שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך lazy » זונטאג פאברואר 14, 2021 5:39 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:זייער א גוטע ליין...

סיידוואלקס אומוואקבאר, ראודס אומדרייוובאר, ביימער ברעכבאר, און טראנספארמער'ס אויפרייסבאר...

און די טרעפן וועלן זיין אויסגליטשבאר. . .

סלעדבאר

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 14, 2021 7:29 pm

און די היטן וועלן זיין פליבאר, די קוטשמעס באשוצבאר
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

טראוועי
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך טראוועי » זונטאג פאברואר 14, 2021 7:53 pm

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:21 pm

שעמישמעריינו
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:22 pm

טראוועי האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

און די טראוועי פארבאר?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:26 pm

הייבט שוין אן ווערן קארני

#פארברענגען אלערט

עכ"פ דער עיקור איז אז די בעט וועט זיין שלאפבאר בעז"ה

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:10 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
שלג כצמר האט געשריבן:א גרויסן ש'כח רב קנ"א פאר דיינע כסדר'דיגע קלארע באריכטן.

אויב איך קען דיר בעטן ביטע, ארייצולייגן אין קורצן די מארגן/דינסטאג שטורעם אין קאנטעקסט - די צייטן פון ווען ביז ווען יעדע געגנט דארף זען וואס, שניי, פריזינג רעגן, פלעין רעגן, אא"וו (איך זעה צום ביישפיל אז עקיו-וועטער זאגט פאָר ארום א אינטש שניי פאר מאנרא געגנט פאר מארגן צופרי)

א דאנק פון פאראויס!

מארגן וועט כמעט גארנישט זיין, און אוודאי נישט קיין אינטש שניי פאר מאנרא געגנט מארגן צופרי.

ס'קען זיין פון מאל צו מאל אין טייל געגענטער אביסעלע לייכטע האגל אדער פריזינג דריזל, אבער נישט ווער ווייסט וואס.

די עיקר הייבט זיך אן מארגן נאכט נאך מעריב, אין יענע צייט וועט שוין לכאורה רעגענען אין די סיטי (פלעין רעגן)
אבער אין די אפסטעיט געגענטער וועט די רעגן גוט איינגעפרוירן ווערן (טעמפראטורן קען זיין אין די צוואנציגער)
און אלס רעזולטאט וועט אלעס גיין כאדאראם... סיידוואלקס אומוואקבאר, ראודס אומדרייוובאר [חוץ אויב מ'וועט גיסן זאלץ אן רחמנות], ביימער ברעכבאר, און טראנספארמער'ס אויפרייסבאר...

דאס אלעס וועט אנגיין כאטשיג ביז נאך חצות הלילה מארגן נאכט, פון דא און ווייטער איז נאך אומקלאר, טייל מאדלס ווייזן אז מילדערע לופט קומט שוין דעמאלס אריין אויך אין אפסטעיט, אבער אנדערע מאדלס האלטן אן מיט די אייז טיף אין דינסטאג אריין.

וואס איז מיט סענטראל נוי זשערזי?

און נאכאמאל א גרויסן שכוח פאר אלע דיינע באריכטן.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:12 pm

Rak Tov האט געשריבן:עכ"פ דער עיקור איז אז די בעט וועט זיין שלאפבאר בעז"ה

ס'זאל נאר נישט גענוצט ווערן פאר נישט גוטע סיבות.

והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך והמבין יבין » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:04 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:זייער א גוטע ליין...

סיידוואלקס אומוואקבאר, ראודס אומדרייוובאר, ביימער ברעכבאר, און טראנספארמער'ס אויפרייסבאר...

מיטן פאר וויל באר האסט א קליינס פרוט באר. ורוח. הקודש אומרת ופרו אין זיי וועלען זיך פרוכטבארן

אוועטאר
א.ב.ג
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך א.ב.ג » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:13 pm

כעברע איז דא א סעפערעיט אשכול פאר דעם!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:30 pm

אין כיידער האט מען אויך געלאזט אין אדר ארויסגיין אביסעלע פון דע גבולים, לאז, ס'גוט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך אנא עבדא » מאנטאג פאברואר 15, 2021 6:10 am

ארץ-ישראל'דיגע נייעס:
הירושלמים צוהלים: ביום רביעי צפוי שלג בבירה • תחזית מזג אוויר
אין ישראלי שלא מכיר את ההתרגשות של הירושלמים רק מהתחזית על שלג בבירה. בימים האחרונים לא כל המודלים הסכימו לתרחיש, אך הבוקר הגיעה ההסכמה, וכעת ניתן להכריז (בהסתייגות כמובן...) כי ביום רביעי ייערמו בירושלים 5-10 ס"מ של שלג

בימים האחרונים רבו הדיווחים כי לאחר כמה שנים של 'הבטחות סרק', הבירה ירושלים צפויה לעטות עליה לבן השבוע. בימים האחרונים לא כל המודלים הסכימו לתרחיש, אך הבוקר הגיעה ההסכמה, וכעת ניתן להכריז (בהסתייגות כמובן...) כי ביום רביעי ייערמו בירושלים 5-10 ס"מ של שלג. ולא רק בירושלים. התחזית המלאה של חזאי ynet דני רופ לפניכם:

על פי התחזית של רופ, היום (שני) מזג האוויר ימשיך להיות חמים יחסית, כמו בימים האחרונים. זאת לצד ירידה קלה בטמפרטורות, בעיקר בפנים הארץ ובהרים.

ביום שלישי, הבוקר יהיה חמים ויבש, אך משעות הצהריים הרוחות ילכו ויתחזקו ובדרום ייתכן אובך. המערכת תתחיל במלוא עוצמתה ביום שלישי בערב ואל תוך הלילה. מזג האוויר ייעשה סוער, תחילה בצפון ומשם זה יתפשט למרכז. משבי הרוח יגיעו ליותר מ-80 קמ"ש וגובה הגלים יגיע ליותר משלושה מטרים. בחרמון ובהרי הצפון יחל לרדת שלג. (במהלך השעות הקטנות של הלילה, יתכנו פתיתי שלג באוויר).

ביום רביעי, שיא המערכת מזג האוויר יהיה סוער וקר מאוד. החל משעות הבוקר ירד מדי פעם שלג בהרי הצפון והמרכז, כולל בירושלים. בערב השלג עשוי להתגבר ולהיערם לגובה של כמה סנטימטרים (5-10). ייתכן שלג גם בהר הנגב.

ביום חמישי, ימשיכו לרדת גשמים קלים יוסיפו לרדת ברחבי הארץ לצד שלג קל שירד בפסגות ההרים הגבוהים.

ביום שישי ירד גשם מידי פעם, בעיקר בצפון ובמרכז. והטמפרטורות יעלו מעט. בשבת קודש עדיין יהיה קר, אך לא צפוי גשם.


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15407
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 9:38 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:וואס מיינט דאס פאר חדר און סקול מארגן מאנטאג?


וואס דאס מיינט פאר חדר מארגן מאנטאג?
געהעריג חדר און סקול איבעראל

פאר דינסטאג
אין די סיטי געהעריג חדר און סקול
אין אפסטעיט - ספעציעל אין קרית יואל - ווארשיינליך נורסערי קינדערגארטן און מיידלעך בלייבן אינדערהיים העלפן מאכן משלוח מנות
די עלטערע קינדער וועלן מסתמא אויך מיטטיילן די זעלבע גורל - ספעציעל אויב ס'וועט זיין א בלעקאוט אין ת"ת
טאמער וועט די מצב זיך שוין בעסערן דינסטאג צופרי וועט ווארשיינליך יא זיין חדר פאר די עלטערע קינדער אבער מיט דילעיס

אפדעיט:
אביסעלע פארפרוירערענע רעגן איז שוין געפאלן היינט פארטאגס אין טיילן פון אפסטעיט, ס'איז טאקע געווען א קליין ביסעלע, אבער האט שוין משפיל געווען אסאך שטייעדיגע עדי ארץ.

ב"ה אז די ראודס זענען באזאלצן, אבער די סיידוואלקס און טרעפ זענען נאך פארכאפט אונטערן שליטה פון ר' אייזיק שווארץ, מ'זאל זייער אפוואכט געבן.

דורכאויס די טאג קען ווייטער זיין לייכטע פארפרוירענע רעגן אדער דריזל פון מאל צו מאל, און וועט ווערן פארמערט ווען די נאכט וועט צופאלן, אבער נאכנישט אויף א שווערע אופן.

די עיקר פארפרוירענע רעגן איז ערווארטעט אויף ערגעץ צווישן 10:00 און 11:00 ביינאכט, דעמאלס וועט עס אראפקומען מיט א שטארקייט בשעת די טעמפראטור אין די אפסטעיט געגענטער וועט נאך זיין ארום 29 צו 31 גראד, און אלעס וועט ווערן א שיכט פון אייז [אין לעיקוואד און אזוי אויך ניו יארק סיטי וועט עס פאלן אלס פלעין רעגן].

דאס קען אזוי אנהאלטן פאר עטליכע שעה ביז בערך 1:00 צו 2:00 פארטאגס אין מאנסי, און ביז בערך 2:00 צו 3:00 פארטאגס אין קרית יואל, נאכדעם וועט די טעמפראטור שוין ארויפגיין העכערן פרירונגס פונקט און די אייז וועט אנהייבן זיך אויפלאזן. די רעגן בכלל וועט זיך אויפהערן מארגן בערך 8:00 צופרי [קען זיין אביסל פריער און קען זיין אביסל שפעטער].

דאס מיינט אז מארגן צופרי וועט בעז"ה זיין געהעריג חדר און סקול פאר אלע יארגענג [חוץ טאמער ס'וועט זיין א בלעקאוט, און ס'וועט נאך אנהאלטן צופרי].
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך שלג כצמר » מאנטאג פאברואר 15, 2021 11:27 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אפדעיט:
אביסעלע פארפרוירערענע רעגן איז שוין געפאלן היינט פארטאגס אין טיילן פון אפסטעיט, ס'איז טאקע געווען א קליין ביסעלע, אבער האט שוין משפיל געווען אסאך שטייעדיגע עדי ארץ.

ב"ה אז די ראודס זענען באזאלצן, אבער די סיידוואלקס און טרעפ זענען נאך פארכאפט אונטערן שליטה פון ר' אייזיק שווארץ, מ'זאל זייער אפוואכט געבן.

דורכאויס די טאג קען ווייטער זיין לייכטע פארפרוירענע רעגן אדער דריזל פון מאל צו מאל, און וועט ווערן פארמערט ווען די נאכט וועט צופאלן, אבער נאכנישט אויף א שווערע אופן.

די עיקר פארפרוירענע רעגן איז ערווארטעט אויף ערגעץ צווישן 10:00 און 11:00 ביינאכט, דעמאלס וועט עס אראפקומען מיט א שטארקייט בשעת די טעמפראטור אין די אפסטעיט געגענטער וועט נאך זיין ארום 29 צו 31 גראד, און אלעס וועט ווערן א שיכט פון אייז [אין לעיקוואד און אזוי אויך ניו יארק סיטי וועט עס פאלן אלס פלעין רעגן].

דאס קען אזוי אנהאלטן פאר עטליכע שעה ביז בערך 1:00 צו 2:00 פארטאגס אין מאנסי, און ביז בערך 2:00 צו 3:00 פארטאגס אין קרית יואל, נאכדעם וועט די טעמפראטור שוין ארויפגיין העכערן פרירונגס פונקט און די אייז וועט אנהייבן זיך אויפלאזן. די רעגן בכלל וועט זיך אויפהערן מארגן בערך 8:00 צופרי [קען זיין אביסל פריער און קען זיין אביסל שפעטער].

דאס מיינט אז מארגן צופרי וועט בעז"ה זיין געהעריג חדר און סקול פאר אלע יארגענג [חוץ טאמער ס'וועט זיין א בלעקאוט, און ס'וועט נאך אנהאלטן צופרי].

יישר כח קנ"א.

(איך קווענקל מיך נאך צי איך זאל ארויספארן היינט נאכט פון שטאט צו א שמחה אין קרית יואל. וואס האלט דער עולם?)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15407
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 2:19 pm

איך האב נישט קיין אנונג פארוואס די נאציאנאלע וועטער סערוויס האלט נאך אן מיט די "ווינטער וועטער אדווייזערי" פאר ניו יארק סיטי
ווען ס'וואלט געווען בידי וואלט איך עס שוין לאנג אראפגענומען [אדער אפילו בכלל נישט ארויפגעלייגט].

אין מאנסי זעהען זאכן אויך אויס בעסער ווי נעכטן, ס'וועט נישט זיין אזוי געפערליך... אבער נאך אלס קען זיין אייזיג, און אביסל אייז איז אויך נישט קיין קינדערשפיל.

אויך אין קרית יואל וועט נישט זיין אזוי געפערליך ווי ס'האט אויסגעזעהן נעכטן, אבער ס'וועט נאך אלס זיין א ערענסטע גליטשעראציע היינט נאכט בעיקר בערך צווישן 10:00 ביינאכט און בערך 2:00 פארטאגס.

לעת עתה קוקט אויס אז די ערגסטע וועט זיין צווישן מידעלטאון און מאנטיסעלא [בלומינגבורג אריינגערעכנט] דארט קען זיין אן "ערענסטע אייז שטורעם".
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך פרישע קוגל » מאנטאג פאברואר 15, 2021 2:20 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנונג פארוואס די נאציאנאלע וועטער סערוויס האלט נאך אן מיט די "ווינטער וועטער אדווייזערי" פאר ניו יארק סיטי
ווען ס'וואלט געווען בידי וואלט איך עס שוין לאנג אראפגענומען [אדער אפילו בכלל נישט ארויפגעלייגט].


ס'גייטער אן אז אלטערנעסייט פארקינג איז סוספענדעד?

אוועטאר
איך ווייס נישט
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 24, 2010 1:40 am

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך איך ווייס נישט » מאנטאג פאברואר 15, 2021 2:32 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנונג פארוואס די נאציאנאלע וועטער סערוויס האלט נאך אן מיט די "ווינטער וועטער אדווייזערי" פאר ניו יארק סיטי
ווען ס'וואלט געווען בידי וואלט איך עס שוין לאנג אראפגענומען [אדער אפילו בכלל נישט ארויפגעלייגט].


ס'גייטער אן אז אלטערנעסייט פארקינג איז סוספענדעד?

מארגן איז עס שוין צריק אין אפעקט
איך ווייס נישט, איך האב נישט קיין אהנונג, איך האב נישט קיין קלוי (clue), איך ווייס אזוי ווייט איז איך ווייס נישט וואס איך ווייס אין וואס איך ווייס נישט, אבער איין זאך איז זיכער, איך ווייס נישט!

Mordec
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 12:00 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך Mordec » מאנטאג פאברואר 15, 2021 2:32 pm

איך מיז פארן היינט נאכט פון קרית יואל צו א שמחה אין וויליאמסבורג. וויאזוי וועט אויסקוקן די וועג צירוק ארום 2:00-3:00?

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך א גולם » מאנטאג פאברואר 15, 2021 2:37 pm

KH.png
KH.png (381.05 KiB) געזעהן 1595 מאל

אוועטאר
האק א לעבן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 8:52 am

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך האק א לעבן » מאנטאג פאברואר 15, 2021 3:24 pm

איך האב נישט קיין אנונג פארוואס די נאציאנאלע וועטער סערוויס האלט נאך אן מיט די "ווינטער וועטער אדווייזערי" פאר ניו יארק סיטי
ווען ס'וואלט געווען בידי וואלט איך עס שוין לאנג אראפגענומען


זיי דארפן האבן א סיבה צו גיסן זאלץ
געדענקסט נישט די יארן וואס די שטאט האט דערלייגט שווערע געלטער אויף אומבאנוצטע זאלץ?

מרדכי ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך מרדכי ש » מאנטאג פאברואר 15, 2021 3:41 pm

פאר דאנערשטאג באטאג אין באנאכט אין מאנרא
צוגעלייגטע
Screenshot_20210215-153747_The Weather Channel.jpg
Screenshot_20210215-153747_The Weather Channel.jpg (403.39 KiB) געזעהן 1243 מאל

באדראג-קערעסטיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מאנטאג פאברואר 15, 2021 3:55 pm

נאכדעם וואס אלא דריי גרויסע מאדעלס האבן געוויזען א שניי שטורעם פאר דארנישטאג-פרייטאג, קימט די NAM אריין זייער דיסעפוינטינג מיט 0 שניי

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג פאברואר 15, 2021 3:56 pm

lazy האט געשריבן:שוין לאנג געוואונדערט, וואס איז טאקע פשט אז דעי חברה פרעדיקטן אזוי שלאבעריש? קענען זיי טאקע נישט אויפנעמען איינעם ווי דיר?

כהאב דא געשריבן א שטיקל רמז
viewtopic.php?p=2617861#p2617861

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך lazy » מאנטאג פאברואר 15, 2021 4:54 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:שוין לאנג געוואונדערט, וואס איז טאקע פשט אז דעי חברה פרעדיקטן אזוי שלאבעריש? קענען זיי טאקע נישט אויפנעמען איינעם ווי דיר?

כהאב דא געשריבן א שטיקל רמז
viewtopic.php?p=2617861#p2617861

גוט גוט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15407
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: שניי שטורעמס ווינטער תשפ"א

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג פאברואר 15, 2021 5:38 pm

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:נאכדעם וואס אלא דריי גרויסע מאדעלס האבן געוויזען א שניי שטורעם פאר דארנישטאג-פרייטאג, קימט די NAM אריין זייער דיסעפוינטינג מיט 0 שניי

די NAM איז נאך אוט אוו רעינדזש

די NAM איז נאר גוט אין די 48 ביז 60 שעה
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, Porfavor, ארי וואהרמאן, וואס עפעס?, מיכל, משה צימערינג, נישטאמת, עמך_יוד, שואלכענין, שטאפיק און 71 געסט