והיתם נקיים האט געשריבן:ווען דער עולם וואלט ארויסגעהאט די שטארקע משמעות פונעם צענזוס, וואלט דער אשכול געווען מער אקטיוו. אלנפאלס, די צענזוס ביורא האט היינט געמאלדן אז אין פינף וואכן ארום (אוגוסט 16) גייען זיי ארויסגעבן די צענזוס רעזולטאטן פון קאונטיס, שטעט, און שטעטלעך וכדו', ווי אויך די צענזוס באפעלקערונג לויט יארגאנג, ראסע, און פאלק.
ס'דארף אנגעמערקט ווערן אז די יערליכע שאצונג פון די אלע אינפארמאציע וואס איז שוין ארויסגעקומען פאר 2020 איז נאך באזירט אויף די 2010 צענזוס (הגם די דאטום פון די יערליכע שאצונג איז יולי 1, און די צענזוס דאטום איז אפריל 1, וואס מיינט אז די 2020 שאצונג איז שוין פאר א דאטום נאך די 2020 צענזוס), און הערשט אין א צייט ארום וועט די צענזוס ביורא אויך איבערמאכן די שאצונגען פון די לעצטע עלף יאר (2010-2020) אז ס'זאל רעפלעקטירן די מציאות לויט די למעשה'דיגע שיפט אין באפעלקערונג פון די 2010 ביז די 2020 צענזוס.
מיט עטליכע טאג צוריק האט די צענזוס ביורא געמאלדן אז זיי גייען למעשה ארויסגעבן די רעזולטאטן דעם דאנערטאג
(אוגוסט 12) איינס אזייגער.
אנדערש ווי געווענליך, וועלן דאסמאל די רעזולטאטן ארויסגעגעבן דורך צוויי פארמאטן ביי עקסטערע דאטומען.
געווענליך ווערן די רעזולטאטן ארויסגעגעבן אין איין טאג, מיט א פארמאט וואס איז צוגענגליך פאר פראפעסיאנאלן וואס האבן פראגראמען זיך אומצוגיין דערמיט און ווייסן וויאזוי עס צו ליינען, און ווי אויך מיט א פארמאט וואס איז צוגענגליך פאר'ן פשוט'ן מענטש.
צוליב קאוויד האט זיך עס פארשלעפט און זיי זענען נאכנישט גרייט מיט ביידע פארמאטן, אבער צוליב וואס די סטעיטס און לאקאלע רעגירונגען דארפן שוין וויכטיג די דאטא צו קענען אנהויבן ציען פרישע דיסטריקטן, וועלן זיי דאסמאל ערשט ארויסגעבן בלויז די פארמאט פאר פראפעסיאנאלן וואס מיט יענץ וועלן די רעגירונגען קענען אנהויבן מיט די ארבעט, און די אנדערע פארמאט וועט ווערן ארויגעגעבן אין די קומענדיגע וואכן
(זיי זאגן ביז סעפטעמבער 30).
-
אויסער וואס ס'איז נוגע רעדיסטריקטינג, וועט די אינפארמאציע זיין אינטערסאנט צו באטראכטן סתם אזוי.
די דאטא וואס זיי גייען ארויסגעבן גייען ענהאלטן אינפארמאציע ווי די באפעלקערונג צאל פון ערוואקסענע און פון קינדער פון יעדע ראסע און פון יעדע פאלק עקסטער פאר יעדע קליינע געגנט, און אויך וויפיל דירות ס'זענען דא אין יעדע געגנט און וויפיל ס'זענען באוואוינט.
למשל אז איינער איז נייגעריג אויף אן אפדעיט וויפיל איינוואוינער ס'וואוינען אין געוויסע היימישע געגנטער, וועט מען עס קענען זען צום ערשטן מאל אין צען יאר
(די נומערן וואס קומען ארויס יעדע יאר זענען בלויז שאצונגען, און די לעצטע אינפארמאציע וואס איז יעצט אינדרויסן פון א פאקטישע ציילונג אין ערשט פון ניסן תש"ע וואס איז שוין לאנג נישט נוגע).