גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווער שטייט דערונטער?

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווער שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א גוט יאר,

אזא מין מאסיווע שטיצע וואס איז דא צווישען היימישען עולם פאר א פרעזידענט איז נאך קיינמאל נישט געוועהן בעפאר, מצד טראמפ איז עטוואס פארשטענדליך אז ווייל מען האט הנאה געהאט פון זיינע לייסטונגען אבער מצד אונזער היימישע קאמיונעטי, ווער אדער וועלכע ארגענעזאציע האט באוויזען אריין צו נייען און אונזער קאמיונעטי אזא אויסער ווי געווענליכע הייסע שטיצע?

אפאר משלים קען מען געבן און אדרבה לאמיר זעהן וואס דער רוב עולם האלט, טאלק ראדיא, וואטסעפפ, קול העולם, קול מבשר, אייוועלט, קושנער אדער גאר די איזרעלי פאליטיק שפילט א גרויסע ראלע.

ביטע!!! יעדנס מיינונג איז עפרישיעטאד, האלטס דעם אשכול פאזיטיוו און ברענגט ארויס א פוינט אדער א מיינונג, ליידיגע העצע און בלאזען סטיעם האט נישט קיין חן.

קומטס אריין, מיינונגען זענען וועלקאם.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 9:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

קלאר קול מבשר
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

מיין פעי טשעק און דער לינקער פאליסיס פון דער אנדערע זייט פונ'ם ספעקטרום.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

טראמפ'ס מהלך המחשבה ענדלט זייער אין אינזער וועג פון טראכטן

שווער מסביר צו זיין אבער דו"ק ותשכח

איך רעד נישט ווען ס'קומט צו אידישקייט ענינים, איך רעד פון קאמען סענס ענינים
(--ווערטערלאז--)
קנעטענע קיגעל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:22 pm
לאקאציע: אין טשולענט

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעטענע קיגעל »

טראפ האט אינץ געלערנט, מען דארף נישט זיין קליג. מען דארף נאר האבן קאנפידענס
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

1] גרטדע מהלך המחשבה
2] אונזער שנאה צו די ליבעראלן מיט זייער פארקרימטע פאלעסיס איבער קאוועד
3] טראמפ איז אונז געשטאנען צו הילף צו פארדענען אידען / פריזען ריפארעם / געבעט הייזער זענען עסענשעל.
4]בכלל זענען אידען מער קאנסערוועטיוו געשטימט, בפרט בחורים וואס הערן יוסי געשטעטנערס האסע קעגן די דעמעקרעטס
5] אידען זענען פאר באקריוודעטע שלא מן היושר, וואס דאס טוט די מידיע פאר טראמפ
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קנעטענע קיגעל האט געשריבן:טראפ האט אינץ געלערנט, מען דארף נישט זיין קליג. מען דארף נאר האבן קאנפידענס

און דעריבער... עקספלעין יורסעלף?

אפשר מיינסו צו זאגן אט וואס:
היימישע אידן זענען פשוט טפשים, נאר האבן נישט געהאט גענוג קאנפידענץ. איצט ווייסן מיר שוין אז הגם מיר זענען בהמות, מיט קאנפידענץ קומט מען אן.

משא״כ דער גוי?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

תגובה דורך חסד השם »

מטעמים האט געשריבן:א גוט יאר,

אזא מין מאסיווע שטיצע וואס איז דא צווישען היימישען עולם פאר א פרעזידענט איז נאך קיינמאל נישט געוועהן בעפאר, מצד טראמפ איז עטוואס פארשטענדליך אז ווייל מען האט הנאה געהאט פון זיינע לייסטונגען אבער מצד אונזער היימישע קאמיונעטי, ווער אדער וועלכע ארגענעזאציע האט באוויזען אריין צו נייען און אונזער קאמיונעטי אזא אויסער ווי געווענליכע הייסע שטיצע?

אפאר משלים קען מען געבן און אדרבה לאמיר זעהן וואס דער רוב עולם האלט, טאלק ראדיא, וואטסעפפ, קול העולם, קול מבשר, אייוועלט, קושנער אדער גאר די איזרעלי פאליטיק שפילט א גרויסע ראלע.

ביטע!!! יעדנס מיינונג איז עפרישיעטאד, האלטס דעם אשכול פאזיטיוו און ברענגט ארויס א פוינט אדער א מיינונג, ליידיגע העצע און בלאזען סטיעם האט נישט קיין חן.

קומטס אריין, מיינונגען זענען וועלקאם.

כפארשטיי נישט. די אליינס זאגסט עס און דיין תגובה "ווייל מהאט הנאה געהאט פון זיינע לייסטונגען" וואס איז דיין קשיא נאכדעים?

סאדאם זאגט גוט!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

צבישלום האט געשריבן:קלאר קול מבשר

קלאר אז נישט
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

שטארק זיך האט געשריבן:
קנעטענע קיגעל האט געשריבן:טראפ האט אינץ געלערנט, מען דארף נישט זיין קליג. מען דארף נאר האבן קאנפידענס

און דעריבער... עקספלעין יורסעלף?

אפשר מיינסו צו זאגן אט וואס:
היימישע אידן זענען פשוט טפשים, נאר האבן נישט געהאט גענוג קאנפידענץ. איצט ווייסן מיר שוין אז הגם מיר זענען בהמות, מיט קאנפידענץ קומט מען אן.

משא״כ דער גוי?

אפשר מיינט ער צו זאגן- מען דארף נישט זיין געלערנט- שטודירט?
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

בדיוק! ער טראכט ווי א היימישער עמך איד טראכט.

בעסער אזוי האט געשריבן:טראמפ'ס מהלך המחשבה ענדלט זייער אין אינזער וועג פון טראכטן

שווער מסביר צו זיין אבער דו"ק ותשכח

איך רעד נישט ווען ס'קומט צו אידישקייט ענינים, איך רעד פון קאמען סענס ענינים
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מען קען א טובה טוהן אבער די פייערדיגע שטיצע צו וועמנס קרעדיט ווערט דאס צו געשריבען.

איז עס די נאכאנאדע שווערע דורעכגאנג וואס דיר גאנצער ציבור איז דורעכגעגאנגען מיט ראבאשקין ביז זיין ענדגיליטיגע באפרייאונג?

איך לייג אלע אפציעס, איך וויל הערן וואס די חשובע ניקים האלטען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פוילער האט געשריבן:בדיוק! ער טראכט ווי א היימישער עמך איד טראכט.

בעסער אזוי האט געשריבן:טראמפ'ס מהלך המחשבה ענדלט זייער אין אינזער וועג פון טראכטן

שווער מסביר צו זיין אבער דו"ק ותשכח

איך רעד נישט ווען ס'קומט צו אידישקייט ענינים, איך רעד פון קאמען סענס ענינים

עפעס אזוי,
חוצפה, אנפילטערד וכו׳ וכו׳
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איך מיין אז ס'איז דא כמה סיגים
ס'דא וואס זענען נתפעל געווארן פון זיין כאריזמע אדער מהלך המחשבה ווי טייל זאגן די זענען שוין חסידים זיינע פון 2016
דערנאך איז דא אזאנע וואס זענען פרייליך מיט זיין באפרייען רובאשקן אדער פריזם ריפורם די האבן זיך מיטגעכאפט אויפן וואגן די ליצטע יאר צוויי
דערנאך וואס זענען ברוגז אויף די משוגענע דעמאקראטן לעצטנס וכו'
דו"ק וטיש קאך
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

שטארק זיך האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:בדיוק! ער טראכט ווי א היימישער עמך איד טראכט.

בעסער אזוי האט געשריבן:טראמפ'ס מהלך המחשבה ענדלט זייער אין אינזער וועג פון טראכטן

שווער מסביר צו זיין אבער דו"ק ותשכח

איך רעד נישט ווען ס'קומט צו אידישקייט ענינים, איך רעד פון קאמען סענס ענינים

עפעס אזוי,
חוצפה, אנפילטערד וכו׳ וכו׳

קאמאן סענס.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

בעסער אזוי האט געשריבן:טראמפ'ס מהלך המחשבה ענדלט זייער אין אינזער וועג פון טראכטן

שווער מסביר צו זיין אבער דו"ק ותשכח

איך רעד נישט ווען ס'קומט צו אידישקייט ענינים, איך רעד פון קאמען סענס ענינים

אט דאס געוואלט ענטפערן
זעלטן וואס א אריינגעוועלטע פאליטישען האט אזא קאמאן סענס מהלך המחשבה
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

זייט איך געדענק האב איך אייביג מער געגליכן די רעפובליקאנער און קאנסערוואטיווען.

די לינקע זענען די לעצטע יארן געווארן אזוי מטורף, אז איך זעה ניט ווי אזוי א בר דעת קען אפילו שטיצן זייערע אגענדעס.

יעצט מיט טראמפ פערזענליך האלט איך אז מיר זענען איהם שילדיג אן הכרת הטוב, וואס ער האט געטאן מיט רעבאשקין, פריזען רעפארם, און אויך פאר אונזערע ברידער אין א״י.

אבער די סיבה פאר די גרויסע עקסייטמענט וואס מ׳זעהט ביי די יעצטיגע עלעקשענס אין די אידישע גאסן קען איך נאך נישט אמת׳דיג פותר זיין?

קען זיין עס האט עפעס מיטן ״חתן המלך״ וואס מאכט אונז מער אידענטיפיצירן מיט איהם, אדער ווייל ער קומט פון ניו יארק, אדער גאר ווייל ער פארמאגט א פאר דאלער אין טאש...

אבער דאס ברויך געטאן ווערן לענ״ד ביי די שטום-קאסטן׳ס, נישט מיט פאראדעס איבערן שטאט.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

שטארק זיך האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:בדיוק! ער טראכט ווי א היימישער עמך איד טראכט.

בעסער אזוי האט געשריבן:טראמפ'ס מהלך המחשבה ענדלט זייער אין אינזער וועג פון טראכטן

שווער מסביר צו זיין אבער דו"ק ותשכח

איך רעד נישט ווען ס'קומט צו אידישקייט ענינים, איך רעד פון קאמען סענס ענינים

עפעס אזוי,
חוצפה, אנפילטערד וכו׳ וכו׳

קלאר אזוי! אנעדיוקעט... גייט גראד צום שפיץ... חוצפה...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מיין מיינונג:

זיין בחור'ישע פרישקייט, טעגליכע סקאנדאלן און כסדר'דיגע עקשאן, איז עפעס וואס אונז היימישע אידן האבן זייער ליב. דאס אלעס.

רובאשקין, לאקדאונס, פריזן רעפארם איז נאר א תירוץ צו באדעקן זיינע מידות גרועות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך גלויב נישט אז עס איז די היימישע מידיא קוועלער, כאטש זיי האבן אוודאי ארויסגעהאלפן.

עס איז אויך נישט דאס אז ער לויפט אויף די רעפובליקאנער טיקעט. כאטש עס האט זיכער צוגעגעבן דערצו. ווייניג רעפובליקאנער קאנדידאטן זענען געווען אין היסטאריע? קיינער האט נישט געהאט די סארט ענטוזיאזם ביים היימישן עולם.

ס'איז אויך נישט די טובות וואס ער האט געטון פאר אידן. @מטעמים פרעגט נישט פארוואס ס'זענען דא אסאך מענטשן וואס האלטן פון טראמפ. ער פרעגט פארוואס ס'איז דא אזא "הייסע" שטיצע. אוודאי זענען דא מענטשן וואס גלייכן טראמפ צוליב זיינע טובות וואס ער האט געטון. אבער די זענען די רואיגערע סארט שטיצער. די מיטל יעריגע שטיצער...

וואס איז יא די סיבה פאר די הייסע שטיצע?

קלער איך צו מיר אז זיי זענען צוויי.

1) דער היימישער עולם איז געווענליך ברוגז אויף די סיסטעם, למחצה ולשליש ולרביע. אזא סארט מענטאליטעט זענען מיר. אלעמאל וועלן מיר קריטיקירן דעם פירערשאפט. חוץ אויב ס'איז טאקע א טלית שכולה תכלת. און זיכער איז עס אזוי ווען עס קומט צו גוי'אישע פאליטיקאנטן וואס מיינען נאר זיך און מיך, און מאכן ווי יעדער מענטש כסדר טעותים.

טראמפ האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין איינער פון אונז. דהיינו, פון די פשוטע המון עם. פון דאס פאלק. וואס טראגט דער זעלבער אינטערעסע ווי אונז. נעמליך, מאכן סדר פון די קאראפטירטע פאליטישע ווערטשאפט. אויפדעקן זייער פרצוף און זיי ווארפן אויפן דראנג.

2) זיין מהלך המחשבה איז נאנט צו דער אלגעמיינער פשוטער טראכט. ואסביר: ס'זענען דא מענטשן וואס פאסן באשלוסן באזירט אויף חשבונות. חשבונות וואס נעמען אריין דאטא, ראט, און א "געלערנטע" צוגאנג ווי אזוי צו אפלערנען דאס מציאות און מאכן א באשלוס באזירט אויף דעם. נאכדעם זענען דא מענטשן וואס פארלאזן זיך בעיקר אויף זייער "אינסטינקט". דאס מענטשליכע אינסטינקט. און טראמפ איז פון די צווייטער קאטאגאריע. ער ווייסט נישט פון קיין חכמה'לעך, זיין געזונטער נאטורליכער אינסטינקט דיקטירט אים שוין וויאזוי צו טוען. און דאס איז עפעס צו וואס אסאך א גרעסערע קרייז מענטשן קענען זיך מתחבר זיין דערצו. אויך איז ער צוליב דעם מער א פראגמאטישער און א "צו טוען" מענטש. ווייל וואס איז די צעגעריי? ער זעט נישט קיין סך צדדים. אזוי פיל איך, און אזוי טוה איך.

און מ'דארף באטאנען, אז עס איז ריכטיג אז "אינסטינקט" איז זייער א וויכטיגער געצייג פונעם מענטשליכן הלוך ילך. א מענטש וואס מאכט אלע זיינע באשלוסן אויף דעטע, און אויף סייענטיפישע חשבונות, וועט בע"כ מאכן אסאך נארישע דומע טעותים. וקאראנא יוכיח. אז מ'נוצט נישט דעם קאפ, קומט מען אן אין באד אריין. פון די אנדערע זייט אויב פארלאזט מען זיך נאר אויף "אינסטינקט" טויגט אויך נישט. ספעציעל ווען עס קומט צו קאמפלעצירטע פעלער, אזעלכע מיט וואס דער מענטש איז נישט נאטורליך אויפגעוואקסן.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

די שטיצע אין דזשענעראל איז א געמיש פון אפאר פון די אויבנדערמאנטע סיבות, אבער פאר די פייער קומט אסאך קרעדיט פאר אונזער גאווערנאר און מעיאר.

און אביסל קומט אויך פון די גוי'אישע גאס, ס'איז היסטאריש היציגע וואלן און ס'כאפט זיך אריבער.

----
האאאאקטס
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

טוויטער טו טעקסט
The Divided States Of America
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך קוק עס אן ווי א שטאפלווייזע פראצעס.

קודם כל, ביי היימישע אידן וואס האלטן מיט פאליטיק, איז אייביג געווען גאר א שטארקער רוב צו די קאנסערוואטיווע זייט.

אין '16 איז דער פראצענט מענטשן וואס האלטן מיט פאליטיק דראסטיש ארויף, און אויטאמאטיש איז ארויף די פראצענט היימישע אידן וואס זענען פאר די קאנסערוואטיוון, אבער פון די אנדערע זייט, זענען געווען אסאך וואס האבן געציטערט פון די קאנסעקווענצן פון אריינשטעלן א פארשוין וואס פירט זיך אויף אומסטאביל אינעם ווייסן הויז.

צוביסלעך במשך זיין פרעזידענטשאפט האט מען געזען אז ער ברענגט נישט די דריטע וועלט מלחמה, און אפי' נישט קיין רעסעסיע, אזוי אז די וואס האבן מורא געהאט זענען אויך אריבער צו זיין זייט.

נאכדעם זענען געקומען די פראגרעסיוון וואס זענען געקומען צום מאכט בפרט דא אין ניו יארק אין 18 און אנגעהויבן דורכצופירן זייער ראדיקאלע אגענדעס וואס זענען שטארק אומפאפולער ביים היימישן ציבור.

די אלע זאכן האבן צוביסלעך ארויפגעריקט זיין שטיצע ביים היימישן ציבור, אבער עפ''י רוב זענען די צוגעקומענע געווען מער פארווע שטיצערס, נישט עפעס להשמיד.

אבער די עכטע שטופ איז געקומען די לעצטע פאר חדשים, מיט די צאמשטעל פון די קאוויד לאקדאונס, די בלמ פראטעסטן, און די קאומא דעבלאזיא טארגעטינג פון היימישע אידן וואס דאס האט געשטופט דעם עולם צו גיין פייער פאר טראמפ און ממש ציטערן פון אן ענד אף די וואורלד אויב ביידען געווינט.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

Amazing האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:בדיוק! ער טראכט ווי א היימישער עמך איד טראכט.

בעסער אזוי האט געשריבן:טראמפ'ס מהלך המחשבה ענדלט זייער אין אינזער וועג פון טראכטן

שווער מסביר צו זיין אבער דו"ק ותשכח

איך רעד נישט ווען ס'קומט צו אידישקייט ענינים, איך רעד פון קאמען סענס ענינים

עפעס אזוי,
חוצפה, אנפילטערד וכו׳ וכו׳

קלאר אזוי! אנעדיוקעט... גייט גראד צום שפיץ... חוצפה...

די שונאים קומען אריין קלאר...
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: גאר שטארקע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ ביי די היימישע אידענטום, ווערט שטייט דערונטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אלץ טראמפ שטיצער: איך מיין אז פשוט ווייל די אידען ליינען נישט די גוישע מידיע וואס האקט קעגן טראמפ,
ווען נישט זיי וואלט טראמפ געווינען אלע 50 שטאטן מער ווי 95%
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”