באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

מתנה האט געשריבן:
נעילת החג בחצר הקודש פרעמישלאן
ס'קוקט נישט אויס ווי א נעילת החג טיש, נאר סעודת יו"ט תיכף נאכ'ן דאווענען [באמערקט די רבי מיט די קיטל, אזוי אויך אין די עולם איז נאך דא קיטיל'אך]
אוועטאר
ביים_רבין
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:55 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ביים_רבין »

צום גדליה אין צאנז
IMG-20220928-WA0147.jpg
IMG-20220928-WA0147.jpg (92.2 KiB) געזען 2541 מאל
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שדכן גדול »

צאנז קלויזנבורג מוצאי ר"ה
7830430507abb23ec84c.jpg
7830430507abb23ec84c.jpg (84.33 KiB) געזען 2138 מאל
חיריק שר הפארברענגען!
בעסטע בחור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:45 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך בעסטע בחור »

בלייב געזונט האט געשריבן:
פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
איינער האט א באריכט פון סאטמאר ראדני, האט אדמו''ר מסאטמאר מהרי"י געדאווענט פאר'ן עמוד, דרשה, תקיעות ווי אלע יארן?
א הערליכע יום טוב געווען, שחרית האט פארגעדאוונט דעם הגה''צ רבי חיים הערש, דער רבי האט געדאווענט ביידע טעג מוסף, געבלאזן שופר און געליינט אינעם צאנזער ספר תורה, די דרשה דאס יאר איז געווען עפעס אויסערגעווענליך, א שעה צייט, מען האט אנגעהויבן תקיעת שופר דעם ערשטן טאג ארום 2:45, מען האט געענדיגט מוסף אום 6:15, די צווייטע טאג האט מען געענדיגט אום 4:55.

די גאלעריען איז געווען א שטארקע סוקסעס, מיט די בענקלעך איז צוגעקומען א ערך פון 300 זיצן, מען האט זייער גוט געהערט די תפילות, פון אלע זייטן וואס איז האב געהערט האט זיך דאס געלוינט.
האט איינער א בילד פון די גאלעריען?

ישר כח פון פאראויס
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שדכן גדול »

בעסטע בחור האט געשריבן:

057653703e40d4df4f9b.jpg
057653703e40d4df4f9b.jpg (76.99 KiB) געזען 1356 מאל
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שדכן גדול »

בלייב געזונט האט געשריבן:
פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
איינער האט א באריכט פון סאטמאר ראדני, האט אדמו''ר מסאטמאר מהרי"י געדאווענט פאר'ן עמוד, דרשה, תקיעות ווי אלע יארן?
א הערליכע יום טוב געווען, שחרית האט פארגעדאוונט דעם הגה''צ רבי חיים הערש, דער רבי האט געדאווענט ביידע טעג מוסף, געבלאזן שופר און געליינט אינעם צאנזער ספר תורה, די דרשה דאס יאר איז געווען עפעס אויסערגעווענליך, א שעה צייט, מען האט אנגעהויבן תקיעת שופר דעם ערשטן טאג ארום 2:45, מען האט געענדיגט מוסף אום 6:15, די צווייטע טאג האט מען געענדיגט אום 4:55.

די גאלעריען איז געווען א שטארקע סוקסעס, מיט די בענקלעך איז צוגעקומען א ערך פון 300 זיצן, מען האט זייער גוט געהערט די תפילות, פון אלע זייטן וואס איז האב געהערט האט זיך דאס געלוינט.
אינטער די גאלעריען האט מען זייער שוואך געהערט.
אזוי אויך איז די ערשטע טאג געווען זייער הייס.
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

ערב ראש השנה ביי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=B ... ys5B1BDdXc
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

כ"ק אב"ד קאלוב שליט"א בנו הגדול של הרה"ק מקאלוב שליט"א לרפו"ש, במסע חיזוק מרומם בעיר בת ים
אטעטשמענטס
unnamed (36).jpg
unnamed (36).jpg (33.98 KiB) געזען 1007 מאל
unnamed (37).jpg
unnamed (37).jpg (25.94 KiB) געזען 1007 מאל
unnamed (38).jpg
unnamed (38).jpg (33.98 KiB) געזען 1007 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

שדכן גדול האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
איינער האט א באריכט פון סאטמאר ראדני, האט אדמו''ר מסאטמאר מהרי"י געדאווענט פאר'ן עמוד, דרשה, תקיעות ווי אלע יארן?
א הערליכע יום טוב געווען, שחרית האט פארגעדאוונט דעם הגה''צ רבי חיים הערש, דער רבי האט געדאווענט ביידע טעג מוסף, געבלאזן שופר און געליינט אינעם צאנזער ספר תורה, די דרשה דאס יאר איז געווען עפעס אויסערגעווענליך, א שעה צייט, מען האט אנגעהויבן תקיעת שופר דעם ערשטן טאג ארום 2:45, מען האט געענדיגט מוסף אום 6:15, די צווייטע טאג האט מען געענדיגט אום 4:55.

די גאלעריען איז געווען א שטארקע סוקסעס, מיט די בענקלעך איז צוגעקומען א ערך פון 300 זיצן, מען האט זייער גוט געהערט די תפילות, פון אלע זייטן וואס איז האב געהערט האט זיך דאס געלוינט.
אינטער די גאלעריען האט מען זייער שוואך געהערט.
אזוי אויך איז די ערשטע טאג געווען זייער הייס.
איך בין געזיצן אינטער די גאלערי כמעט אין די בעק אין מ’האט פיין געהערט

איר קאנדישן איז פיין געווען חוץ די 2’טע טאג ביי מוסף
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

20220928_182030.jpg
20220928_182030.jpg (105.86 KiB) געזען 920 מאל
הרה’’ק רבי דוד מלעלוב שליט’’א ראש השנה
אינער ווייסט ווען דעיס איז? די עולם גייט שוין וואכנ’דיג....
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
מתנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 5:32 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מתנה »

חצר הקודש באבוב
אטעטשמענטס
IMG_20220928_183247_893.jpg
IMG_20220928_183247_893.jpg (171.29 KiB) געזען 857 מאל
IMG_20220928_183252_139.jpg
IMG_20220928_183252_139.jpg (134.09 KiB) געזען 857 מאל
IMG_20220928_183255_805.jpg
IMG_20220928_183255_805.jpg (187.29 KiB) געזען 857 מאל
מתנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 5:32 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מתנה »

.
אטעטשמענטס
IMG_20220928_183607_964.jpg
IMG_20220928_183607_964.jpg (115.65 KiB) געזען 831 מאל
IMG_20220928_183617_057.jpg
IMG_20220928_183617_057.jpg (141.94 KiB) געזען 831 מאל
IMG_20220928_183623_203.jpg
IMG_20220928_183623_203.jpg (133.14 KiB) געזען 831 מאל
מתנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 5:32 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מתנה »

.
אטעטשמענטס
IMG_20220928_183717_121.jpg
IMG_20220928_183717_121.jpg (113.11 KiB) געזען 818 מאל
IMG_20220928_183723_478.jpg
IMG_20220928_183723_478.jpg (148.27 KiB) געזען 818 מאל
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

צפת דאמעריקא האט געשריבן:
20220928_182030.jpg
הרה’’ק רבי דוד מלעלוב שליט’’א ראש השנה
אינער ווייסט ווען דעיס איז? די עולם גייט שוין וואכנ’דיג....
היינט צם גדליה סליחות
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
שדכן גדול האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
איינער האט א באריכט פון סאטמאר ראדני, האט אדמו''ר מסאטמאר מהרי"י געדאווענט פאר'ן עמוד, דרשה, תקיעות ווי אלע יארן?
א הערליכע יום טוב געווען, שחרית האט פארגעדאוונט דעם הגה''צ רבי חיים הערש, דער רבי האט געדאווענט ביידע טעג מוסף, געבלאזן שופר און געליינט אינעם צאנזער ספר תורה, די דרשה דאס יאר איז געווען עפעס אויסערגעווענליך, א שעה צייט, מען האט אנגעהויבן תקיעת שופר דעם ערשטן טאג ארום 2:45, מען האט געענדיגט מוסף אום 6:15, די צווייטע טאג האט מען געענדיגט אום 4:55.

די גאלעריען איז געווען א שטארקע סוקסעס, מיט די בענקלעך איז צוגעקומען א ערך פון 300 זיצן, מען האט זייער גוט געהערט די תפילות, פון אלע זייטן וואס איז האב געהערט האט זיך דאס געלוינט.
אינטער די גאלעריען האט מען זייער שוואך געהערט.
אזוי אויך איז די ערשטע טאג געווען זייער הייס.
איך בין געזיצן אינטער די גאלערי כמעט אין די בעק אין מ’האט פיין געהערט

איר קאנדישן איז פיין געווען חוץ די 2’טע טאג ביי מוסף
עס האט זיך דערקענט א גרעסערע עולם ווי אלע יארן, אדער מ'האט פשוט געקענט זיצען צילוב די סטעידזעס?
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
שדכן גדול האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
איינער האט א באריכט פון סאטמאר ראדני, האט אדמו''ר מסאטמאר מהרי"י געדאווענט פאר'ן עמוד, דרשה, תקיעות ווי אלע יארן?
א הערליכע יום טוב געווען, שחרית האט פארגעדאוונט דעם הגה''צ רבי חיים הערש, דער רבי האט געדאווענט ביידע טעג מוסף, געבלאזן שופר און געליינט אינעם צאנזער ספר תורה, די דרשה דאס יאר איז געווען עפעס אויסערגעווענליך, א שעה צייט, מען האט אנגעהויבן תקיעת שופר דעם ערשטן טאג ארום 2:45, מען האט געענדיגט מוסף אום 6:15, די צווייטע טאג האט מען געענדיגט אום 4:55.

די גאלעריען איז געווען א שטארקע סוקסעס, מיט די בענקלעך איז צוגעקומען א ערך פון 300 זיצן, מען האט זייער גוט געהערט די תפילות, פון אלע זייטן וואס איז האב געהערט האט זיך דאס געלוינט.
אינטער די גאלעריען האט מען זייער שוואך געהערט.
אזוי אויך איז די ערשטע טאג געווען זייער הייס.
איך בין געזיצן אינטער די גאלערי כמעט אין די בעק אין מ’האט פיין געהערט

איר קאנדישן איז פיין געווען חוץ די 2’טע טאג ביי מוסף
עס האט זיך דערקענט א גרעסערע עולם ווי אלע יארן, אדער מ'האט פשוט געקענט זיצען צילוב די סטעידזעס?
א פיל גרעסערע ציבור ווי די פריערדיגע יארן לדעתי
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

*'תחל שנה וברכותיה'*

*יו"ט ראש השנה תשפ''ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.*

זונטאג ערב יו"ט ארום 5:20 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' בביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:40, און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל צאהלער הי"ו.
ב"ר יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים לאנדא הי"ו.
ב"ר חיים ניישטאדט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט די פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען כנהוג בחודש אלול.
נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעה, און דערנאך געזאגט פארן בי"ד דעם נוסח פון פרוזבול.

ליל יו"ט פארנאכטס ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו מערבית, און נאכן דאווענען פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

*נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכות הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'', עס איז דא א ברכה פרטית און א ברכה כללית, הקב''ה קען משפיע זיין מיט א ברכה כללית פאר יעדן וואס ער פרעזענליך דארף, וואס א בשר ודם קען עס נישט טוען, דאס ווערט נשפע דורכ'ן שם הוי''ה, אינעם שופר איז מרומז דעם שם הוי''ה און איז משפיע פאר יעדעם פערזענליך א ברכת כללית וברכת פרטית, און געוואונטשן א ברכה פאר יעדן בפרטית 'לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום' א גוט געבענטשט יאר פאר אלע אידן בכל מקום שהם, און מסיים געווען בברכות לרוב. ויענו כל העם אמן ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און געוואנטשן א גוט יו''ט.*
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 11:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען די מוציא אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב און טועם געווען, און זיך געוואשן די הענט און געטרינקן לחיים, נאך די פלייש האט מען אריינגעברענגט זיסע מייערן.

מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען הר''ר מענדל בן הר''ר אלי' גראס שליט''א (ב"פ).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט בדרך דרוש צו מען דרש'נט את, און מסיים געווען מיט ברכות ס'זאל נשפע ווערן פרנסה פאר אידישע קינדער.

ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, מען האט געענדיגט 12:40.

*יום תרועה יהיה לכם*

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי ביי עטיפת הטלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אן ביי מוסף.

ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בבכיות נוראות. דער קול בוכים פון רבין האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד ביי די תפילות, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי'. עס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.

פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים, שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:30.

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אהנגעטוהן מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' נפתלי בראדי שליט"א (בני ברק) און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

רבינו שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב"ד איהעל ב"פ, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט''א, חמישי: רבינו שליט"א, הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטרעאל).
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אויבערלענדער הי''ו (מאנטרעאל) גלילה: הרה"ח ר' שמואל דוד פרידריך הי"ו. מען האט געענדיגט 12:00.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה, און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און אינעם קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אונטער דעם קיטל א ווייסן קאפטן.
רבינו שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה אויפן פסוק 'יום תרועה יהיה לכם' א איד קען טוען אסאך מצוות און מעשים טובים, און מיט איין עבירה חלילה קענען די חיצונים אלעס אוועקכאפן, איין זאך קענען זיי נישט צונעמען דאס איז לימוד התורה, אבער אונז בעט מיר פון הקב''ה וואס איז שומר משמרתו של תורה, ער זאל מקיים זיין מצוות השבת אבידה מיט די פארלוירענע מצוות, אבער די שיטות הרמב''ם איז אז א זקן ואינו לפי כבודו איז עס לפנים משורת הדין, אבער אויב פירט מען זיך לפנים משורת הדין וועט זיך הקב''ה אויך אזוי פירן און משיב זיין די אבידה, און דאס איז די תקיעת דמעומד וואס איז לפנים משורת הדין, אז מען ניצט אויס די צייט בהורהורי תשובה קען מען אלעס מתקן זיין, צרכי עמך ישראל מרובים אידן קיקן ארויס אויף א גוט יאר, אידישע קינדער דארפן געהאלפן ווערן מיט ישועות ורפואות דער קומענדיגער יאר איז מסוגל לרפואת הגוף והנפש, מען טרעט אריין אין יאר תשפ''ג 'תשפ''ג' איז בגימטריא 'והעלה רפואה שלימה' אידן דארפן האבן רפואת הגוף און נאכמער אין רפואת הנפש, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, דערנאך איז פאהרגעקומען דער ברית ביי בן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה''ג ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א (ב''פ), הר"ר אהרן שפיצער הי"ו.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן למנצח און דערנאך פארגעזאגט מן המצר, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש ארום 2:25.

רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה. בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.

*גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות וזכרונות, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות*

מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה''ח ר' יצחק משה פרענקל הי''ו.

הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי ניסן גרינוואלד הי''ו.

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען צו זינגען די זמירות נכדו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

רבינו שליט''א האט האט געזאגט תורה אויפן פסוק אשרי העם יודעי תרועה און געטייטשט אז מיט'ן כח פון אמונה איז מען זוכה צו תשובה.

ברכהמ''ז הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס

*ליל ב' דיו''ט*

ביים זמן איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מערבית. בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' דוד בר''מ עקשטיין הי"ו, נאך מעריב איז דער רבי שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בכלליות.

ארום 11:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות. מלובש מיט א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א מו''ץ, ודומ''ץ ביהמ"ד דינוב קר''י.
אויפן טיש איז געווען אנגעגרייט די פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די טייטלען פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר''ר יואל יוסף טייטלבוים הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט אז כל מיינט אפילו א כל שהו, וברכתיך בכל אשר תעשה מיינט אפילו מען טוהט נאר עפעס השתדלות וועט אריינקומען א גרויסע ברכה און עס וועט נשפע ווערן פרנסה בשפע רב.

ברכהמ"ז: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב, מען האט געענדיגט ארום 12:20.

*ונתנה תוקף קדושת היום*

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ארום 8:10 אין ביהמ"ד.

פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנע קאפל.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א און הרה"ג ר' דוד דוב דאווידוויטש שליט"א (בית שמש), פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד אוהעל ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב''פ) גלילה: הרה"ח ר' אהרן אברהם גראס הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' יואל בר''מ מיטעלמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו. מען האט געענדיגט 12:30.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' עס איז דא א בת קול וואס איז מעורר לתשובה אבער זוכה זיין דאס צו קענען הערן דארף מען זיין ראוי, אויף דעם איז מיוסד די ערשטע תקועות און אז מען איז זיך מעורר לתשובה כראוי קען מען ביי די צווייטע תקועות זוכה זיין צו הערן דעם קול ה', ראש השנה איז מסוגל צו מתפלל זיין אז די קינדער און אייניקלעך זאלן אויך זוכה זיין צו דעם עס זאל זיין לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך, און דערמאנט מען איז מעורר רחמים ראש השנה עס זאל נתבטל ווערן די גזירות רעות אויף די אידישע חינוך, אידן וועלן טוען אלעס אויף דער וועלט צו האלטן דעם ערליכען ריינער חינוך, און מען בעט הפר עצת אויבינו ותטה לב המלכות עלינו לטובה, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.
פארן מאכן די ברכה האט דער רבי אנגעטוען א נייע בגד - א זיידענעם שאהל פאר שהחיינו כנהוג. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.
די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו.
הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי).

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

הארט פאר די שקיעה, נאכ'ן קידוש מאכן בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ברית ביי בן הנולד אצל הרה''ג ר' שלמה לייב גרובער שליט''א, ווי דער רבי איז געווען מוהל און סנדק, דער רבי האט איינגעלאדענט דער בעל ברית ומשפחתו מיט צו עסן די סעודת יו''ט וסעודת ברית בביתו נאוה קודש.

ארום 7:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סיום שלחן הטהור ונעילת החג אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען נגוני ראש השנה וימים נוראים.
מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.

מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א (ב''פ), מיט יום ליבשה דעם שווער פונעם בעל ברית הרה''ח ר' שלמה כ''ץ הי''ו.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' דורך מקיים זיין ביידע תקיעות וואס איז תקנת חכמים ווערט נתבטל אינגאנצן עצת היצר, און הקב''ה פירט זיך מיט אידישע קינדער מיט די תנאי כתובה מזונות רפואה און אויסלייזן די אידן פון גלות.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א. מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' שמואל דוד גאנדעל הי"ו.

רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 9:05.

מוצאי יו"ט האט דער רבי א לענגערע צייט מסדר געווען אלע זיינע צדקות פאר ת"ח און עניים הגונים וואס ווערט ארויסגעשיקט אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה.

*יהי''ר שיתקבלו תפילתינו ברחמים וברצון*

▫️ סאטמאר'ע נייעס
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי נעילת החג, מעריב והבדלה, מוצאי ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס
אטעטשמענטס
IMG_20220928_213507_214.jpg
IMG_20220928_213507_214.jpg (143.58 KiB) געזען 1995 מאל
IMG_20220928_213506_700.jpg
IMG_20220928_213506_700.jpg (185.41 KiB) געזען 1995 מאל
IMG_20220928_213507_115.jpg
IMG_20220928_213507_115.jpg (151.4 KiB) געזען 1995 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

מרק האט געשריבן:
סאטמאר מהר''א

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי נעילת החג, מעריב והבדלה, מוצאי ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס
אטעטשמענטס
IMG_20220928_213506_427.jpg
IMG_20220928_213506_427.jpg (144.81 KiB) געזען 1992 מאל
IMG_20220928_213506_728.jpg
IMG_20220928_213506_728.jpg (175.45 KiB) געזען 1992 מאל
IMG_20220928_213506_701.jpg
IMG_20220928_213506_701.jpg (134.58 KiB) געזען 1992 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אייער_קיכל »

ביטע נישט לייגן בילדער וואס האט דעם שם הוי"ה כדי שלא לבא לידי בזיון חלילה
שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

הגה"צ המשפיע הרב אלימלך בידערמאן שליט"א גייט מארגן אי"ה אריבערפירן די מאסיוון כולל שומרי החומות חלוקה צו די צענדליגער טויזענטער משפחות!
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

טהאש
אטעטשמענטס
IMG_20220928_235331_864.jpg
IMG_20220928_235331_864.jpg (140.64 KiB) געזען 1193 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
מתנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 5:32 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מתנה »

יו"ט ראש השנה בצל הקודש של כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א :

א גאר געהויבענע יום טוב איז אריבער אויף די אלפי חסידי באבוב מכל רחבי תבל וואס זענען געקומען להסתופף בצל הקודש אויף ראש השנה לחסות בצל"א דמהימנותא און זיך אנשעפען מיט השפעות אויפן גאנצן יאר
די ביידע טעג ראש השנה איז אריבער מיט גרויס התרוממות " ראש השנה אין באבוב " פארנעמט א אויבן אן ארט אין די באבובער הויף ווי עס ווערט געפראוועט מיט דערהויבענקייט ווי די הויכפונקט איז די תפילות בהשתפכות הנפש דורך די איש על העדה די באבובער רב שליט"א

די בית המדרש, די פארברייטערטע גאלארי און אלע דורכגענג זענען געווען איבערגעפילט עד אפס מקום טראץ די גרויסע כוחות וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט צו קענען אקאמאדירן די ריזן עולם חסידים און טראץ די פילע פארברייטערונגען אינעם בית מדרש און עס האט געהערשט א שטארקע געדרענג במשך די תפילות.

די ערשטע נאכט האט געדאווענט מעריב פארן עמוד הרה"ג ר' בן ציון מייזליש פון בני ברק בן הגה"צ אבד"ק קרית באבוב שליט"א אייניקעל פון רב ז"ל
מיט פתיחה איז צווישן אנדערע, מכובד געווארן הרה"ח הישיש ר' בעריש פרייער מראשוני תלמידי רבינו ז"ל
נאך מעריב זענען טויזענטער חסידים און פילע תושבי העיר זיך געקומען וואונטשען לשנה טובה ביים רב וואס האט זיך פארצויגען פאר לענגערע שעות, די עסקנים האבן אויסגעשטעלט א ספעציעלע סדר כדי ס'זאל נישט צוקומען צו קיין סכנה, עס האבן זיך אנגעזעהן טויזענטע אידן צווישען זיי די רבני העיר האדמורי"ם והרבנים מציעשנוב, קאפישניץ, לאסק, רודניק, וואידיסלאוו, קארוב, גלאגוב, דאמבראווא, דומ"צ טאהש ב"פ און נאך

פסוקי דזמרה האט געדאווענט די ערטשע טאג הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א בנו הגדול פונעם רב און די צווייטע טאג הגה"צ ר' חיים שלמה שליט"א חדב"ן וסגן דומ"ץ וואס האט אויך געדינט אלטס בעל קורא ביידע טעג במקום די דיין

א גאר גרויסע התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור ווען צו שחרית איז צוגעגאנגען צום עמוד הגאון האדיר די דיין שליט"א וואס האט שוין די חזקה פאר לענגערע יארן, און צוליב די מצב הבריאות איז מען געוועהן מסופק אויב די דיין וועט דאווענען דאס יאר, אבער בחסדי שמים האט די דיין געדאווענט שחרית בקול חוצב ובהתעוררות עצומה און אזוי אויך געדינט אלט'ס בעל מקריא ביי תקיעות דמישוב און בעל תוקע ביי תקיעות דמעומד אזוי ווי יעדע יאר

כ"ק רבינו שליט"א האט געדאווענט מוסף ביידע טעג מיט גאר גרויס התעוררות

מוצאי יו"ט נאך מעריב האט די רב געמאכט הבדלה אין ביהמ"ד און ביי די צוויי זייטן זענען געשטאנען די צווי זקני חסיד באבוב הרה"ח המפורסם רבי משה מאיר איינהארן לאויט"א און הרה"ח המפורסם רבי שלום באכנער לאויט"א וואס האבן נאך זוכה געווען זיך מסתופף זיין בצלא קדישא פון הרה"ק בעל קדושת ציון זצ"ל, נאך הבדלה האט די רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם אהרן לעזער שליט"א מיט המבדיל און דער עולם איז אדורך ווינטשען גוט וואך.

ימלא ד' את כל משאלותינו לטובה !

אין אנדערע נייעס גרייט מען זיך אויף די געהויבענע מעמד הכנסת ספר תורה וואס וועט ווערן אריינגעגעבן חול המועד סוכות לכבודו פונעם רב שליט"א דורך הנגיד שר הצדקה והחסד עמוד התווך של ק"ק באבוב רבי ישראל אלכסנדר הכהן ענגלענדער הי"ו הנה ימים באים !
מתנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 5:32 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מתנה »

דעם פארלאפענעם שבת סליחות פאר קריאת התורה האט כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א נאכאמאל אויפגעטרויטען מיט א דרשת התעוררות בעניני מורא מקדש
די רב האט אנגעהויבען אז ער וויל נאכאמאל רעדן דערפון ווייל ס'זענען דא הונדרעטער געסט און אזוי אויך די בחורי הישיבות וואס לערנען אין א"י, און די ארץ ישראלדיגע בחורים וואס זענען נישט געווען דא צוויי וואכן צירוק, די רב האט מעורר געווען אז זיין שטיל איז נישט גענוג נאר מ'דארף זיך עס מקבל זיין, אוון געזאגט אז אויב מ'מאכט זיך גדרים וסייגים בינד מען צו די מקטריגים אז זאלן נישט קענען שלעכטס טוהן ח"ו
און די רב האט אויסגעשריגען אז ס'דראהעט א שרעקליכע גזירות החינוך אויף אונזערע דורות, און מיט די קבלות טובות פון נישט רעדן אפילו בין גברא לגברא פאר דער וואס קען, און סיי וועלעכע אנדערע קבלה כל אחד לפי שיערין דילי', וועט מען צובינדען די סטרא אחרא און מבטל זיין די גזירה און עס וועט ברענגן רפואות און ישועות פאר אלע חולי ישראל

אזוי אויך האט די רב ארוסגעברענגט זיין גרויסע הנאה אז הונדרעטער יונגעלייט זענען אריינגעקומען במשך די ימי חודש אלול מיט קבלות טובות בעניני טעכנילוגיע וממנו ילמדו וכן יעשו.
נאך די רב'ס עלי' האט די רב הויך געמאכט די מי שברך פונעם תוספות יו"ט און די גאנצע ציבור האט אויסגעשריגן אמן.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אליעזר ווייס »

לפי ידעתי זינגט מען אין באבוב מוצאי ר''ה ויתאיו כל לעבדך און נישט המבדיל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”