ר' שלום ווייס הי"ו - איבערן מופת ממרן אדמו"ר הק' מטאהש

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך ווארט נאך אז מערכת טאהש זאל מיר צוריקרופען, קוקט אויס זיי ווילן ענדערש גיין די אנדערע ריכטונג...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נחמן עהרליך
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך נחמן עהרליך »

הער אויס הרב פיטא
איך האב געקאנט רביצין לייפער - זי האט ניט געהערט פון טראמפ אויף קול מבשר אדער פון ווי, זי האט נאר געדענקט די נאמען טראמפ פון אט די מעשה!
למעשה:
האט מען געשמיעסט פון דעם איידער טראמפ איז געווארן פרעזידענט! צו די דעלאטינער רבי, צו דער דומ"ץ טירנויער אדער די אינטערוויוא יודן וואס האבן זיך געטראפן מיט משה מארגערעטן -למעשה איז טראמפ געווארען פרעזידענט - און די שמועס איז געוועהן בשם הרה"ק מ'טאהש - אז טראמפ וועט אים ארויסנעמען - למעשה האט אים טראמפ ארויסגענומען, און דאס האבן פולע יודן מיטגעהאלטן.
והשנית:
נניח אז דיין ווערסיע איז די ריכטיגע - איז דאך דאס אויך א גרויסע מופת - אז די הייליגע טאהשע רבי האט געזאגט אויף א 835 יעריגע פאראורטיילטע יוד אז עפעס א פרעזידענט וועט אים ארויסנעמען - נו איז נישט ממש געוועהן די מיסעס (קלינטען) נאר א צווייטע פרעזידענט - איז אויך גאר א גרויסע זאך צו זאגען 20 צירוק מיט א קלארקייט אז א פרעזידענט וועט אים פארדאנען!
ממילא מה נפשך איז עס א מופת - בעסער געזאגט, א קלארע דיבור פון א צדיק - אז ער וועט נישט פארבלייבען דארט אויף אייביג ווי די מצב האט אויסגעקוקט -
איז די גאנצע טענעריי דא איז ווי קלאר די מאמר איז געוועהן - צו ער האט געזאגט קלאר 'טראמפ' - אדער מיסעס (קלינטען).. אבער קלאר לפי הכל - ער האט למעשה דאס געזאגט.
ביי מיר איז דאס טשילס און גאז באמפס אויפ'ן העכסטן פארנעם! אפילו דיין ווערסיע...
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך קושטא »

נחמן עהרליך האט געשריבן:הער אויס הרב פיטא
איך האב געקאנט רביצין לייפער - זי האט ניט געהערט פון טראמפ אויף קול מבשר אדער פון ווי, זי האט נאר געדענקט די נאמען טראמפ פון אט די מעשה!

איך גלייב נישט אז אין 2016 איז געווען איין מענטש אויפן כדור הארץ וואס האט נישט געהערט פון טראמפ. און איך זעה נישט ווי די ביסט דיך סותר מיט @סטאוו, ער זאגט דאך קלאר אז רעבעצין לייפער איז נישט געווען בשעת מעשה, נאר זי האט עס אויך נאר געהערט פון ר' שלום'ס משפחה, וואס זיי זענען דארט געווען אין צימער.

די רעדסט כאילו איינער וויל דא טשענלנדשן טאהש'ער רבי זצ''ל'ס גדלות. ס'איז פשוט אז צוליב די אינטערעסאנטקייט פון אזא מעשה, איז איינער עס נאכגעגאנגען און ס'שטעלט זיך ארויס אז להד''ם.
וואספארא תועלת איז דאס, זיך צו קלאמערען אין א מעשה וואס איז שקר?
רביה''ק מסאטמאר זצ''ל האט אויך כסדר אוועקגעמאכט געוויסע מעשיות כידוע, האט ער דען עפעס חלילה מפקפק געווען אין גדלות פון די תלמידי בעשטה''ק אויף וועם מ'האט פארציילט די מעשה? פשוט, ''מדבר שקר תרחק''.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום פרייטאג יאנואר 22, 2021 1:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחמן עהרליך
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך נחמן עהרליך »

יא רביה"ק מ'סאטמאר האט טאקע אוועקגעמאכט מעשיות מיזט די נאך נישט אוועק מאכען אנדערע גרויסע מענטשן פארדעם אפילו די קאכסט דיך מיט רביה"ק
וואס פאר א שקר? טאשע רבי האט געזאגט אז מ'גייט אים פארדענען וכך הוה - יעצט וועלעכע שקר טיט דיר אזוי באנק? וואס איז שקר?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך הענדימען »

קושטא קאי!!!

ס'זענען דא פילע וואס קענען דעם אינגערמאן אונטער'ן (איבער'ן) ניק סטאוו און איך ווייס אויך זיין שייכות צו ר' שלומ'ס משפחה. און כ'גלייב אים עניטיים

-----
ר' נחמן. קיינער מאכט נישט אוועק קיין גרויסע מענטשן. ס"ה ווייסט מען אז "די" מעשה איז נישט אמת. ס'מאכט נישט טאהשער רבי א האר קלענער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
נחמן עהרליך
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך נחמן עהרליך »

הענדימען האט געשריבן:קושטא קאי!!!

ס'זענען דא פילע וואס קענען דעם אינגערמאן אונטער'ן (איבער'ן) ניק סטאוו און איך ווייס אויך זיין שייכות צו ר' שלומ'ס משפחה. און כ'גלייב אים עניטיים

-----
ר' נחמן. קיינער מאכט נישט אוועק קיין גרויסע מענטשן. ס"ה ווייסט מען אז "די" מעשה איז נישט אמת. ס'מאכט נישט טאהשער רבי א האר קלענער

יעצט רעדט מען נישט פון טאהשע רבי'ס גדלות
וואס איז נישט אמת? אז טאשע רבי האט געזאגט אז מ'גייט אים פארדענען?
איך האב סך הכל געזאגט אז ביידע ווערסיעס זענען מוראדיג.
דיר ביסט נוטה צו סטאוו - און איך האב געקענט מרס. לייפער
יעצט ווי קומט דא שקר? סטאוו'ס ווערסיע איז געניג גרויס און ביי מיר מיינט דאס אויך זייער אסאך
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך קושטא »

נחמן עהרליך האט געשריבן:יעצט רעדט מען נישט פון טאהשע רבי'ס גדלות
וואס איז נישט אמת? אז טאשע רבי האט געזאגט אז מ'גייט אים פארדענען?
איך האב סך הכל געזאגט אז ביידע ווערסיעס זענען מוראדיג

און איך האב סך הכל געזאגט, אז די שקר איז אז ער האט בכלל נישט געזאגט טראמפ. לגבי דיין צווייטע העלפט תגובה האב איך נאר ארויסגעברענגט אז די נידון איז נישט דא צו ס'איז געווען א מופת צו נישט. נאר די נידון איז, די פונקטליכקייט פון די מעשה.

יעצט איז דיר שוין אלעס קלאר ?
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום פרייטאג יאנואר 22, 2021 4:46 am, פארראכטן געווארן 13 מאל.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך נו וואדע »

כ'ווייס ניש פארוואס אבער די גאנצע וויכוח איבער די מעשה פון הרה"ק מ'טאהש זצ"ל , הייבט אהן אויסקוקן דא אויפן וועלטל אווי די באקאנטע לאורעל יענני סומעטאכע...........
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
ערמון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך ערמון »

נו וואדע האט געשריבן:כ'ווייס ניש פארוואס אבער די גאנצע וויכוח איבער די מעשה פון הרה"ק מ'טאהש זצ"ל , הייבט אהן אויסקוקן דא אויפן וועלטל אווי די באקאנטע לאורעל יענני סומעטאכע...........

איך הער לאורעל,
ס'איז טראמפ אדער מיסעס?
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך בעסער אזוי »

נחמן עהרליך האט געשריבן:יא רביה"ק מ'סאטמאר האט טאקע אוועקגעמאכט מעשיות מיזט די נאך נישט אוועק מאכען אנדערע גרויסע מענטשן פארדעם אפילו די קאכסט דיך מיט רביה"ק
וואס פאר א שקר? טאשע רבי האט געזאגט אז מ'גייט אים פארדענען וכך הוה - יעצט וועלעכע שקר טיט דיר אזוי באנק? וואס איז שקר?

ביזסט גערעכט עס איז א געוואלדיגע מופת, אבער א חלק פון די אינטערעסאנטקייט פון די מעשה איז אז טאהשע רבי האט שוין פאר 20 יאר צוריק געזאגט אז טראמפ גייט זיין פרעזידענט וואס דאס פאר זיך איז זייער אינטערעסאנט ווייל ווער וואלט דעמאלטס געחלמט אז ער גייט אנקומען אהין, אבער ווען ס'קומט ארויס אז ער האט געזאגט די 'מיסיס' גייט אים ארויסנעמען מאכט עס שוין מער סענס ווייל איר מאן האט דעמאלטס ארויסגענומען אידן און מ'האט גערעדט אז זי גייט לויפן, ביזסט גערעכט מיט דעם אז ס'איז נאכאלץ א גרויסע מופת און די רבי ווערט נישט קיין טראפ קלענער וועגן דעם, אבער נאכאלץ גלייכן מענטשן צו הערן דברים כהווייתן

ופשוט הוא
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך zibala »

לכאורה באלאנגט די אשכול אינעם על הצדיקים אפטיילונג
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך להגדיל שמו »

ותלמיד חכם יוצא ידי שתיים.
איך קום דא אריין אלץ שלש צו פראבירען שלום צו מאכען מיט ביידע צדדים.
קאן זיין אז די רבי ז"ל האט געזאגט סיי טראמפ און סיי די מיסעס... און ווי עס איז טאקע מקיים געווארען צוואנציג יאר שפעטער, אז טראמפ האט אים באפרייט, אבער למעשה איז ער הערשט ארויס ווען די מיסעס העריס איז שוין געווען ווייס פרעזידענט.

איין קשיא בלייבט נאר שווער, פון ווי האט טאשע רבי געוויסט פון טראמפ, און זיין שוועסטער האט הערשט געוואר געווארען פון טראמפ אין 2016?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך באריכט »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

די קעפל אליינס איז שוין מיסליעדינג און פאלש, ערשטהאנטיגע מקור ראשון?

לאמיר נאך איינמאל קלארשטעלן די פאקטן:

- די מעשה אז ער האט געזאגט טראמפ קומט פון טאהש'ע רבי'ס שוועסטער
- זי איז נישט דארט געווען
- זי האט געזאגט זי האט עס געהערט פון שלום'ס משפחה
- (זי איז געווען 90 יאר ווען זי האט דאס ערשטע מאל פארציילט די מעשה...)

איז קודם איין זאך איז קלאר "קיין ערשטהאנטיגע מקור פון א נאמען וואס האט עס געהערט פון טאהשע רבי אליינס איז נישטא!"

יעצט איבער הילערי

- ס'זענען געווען 4 מענטשן וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה
- פון 3 פון זיי (וועם איך קען פערזענליך) האב איך געהערט דעם זעלבען נוסח (דעם פערדן קען איך נישט, ער איז פון בית טאהש)
- די נוסח איז "די מיסעס וועט איהם שוין ארויסנעמען"
- געוויסע אין די משפחה האבן אפילו געהאלטן אלע יארן אז הילערי גייט זיכער זיין פרעזידענט צוליב דעם..


יעצט האט עטס די בחירה צי ווייטער גלייבן באמונה טפילה אין א מעשה שלא היה רק נברא אדער זיך ריקן צים נעקסטן זאך אזוי ווי איך גיי יעצט טוהן.

שוין צופיל מאריך געווען אין דעם באבקע. כל טוב. נעקסט.


מיט דעם וואס די מיסעס איז געלאפען און נישט קיין אנדערע קעגען טראמפ דאס האט גורם געווען טראמפס געווינס כידוע.. ממילא קומט אויס האט זי חלק אין דעם ארויסגיין פון תפיסה...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך farshlufen »

אן אריינגין אין אמיתת הפרטים, כ'פארשטיי נישט די סארט פראגן "פון וואו האט טאהשער רבי געוואוסט פון טראמפ?" פון דארט וואו ער האט געוואוסט אז א פרעזידענט וועט אים פארדאנען.

עכ"פ, ווער ס'האט געקענט דעם איד פרעגט נישט אזעלכע פראגן.

זכותו יגן עלינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך הענדימען »

אין געוויסע מקומות האט מען נישט מקפיד געווען צו פארציילן נאר אמת'ע מעשיות פון צדיקים (אינטערעסאנט אנצומערקן אז סטאוו יא פיטא די ניגון קומט פון דארט)

אבער פון דארט וואו איך און רובה דרובה אייוועלט שרייבער קומען האט מען אויף דעם גאר שטארק מקפיד געווען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הענדימען האט געשריבן:אין געוויסע מקומות האט מען נישט מקפיד געווען צו פארציילן נאר אמת'ע מעשיות פון צדיקים (אינטערעסאנט אנצומערקן אז סטאוו יא פיטא די ניגון קומט פון דארט)

אבער פון דארט וואו איך און רובה דרובה אייוועלט שרייבער קומען האט מען אויף דעם גאר שטארק מקפיד געווען

גראדע אין זידיטשויב קאמארנע האט מען יא גערעדט אביסל ברייטער

אזוי מיינעך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך farshlufen »

וואס עפעס?

טאהשער רבי זי"ע פלעגט צו זאגן אפילו וואס ס'איז קראנ און אמת האט מען נישט אלעמאל פארציילט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך הענדימען »

שיעלע בהמה האט געשריבן:גראדע אין זידיטשויב קאמארנע האט מען יא גערעדט אביסל ברייטער

וואס הייסט ברייטער? מעשיות וואס זענען נישט אמת?

farshlufen האט געשריבן:טאהשער רבי זי"ע פלעגט צו זאגן אפילו וואס ס'איז קראנ און אמת האט מען נישט אלעמאל פארציילט.

וואס עפעס?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז געדרוקט אין "עבודת עבודה" עיי"ש ותמצא נחת.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הענדימען האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:גראדע אין זידיטשויב קאמארנע האט מען יא גערעדט אביסל ברייטער

וואס הייסט ברייטער? מעשיות וואס זענען נישט אמת?

נישט ממש, אבער שטארקע הפלגות וועלכע זעהען אויס ווי גוזמאות איז נישט געווען דארטן אפגעפרעגט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך זיץ דא מיט די משפחה דער עולם ליינט דעם אשכול און מ'האלט זיך ביי די זייטן, די שטותים איז בוקע רקיעים... די מעשה איז געווען קורץ נאכדעם וואס בילל קלינטאן האט געפארדאנט די סקווירא אידן און הילערי איז שוין געווען א שם דבר, יעדער האט זיך גערישט אז זי גייט זיין פרעזידענט איין טאג. מען האט שטארק געמיטשעט דעם טאהשע רבין ער זאל מבטיח זיין אז שלום זאל ארויסגיין זכאי בדין אויף וואס ער האט געמורמעלט די מיסעס וועט איהם שוין ארויסנעמען...

זייער א סימפל זאך געווינטשן, גארנישט מיט קיין אפענע אויגן ציטוהן. הילערי איז געווען א באקאנטע נאמען, איר מאן האט געפארדענט אידן און שוין.

איין זאך דארף מען נאר קלארשטעלן: ס'איז נישט דא קיין צוויי נוסחאות, אזוי ווערן דאך געבוירן מעשיות, רעביצין לייפער איז נישט דארט געווען און האט בסך הכל אין 2016 געזאגט אז אזוי האט זי געהערט פון די משפחה, אן קיין נאמען. קען זיין פול מיט סיבות וואס האט גורם געווען ס'זאל זיך איר אזוי דאכטן. אדער האט דער פון משפחה געזאגט אז ס'איז נישט קלאר און ער/זי מיינט טראמפ אדער ווען זי איז שוין געווען עלטער האט זיך איר אזוי געדאכט. כ'ווייס נישט.

נאר אזוי איז עס אז אין 20 יאר ארום מאן דכר שמי' איז עס שוין הלכה למשה מסיני אז אזוי האט די רבי געזאגט, איש מפי איש בעת וואס ס'הייבט זיך נישט אן, איז דאקומענטיר איך דא פאר ווער ס'איז אינטערסירט אין די אמת אז לא היה ולא נברא, נישט קיין טראמפ, נישט קיין מופת...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך בן דותא »

הענדימען האט געשריבן:קושטא קאי!!!

ס'זענען דא פילע וואס קענען דעם אינגערמאן אונטער'ן (איבער'ן) ניק סטאוו און איך ווייס אויך זיין שייכות צו ר' שלומ'ס משפחה. און כ'גלייב אים עניטיים

-----
ר' נחמן. קיינער מאכט נישט אוועק קיין גרויסע מענטשן. ס"ה ווייסט מען אז "די" מעשה איז נישט אמת. ס'מאכט נישט טאהשער רבי א האר קלענער

שמעלצער אויף קול מבשר זאגט אז שלום ווייס האט אים געזאגט אז ער האט קיינמאל געהערט דערפון, און כ'גלייב אויב וואלט די מעשה געווען אמת וואלט מען אים געזאגט צו שטארקן זיין האפענונג.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך לב בשר »

בן דותא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:קושטא קאי!!!

ס'זענען דא פילע וואס קענען דעם אינגערמאן אונטער'ן (איבער'ן) ניק סטאוו און איך ווייס אויך זיין שייכות צו ר' שלומ'ס משפחה. און כ'גלייב אים עניטיים

-----
ר' נחמן. קיינער מאכט נישט אוועק קיין גרויסע מענטשן. ס"ה ווייסט מען אז "די" מעשה איז נישט אמת. ס'מאכט נישט טאהשער רבי א האר קלענער

שמעלצער אויף קול מבשר זאגט אז שלום ווייס האט אים געזאגט אז ער האט קיינמאל געהערט דערפון, און כ'גלייב אויב וואלט די מעשה געווען אמת וואלט מען אים געזאגט צו שטארקן זיין האפענונג.

לאו דוקא
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך יואל שרייבער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך זיץ דא מיט די משפחה דער עולם ליינט דעם אשכול און מ'האלט זיך ביי די זייטן, די שטותים איז בוקע רקיעים... די מעשה איז געווען קורץ נאכדעם וואס בילל קלינטאן האט געפארדאנט די סקווירא אידן און הילערי איז שוין געווען א שם דבר, יעדער האט זיך גערישט אז זי גייט זיין פרעזידענט איין טאג. מען האט שטארק געמיטשעט דעם טאהשע רבין ער זאל מבטיח זיין אז שלום זאל ארויסגיין זכאי בדין אויף וואס ער האט געמורמעלט די מיסעס וועט איהם שוין ארויסנעמען...

זייער א סימפל זאך געווינטשן, גארנישט מיט קיין אפענע אויגן ציטוהן. הילערי איז געווען א באקאנטע נאמען, איר מאן האט געפארדענט אידן און שוין.

איין זאך דארף מען נאר קלארשטעלן: ס'איז נישט דא קיין צוויי נוסחאות, אזוי ווערן דאך געבוירן מעשיות, רעביצין לייפער איז נישט דארט געווען און האט בסך הכל אין 2016 געזאגט אז אזוי האט זי געהערט פון די משפחה, אן קיין נאמען. קען זיין פול מיט סיבות וואס האט גורם געווען ס'זאל זיך איר אזוי דאכטן. אדער האט דער פון משפחה געזאגט אז ס'איז נישט קלאר און ער/זי מיינט טראמפ אדער ווען זי איז שוין געווען עלטער האט זיך איר אזוי געדאכט. כ'ווייס נישט.

נאר אזוי איז עס אז אין 20 יאר ארום מאן דכר שמי' איז עס שוין הלכה למשה מסיני אז אזוי האט די רבי געזאגט, איש מפי איש בעת וואס ס'הייבט זיך נישט אן, איז דאקומענטיר איך דא פאר ווער ס'איז אינטערסירט אין די אמת אז לא היה ולא נברא, נישט קיין טראמפ, נישט קיין מופת...


טאהשער רבי האט מיטגעהאלטן פאליטיק? ער האט געוואוסט אז הילערי פלאנט צו לויפן?

איך ווייס נישט צו די וואס האבן מיטגעהאלטן פאליטיק האבן שוין יא געוואוסט אבער נניח אז יא.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לב בשר האט געשריבן:
בן דותא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:קושטא קאי!!!

ס'זענען דא פילע וואס קענען דעם אינגערמאן אונטער'ן (איבער'ן) ניק סטאוו און איך ווייס אויך זיין שייכות צו ר' שלומ'ס משפחה. און כ'גלייב אים עניטיים

-----
ר' נחמן. קיינער מאכט נישט אוועק קיין גרויסע מענטשן. ס"ה ווייסט מען אז "די" מעשה איז נישט אמת. ס'מאכט נישט טאהשער רבי א האר קלענער

שמעלצער אויף קול מבשר זאגט אז שלום ווייס האט אים געזאגט אז ער האט קיינמאל געהערט דערפון, און כ'גלייב אויב וואלט די מעשה געווען אמת וואלט מען אים געזאגט צו שטארקן זיין האפענונג.

לאו דוקא

אמת.
אבער אז נישט שלום, נישט קיינע פון זיינע שוועסטערס, נישט קיינע פון זיינע קינדער האבן געהערט דערפון.
נאר האבן גאר געהערט א פארקערטע נוסח וואס ווייזט אויס שמעקט נישט פאר די חסידים. אין על מה לדבר און ס'איז איבעריג איעדעס ווארט. צייט אויפציגעבן אויף דעם געבעקס, פראבירטס א אנדערע סארט וואס מ'קען נישט אזוי גרינג מכחיש זיין.

עצה טובה אז די קומענדיגע זאל מען מער אויסארבעטן די פרטים מיט פינקטליכע מקורות (פארשטייט זיך וואס לעבן שוין נישט) און דיסקלאוזד אינפארמאציע כדאי ס'זאל זיין מיט סוקסעס


-----
האקט
יא ער האט מיטגעהאלטן אז די קלינטאנס האבן באפרייט אידן לטובת הילעריס ניו יארקע סענאט ראן. ביטע ציה נישט אויס מיט נערווענדע קשיות.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”