פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אקעי חברה, איין טאג צו עלעקשאן דעי! לאמיר זעהן ווי שטיימער אויף די וועלט...

ביטע קומט אריין מיט אייער פרעדיקשאן, נעשאנעל, עלעקטארעלס, מארזשינס, וואטעווער עטץ שפירטס אייך באקוועם צו פאראויסזאגן ביטע שעמט אייך נישט.. איך וועל גיין פתיחה מיט מיין פיינעל אנאליז און פרעדיקשאן.

כ'וועל אנהויבן מיט אן אלבערט פריעדמאן ווארט, זאגט ער שטעל זיך פאר א דאקטער קומט גיבן א דיאגנאזעס און ער הייבט אן קעקעצן, ס'דא שאנסן אהער, אהין, שווער צו עכט פארזאגן, דער פאציענט לויפט גלייך זיכן א צווייטן דאקטער... זאג מיר ווי איך שטיי און שוין, ס'איבעריגע וועל איך שוין אויסרעכענען!

היינט צוטאגס נאך די 16' דעבאקל קעקעצן אלע אנאליסטן ארום, שווער צו זאגן קלאר.. אים שפילט די פעקטאר גוט, דעם שפילט דאס, אממ.. אויב די עלעקשאן איז 'יעצט' קעניך דיר זאגן.. וכו'

רבי לעבן, ווען כ'בעט דיר א פרעדיקציע מיינעך צו פרעגן זאלסט דיר צוזאמנעמען די אלע פאקטארן, ארויסנעמען דעם קאלקולעיטאר, זיך אנטוהן אביסל "גאטס", און מיר צוריקקומען קלאר מיט דיין מיינונג!

כ'מיין ער האט א פוינט, און כ'וועל טאקע אזוי טוהן. נאר קודם לאמיר איבערגיין אלע הויפט פאקטארן וואס שפילן א ראלע, נאציאנאל, סטעיט ביי סטעיט, און דאן מיין פיינעל קאנקלוזיע צום עלעקשאן, אבער קודם אן אויבנאויף בליק אויף די פאנדעמענטאלס.

די פאנדעמענטאלס אין א וועג איז סימפל; בעיסד אן היסטארי איז נאך נישט געווען אזא זאך א קאנדידאט זאל זיגן שטייענדיג ביהיינד אין די פאולינג אן אן זעהבארע טרענד פון א "סורדזש" לטובתו, קיינמאל אין היסטאריע. בעיסד אן היסטארי איז נאך נישט געווען אזא זאך א פרעזידענט געווינען ריעעלעשאן ווען די עקאנאמיע איז אין רעסעסיע. בעיסד אן היסטארי האט נאכנישט פאסירט אזא זאך א פרעזידענט זאל געווינען מיט אן אפראוול ראטע אין די נידעריגע 40'ערס, נעווער העפפענד. און אוודאי ואוודאי האט נאך א פרעזידענט אין היסטאריע נישט געווינען ריעעלעקשאן בעת 1,000 אמעריקאנער שטארבן טעגליך אויף זיין זייגער.

פון די אנדערע זייט וועלן געוויסע טענהן אז דער פרעזידענט איז א היסטארי ברעיקער, ער האט קראודס וואס איז נאך אין היסטארי נישט געווען, ער האט א קאננעקשאן צו זיינע שטיצער וואס איז נאך אין היסטארי נישט געווען, ער ברעכט אלע רולס וואס איז נאך אין היסטארי נישט געווען, וכו'.. אבער באטטאם ליין איז ער קען באווייזן און סורפרייזן היסטאריקער.

לפי זה, אויב געווינט ער יא, דאן וועט אנדערש ווי אין 16' ווי מ'האט פשוט נישט געקענט "גלייבן" אז אזא משוגענער קען געווינען, וועט ער דא אבער מיט א געווינס האבן דעפייעט און קאמפליעטלי צעמזיק'ט דער גאנצער אמעריקאנער עלעקשאן היסטארי בוך, יעדע איינציגע דאטא מעסטער, און ארויספירן די גאנצע פאולינג אינדוסטריה פון ביזנעס אויף א סטרעטשער.

פאר מ'גיימיר ווייטער, מען קען נישט גענוג מדגיש זיין דאס מזל/שלימזלות זייניגע פון דעמאלטס ווערסעס היינט. בעת אין 16' ווען די גרעסטע קאנטרעווערסיעס פון צעדרייטע קאממענטס ביז אוטרייט האר אויפשטעלנד, האט נישט געקלעבט, ער האט דורכגעשווימען אלעס אן א קריץ, אצינד ווידער אין 20' זעהט מען אז וויפיל כוחות, אפפא ריסורטש, און פארען אינטערווענשאן, קעגן זיין קעגנער ער זאל נאר אינוועסטירן, איט זשאסט דאזענט סטיק... בעת אין 16' האט ער געריטן אויף א רייפע מענעפעקטשורינג וואיד בעקלעש טאקע אין די בעסטע פליפ שטאטן, נעמליך די מידוועסט, אצינד אין 20' טוט זיך אין אט די שטאטן, פונקט אינעם וואך בעפארן עלעקשאן, א מאסן מארד פון א ווירוס וואס רוב אמעריקאנער באשולדיגן אים מיטן מיסמענעדזשן...

בעת אין 16' האט ער אינזשויד די ערענסטע 'קאמפלעיסענסי' פאקטאר ביי די דעמאקראטן (ווען צוריקקוקנדיג קען מען עס ניטאמאל פארשטיין ווי ס'האט זיך גענימען אזא זיכערקייט מיט א בלויז 3 פוינט פאולינג ליעד) איז אצינד די פאולער אפאסיט, וויפיל גוטע אנקעטעס וועסט האבן וועלן דעמאקראטן שטארבן פאר פחד און שטראמען צו די וואל בודקעס... בעת אין 16' איז ער געלאפן קעגן א העווי אבאמאקעיר בעקלעש, אין באצוג צו הויעך שטייגנדע פרימיומס, איז אצינד אין 20' גאר די קארטן גענצליך אפסייד דאון, אבאמאקעיר'ס פאפולעריטעט איז ביזן דאך און די העלטקעיר אישו איז זיין גרעסטע וואלנערביליטי.. בעת אין 16' האט ער באקומען די מערסט אנלייקעבל קאנדידאט אין היסטאריע (נעקסט פון אים) אלס אפאונענט האט ער אין 20' באקריגן פון די מערסט לייקעבל קאנדידאטן עווער. בעת אין 16' האט ער גענאסן פון א אומאויפהערליכער נעגעטיוו באראדזש פון מידיע קאוורידזש אויף זיין קעגנער, הויפטזעכליך די דריפ דריפ וויקיליעקס אן עי דעילי בעסיס, איז אין 20' די וואל-טו-וואל מידיע קאווערידזש איין סטארי: "קאוויד-19", וכלשונו "קאוויד! קאוויד! קאוויד!"....

בעת אין '16 איז ער געלאפן מיט גראנדיעזע עקאנאמישע פלענער און גאלדענע צוזאגעכצער, איז אצינד אין 20' לויפט ער אויף א רעסעשאן די לייקס וואס דאס לאנד האט נאכנישט געזעהן זינטן גרעיט דעפרעשאן. בעת אין 16' האט ער זיך סוקסעספול געסעילסד אלס דער אומצוויידייטיגער נעגאושיעיטער אין טשיעף, אצינד אין 20' קען ער ניטאמאל נעגאושיעטן אן עקאנאמישער הילפס פעקל וואס ביידע זייטן עגריען אין פרינציפ אז ס'איז קריטיש פארן עקאנאמיעס געזונט פון גאנצן לאנד, און אפגערעדט די עלעקטארעל געווינס וואס אזא דיעל וואלט אים געברענגט איז אומשאצבאר. בעת אין 16' האט זיין אפאונענט געמאכט דעם גרייז אוו דע סענטרי מיטן כמעט אינגאנצן איגנארירן די וויכטיגע מידוועסט שטאטן, איז אין 20' זיין קעגנער א פול טיים באזיכער דארט, און אין יעדע איינציגע שטאט וואס האט עני טשענס צו דעצידירן דעם עלעקשאן. והעולה על כולם.. בעת אין 16' האט ער געהאט דעם אומגלובליכן מזל מיטן קאומי אנאונסמענט א וואך צום עלעקשאן, און נאך פון א שונא און אן איינגעשטעלטער אימעם אפאזיציע'ס אדמיניסטראציע, איז אצינד אין 20' וויפיל האפענונגען/געלייגטע פרעשור איבער אן אבאמא/דורהעם/האנטער אינוועסטיגעישאן האט אים זיין אייגנע זשאסטעס דעפארטמענט עפענטליך אפגעפאטשט מיטן עס אפשטיפן אויף נאכן עלעקשאן.. עטץ כאפטס די הימל און ערד דיפערענץ וואס טוצעך דא?!

אקעי לאמיר אריינדייוון אין די נומבערס

נאציאנאל; די עדווענטעדזש וואס ביידען האט דערווייל איבער טראמפ איז אנדענייעבל, אנגעהויבן מיט פאנדרעיזינג, ביידן האט באלד 6 מיליאן דאונערס איבערן לאנד, עי קעי עי "הייסע שטיצער", דאנעלד טראמפ האט עטוואס איבער 3 אהאלב מיליאן.

יעצט, די ערלי וואוטס עדווענטעדזש פון ביידן איז פשוט מאסיוו. בעת וואס רעפובליקענס האלטן ביי 33 מיליאן אפגעגעבענע שטימען, האלטן דעמאקראטן ביי 40 מיליאן, פלוס א רוב פון די 8 מיליאן אינדעפענדענט שטימען וואס לויט אלע אנקעטעס גייען אין גרויסע נומבערס צו ביידן. און כ'גיי נישט אפקויפן די תירוץ אז ס'קומט עפעס א מיסטריעזע מאסיווע "רעפובליקען עלעקשאן דעי טורנאוט" היות זיי זענען קעגן "מעיל אין", העלאו? מען וואוט שוין א וואך צייט "אין פערזאן", ווי איז די ריזיגע רויטע כוואליע? איי דאונט סי איט.

נאכדעם האבן מיר די זשענעריק בעלאט. אין 2016 האט די פאולינג עוורידזש געוויזן א "טיי", וכך הוה. אין 2018 האט עס געוויזן אן %8 דעמאקראטן ליעד, וכך הוה. אויב וויל מען גיין נאך ווייטער, אין 12' געוויזן א טיי, וכך הוה, אין 08' געוויזן א דעמאקראטן +9 ליעד, והך קאווע מיט א שמוץ אריבער. יעצט 2020 צייגט עס ווידער אן %8 דעמאקראטן ליעד! די זשענעריק בעלאט איז א גוטע מעסטער אויב וויל מען אוועקקוקן א מינוט פונעם פערד-געלויף און זעהן די "פארטייען" וויילער בעפארצוג. למשל אין 16' האט עס געצייגט א טיי, וואס טייטש ס'איז נישטא קיין שום פארטייאישע "כוואליע", ס"ה דער ספעציפישער פרעזידענט קאנדידאט איז נישט נושא חן און דערפאר פארלירט ער מיט אפאר פוינטס, אבער בכלל נישט אז וויילער זענען אויפגערעגט אויפן רעפובליקאנער פארטיי עז עי האול.

דאס איז וויכטיגער אין קאנטאקסט פונעם רעיס ווי מ'מיינט, ווייל דאס טייטש אז ס'דא זייער אסאך פון די טראמפ שטיצער וואס גלייכן יא די רעפובליקען פלאטפארמע נאר האבן א "פערסאנעל" פראבלעם מיט אים. אויף אזוינע וויילער איז שווער צו רעכענען צופיל, אמער זיי קענען פונקט אזוי באשליסן אראפצודריקן דעם לעווער פארן נישט-גלייכנדן קאנדידאט אין פעיוואר פון זיין/די פארטיי פלאטפארמע. און איבעריג אויסצופירן אז וכך הוה... אשע"כ ווען מ'זעהט יעצט א זשענעריק בעלאט +8 איז טייטש אז אצינד רעדט מען פון א "כוואליע" עלעקשאן, און דער עולם וויל דירעקט נישט הערן און נישט וויסן נישט פון דעם קאנדידאט, נישט פון זיין פארטיי, און נישט פון זיין פלאטפארמע...

אה, און בעפאר כ'פארגעס, אויך האמיר די אנקעטעס....

אין 04' האט בוש געליעדט די רק"פ עוורידזש מיט 2, וכך הוה. אין 08' האט אבאמא געליעדט מיט 7, וכך הוה. אין 12' האט אבאמא געליעדט מיט 1, געווינען מיט 4, עטוואס אונטערגעשאצט דעמאקראטן. אין 16' קלינטאן געליעדט מיט 1/2 2, וכך הוה. יעצט, 2 טעג צו עלעקשאן, ליעדט ביידן מיט 7, און... פיל אין די בלענקס...

בקיצור, בעיסד אויף אלע אינדיקעיטאר'ס קומט א מאסיווע בלויע כוואליע וואס גייט דערלאנגען ביידען און דעמאקראטן אפ ענד דאון די בעלאט א ריזיגע נאציאנאלע געווינס!

וועט דאס זיך טראנסאלירן אין אן עלעקטארל קאלעדזש געווינס? הממ... אנאליסטן שרייען אז ביידן קען געווינען א סובסטענציאלער וואוט ליעד נאציאנאל און דאך פארלירן, און רעפובליקען אפאראטיווס טענה'ן אז דאס איז אייגענטליך וואטס עבאוט טו העפען! איז לאמיר זעהן ווי מ'שטייט אויפן עלעקטארל קאלעדזש מאפע.

עלעקטארעל מאפע;

לאמיר אנהייבן מיט ווירזשיניע:
איך ברענג די סטעיט פארן איינעם ריעזאן מ'זאל כאפן די חילוק פון 16'.. ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך היינט, איז די סטעיט דאן געווען א סווינג סטעיט! (עס איז געווען רויט ביז אבאמא און) ביז כמעט מיטלנאכט אום עלעקשאן נייט האט מען געקלערט ערענסט אז דאס גייט פאר טראמפ... צום ענדע ציילונג ווען די בעטשעס פון צפון ווירזשיניע האבן אנגעהויבן אריינפליסן איז געגאנגען צו קלינטאן, און אגב, אויפן האר ווי די פאולינג האט געצייגט %5.4. איבעריג צוצולייגן אז היינט צוטאגס איז די סטעיט ניטאמאל קאנטעסטעט, און ביידן שפאצירט דארט ארום מיט א דאבל דיזשעט ליעד. די פאנטשליין פון די סטארי איז איין ווארט: די סובורבס.

נעקסט, מישיגען:

די סטעיט איז געגאנגען צו טראמפ מיט 10,000 שטימען אין 16' און געוויסע רעפובליקאנער פאולסטער'ס און מוילמאכער אייסערן זיך אז טראמפ מאכט עס יעצט אויך, צייגנדיג אויף זיינע גרויסע ראלי'ס און 'שעמעדיגע טראמפ וויילער'.. די פאולינג דארט צייגט ביידען מיט א הויעכע סינגל דיזשעט ליעד, טאפלט פון קלינטאן'ס ליעד בשעתה און מיט א שטיינערדיגע סטאביליטעט. ווער ס'קלערט אז ביידן גייט נישט באווייזן איבערצוקומען א 10 טויזענט וואוט דעפעציט אין מישיגען האביך אים א נייזשעיריען קאר ווארענטי ספעשיליסט אויף די אנדערע ליין.

גיימיר אריבער צום שכן, וויסקאנסין;

אויך א סטעיט ווי טראמפ האט 4 יאר צוריק געהאט געשוואלענע מזל און ארויסדערווישט א געווינס פון גאנצע 23,000 וואוטס. די מזל איז נאך מער הימלשפאלטענד ווען מ'קאנסידערט די פאקט אז טראמפ איז אריינגעקומען מיט 2,000 וואוטס "שוואכער" ווי ראמני 4 יאר בעפאר! יא, ראמני וואס האט פארלוירן דעם סטעיט מיט איבער 200,000 שטימען. סימפלי מיינדבאגלינג. אין אנדערע ווערטער טראמפ האט בכלל נישט געווינען נאר הילערי קלינטאן פארלוירן הינדערטער טויזענטער וואוטס פון אבאמא וואס זענען פלעין געבליבן אינדערהיים עסן קארנטשיפ.

וויסקאנסען איז זייער פעימעס דערמיט אז קלינטאן דארט נישט אפגעשטאט קיין איין איינציגע באזוך אין די לעצטע וואכן פונעם פארמעסט! זיי האבן דארט נישט אריינגעלייגט קיין ריסאורסעס, קיינע וואלונטירן, וכו' און קיינע פאולינג איז דארט אויך כמעט נישט געווען בנמצא, זייענדיג קאנסידערט סעיף קלינטאן. אין פאקט איז נישט אפגעהאלטן געווארן קיין איין ערענסטע אנקעטע צווישן קאומי און עלעקשאן, פארוואס, פרעג מיך נישט... אצינד ווידער האבן מיר ביידען מיט א באקוועמע הויכע סינגל/דאבל דיזשעט ליעד דורך יעדע גרויסע פאולינג פירמע אין לאנד.

דא קומט נאך צו די פאקט, די "אקטאובער סורפרייז" פון וויסקאנסין, די לעצטע וואך צייט האט דארט אויפגעפלאקערט די קאראנע קריזיס אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, קעיסעס זענען ארויף מיט %400 און ארום %90 פון ICU בעטן דורכאויס די סטעיט זענען אין באנוץ, השם ירחם. שטייצעך דאס האט א ווירקונג אויפן פארמעסט. ס'איז פשוט אז א אישו ווי דער פרעזידענט קומט אריין מיט גאר שוואכע רעיטינגס און עס דאמינירט די סטעיט נייעס ביים עלעקשאן איז נישט קיין סגולה פאר קיין סוקסעס. די סטעיט קען מען רוהיג אריינלייגן אינעם ביידן קאלום.

דער נעקסטער שכן צו צפן, האבן מיר מיניסאוטע;

א סטעיט ווי רעפובליקענס האבן חלומות נאך וואס קלינטאן האטעס שמאל געווינען, ביידע קאמפיינס לייגן דארטנאריין כוחות און ראלי'ס, נידט צו נעמען א טשאנס, אבער ס'קוקט נישט אויס ווי ס'איז עפעס סיריעס. אנקעטעס האבן עס באקוועם אין ביידען'ס קאלום און לדעתי וועט עס נאך זיין די באקוועמסטע פון די מידוועסט.

פלארידע;

דעמאקראטן גייען אריין אין עלעקשאן דעי מיט אביסל גרעסערע אויבערהאנט ווי אין 16', אויבן אויף איז עס ווייט פון גענוג איבערצוקומען טראמפ'ס עלעקשאן דעי עדווענטעזש. אבער אז מ'דרילט אביסל אראפ אין די נומבער'ס איז עס בכלל נישט אזוי רחוק צו עררייכן. אין 16' איז טראמפ אום עלעקשאן איבערגעקומען א 95,000 עדווענטידזש, פלוס צוגעלייגט 118,000 צו א ס"ה 113,000 ליעד. אין אנדערע ווערטער צו געווינען אין '16 העטן דעמאקראטן געדארפט אריינגייענדיג נאך 213,000 וואוטס (אדער עלעקשאן דעי..אבער פאר דעמס איז טעכניש אזא מארזשין מער רעאליסטיש אום ערלי וואוטינג).

די יעצטיגע דעמאקראטן עדווענטידזש שטייט ביי ארום 120,000 ליעד, אביסל העכער/נידעריגער, געוואנדן אין די פיינעל זינטאגדיגע מיאמי ערלי וואוטינג ציילונג. דאס מיינט אז דינדעמס האבן גענעראוט די געפ פון 16' און יעצט וואלן זיי געדארפט בלויז נאך 188,000, אבער נאך אלץ א גרויסע נומבער און אויבנאויף זענען דעמאקראטן דערנאך. דא קומט אבער די פאקט אז ביידן'ס שטארקייט היי יאר אין פלארידע, און צו אן עקסטעד איבער, איז נישט ביי די דעמאקראטן באזע! ס'איז ביי אינדעפענדענטס, מאדערעט רעפובליקענס, סובורבן וויילער, און אלטע באטשי'ס, רוב פון די זענען קיינמאל קיין רעגעסטרירטע דעמאקראטן נישט געווען...

די נישט אפיליאירטע וויילער אין ערלי וואוטינג אין פלארידע האלט ביי 2 מיליאן, א דריטל פונעם גאנצן וויילער פול! סאו ווען איינער קומט מיט א שמחה אז דעמאקראטן אין מיאמי וויינען אז די דעמאקראטן'ס ספאנישע טורנאוט איז שוואך זאגט מען אזא צייט "נו נו...", ביידען'ס שטארקייט איז קיינמאל ביי זיי געווען און א געווינס פאר אים איז נישט דייקא תלוי אין זיי. זיין קאאליציע איז א פיל אנדערער ווי קלינטאן און אפילו אבאמא.

יא, טראמפ האט דארט ריזן ראליס אבער קוקנדיג אויף דאונערס פער סטעיט, וואס איז ארגיובלי דער מעסטער מעסטער אויף ענטוזיאזעם, זעהט מען אין פלארידע א 13 טויזענט דאונער ליעד פאר ביידן איבער טראמפ.

אנקעטעווייז איז ביידן פאראויס א פונקט אין רק"פ עוורידזש בעת אין 16' איז טראמפ פאראויס געווען א האלבע. אפילו טרלפאגער ווייזט אז טראמפ פארלירט א פוינט פון 16', ווען דאן האבן זיי געצייגט +4 און יעצט נאר +3 וואס אויב טראמפ פארלירט א פוינט פון זיין 16' +1 ליעד דאן פארלירט ער...

למעשה איז זייער אסאך אומווינסנקייט אינוואלווד דא, ווער זענען די נישט אפיליאירטע? האבן רעפובליקענס אראפגעציפט עטוואס פון זייער עלעקשאן דעי טורנאוט צו לייגן ביים ערלי וואוט? וועט די מינאריטעט וואוט פלעין שוואך אדער משוגע שוואך? און בעיקר איז א פראבלעם אז אנקעטעס אין פלארידע זענען געפערליך נישט רעלייעבל, זיי האבן נאך נישט צוגעטראפן קיין איין עלעקשאן נארמאל. אין 12' האט די עוורידזש געגעבן א 1.5 ליעד פאר ראמני, בעת אבאמא האטעס געמאכט מיט 1. אין 16' האבן רוב אנקעטעס געצייגט קלינטאן מיט עטליעסט אן 1 פוינט ליעד, (טראלפאגערס דריעמלענד 4 פוינט האט דאן געראטעוועט די עוורידזש...), און פעימאסלי אין 2018 ווען אנקעטעס האבן געוויזן דעמאקראטן אהעד מיט 5 פוינטס...

באטטאם ליין איז די סטעיט אן עכטע טאססאפ און וואס איז שווער צו פרעדיקטן מיט א קלארקייט, אבער צוזאנעמנדיג אלע פאקטארן אינאיינעם וואלט איך געלייגט דעם סטעיט אינעם טראמפ קאלום. שטייצעך אבער ווי געזאגט, איך וועל נישט זיין משוגע סורפרייזד ביי א ביידן געווינס.

נעקסט לאמיר גיין צו נארט קאראליינע:

טראמפ איז כעת א פיצי פאראויס אין רק"פ, הגם רוב אנערקענטע אנקעטעס צייגן ביידן אין די ליעד. ערלי וואוטינג פעיווארד נישט עכט דעמאקראטן. ס"ה ווידער א שווערע סטעיט צו פרעדיקטן, אבער איך לייג עס אין טראמפ'ס קאלום.

אריזאונע;

דאס איז די שפיגעלע, די נייע בעבי פון די דעמאקראטן... זיי לייגן אריין זייער גרעסטע האפענונגען דערין אלס זייער נעקסטע ווערזשיניע, וואס האט זיך אפגעריסן פונעם רויטן יוניען אריין צום בלויען..

ערלי וואוטינג זענען רעפובליקענס פאראויס מיט איין פראצענט, בעת אין 16' זיי אריין מיט א 8 פוינט עדווענטידזש, אויבנאויף א שטארקע דעמאקראטןעדווענטידזש היי יאר. אבער אז מ'קוקט אויף 18' זעהט מען אז רעפובליקענס זענען געווען פאראויס מיט 10 פוינטס.. און דאך האבן דעמאקראטן שיין געווינען, איז דאך טייטש די גאנצע פארטיי אפיליאציע איז קיין אינדיקאציע. נאר וואס דען, די רעפובליקאנער דארט זענען זייער מעסיג, פלעיק סטייל, מעקעין סטייל, וכו' און דערפאר דערהייבן זיי נישט די ראדיקאליטעט פון זייער פארטיי'ס קאנדידאט און לויפן צום צווייטןנזייט, גראדע די זעלבע מיט די ארטיגע דעמאקראטישע פאליטישענס אויך, זענען גאר מעסיג, סינעמע, און יעצט קעלי, און אפילו זשאו ביידען איז א פערפעקט מעסיגער מיט וועם די ארטיגע חברה שפירן זיך באקוועם.

נדבנים אינעם סטעיט האט ביידן א 5 טויזענט ליעד פון טראמפ, די אנקעטעס עוורידזש אויף רקפ צייגט ביידן אינעם ליעד, באטטאם ליין אלע אינדיקאציעס צייגן אויף א ביידן זיג אינעם סטעיט.

א געווינס אינעם רויטן אריזאונע וועט אויפשאקלען דאס לאנד און איז די קריטישסטע סטעיט פארן ביידן קאמפיין, סיי מצד די 11 עלעקטארלעס אבער בעיקר צו האבן א געווינס אום עלעקשאן נייט, אין פאל פלארידע/נארט קאראליינע גייען די אנדערע זייט. מיט אריזאונע אין טאש איז ביידען דער פעיוואריט צום פרעזידענסי און א טראמפ דעקלעראציע אז ער האט געווינען ווידערוויילונג וועט אויפגענימען ווערן מיט א חוכא וטלולא.

טעקסעס;

דאס איז די טשערי אויפן שפיץ פון די חלומות ביי די דעמאקראטן. מ'רעד שוין יארן דערפון אז ס'ווערט נאענטער, און ס'איז טאקע געווארן נאענטער, ספעציעל אין 16' און 18' אבער די פראגע איז 'ווי' נאענט מען האלט שוין און צו האט מען שוין היי יאר דערגרייכט דעם פונקט.

לויט די אנקעטעס, און זייער היסטארי דארט מאכט עס ביידן גרינגערהייט. אין 16' האבן די פאולס אונטערגעשאצט דעמאקראטן מיט 3 פוינטס, אין 18' אונטערגעשאצט מיט 3, און יעצט צייגן זיי טראמפ מיט אן 1 פוינט ליעד, דאס מיינט א ביידן שיינע ליעד...

ווידער אין מיין אבזערווירונג פעלט דערווייל אויס די קאמבינאציע פון פאקטארן, הן א שוואכערע טורנאוט ביי רעפובליקאנער, הן עפעס משוגענע טורנאוט ביי דעמאקראטן, און הן א איבערוויגענדע שטארקייט + טורנאוט ביי די לאטינאוס.

לע"ע פאלן די דעמאקראטן קורץ אין עטליכע דערמאנטע, דהיינו ס'זייער שטארקע רעפובליקען טורנאוט, שטארקער ווי 16', ווידער די דעמאקראטן האבן נישט די מאמענטום ביי די ספאנישע, די קריטישסטע פאקטאר פאר זיי צו געווינען. זיי געינען טאקע אסאך מיט לעוול העדעד, דיסאינפרענטשייסד, פעד אפ רעפובליקענס, אבער זייער שווער דאס זאל קענען איבערקומען דעם בארג.

איך לייג עס אין טראמפ'ס קאלום, א [רעלעטיוו] באקוועמע זיג.

פענסילוועניע:

די סטעיט וואס גייט דעצעדירן די עלעקשאן. און ווי כאב געשריבן א יאר צוריק שוין, אפגעזעהן פון די נויז ארום און ארום, די סטעיט יענע סטעיט, ביים ענדע געים אין די לעצטע טעג פונעם עלעקשאן וועט מען זעהן ביידע קאנדידאטן אין דעם שטאט רונדע דעם זייגער. און דאס שפילט זיך אצינד אפ. ביידע ווייסן ווער ס'מאכט דעם ווייסן סטעיט מאכט דעם ווייסן הויז.

די סטעיט איז שרעקעדיג טראמפיסטיש! אין 16' האט טראמפ געריעטשט אבאמא לעוול נומבער'ס, אנריעל טורנאוט. ביידען האט זיך פאררעדט מיט שטותים וואס האט נישט אויסגעפעלט לעצטע וואך, פרעקינג איז לויטן לעצטן טיימס אנקעטע נאך אלץ גאר שטארק פאפולער אינעם סטעיט, אזוינע קאמאנטארן וועט אים זיכער קאסטן פוינטס. רעפובליקענס לייגן טאקע ריזיגע האפענונגען, טראמפ'ס ראלי'ס דארט זענען אוט אוו דיס ווארלד, און אפאראטיוון פון ביידע פארטייען ערווארטן מאקסימום טורנאוט אין די רורעל געגענטער, און נאך אפשר שטארקער פון 4 יאר צוריק. און דאס האפט די טראמפ קאמפיין וועט זיי דערלאנגען די 16' געווינס 2.0.

מצד שני, איז דא די סובורבס מיט אירע מיליאנען וויילער, דארט האט טראמפ געטראסקעט, דארט האבן דעמאקראטן געווינען שטארק אין 18', דארט זענען די מעזשארעטי סווינג וויילער, און דארט שטייט ביידען זייער שטארק.

ערלי/מעיל וואוטינג צייגט דעמאקראטן מיט א 30 פוינט ליעד, אבער מען קען נישט צופיל ארויסנעמען דערפון זינט מעיל אין'ס איז א ברענד נייע זאך אין פענסילוועניע און דער עולם ע"פ רוב טראסט עס נאכנישט, ספעציעל נאך פילע, הגם איזאלירטע, פאסט אפיס מעשיות. אשע"כ איז ערווארטעט אנפרעצעדענטעט טורנאוט אום עלעקשאן דעי, די העכסטע פון אלע 50 שטאטן, וואס לע"ע נאך ערלי וואוטינג זענען זייערע טאטעלס נידעריגסטע אין לאנד.

ווען ס'קומט צום טאש, זעהט מען דארט איינס פון די גרעסטע ביידען מארזשינס, ביידען האט א 27 טויזענט נדבנים אויבערהאנט איבער טראמפ, דאס איז ריעל אנטוזיאזעם!

די אנקעטעס דארט צייגן ביידען מיט א שרעקעדיג שטילע סטאביליטעט, ביי די 5 פונקטן אומגעגענט דורכאויסן גאנצן קאמפיין. די יעצטיגע עוורידזש האט אים מיט א 4.5 ליעד, איבער טאפלט פון קלינטאן'ס 2 פוינט ליעד אריינגייענדיג אין 2016 עלעקשאן דעי. אין אנדערע ווערטער, אפילו מיט א פיל גרעסערע פאולינג ערראר ווי דאן האט עס ווייטער ביידען.

נאכדעם איז דא די פאקט אז אפילו נאך טראמפ'ס מעכטיגע אנטוזיאזעם, קלינטאן'ס אנלייקעביליטי, בפרט אין די מידוועסט, איר טרענד טיף אראפ, און טראמפ'ס טורנאוט פון אומגלויבליכע ציפערן איז אים ס"ה געלונגען ארויסצוקוועטשן א 44,000 געווינס. און די סיבה איז פשוט אז די סטעיט איז נאכאלעם א נארטאיעסט דעמאקראטישע שטאט, און 2.8 מיליאן איז אטאמאטיש אין דעמאקראטן'ס קאלום, די שאלה איז נאר פון דארט און ווייטער וויפיל זיי קענען צולייגן. ווער ס'קלערט אז ביידן געינט נישט היי יאר 44k עבאוו קלינטאן דארף אבוויעסלי א צווייטע פראפעסיע, פאליטיקס איז נישט פאר אים.

ווערדיקט: די סטעיט גייט צו ביידן.

דאס ברענגט אונז צום פיינעל עלעקשאן פרעדיקשאן: זשאסעף ראבינעט ביידען יר"ה האט א %98 טשאנס צו געווינען די פרעזידענסי.

יעצט ווילעך צולייגן א וויכטיגע פוטנאוט, און כ'וועל עס פארשטיין געבן מיט א משל, ווען די פאליציי רופט דיר אן 2'ע פארטאג אז זיי האבן באקומען אינטעליזשענטס אז איינער האט אונטערגעלייגט א באמבע אין דיין בעיסמענט וואס גייט אויפרייסן, אבער נאכן אנאלאזירן אלע מעגליכקייטן און סאורסעס זענען זיי געקומען צו די מסקנה אז ס'איז 'בלויז א %2' שאנס דאס זאל אויפרייסן... גייסטו צוריק שלאפן וישן ויחלום שנית, אדער וועקסט אויף דעם גאנצן הויז און לויפסט ארויס מיט די גאטשעס אין די 30 דעגרי טעמפעטשורס? כ'מיין די תירוץ איז קלאר, און די זעלבע דארף מען אין באטראכט נעמען אינעם עלעקשאן... %2 איז נאך אלס א שאנס! אבער יא, ס'איז א ווייט ווייטער מעגליכקייט.

צום שלוס איז קריטיש וויכטיג מ'זאל האלטן פאר די אויגן אריינגייענדיג עלעקשאן נייט און נישט כאפן קיינע פריצייטיגע הארץ אטאקעס בעפאר שולחן עורך: א שמאלע געווינס אין פלארידע מיינט 0 אויפן לאנד, א שמאלע געווינס אין נארט קאראליינע מיינט אבסעלוטלי 0 אויף א געווינס, און אוודאי ואוודאי רעלעטיוולי שמאלע געווינסן אין טעקסעס/זשארזשיע מיינט גארנישט מיט גארנישט אויפן גרויסן מאפע!

אזוי אויך די פענסילוועניע עלעקשאן נייט ריטורנס, און אריזאונע די ערשטע צוויי שעה, וואס גייען צייגן א ברייטע טראמפ ליעד מיינט גארנישט, דאס איז עלעקשאן דעי נומבערס וואס גייט איבערוויגענד צו טראמפ. די ערשטע עכטע סימן וועט זיין מיטל-נאכט ווען אריזאונע וועט האבן אפגעציילט די מעיל אין'ס וועט מען וויסן צו ביידן האט די פרעזידענסי, אויב האט ער די סטעיט, אדער ער איז אויף לייף סופפארט, אויב האטער עס נישט.

שטייצעך אויב פלארידע, אדער נארט קאראליינע, אדער זשארזשיע, צו אהייא/אייאווע גאר, סורפרייזד, דאן איז די נאכט פארטיג נאך פאר נאכטמאל...

באטטאם ליין איך וואלט געראטן מיינע פריינט אינעם ביידן לאגער אנצוצינדן די נייעס 11 ביינאכט און מיינע פריינט אינעם טראמפ לאגער זיך לייגן שלאפן גאר צייטליך, 9 אזייגער לעשט מען אלעס אויס און מען לייגט זיך מיט א זיסן אפעטיט פון נאך 4 יאר מיטן דאנעלד...

הנה ימים באים.. ס'קומט אן עקסייטינג אבער אנגעצויגענע וואך וואס אמעריקא האט נאכנישט געזעהן! לאמיר האלטן צעווילעזירט די לופט און בלייבן אלע גוטע פריינט.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

wow

א ארבעט
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

@כאפצעם!!! מאסיוו!!!
זייער א שיינע און דעטאלירטע אנאליז!

מיר דארפן אזא ניק ביים טראמפ לאגער...
פישל חיים
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:44 am

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל חיים »

א שיינע פרעדיקשאן
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

שליו ודגים האט געשריבן:wow

א ארבעט
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

ווער ס'קלערט אז ביידן גייט נישט באווייזן איבערצוקומען א 10 טויזענט וואוט דעפעציט אין מישיגען האביך אים א נייזשעיריען קאר ווארענטי ספעשיליסט אויף די אנדערע ליין.

א געוואלדיגע ליין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29335
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@כאפצעם!!!!

דיין ערשטע חלק אנאליז דערמאנט מיר פון דעם פסוק אין די תוכחה: והי' כאשר שש ה' אויף גוטס וכו', כן ישיש ה' אויף פארקערט נישט אויף קיין שום איד וגו'.

מיט דיין סטעיטס אנאליז האלט איך אז דו ביסט א ברעקל צו קאנסערוואטיוו, ווי אויך איז גוט צו וויסן אז ביידן האט 270 אן פענסילוועניע אויב ער נעמט אריזאנע און נעברעסקע 2, הגם קיינער וויל נישט דארפן צוקומען צו אויסגעקוועטשטע 270 פונקטליך.

דיין נקודה וועגן אריזאנע ערלי וואויטינג האלט איך איז שטארק פארקוקט, ווייל עס איז פשוט שווער צו זעהן די רעפאבליקאנער אנקומען צו די 4-6% פראצענט ליעד אין די רעגיסטרירטע וויילער, וואס די אנקעטעס רעכענען, און אפילו לויט יענע אנקעטעס געווינט נאך ביידן די סטעיט מיט עטליכע פונקטן.

די דעמאקראטן ליעדן נאך דערווייל אין גאנץ אריזאנע, הגם נישט אין מאריקאפע, יעדער ערווארט אז די רעפאבליקאנער וועלן האבן מער למעשה, אבער די 4-6 קוקט אויס ווייטער און ווייטער פון מציאות.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אלעס ביים אלטן מיט איין שטיקעלע טשעינדזש, פענסילוועניע.

אבער קאנגראטס פאר אזא זאפטיגע און גוט דורכגעקנאטענע און היבש אקוראטע אפשאצונג. ספעציעל האב איך הנאה פון דיין שאצונג אויף פלארידא און טעקסעס.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כאפצעם,
אן אנאליז צו באוואונדערן. און איך מיין עס באמת. אויב א ניכטערע אנאליז אויף א ביידן געווינס איז עס דאס.

אבער פטור בלי כלום אי אפשר...

עס איז דא נאך איין היסטארישע פאקטאר וואס אויב אמת, און איך גלייב עס איז אמת, וועגט איבער אלע אנדערע פאקטארן. און דאס איז: קיינמאל אין היסטאריע זענען פאולס נאכנישט געווען אזוי דעליבערעטלי אףף.

און אזוי דיין געביידע איז געבויעט אויף אט די פאולס. איז נפל היסוד....

ווי קען מיר דאס וויסן?

גיב עס 35 שעה...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

א זיס שטיקל כאפצעם!

האפעך אז דאסמאל איזער נישט גערעכט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליכע ארבעט! יישר כוח
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

יישר כח פארן קלארן געשמאקן זאפטיגן דעטאלירטן באריכט!!
פיין קלאר
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מעגא ארבעט @כאפצעם. דו האסט ערענסט טאלאנט.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

קהל עדתינו האט געשריבן:א זיס שטיקל כאפצעם!

האפעך אז דאסמאל איזער נישט גערעכט

איך האב א געפיל אז ער איז גערעכט
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

בוידעם האט געשריבן:מעגא ארבעט @כאפצעם. דו האסט ערענסט טאלאנט.

רט
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

בוידעם האט געשריבן:מעגא ארבעט @כאפצעם. דו האסט ערענסט טאלאנט.

עס איז מיר א כבוד צו שרייבן אויף דיינע ווערטער "גם אני מצרף".
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת הצפון »

שטארק זיך האט געשריבן:כאפצעם,
אן אנאליז צו באוואונדערן. און איך מיין עס באמת. אויב א ניכטערע אנאליז אויף א ביידן געווינס איז עס דאס.

אבער פטור בלי כלום אי אפשר...

עס איז דא נאך איין היסטארישע פאקטאר וואס אויב אמת, און איך גלייב עס איז אמת, וועגט איבער אלע אנדערע פאקטארן. און דאס איז: קיינמאל אין היסטאריע זענען פאולס נאכנישט געווען אזוי דעליבערעטלי אףף.

און אזוי דיין געביידע איז געבויעט אויף אט די פאולס. איז נפל היסוד....

ווי קען מיר דאס וויסן?

גיב עס 35 שעה...

די שאלה איז אויך צו עס איז אסאך וואס האבן מער נישט קיין כח צו דילאקדאנס אזוי ווי אונז און אולי וועט מען דאס הערשט געוואר ווערן דעם דינסטאג,
קעיעמביעיזשען
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ggg האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:א זיס שטיקל כאפצעם!

האפעך אז דאסמאל איזער נישט גערעכט

איך האב א געפיל אז ער איז גערעכט

איך מיין ער גייט כאפן די שאק אוו היס לייף... עס נעמט גארנישט אוועק פון זיין סיריעס טאלאנט!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליכע גרונטליכע ארבעט! קודאס כאפצעם.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

WOW
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

ggg האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:א זיס שטיקל כאפצעם!

האפעך אז דאסמאל איזער נישט גערעכט

איך האב א געפיל אז ער איז גערעכט

איך אויך.. ועל זה ידוו כל ה....

זאת נחמתי אז אויפן סענאט פראנט זעען זאכן אויס בעסער פאר רעפובליקאנער און דאס מיינט אז ביידן (קארטעז) וועט נישט האבן קיין מעגליכקייט צו פעקן די קאורט וכו'
די לייקלי אוטקאם איז א 50/50 סענאט (בעיסד אן אז די ר האלטן אן GA פערדו, IA, TX, און כאטש איינס פון , GA ספעשל, אדער ME, NC און פארלירן AZ, CO + געוואונען AL
וואס צל זאגט אז די קאמיטעען בלייבן דאן אייניג = גרידלאק

אויך מיינט דאס א רויטע וועיוו אין 2022 ווען קעלי פון AZ וועט לויפן פאר א פולע טערמין און אויך אסאך רעפובליקאנער וועלן דארפן דיפענדן זייערע סיעטס וואס זיי האבן געוואונען אין 2016 (WI, FL, OH,PA ועוד ועוד)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח כאפצעם פאר די קלארע און גרינטליכע אנאליז, איך האב עס געליינט מיט גרויס אינטערעסע און שטארק הנאה געהאט דערפון
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך כאפצעם WOW!

דערמאנט מיר פון דיין 9/11 שפאנענדע ארטיקל
אוועטאר
מוזיק מבין
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיק מבין »

צוויי זאכן פארזעסטו און די גאנצע מידיע אינאיינעם. והוא הנקרא ה׳shy trump voter׳. עס איז א פאקט וואס זיי האבן פארזעהן אין צוואנציג זעכצן און יעצט איז עס פי כמה מער. ביי די פאברענטע קאנסערוועטיוון איז די מידיע פסול בתכלית. ווען א מידיע אגענטור רופט אן איינעם און דער באטרעפענדער געפונט אויס זייער אינדעטיטעט האקט ער אראפ דעם טעלעפאן! די מידיע האט דאך אזוי וויי געטון מיין העלד, ווי קען איך זיי צושטייער געבן. דערפאר זעהט מען געוויסע פאללס וואס זענען זיך לגמרי סותר מיט די אלגעמיינע פאלל. ווען א קאנסערוועטיווע פאללסטער רופט ענטפערן זיי בחפץ לב!
מיין פרעדיקשאן איז אז טראמפ גייט אי׳׳ה געווינען שיין און אפשר גאר שיין און די אלע מידיע נעצן וועלן זיין אזאנס ללעג ולקלס אזש מ׳קען זיך ניטאמאל פארשטעלן.
פוילישער קארגער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:54 pm

Re: פיינעל פרעדיקשאן ערב 2020 עלעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער קארגער »

Before I say my prediction, let me say how I got to my prediction:
. Polls are deliberately skwed, by how much? we don't know. We do know that never in history has the MSM put so much on the line against 1 person (and you can argue for good reason). So I don't trust the polls, I'm certain they are skwed against Trump, the question is by how much. Given that the average lead for Biden is
around 5 points, it's a fair assumption that the race is tied at least

Shy Trump vote. This is real. Very Real. There is anecdotal evidence that it's real.
In my opinion, it's that most real with independents and with subburbon women. And yes these are the 2 groups that Trump is bleeding the most. But think about it for a second, you really think that a subburbon mother will vote for someone that is associated with defund the police, rather then for someone that sends mean tweets.
You think subburbon people don't fill up there car with gas evrey week. And want to vote for someone that is associated with the green new deal, or that wants to phase out the oil industry gradually.
The same goes for independents. Independence pried themselves to have an open mind. When do you need an open mind if not to think Trump is crazy. It's the most classic thing to do. Does that mean you want to vote for somone that is surrounded with socilasts and is 75% with altzheimers. Evrey one with half brain knows that Harris and Pelosi will be president, Biden is only the puppet. What if you can say you are doing the classy thing to do "vote for Biden" , and sit out the election. Or vote for Trump when no one has to know.
(and yes it's easier to vote for a congressman from the left. Then to vote for Biden president in a swing state).
But these are all theories. There is no evidence that any of this is true. But it does leave me with 1 conclusion, I don't trust the polls.

With no polls available, the best thing we have is early voting.

Early voting: DEMS promised us for months that they will have won the election when November 3rd arrived. Evreyone agrees that didn't happen. It was true the first few days of early voting. Then Republicans where catching up, evrey single bingle day. The catch up was so consistent, that in the last few days you can predict, before it happened.
So DEMS don't have nearly the advantage they told us they will have coming in to the election. I think we can all agree on that.

Trump still needs to perform on election day. Or, Biden just needs to under perform. (I'm just wondering, that if you are so terrified of the pandemic, so much that you are voting for somone that is going to lock down the country. You will go to a polling place on election day and expose yourself...... That would be terribley irresponsible)

Now, I've done an in depth analysis County by county of the early vote in Florida. (Florida and Nevada have the most comprehensive data on EV) The turnout in Trump country is high, very high. Higher, (in some cases much higher) then in the Clinton counties.
I don't know who they are voting for. but the turnout (and the party affiliation) is where it needs to be for Trump. And we have not gotten to election day yet.

The same is with Texas. (and don't compare an urban county in TX with 1-2 million residents, to a suburb or a rural county. No, it's not the Same thing.) turnout is where it needs to be for Trump to win in the rest of TX outside the big county's.
Yes, the big counties have higher turnout then I would like. But we've never seen turnout in rural TX, when TX was officially in play in a presidential year.
(and yes, I also look at target smart for the rest of the country, and DEMS are behind in many important states. But I have no idea where he gets his data. But either way, it's a comparison to 2 or 4 years ago and it's not good. And all this is after DEMS promised us to have the election locked when the polls open on election day)

So here is my prediction;
OH, IA, TX, Trump will win with more 5 points or more.
(and probably GA with 4 points)
FL, NC, will be tighter but will be called before 12 AM On election night.
Arizona, Wisconsin, Michigan, PA, will be tight, but will end up in trumps column. It might not be called on election night, but will be Trumps in the end. So will Nebraska 2 and Maine 2.
Minnesota will most likely go to Trump.
Nevada, New Hampshire, is tough to call, it will probably fall to Biden in the end. Maybe Trump makes it with a few hundred votes.
The election might not be called on election night. But it will be clear that Trump won.
Trump will start his petty fight with the MSM where they air his victory speech without them calling the election.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”