מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

א מאסיווע שניי שטורעם איז ערווארטעט אראפצולאזן הויכע קוואנטומען פון שניי אין אפסטעיט ניו יארק, און גאנץ א לייטישע שניי אין ניו יארק סיטי, אנגעפאנגען פון מארגן שפעט נאכמיטאג ביז דאנערשטאג פארמיטאג/נאכמיטאג.

ווי ס'קוקט יעצט אויס וועלן טיילן פון ניו יארק סיטי באקומען א פיס שניי אדער מער, אבער אנדערע טיילן פון די סיטי נענטער צו די ים ברעגעס וועלן באקומען למטה מעשרה, כ'מיין אונטער 10 אינטשעס, אבער לכאורה נישט ווייניגער ווי די סימבאלישע חנוכה נומער 8.

די סיבה פארוואס נעבן ים וועט זיין ווייניגער, ווייל דארט רישט מען זיך אויף א מלחמה צווישן קאלטע און ווארעמע לופט אין די הויכע אטמאספערן און ס'קען גיין א ברד וואס וועט פורץ זיין חומות שלגי. אויב אבער וועט די מלחמה נישט זיין אזוי שטארק, אדער וועט גענצליך נישט פארקומען, קען ניו יארק סיטי זעהן מער ווי א פיס שניי אפילו ביי די ים ברעגעס.

ארויפציר אין אפסטעיט וועט זיין גאר א אנדערע מעשה ווי ניו יארק סיטי. דארט קען אריינקומען די ברכה אין די שניי [הויכע רעשיוס], אבער טראץ דעם וועט עס למעלה מעשרים אמה נישט זיין, קוים איין אמה אדער אביסל מער.

אינאיינעם מיט די שניי וועט אויך מיטקומען א רוח סערה פון ארום 50 צו 55 מייל א שעה אין ניו יארק סיטי, און ארום 45 מייל א שעה אין די האדסאן וואלי ראיאן, דאס וועט שטארק נידערן די זעה קראפט, אבער נישט געזארגט צו קוקן אויף די חנוכה ליכט וועט נישט זיין קיין שום פראבלעם.

אין לעיקוואד וועט אנשטאטס א שניי פאלן מי גשמים, באגלייט מיט 60 מייל א שעה ווינטן. שפעטער מארגן נאכט קען זיך עס טוישן צו שניי, אבער צו סאך שניי וועט שוין נישט ווערן דערפון. אפשר אפאר אינטשעס.
איז מעגליך אז לעיקוואד זאל יא זעהן מער א ערענסטע שניי? יא ס'איז נאך אלס מעגליך, אבער דערווייל קוקט נישט אויס אזוי.

דערווייל בעט מען דעם עולם צו זיין גרייט צו כאפן שיינע בילדער, למען ידעו דור אחרון בנים אשר יולדו אז אמאל יארן צוריק תשפ"א ווען ס'פלעגט נאך שנייען חנוכה איז געווען א מאסיווע שניי ביים זיבעטן ליכטל חנוכה, און די בילדער וועלן זיין עדות דערצו.
לעצט פארראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 12:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תשעט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:07 pm

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשעט »

צי האט איינער אנ'אנונג אויב אויף דאנערשטאג נאכט וועט שוין זיין א מעגליכקייט צו פארן מסיטי לאופסטעיט ?? אויף פרייטאג יא ??? אדער אפשר איז נישט מעגליך דאס צו וויסען פון פראנאויס,.
ייש''כ להמישבים
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ווייסט איינער צו מארגן נאכט וועט זיין מעגליך צו פארן פין ווילי קיין ב''פ ?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

מומחה יוחס האט געשריבן:ווייסט איינער צו מארגן נאכט וועט זיין מעגליך צו פארן פין ווילי קיין ב''פ ?

פרעג די טרעלער דרייווער וואס פלאנט זיך אויסצוגליטשן אויפן בי קיו אי.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
מרדכי ש
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:30 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי ש »

Rak Tov האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווייסט איינער צו מארגן נאכט וועט זיין מעגליך צו פארן פין ווילי קיין ב''פ ?

פרעג די טרעלער דרייווער וואס פלאנט זיך אויסצוגליטשן אויפן בי קיו אי.

:lol:
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

תשעט האט געשריבן:צי האט איינער אנ'אנונג אויב אויף דאנערשטאג נאכט וועט שוין זיין א מעגליכקייט צו פארן מסיטי לאופסטעיט ?? אויף פרייטאג יא ??? אדער אפשר איז נישט מעגליך דאס צו וויסען פון פראנאויס,.
ייש''כ להמישבים

איר פרעגט פאר יאר תשע''ט ?מ'רעדט דאך דא פון תשפ''א....
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

@קנ"א כ'גיי ניסלעך פאר דיין שפראך!
לינק?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

טשיק פיעס אלערט

אין פאל פון א קורצשלוס דארף מען נזהר זיין נישט צו נהנה זיין פון די שיין פון די מנורה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרייסלער האט געשריבן:טשיק פיעס אלערט

אין פאל פון א קורצשלוס דארף מען נזהר זיין נישט צו נהנה זיין פון די שיין פון די מנורה

חוץ אויב מ'האט א שמש, דאן דארף מען נישט אבאכט געבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט געהויבן די שניי אמאונטס פאר ניו יארק סיטי צו 10 ביז 13 אינטשעס.

און סתם אגב; ס'איז יעצט 26 דעגרי אין ניו יארק סיטי, צום ערשטן מאל היי יאר וואס ס'איז אונטער 30 אין די סיטי.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

Rak Tov האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווייסט איינער צו מארגן נאכט וועט זיין מעגליך צו פארן פין ווילי קיין ב''פ ?

פרעג די טרעלער דרייווער וואס פלאנט זיך אויסצוגליטשן אויפן בי קיו אי.
:lol:
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

גוט מארגן קיף נין אלף. זאג, וואס בערך קען מען ערווארטן אין די סיטי ביי די ברעגעס היינט נאכט ארום 6'סע ביים אניים קומען פון מעריב?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

sheetrock האט געשריבן:גוט מארגן קיף נין אלף. זאג, וואס בערך קען מען ערווארטן אין די סיטי ביי די ברעגעס היינט נאכט ארום 6'סע ביים אניים קומען פון מעריב?

קענסט ערווארטן אז מיליאנען ברעקלעך שניי וועלן דיר באגלייטן אהיים צו די חנוכה נרות. קען שוין זיין נאכן ערשטן אינטש.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:גוט מארגן קיף נין אלף. זאג, וואס בערך קען מען ערווארטן אין די סיטי ביי די ברעגעס היינט נאכט ארום 6'סע ביים אניים קומען פון מעריב?

קענסט ערווארטן אז מיליאנען ברעקלעך שניי וועלן דיר באגלייטן אהיים צו די חנוכה נרות. קען שוין זיין נאכן ערשטן אינטש.

I so excited. כ'האב שוין א תירוץ אויפן בי... איים סארי, פארן שווער נישט צו קומען היינט :grin:
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אלע אין די פינקע זאנע זענען אונטער א ווינטער שטורעם ווארענונג [העכער א האלבע פיס שניי]
די אין די פוירפל זאנע זענען אונטער א ווינטער וועטער אדווייזערי [העכער 3 אינטשעס]
און אין די גרינע זאנע א פלאד ווארענונג [א באנטש רעגן, א שטייגער ווי לעיקוואד]
אטעטשמענטס
US (1).png
US (1).png (53.13 KiB) געזען 4996 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קלאוז-אפ פון די ניו יארק סיטי און האדסאן וואלי ראיאן
אלע ארומיגע קאונטיס זענען אונטער א ווארענונג
אטעטשמענטס
okx (5).png
okx (5).png (11.79 KiB) געזען 4990 מאל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קלאוז-אפ פון ניו דזשערזי
אוישען קאונטי וועט באוואשן ווערן מיט אסאך רעגן
אטעטשמענטס
phi (1).png
phi (1).png (16.29 KiB) געזען 4984 מאל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סאכדעס האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:טשיק פיעס אלערט

אין פאל פון א קורצשלוס דארף מען נזהר זיין נישט צו נהנה זיין פון די שיין פון די מנורה

חוץ אויב מ'האט א שמש, דאן דארף מען נישט אבאכט געבן.


וויאזוי די דיין זאגט העלמיר טוהן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:03 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפסטעיט איד »

וויפיל אזייגער דארף אנהייבען שנייען און די סיטי?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

"קוף נון אלף" בגימטריא "היחיד שיכול"!!!

א גרויסן דאנק אייך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חלילה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

ער מיינט מן הסתם די שם קנ"א
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

גוטס אבאכט אז דער אשכול זאל זיך נישט אויסגליטשען נאך פאר די ערשטע ברעקעלע שניי איז געפאלן.. לאמיר זיך דא אפשטעלן.
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

איצל פיצל האט געשריבן:גוטס אבאכט אז דער אשכול זאל זיך נישט אויסגליטשען נאך פאר די ערשטע ברעקעלע שניי איז געפאלן.. לאמיר זיך דא אפשטעלן.

יש''כ, "איצל פיצל" בגמטריא ''יאריך ימים''
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: מאסיווע שניי שטורעם נר ז' דחנוכה תשפ"א לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

קלארע באריכטן רב קנ"א נ"י. יישר כוח גדול ועצום.

איבער דעם וואס איר האט געשריבן אין אנדערן אשכול אז מ'קען ארויספארן פון די סיטי אום 4:30-4:00, האב איך נאר געוואלט דערמאנען אז ביים דעצעמבער טשיק-פיעס שטורעם מיט דריי יאר צוריק איז דער 3 אזייגער וויליאמסבורג באס - אפשר גאר טאקע די טשיק-פיעס עסערס... - וואס איז ארויסגעפארן נאך איידער דער שטורעם האט זיך אנגעהויבן, אנגעקומען קיין קר"י אום 11 אזייגער ביינאכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”