באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ישראל_הלוי האט געשריבן:גרמניה: האדמו"ר מרחמיסטריווקה מארה"ק נתקע בפרנקפורט לאחר שאיחר את הטיסת המשך לפולין, הרבי צפוי לצאת ברכב, נסיעה של 15 שעות עד ליזענסק.

עקב הדרך הארוכה יתכן שהרבי מרחמיסטריווקה ישבות בפרנקפורט בשבת אם לא יצליחו לסדר מחר מטוס פרטי לריישא.
די רבי וויל נישט נעכטיגן אין א האטעל, און וויילט אין אוטו ביז מ'וועט טרעפן א היימישן בעל אכסניא.
לעצט פארראכטן דורך יוסף פריעדמאן אום דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 6:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
Jerseycity
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:52 pm

צאנז זוועהיל חומש רש"י

תגובה דורך Jerseycity »

דרשת רבינו שליט''א.jpg
דרשת רבינו שליט''א.jpg (127.12 KiB) געזען 6247 מאל
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

.
אטעטשמענטס
3f1831b2-ad96-4520-9b2a-eff92379b6e7.jpg
3f1831b2-ad96-4520-9b2a-eff92379b6e7.jpg (130.89 KiB) געזען 6075 מאל
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

האדמו"ר מצאנז טשאקווא זצוק"ל
אבל בחוגי העדה החרדית ובעולם החסידות עם הסתלקותו של הרבי הישיש הגאון הצדיק רבי נפתלי הלברשטאם זצ"ל מצאנז טשאקווא ויו"ר וועד הכשרות של 'העדה החרדית' עשרות בשנים. מסע הלוויה בערב שבת קודש מבית מדרשו להר הזיתים
בורו פארק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 4:21 pm

Re: ק"ק פני מנחם בראשות הגאון הרב שאול אלתר שליט"א

תגובה דורך בורו פארק »

נייע ליין פאר שיעורי תורה און השקפה - אמת ואמונה

פאר יידיש דרוקט 3
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (124.66 KiB) געזען 5342 מאל
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ואזכה »

כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז היינט אנגעקומען קיין מאנסי ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטען אויף אפרוה אין מאנסי ביז נאך שבת
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ואזכה »

חסידי באבוב בארה"ק גרייטן זיך אויף א געהויבענע שבת מיטן חושב'ע גאסט הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א בנו הגדול פון כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלכע וועט וויילן אויף שבת קודש אין ירושלים עיר הקודש און וועט מפאר זיין בראש השמחה ביים שבת שבע ברכות בבית העסקן רבי דוד ראטה הי"ו מגדולי העסקנים בחצר הקודש באבוב בשליחות הקודש פון אביו הרבי מבאבוב שליט"א

פרייטאג צונאכטס נאכן סעודה און אזוי אויך שלש סעודות וועט הרה"צ שליט"א פראווען ברוב עם הדרת מלך פאר הונדערטער חסידי באבוב בארה"ק
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דעעש

מכתב קודשו של כ"ק מרן רבינו שליט"א לבחורי החבורות מישיב"ג שישבתו בשב"ק הבעל"ט באתרא קדישא מירון בצוותא עם ראשי החבורה.
אטעטשמענטס
IMG_20220218_065603_883.jpg
IMG_20220218_065603_883.jpg (152.69 KiB) געזען 4862 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דינוב
אטעטשמענטס
IMG_20220218_070112_664.jpg
IMG_20220218_070112_664.jpg (260.18 KiB) געזען 4849 מאל
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קאץ און מויז »

סאטמאר מהרי"י

ביים מעמד "סיום ימי השובבי"ם" וואו עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער בחורים תלמידים פון אלע זיבן סניפי ישיבה קטנה שע"י מוסדותינו הקדושים אין "וויליאמסבורג", דער טיש איז פארגעקומען אין בית מדרשינו "בית יעקב נחמי'" דקהלתינו אויף מוירטל, וואו די העכער 1000 תלמידי הישיבה קטנות וצעירים האבן זיך אינאיינעם משמח געווען לכבוד היום בראשות הרמי"ם והמרביצי תורה שליט"א, הרה"ג רבי אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א מנהל רוחני בישיבה קטנה, האט אויפגעטרעטן מיט די פאסיגע דיבורים און אויפגעליינט און איבערגעגעבן פארן רבי'ן די "משלוח מנות" און "מנחת ביכורים" פון איבער 180 טויזענט שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבות פון די לעצטע 8 וואכן בימי השובבי"ם, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודי קודש בשירה וזמרה לכבוד היום, עס האט אויפגעטרעטן מיט א פאסיגע דרשה בעניני לימוד התורה און נאך גאר אינטרעסאנטע ענינים נוגע פאר א בחור הרה"ג ר' ישראל מרגליות שליט"א, כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און ארויסגעברענגט בתוך דבריו אז פונקט אזויווי ווען מען ענדיגט א מסכת מאכט מען דעם הדרן און דערנאך הייבט מען אן פון אנהייב, האט ער געבעטן פון די בחורים א מתנה אז אין א בחינה פון הדר קבלוה וואס שטייט דאך ביי די יו"ט פורים, זאלן זיך די בחורים מקבל זיין צו לערנען נאך 100 שעה רצופות ביז פורים וואס איז שוה לכל נפש, דערנאך איז געהערט געווארן דברי בדחנות לכבוד היום. מה שואל מעמך אל תקרי מה אלא מא"ה.
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (448.42 KiB) געזען 4607 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קאץ און מויז »

מראה יחזקאל
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-02-18 094123.jpg
Screenshot 2022-02-18 094123.jpg (232.35 KiB) געזען 4548 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קאץ און מויז »

סאטמאר מאנטריאל [מהרי"י]
אטעטשמענטס
unnamed.png
unnamed.png (206.98 KiB) געזען 4583 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

ציון הקדוש בעיר מונקאטש
אטעטשמענטס
3011.jpg
3011.jpg (188.22 KiB) געזען 4269 מאל
Papaya
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 3:34 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך Papaya »

אינוויטעישאן בלום כהן.jpg
אינוויטעישאן בלום כהן.jpg (407.91 KiB) געזען 3978 מאל
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך גדל »

פאפא
אטעטשמענטס
Kuhel Sheva Bruchos ..jpg
Kuhel Sheva Bruchos ..jpg (323.13 KiB) געזען 3653 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך תרמב »

שבע ברכות פאר אייניקל פון האדמור מדינוב
איין בילד איז פון די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהילת מחנובקא בעלזא וויליאמסבורג ווי די מחותן איז די רב
צוויי בילדער זענען פון די שבע ברכות דורך די זיידע ר' שמואל גראס מקערעסטיר בערבעשט שווער פון די מחותן אבד דינוב ב"פ
אטעטשמענטס
unnamed - 2022-02-18T142157.569.jpg
unnamed - 2022-02-18T142157.569.jpg (165.89 KiB) געזען 3548 מאל
unnamed - 2022-02-18T142242.908.jpg
unnamed - 2022-02-18T142242.908.jpg (150.78 KiB) געזען 3548 מאל
unnamed - 2022-02-18T142248.035.jpg
unnamed - 2022-02-18T142248.035.jpg (109.9 KiB) געזען 3548 מאל
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

סאטמאר מאנסי
מהרי"י - מהרח"י

במה תרום קרן ישראל בכי תשא את ראש

עס קומט יעצט אריין די נייעס פון מאנסי אז די עסקנים פון חברות תו"י יטב לב דהלתינו ה"ק מאנסי זענען אריין און קאנטראקט אויף א ריזגער שטח רחבת ידים אויף די בראוער גאס ביי אלד נייעק טורנפייק ווי עס וועט בעזר השם ווערן אויפגעשטעלט א הערליכער בנין פאר די געגענט געגענט מיט א היכל הביהמ"ד חדרי תפילה 7 התורה און מקוה טהרה און א גרויסער פארקינג לאט דער בנין וועט דינען אלס א תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגענט נעכטען אויפדערנאכט זענען די עסקנים געווען בקודש פנימה מקבל צו זיין ברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א -היינט פארמיטאג האט כ"ק הגה"צ די מאנסי רב שליט"א ווארום אנגעווינטשן די עסקנים צום פרישען פריעקט . ילכו מחיל אל חיל
א גאסט פון ירושלים
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 3:31 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גאסט פון ירושלים »

שמחת בית סאדיגורה י-ם
בילד
די ניגון פארפאסט דורך הרה"ח ר' שלמה קאליש הי"ו
געוועזנער משגיח בישיבת סאדיגורה
לרגל שמחת החתונה פון רעבין שליט"א
https://members.smoove.io/lk0npdkzbbm1p ... gy783.ashx
אפן פאר די נטפרי
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ניחום אבלים יעצט מוצאי שב"ק ביי כ"ק מעליצער רבי שליט,א, נאכן פטירה פון זיין רעבעצין ע"ה.
ווערן געזהן הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ויז'ניצע ראש ישיבה, און הגאון ר' יוסף צבי רכניצר שליט"א, בעלזער דיין אין ביהמ"ד בית פינחס אין אשדוד.
אטעטשמענטס
IMG-20220219-WA0108.jpg
IMG-20220219-WA0108.jpg (131.36 KiB) געזען 2764 מאל
IMG-20220219-WA0105.jpg
IMG-20220219-WA0105.jpg (116.37 KiB) געזען 2764 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פומפדותא »

*סאטמאר מהריי

כי עתה הרחיב לנו ה' ופרינו בארץ:

מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אויף די בשורה מרנינה איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב "חבורת תורה ויראה יטב לב" אין מאנסי, ווען נעכטן דאנערשטאג לסדר יתן מחצית השקל שקל הקודש האט מען על פי דיבורו והתייעצות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא געשלאסן "קאנטראקט" אויף דעם עקזיסטירנדן בנין און שטח פון א 'פולן עיקער' גרויס, - וואו עס געפינט זיך סטאנציאנירט בית מדרשינו יטב לב שכונת "אלד נייעק" - , וואס געפינט זיך אויף א סטראטעגישן ארט אין שטאט ביים ווינקל פון אלד נייעק און ברוער רד.

דער ביהמ"ד דינט שוין אלס צענטער פונקט און תל תלפיות פאר אנשי שלומינו און לייכט טורעם פאר'ן גאנצן אומגעגנט אין לויף פון די שבתים במשך די לעצטע תקופה זינט דער התייסדות הביהמ"ד. אצינד מיט'ן אפקויפן פונעם בנין הביהמ"ד אין א בחינה פון "ויקם השדה, תקומה היתה לו" גייט דער בנין הביהמ"ד אצינד אריבער אונטער די פולשטענדיגע בעלות פון די הנהלת הביהמ"ד.

אצינד גרייט זיך די הנהלת הבימ"ד צום גרויסן בליץ-פראיעקט פון אהערשטעלן די שנעלסטע וואס מעגליך צו גענצליך רענאווירן דעם בנין ביהמ"ד מיט'ן פולסטן פראכט ברוב פאר והדר צו דינען אלס מקום רחבת ידים מיט אלע צוגעהערן, א הערליכער היכל ביהמ"ד, א מקוה מפוארה, מיט עטליכע חדרי התפלה אויפ'ן שענסטן פארנעם ווי עס פאסט זיך פאר ממלכת סאטמאר. אין צוגאב צו די פילע מעלות פארמאגט דער שטח פילע פארקינג מעגליכקייטן וואס וועט שטארק פארגרינגערן פאר די מתפללי הביהמ"ד.

די עסקנים זענען אריין צו כ"ק הגאב"ד שליט"א וואו מען האט פארגעשטעלט די פלענער פונעם ביהמ"ד, דער רב האט אויסגעדרוקט קורת רוח און אנגעוואונטשן הצלחה פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

דאס קומט נאך די איבערמידליכע ארבעט און כוחות בדמים תרתי משמע וואס די געטרייע הנהלה האט אריינגעלייגט צושטאנצוברענגען דעם גרויסן פראיעקט.

עס איז דער וואונטש פון אנשי שלומינו אז די געטרייע הנהלה וואס זענען באשאנקען געווארן מיט חכמה בינה ודעת זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש לפאר ולרומם בית השם.

גדול יהי' כבוד הבית הזה!!

קרעדיט: אימעיל יטב לב
אטעטשמענטס
IMG-20220218-WA0036.jpg
IMG-20220218-WA0036.jpg (272.24 KiB) געזען 2230 מאל
IMG-20220218-WA0035.jpg
IMG-20220218-WA0035.jpg (190.85 KiB) געזען 2230 מאל
בילד
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך moishy56 »

moishy56 האט געשריבן:דברות קודש פון מרן ראש ישיבת פני מנחם שליט"א
שושן פורים קטן תשפ"ב

Video
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=d ... wFPtXom6kL

https://www.jumbomail.me/l/en/gallery/4 ... 3838673D3D
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
סאטמאר פלייש
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 1:00 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך סאטמאר פלייש »

סאטמאר מהר"א

*שב"ק פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.*

פרייטאג צונאכטס ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת בעיר צפת עטה"ק, דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב האלענדער הי"ו (וומסב"ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מאמר חכז"ל "ידע הקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל לפיכך הקדים שקליהם לשקליו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרשנט 'את'.

קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו (וומסב"ג), ברכהמ"ז: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ג אדר. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.

דערנאך האט מען געזונגען 'אור פניך' לכבוד פרשת כי תשא, בשעת רבינו שליט"א האט מאריך געווען בבכיות.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח מענדל עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

*וביום השבת קודש*

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו, 'וכרות' האט רבינו שליט"א געזאגט פסוק בפסוק, און צוגעגאנגן צו שחרית כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל מנחם אפפעל הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יודל בערקאוויטש הי''ו (וומסב"ג).

עליות. כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמחה גליקמאן הי"ו (אנטווערפען), שלישי: החתן ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - באווארפען, רביעי: החתן ב"ר חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו, חמישי: החתן ב"ר יואל איידליס הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' יושע שטיין הי''ו.
שביעי: החתן ב"ר משה ארי' גוטמאן הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' העניך קרויס הי"ו, הגבה הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה שמואל איידליס הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה בר"י קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.

מען האט געענדיגט 12:35.

*רעוא דרעווין*

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:10. מנחה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מנחם שמואל פרענקל הי"ו, כהן: הרה''ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג), לוי: הרה''ח ר' מאיר אפרים גראהמאן הי''ו, שלישי: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א (ירושלים) הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' צבי יהודה ווייס הי"ו (אנטווערפען).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן מדרש ''נתקשה משה במחצית השקל'' און געטייטשט אז אין גלות ווערט אפילו תשובה מיראה גערעכנט ווי תשובה מאהבה און די זדונות ווערן זכיות, מיט אביסל התבוננות הנפש פון א איד באימה וביראה איז עס א שלימות'דיגע תשובה און הקב"ה איז מרים קרן ישראל.

ידיד נפש: הרה''ח ר' שמואל נחמי' הירש הי"ו (וומסב"ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי''ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג).

דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.

נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה בזמרה מיט 'כי מלאכיו יצוה לך' לרגל די בעפארשטייענדע מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, דעם קומענדיגן דינסטאג. מען האט געענדיגט 8:35
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שמחת בית ערלוי
אטעטשמענטס
IMG_20220220_092808_306.jpg
IMG_20220220_092808_306.jpg (204.74 KiB) געזען 7612 מאל
IMG_20220220_092811_667.jpg
IMG_20220220_092811_667.jpg (207.88 KiB) געזען 7612 מאל
IMG_20220220_092812_737.jpg
IMG_20220220_092812_737.jpg (191.11 KiB) געזען 7612 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
IMG_20220220_105322_767.jpg
IMG_20220220_105322_767.jpg (126.11 KiB) געזען 7401 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

האדמו"ר מצאנז אין אתרא קדישא מירון

https://www.dropbox.com/s/i25t5lwbtqu3j ... 4.mp4?dl=0
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”