אזוי איז דאס קינד אפגעשוינט געווארן בס"ד.

מיט ברהמ"ז איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף אלי' גליק שליט"א אחד מבעלי הנס, וואס האט געהאט די זכיה בחמלת שמים, צו אפשטעלן דעם טמא ערל פון ממשיך זיין מיט זיין בלוטיגע רציחה.

נאכן בענטשן איז רבינו שליט"א אראפ צום מיטן פון זאל, וואס איז אין איילעניש אויסגעליידיגט געווארן פון די טישן און בענקלעך, און זיך ארויסגעלאזט מיט פייערדיגע טענץ צוזאמען מיטן גאנצן ציבור.
מען האט געטאנצן צוזאמען פאר א לאנגע צייט, ווען אינמיטן גייט דער רבי אריין טאנצן מיט די געציילטע געשטאכענע וואס האבן איבערגעלעבט, און שפעטער האט רבינו שליט"א געמאכט א רינג מיט אלע וואס זענען געווען בשעת מעשה און שטוב.
ארום א שעה שפעטער, האט מען צוליב די שפעטע שעה אפגעשטעלט דאס טאנצן, און דער ציבור איז אריבער נעמען כוס של ברכה און חנוכה געלט ולברך ולהתברך מפי הקודש מרן רבינו שליט"א.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.



יום א' ויגש תשפ"ג
זונטאג צופרי, איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אריין געקומען צו שחרית בשעה 9:00 אזוי ווי יעדע יום טוב, און נישט ווי געווענליך אין א וואכנדיגע זאונטאג וואס רבינו שליט"א דאווענט בשעה 8:30
דער דאווענען איז געפארן יו"ט'דיג, ווען מען זינגט 'ק-ל מלך גדול' וכו', אזוי ווי יעדע יו"ט, און דער שטימונג איז זייער דערהויבן.
הלל וואס מען זאגט אלץ חנוכה, האט זיך גאר אנדערש געזאגט, דאנקענדיג במיוחד אויף אונזערע ניסים פאר דריי יאר צוריק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש, און טראץ יעדע ראש חודש איז דא א סעודה ביים רבי'ן, איז דער סעודה געווען עפעס מער ווי געווענליך, ס'געווען מוזיק, און דער אטמאספער איז געווען מער לויבנדיג און דאנקענדיג פאר גאט ב"ה פאר די אלע ניסים, נאך די דברי תורה פון רבינו שליט"א, האט מען זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד, להודות ולהלל.

עד הנה עזרונו רחמיך, ולא עזבונו, ואל תטשינו לנצח.
Chatzarforshay עט gmail.com
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

סאטמאר מהרי"י

מעמד "יחידי סגולה" לטובת בית מדרש החדש אויף 58 סטריט אין בארא פארק.
אטעטשמענטס
IMG_20221227_194338_936.jpg
IMG_20221227_194338_936.jpg (294.53 KiB) געזען 1043 מאל
IMG_20221227_194331_891.jpg
IMG_20221227_194331_891.jpg (191.93 KiB) געזען 1043 מאל
IMG_20221227_194328_261.jpg
IMG_20221227_194328_261.jpg (165.99 KiB) געזען 1043 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
סאטמאר מהרי"י

מעמד "יחידי סגולה" לטובת בית מדרש החדש אויף 58 סטריט אין בארא פארק.
אדמו''ר מסאטמאר מהרי"י שליט''א ביים באקוקן די בוי ארבעט
אטעטשמענטס
IMG_20221227_194340_988.jpg
IMG_20221227_194340_988.jpg (237.31 KiB) געזען 1031 מאל
IMG_20221227_194343_998.jpg
IMG_20221227_194343_998.jpg (246.74 KiB) געזען 1031 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

זאת חנוכה אדמו''ר מ'מונקאטש שליט''א
אטעטשמענטס
IMG_20221227_194710_557.jpg
IMG_20221227_194710_557.jpg (260.96 KiB) געזען 1010 מאל
IMG_20221227_194719_544.jpg
IMG_20221227_194719_544.jpg (247.39 KiB) געזען 1010 מאל
IMG_20221227_194723_669.jpg
IMG_20221227_194723_669.jpg (164.1 KiB) געזען 1010 מאל
פון דא און פון דארט!
ברך עלינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:41 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ברך עלינו »

באבוב-45

א שטיקל באריכט אויף די ימי החנוכה בצל הקודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ווי אויבן דערמאנט האט רבינו שליט"א נישט געצינדען די לעכט ברבים פון די דריטע נאכט חנוכה און ווייטער צוליב א חולשה און רבינו שליט"א האט געצינדען די לעכט בביתו נאוה קודש אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה, אבער די חסדים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די עבודת הקודש אויפן טעלעפאון ווי מען האט יעדע נאכט געהערט רבינו שליט"א ביים מאכן די ברכות בקול רם כדרכו בקודש און דערנאך ביים פארזינגען די מזמורים און ביי די דברות קודש און עס האט זיך נישט אנגעזעהן קיין שום שינוי.

שבת איז רבינו שליט"א שוין אריינגעקומען צו אלע תפילות און טישן און משמיע געווען דברות קודש ווי געהעריג, און אויך געדאווענט הלל פארן עמוד מיט גרויס התעוררות.

מוצ"ש נאך די לעכט צינדען אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק האט רבינו שליט"א נישט געזאגט קיין תורה ווי געווענליך צוליב ניטל, און רבינו שליט"א האט געשמועסט א לענגערע צייט איבער מנהגי ועניני ניטל. מען האט אויך געזינגען ניגוני שמחה לרגל די פארשפיל פונעם אייניקל פון רבינו שליט"א הכלה בת לבנו הרה"צ ר' שלום שליט"א מיט החתן בן הגה"צ אב"ד יארטשוב שליט"א וואס איז פארגעקומען ביים טיש.
נאכן זיך וואשן צום סעודת מלוה מלכה און זינגען די זמירות האט רבינו שליט"א ארומגערעדט אריבער די מנהג ישראל פון דריידל שפילן און נאך וואס די גאנצע עולם האט געשטעלט געלט לכבוד רבינו שליט"א כנהוג, האט די רבינו שליט"א געדרייט און עס איז אויסגעקומען א גימל.
דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט אז היי דארף ער זיך בעצם היטן די כוחות, נאר אזויווי עס איז א מנהג ישראל וויל ער דאך אז די עולם זאל אדורך גיין שפילן דריידל און ממילא וועט מען צוליב די גרויסע ריבוי עם בליעה"ר און די שפעטע שעה, וועלן נאר די וואס זענען פון דרייסיג און העכער אדורך גיין ביי רבינו שליט"א שפילן דריידל און נישט די גאנצע עולם ווי איינגעפירט אלע יארן, און געזאגט אז ער וועט מוציא זיין די אלע אונטער דרייסיג און רבינו שליט"א האט געדרייט און עס איז אויך געווען א 'ג', און רבינו שליט"א האט געזאגט אז דאס שטעלט צוזאם די ווארט 'גל' וואס איז מרמז אויף גל עיני ואביטה נפלאות מתורתך, אז די אינגערלייט זאל האבן הצלחה בתורה. נאך וואס די אלע אידן העכער דרייסיג זענען אדורך ביי רבינו שליט"א וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט האט רבינו שליט"א געדרייט באזונדער פאר די בחורים ווי אלע יארן כנהוג און עס איז אויסגעקומען א 'ה'.
דערנאך האט רבינו שליט"א פארקויפט די שיסל געלט כנהוג און עס איז געקויפט געווארען דורך עטליכע נגידים פאר די אסטראנאמישע סכום פון צוויי און ניינציג טויזענט דאללער און די נגידים זענען דאן אדורך ביי רבינו שליט"א איבערגעבן די נדבות וואס גייט פארן פערזענליכע צדקה קאסע פון רבינו שליט"א 'תרומת הקודש' און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די נגידים.

ביים לעכט צינדען מוצש"ק
אטעטשמענטס
unnamed - 2022-12-27T213357.106.jpg
unnamed - 2022-12-27T213357.106.jpg (205.57 KiB) געזען 568 מאל
unnamed (1) (1).jpg
unnamed (1) (1).jpg (154.68 KiB) געזען 568 מאל
unnamed (2) (1).jpg
unnamed (2) (1).jpg (243.35 KiB) געזען 568 מאל
ברך עלינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 7:41 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ברך עלינו »

ביים דריידל שפילן
unnamed (3) (1).jpg
unnamed (3) (1).jpg (347.14 KiB) געזען 558 מאל
unnamed (4) (1).jpg
unnamed (4) (1).jpg (280.99 KiB) געזען 558 מאל
די ציבור ביים אריבערגיין שפילן דריידל
unnamed (5) (1).jpg
unnamed (5) (1).jpg (301.99 KiB) געזען 558 מאל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”