רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

מיר וואשן נעגל וואסער, מיר ווישן זיך די אויגן, מ'שעפשעט מודה אני, און מ'ציהט זיך אויס די ביינער פון א לאנגע טיעפע בייזע-חלום שלאף.

עס וועט געוויס זיין נייעס פאר די יונגערע ניקס צווישן אונז, אז א טייל פון די שטארק-אויסגערופענע אנטי טראמפ ניקס זענען מיט בלויז פיר אהאלב יאר צוריק געווען א הייסע טייל אינעם רעפובליקענער לאגער, וועלכע האבן זיך געאייסערט איבער די דעמאלס'דיגע קאנדידאטן אויפן רעפובליקאנער פריימערי סטעידזש, אנגעהויבן פון די מער-רעכטע זייט: קרוז, רוביא, ווייטער לינקס אהין ביז צו דזשאן-קעיסיק... רעפובליקאנער זעמיר אבער קלאר געווען! דאס רעכנט אריין אונזער מנהל ר' לכאורה, און אפי' אונזער געשמאקער ר' שלמה הילדסהיימער - בעליוו איט אר נאט! - וגם אני בתוכם. (איך בעט איבער וועם כ'האב אויסגעלאזט, אדרבה רופט אייך אן אריינצופולן).

די לעצטע פיר יאר - זינט דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט באקומען די נעמינאציע פונעם פארטיי און דערנאך דעם ווייסן הויז - האט אויף אונז געטון דאס וואס מיר האבן זיך נישט גע'חלומ'ט, אונזער אפשיי צו אים און זיין התנהגות האט אונז פשוט אריינגעשטופט אין א פלאץ וואו מיר וואלטן באמת נישט געוואלט זיין... מיר האבן זיך געטראפן אויף איין באנק מיט די לינקע געמיינדע, עד כדי אז מ'האט אונז גאר געצימבעלט אויף די לינקע געדאנקענגאנג וואס מיר האבן ארגינעל גאר שטארק געהאסט...

שוין, וואס איז געווען איז געווען, די פראגע איז וואו גיימיר יעצט ווייטער? די וועלט גייט [האפענטליך] צוריקגיין צום נארמאל, מ'גייט עפרישיעיטן דאס רואיגקייט און באזעסנקייט, די רעספעקט און עהרע, אבער, מיר גייען זיך טאג-טעגליך באגעגענען מיט לינקע פאלעסיס אויף וואס די פראגע גייט זיין געוואנדן צו אונז: דאס האסטו געוואלט? אדער 'ער טוט גארנישט אויף' וכדומה. (אליבא דאמת איז גארנישט קיין קושיא, ווייל ס'איז אלס בעסער ווי איינער וואס זיצט און מאכט יסודות'דיגע חורבונות אין די מענטשהייט. זאל עס זיין א שטילער פרעזידענט, זאל עס זיין איינער מיט פאלעסיס וואס מיר גלייכן נישט, אבער נאכאלץ בעסער ווי געווען).

די פראגע איז נאר, גיימיר סטיקן אים צו פארטיידיגן, זיך מיט אים צו אידענטיפיצירן, אדער גיימיר זיך צוריק אומקוקן אויפן רעכטן זייט פונעם פאליטישן לאגער, זען אויב ס'דא פלאץ פאר אונז דארט...

זענט איר פון די רעפובליקאנע אנטי-טראמפ לאגער? לאמיר זיך אויסשמועסן, רופט אייך אן ביטע!
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

מזלא טבא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 1:22 pm

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזלא טבא »

ברענגסט זייער גוט ארויס די דילעמא.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

א דעמאקראט עפענט א רעפאבליקאנער אנטי טראמפ אשכול...

וויפיל רעפאבליקאנער "אנטי" טראמפ ניקן זענען בכלל דא?
(איך רעד נישט פון די וועלכע זענען פארווע)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

זייענדיג אין די רעפובליקאנע אנטי טראמפ לאגער האט מיר געגעבן א געלעגענהייט צו קוקן אויף די אישוס מיט א מער Objective בליק, בעפאר טראמפ, בין איך געווען א רעפובליקאנער אלל די וועי, יעצט אבער, קוק איך אויף די אישוס און איך בין דן יעדער זאך פאר זיך. איך בין ב״ה גאנץ צופרידען אין דער מצב, און איך האף צו בלייבן אין דער מצב.

לדוגמא, אלץ רעפובליקאנער בין איך געווען קעגן גאן קאנטראל געזעצען, כאטש אז טיף אין הארצען האב איך געוויסט אז גאן קאנטראל געזעצען זענען נישט מער פון נארמאל. נאך טראמפ, האב איך אפגעלאזט די רעפובליקאנער פארטיי, און איך בין אין שטיצע פון נאֿרמאלע גאן קאנטראל געזעצען.

ווי מען גייט ווייטער? ווען ביידען וועט טוהן נארמאלע זאכן (ווי למשל צוריקשטעלן די סאלט דידאקשין), וועל איך עם שטיצן, אויב וועט ער טוהן זאכן וואס איך גלייך נישט (ווי למשל דראסטיש העכערען די קעפיטעל געינס טעקס אויף קליינע פארדינער), וועל איך עם נישט שטיצען, סימפעל אז דעט. (איך רעד פון שטיצען זיינע פאליסיס, עם פרעזענליך וועל איך שטיצן כל זמן וואס ער פירט זיך אויף מענטשליך)
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

שיעלע בהמה האט געשריבן:א דעמאקראט עפענט א רעפאבליקאנער אנטי טראמפ אשכול...

וויפיל רעפאבליקאנער "אנטי" טראמפ ניקן זענען בכלל דא?
(איך רעד נישט פון די וועלכע זענען פארווע)


שפירסט זיך אין דעם קאטעגאריע? אויב נישט, וואס מוטשעסטו? דא גענוג אשכולות. ביטע

חיימאוויטש האט געשריבן:זענט איר פון די רעפובליקאנע אנטי-טראמפ לאגער? לאמיר זיך אויסשמועסן, רופט אייך אן ביטע!
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

פעקט טשעק: @שלמה איז אייביג געווען פרא אבאמא


פיינער אשכול דאס, איך בין שוין לאנג נייגעריג ווי אזוי די רעפובליקאנער אנטי טראמפערס וועלן באהאנדלען א ביידען פרעזידענטשאפט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס איז שלעכט צו זיין אינדעפענדענט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

.
לעצט פארראכטן דורך שליו ודגים אום מיטוואך יאנואר 20, 2021 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

.
לעצט פארראכטן דורך שליו ודגים אום מיטוואך יאנואר 20, 2021 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

קענטאקי האט געשריבן:פעקט טשעק: @שלמה איז אייביג געווען פרא אבאמא



פארוואס ליגט מיר אין קאפ אז ער פלעגט רופן קעיסיק מיי גאי? מעגליך איך בין זיך טועה מיט א אנדערע ניק
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

די פאקט אז מ'עפנט אן אשכול פאר אנטי-טראמפ ניקים, און די ערשטע וואס רופן זיך אן זענען די פרא-טראמפ ניקים, האט א געוויסע דיאגנאז-נאמען? כ'וואונדער זיך וואסי פשט דערפון?
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרעג מיך אין צוויי-דריי יאר וויאזוי שלום בית גייט
דערווייל טאנצט מען ביי די חתונה און שבע ברכות

(קרעדיט: א ניק וואס האט מיך פריער באוואשן אין אישי אז איך פריי מיך היינט מער ווי ביי א קינדס חתונה)
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

חיימאוויטש האט געשריבן:די פאקט אז מ'עפנט אן אשכול פאר אנטי-טראמפ ניקים, און די ערשטע וואס רופן זיך אן זענען די פרא-טראמפ ניקים, האט א געוויסע דיאגנאז-נאמען? כ'וואונדער זיך וואסי פשט דערפון?


אקעי סארי גארנישט געמיינט
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ס'פשוט נישטא קיין ריפאבליקאנער-אנטי טראמפערס.. ס'טע ענדירש געוואלט דיין אשכול זאל בלייבן ליידיג?
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

חיימאוויטש, כ'בין נאך נייגעריג וואס דיין אויסוואל איז.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

פרישע קוגל האט געשריבן:ס'פשוט נישטא קיין ריפאבליקאנער-אנטי טראמפערס.. ס'טע ענדירש געוואלט דיין אשכול זאל בלייבן ליידיג?

;l;p-
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס איז שלעכט צו זיין אינדעפענדענט?

איך פרעג עכט חיימאוויטש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

חיימאוויטש האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:פעקט טשעק: @שלמה איז אייביג געווען פרא אבאמא



פארוואס ליגט מיר אין קאפ אז ער פלעגט רופן קעיסיק מיי גאי? מעגליך איך בין זיך טועה מיט א אנדערע ניק

שלמה איז אלץ געווען אויף די ליבעראלע זייט, פון די רעפאבליקאנע פעלד קאנדידאטן האט ער די מערסטע געגליכן מיי גיי קעיסיק..
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

לכאורה האט געשריבן:פרעג מיך אין צוויי-דריי יאר וויאזוי שלום בית גייט
דערווייל טאנצט מען ביי די חתונה און שבע ברכות

(קרעדיט: א ניק וואס האט מיך פריער באוואשן אין אישי אז איך פריי מיך היינט מער ווי ביי א קינדס חתונה)

wow מיין מנהל אין חדר האט קיינמאל נישט געהאט קיין טראפ הומאר אין זיך, נאך אזאך וואס אייוועלט פארמאגט
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וואס איז שלעכט צו זיין אינדעפענדענט?

איך פרעג עכט חיימאוויטש.


אינדעפענדענט זעמיר געווען ביז יעצט... והא ראי' מיר האבן נישט געסטיקט צום פארטיי...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

לכאורה האט געשריבן:פרעג מיך אין צוויי-דריי יאר וויאזוי שלום בית גייט
דערווייל טאנצט מען ביי די חתונה און שבע ברכות

(קרעדיט: א ניק וואס האט מיך פריער באוואשן אין אישי אז איך פריי מיך היינט מער ווי ביי א קינדס חתונה)


:lol: :lol:
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

פרישע קוגל האט געשריבן:ס'פשוט נישטא קיין ריפאבליקאנער-אנטי טראמפערס.. ס'טע ענדירש געוואלט דיין אשכול זאל בלייבן ליידיג?


אםםם, כ'זעה אנדערע לאכן פון דעם וויץ, איך האב עס נישט געכאפט. דא אויפן וועלטל האמיר א שיינע צאל דערפון, ווי אנגעהויבן
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

חיימאוויטש האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:ס'פשוט נישטא קיין ריפאבליקאנער-אנטי טראמפערס.. ס'טע ענדירש געוואלט דיין אשכול זאל בלייבן ליידיג?


אםםם, כ'זעה אנדערע לאכן פון דעם וויץ, איך האב עס נישט געכאפט. דא אויפן וועלטל האמיר א שיינע צאל דערפון, ווי אנגעהויבן

ס'איז א פשוטע ליגענט אז ס'נישטא! נאר וואס יא? ס'דא אזעלכע אנטי טראמפערס (לדוגמא מיקעין און ראמני) וואס וועלן לויט מאנכע פארקויפן די פארטיי אבי אפצוטון טראמפ.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעפובליקאנער - אנטי טראמפ לאגער, וואו גיימיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חיימאוויטש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וואס איז שלעכט צו זיין אינדעפענדענט?

איך פרעג עכט חיימאוויטש.


אינדעפענדענט זעמיר געווען ביז יעצט... והא ראי' מיר האבן נישט געסטיקט צום פארטיי...

פיין, איז וואס שטערט דיר צו בלייבן אזוי? בלייב מיט דיין אביעקטיווער בליק, און סטיק צו די פאליסיס וואס דו גלייכסט. אויסער אויב דו ווייסט נאכנישט וואס דו ווילסט לגבי פאליסי..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”