טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בלויז געציילטע טעג פארבליבן ביז די עלעקשן 2020 ענדיגט זיך! ווער האט געגלייבט... די צייט פליהט! די גאנצע לאנד איז ביזי, אלע אנאליסטן האבן א מיינונג, ובראשם די א. ג. פארשטייערס ווי נעיט סילווער - וואס "פרעדיקט נישט, אבער האט קארעקטלי פרעדיקטעד אלע 50 שטאטן אין 2008" - מאכן מאדעלס... גיי ווייס וואס די חברה ווילן פון מיר האבן... עטליכע חברים דא האבן מיך געבעטן כ'זאל שרייבן מיין מיינונג איבער די וואלן, ווי כאילו איך גיי דא עפעס אויפדעקן וואס קיינער ווייסט נישט... למעשה האבעך אבער געזאגט פאר עטליכע אז כ'גיי פראבירן, סאו העמער טאקע דאס טוהן בעזר ה'...

"פאולס פאולס פאולס"

אויב איז דא דא איינער וואס קען מיך נאכניש וועלעך קלארשטעלן נאכאמאל, איך גלייב נישט קיין פאולס, און דאס איז געזאגט געווארן אויף "פיינעל" פאולס, כל שכן וכל שכן אז פריערדיגע פאולס זענען גארניש ווערד! יעדער מענטש וואס האט נאך א פיצי שכל און האלט מיט וואס טוצעך האט געקענט פרעדיקטן אפאר וואכן צוריק ווען קוויניפיעק האט געגעבן פלארידא פאר ביידן מיט 11 פראצענט, אז פאר די וואלן גייען זיי ארויסקומען מיט א נענטערע פאול... ווען פלארידא צו נארט קארליינע איז ביי ביידן +5-6 וכד', דארף מען נישט זיין קיין גאון צו פרעדיקטן אז ס'גייט זיין טייטער עלעקשן דעי... נאר אפילו די לעצטע פאולס, זענען היינט ממש גארניש! שטייצעך לדעתי...

אבער פארט זענען דאך דא פאולס, העמער יא אביסל ארומרעדן פון די פאולס...

בעיסד אן די פאולס איז ממש נישטא קיין טשענס אז טראמפ זאל געווינען די פאפולערע וואוטס, הגם כ'גלייב אז ס'גייט ווערן נאך טייטער די נעקסטע וואך, אבער נישט גענוג פאר טראמפ דאס איבערצוקומען...

אין די אילעקטארל קאלידזש, אויב קוקט מען אויף Rcp, איז די רעיס סאך טייטער, און די מאמענטום איז אויף טראמפ'ס זייט אין רוב סטעיטס, עכ"פ סיז דא גענוג און נאך סטעיטס וואס זענען אין די טאסס אפ קאלום, ס'טייטש טראמפ קען נארמאל געווינען און נאכאלץ זאל נעיט סילווער קענען שרייען אז פאולס זענען נישט אףף... אבער כדי דאס זאל געשעהן, מוז טראמפ ממש זיין פערפעקט! ער מוז געווינען פלארידא, אריזאונע, נארט קארליינע, פענסעלוועיניע, אהייאו, אייאווע וכד'... רוב פון די סטעיטס איז ער ביהיינד, אבער מיט א פיצי...

סאו קוקענדיג אויף די פאולס איז ביידן די פעיווערעט, אבער נישט מיט קיין מורא'דיגע נאמבערס... און איינער וואס וויל זיין אפטעמיסטיש, קען צולייגן אז טראמפ האט למעשה מאמענטום, ער שטייט בעסער איבעראל ווי פאר צוויי וואכן צוריק, סאו... אה און נישט פארגעסן, ער האטעס דאך באוויזן אין 2016, סאו...

למעשה קוק איך נישט אויף קיין פאולס, סאו וואס יא? באמת האלטעך אז סינישט מעגליך צו וויסן... מיין אלטע סלאוגן "אין פאליטיק קעמען גארניש פרעדיקטן, אבער אויב קעמען יא עפעס פרעדיקטן, איזעס אז טראמפ גייט נישט זיין פרעזידענט" איז דאך ברייט באקאנט, (עט ליעסט בשעתו) און גארניש האצעך נישט געטוישט, קיינער קען נישט פרעדיקטן, ספעציעל ווען מ'טראסט נישט קיין פאולס...

אבער אז מ'קוקט אביסל אויף די פאנדעמענטלס פון די רעיס, קעמען אביסל באקומען א פילינג ווי מ'שטייט... ס'קען גראדע זיין אז אנדערע האבן אנדערע פאנדעמענטלס, אדרבה, כ'וויל עס הערן, איך שרייב וויזוי איך קוק עס אן...

סיז אנגענומען אווער אלל, אז ענטוזיעזם געווינט א רעיס, און וויפיל איך הער, און ביידעוועי אסאך זאכן זעהט מען פון פאולס, און וויפיל איך זעה, קוקט אויס אז טראמפ האט ענטוזיעזם, זיינע מענטשן זענען דא! זיי קומען צו זיינע ראליס, נאך מער, זיי מאכן אייגענע ראליס, קאר פאראדעס, שיפן פאראדעס, צו סיי וועלעכע אזא איווענט, קומען ארויס הונדערטער אדער טויזענטער מענטשן, אפילו אין שטארק בלויע געגענטער! סאו סיז קלאר אז ענטוזיעזם האט טראמפ!

וואוטער רעדזשיסטרעישן איז אויך אנגענומען פאר א זאך, ווי באקאנט האט די טראמפ קאמפיין געארבייט דורכאויס די קאראונע סעזאן, און ווי די חברה גיבן איבער האבן די ריפאבליקענס געוואונען די רעדזשיסטרעישן רעיס אין רוב סווינג סטעיטס...

אינדארסמענטס פון שווארצע און דעמעקראטישע עלעקטעד אפישלס...

איך האב שוין ריטייערד פון אפוועדנדן פאולס, אבער אז כ'שרייב שוין, העמער פראבירן זעהן וויפיל ס'גייט... מ'קען אסאך מאל זעהן וויזוי אפאר פאולסטערס קומען ארויס מיט ממש די זעלבע טאפ ליין, אבער די אינטערנל נאמבערס זענען הימל אין ערד! איינער זאגט אז ספאנישע בעקן טראמפ מיט ריזיגע נאמבערס, אבער טראמפ איז שוואך מיט אלטע, אדער קאטוילישע, א צווייטער העט זאגן אז ספאנישע איז טראמפ בכלל נישט גוט, נאר שווארצע און אלטע אדער אינדעפענדענטס... כאב אפילו געזעהן א פאול פון א גוטע גע'רעיטע פאולסטער וואס זאגט אז אין וויסקאנסין זענען 24 פראצענט אינדעפענדענטס פארן ליבערטעריען דזשארגענסען... גיי טענה'דעך...

אבער וואס ס'איז כמעט יוניווערסעלי אנגענומען, איז אז טראמפ האט אריינגעשניטן אין די שווארצע און ספאנישע שטיצע, וואס דאס איז די דעמעקראטישע רוקן ביין די לעצטע פאר סייקלס, ספעציעל אין געוויסע סווינג סטעיטס...

למעשה דארף איז נישט עכט קיין פאולס דאס מיר צו זאגן, אז מ'קוקט אביסל וויפיל שווארצע סעלעברעטיס און אנדערע שישקעס וואס האבן אינדארסט טראמפ, ווי למשל היינט האט נאך עפעס א פעימעס רעפפער אינדראסט טראמפ, אויך א דעמעקראטישע קאנסילמאן פון מישיגן ענדארסט טראמפ... און ניטאמאל איז ווערד צו דיבעיטן וויפיל דאס ברענגט פאר טראמפ, נאר פארקערט, דאס איז געקומען צוליב טראמפ'ס שטיצע אין זיין דיסטריקט! 6 דעמעקראטישע מעיארן ענדארסן נישט טראמפ, אויב ווייסן זיי אז דאס איז נישט וואס זייערע קאנסטיטשוענטס ווילן... סאו די פאקט אז סיז דא אזויפיהל ענדארסמענטס צווישן שווארצע און אקטיווע דעמעקראטן אין געוויסע געגענטער, זאגט אונז אז טראמפ'ס שטיצע איז שטארק ארויף ביי זיי...

די טיפיקל קאונטער פאר דעם איז, אז טראמפ האט טאקע צובאקומען אביסל שווארצע און ספאנישע שטיצע, אבער קעגן דעם האטער פארלוירן אנדערע, די מערסטע באקאנטע איז די סובוירבן וואוט... כ'זאג נישט אז נישט, ווייל כ'ווייס נישט, אבער איך בין ווייט פון קאנווינסד... דאס אז פאולס זאגן דאס, מיינט ביי מיר זערא! א פאולסטער ווי טרעפלגאר וואס האט צוגעטראפן די לעצטע צוויי רעיסעס ווערט גע'רעיט מיט א C, ווידער קוויניפיעק וואס האט אנגע'מכין'ט צוויי מאל, דער איז אן עי! די פארשטייערס ווי נעיט קאהן, און נעיט סילווער און וואסערמאן (וואס לדעתי פארשטייט ער עכט) מאכן אפ וויזוי די מעטאדאלעדזשי דארף אויסקוק, און ווער ס'זאגט ווי זיי איז אן A! ער קען האבן די ערגסטע טרעק רעקארד! ער בלייבט אן A! ווידער ווער ס'האט די גאטס ארויסצוגיין פון זייער באקס, ריגארדלעסס ווי גוט דו ביסט געווען, ביסטו א C... נו אויב מוז מען נישט צוטרעפן צו הייסן א גוטע פאולסטער, קעמען דאך אריינגיין אין סטודיאו און זינגן די ניגון וואס די חברה ווילן הערן... פארוואס אין די וועלט זאל א פאולסטער טרייען צו זיין קריעטיוו און אויספיגערן ווער ס'גייט געווינען? כ'רעד שוין נישט פון די מידיע פאולס... די זעלבע מידיע פארקויפט מיר 4 יאר אז טראמפ האט קעלודעד מיט רוסלאנד, אבער האנטער ביידן'ס לעפטאפ איז סאם האו נישט קיין נייעס... זיי דארף איך גלייבן! ובפרט די וואשינגטאן פאוסט וואס ברענגט מיר א פאול וואס ווייזט אז ביידן ליעדט מיט 17 אין וויסקאנסין! זיי שעהמען זיך נישט דאס ארויסצולייגן, ווייל נעיט סילווער גייט זיי ווייטער רעיטן אלס א גוטע פאול!

עכ"פ, די פאולס טראסט איך נישט, עט ליעסט כאניש אזויפיהל עווידענס אז סובוירבן פרויען וואס האבן געוואוט פאר טראמפ אין 2016 גייען פאר ביידן, ווי כ'האב אז שווארצע און ספאנישע גייען מער פאר טראמפ...

אביסל קעמען קוקן אויף 2018, ריפאבליקענס האבן פארלוירן אסאך זיצן אין סובוירבן געגענטער... קען זיין, אבער ס'קען אויך זיי אז אסאך נייע מענטשן פון די סיטיס האבן געמופט צו די סובוירבס, סאו פאר די דיסטריקט מאכט עס אויס אבער נישט אויף די סטעיטווייד, אויך זענען אסאך טראמפ וויילער נישט ארויסגעקומען 2018, גענוי ווי ביי יעדע ערשטע מידטוירם... אין 2010 האבן די ריפאבליקענס געמאפט די פלאאר מיט דעמעקראטן, אבער אין 2012 האט אבאמא ווייטער געווינען... סאו דא איז ווייטער נישט דא עכט קיין ראי'...

אבער מיין פילינג איז אז סיז ערגעץ אינמיטן, כ'קען זעהן געוויסע מענטשן וואס פארנעמען נישט טראמפ'ס טוויטס, אדער די פענדעמיק, סאו ער האט עפעס פארלוירן, אבער נישט אזוי סאך ווי די חברה לייגן עס אראפ, און נישט אזוי סאך וויפיל פרישע ספאנישע, שווארצע און געוועזענע אנטי טראמפיסטן וואס גייען וואוטן פאר אים...

נאכדעם איז דא אינקאמבענסי... סיז אנגענומען אז די וויילער ווארפן נישט ארויס קיין אינקאמבענט, ווען סיז יא געווען איזעס געווען אויסנאמען, עפ"ר גיבט מען אים נאך א טשאנס...

איטס די עקאנעמי סטופיד... די עקאנעמי פארט אויף ארויף! גאלאפ (ווייטער א פאול) זאגט אז מענטשן זענען צופרידן, זייער מצב איז בעסער ווי 4 יאר צוריק... און דאס איז פאר די פרישע GDP ריפארט אדער אנעמפלוימענט נאמבערס... סאו די סלאוגן אז "מענטשן וואוטן מיט די פאקעט בוק" איז ווייטער א פאנדעמענטל גוט פאר טראמפ...

נאך א זאך וואס כאב געליינט, א קאנדידאט וואס לויפט אויף העכערן טעקס געווינט נישט! כאבעס נישט נאכגעקוקט, אבער ס'מאכט סענס... מענטשן גלייכן טעקס קאטס!

די ראיאטן... כ'געדענק נישט ווער סאט געהאלטן אנדערש, כ'מיין אבער אז ביי נאו עגריט שוין אפילו ביידן'ס קאמפיין, די ראיאטן אין לאנד ווערט אנגעלייגט אויף אים און ס'שאדט אים! דאס לאנד גלייכט לאו ענד ארדער!

גראונד געים!!! יעדער געדענקט ווען אין 2016 האט טראמפ נישט געהאט קיין טשענס, ער האט נישט געהאט קיין גראונד געים... למעשה האטערעס סאם האו יא באוויזן... אין 2020 איז די מעשה פארקערט... טיעם טראמפ איז אן די גראונד אין רוב סווינג סטעיטס שוין א שטיק צייט ווידער די ביידן קאמפיין האט נארוואס אנגעפאנגן, און הגם רוב אירע האלטן אז מ'טאר נישט קוקן אויף ערלי וואוטינג, זעהט מען טאקע אז געוויסע דעמעקראטישע גרופעס קומען ארויס שוואכער, און שרייבענדיג די שורות זעה איך א פאליטיקא ארטיקל וואס האט גערעדט צו אסאך דעמעקראטישע שישקעס וואס זאגן אז פלארידא טוירנאוט ביי אינגע און שווארצע איז קאנסוירנינג... עכ"פ קוקענדיג אויף גראונד געים, שטייט טראמפ גאר גוט!

פאנדרעיזינג... יא! ביידן האט געהאט מער געלט, אמת! אבער לויט ווי איך האב געליינט, און כ'זאג קלאר, כ'ביניש אזא דיטעילד נאמבערס גיי, סאו אויב בינעך ראנג קעמען מיך אויסבעסערן, האט טראמפ געהאט היבש מער דאונערס ווי ביידן, די סמאלל דאללער דאונערס, זיי ווייזן וועלעכע קאנדידאט האט מאמענטום אדער ענטוזיעזם... באמת איז דאס א חלק פון ענטוזיעזם, סיז פארט אבער א זאך פאר זיך...

ס'איז דא נאך זאכן, אבער די צייט איז קורץ, העמערעס סאמערייזן דא...

סך הכל האמער גאר אסאך אינדיקעיטארס אז אן די גראונד גייען זאכן גוט פאר טראמפ, און מ'האמער פאולס וואס זאגן אז ביידן געווינט שטארק!

ווי געשריבן די פאולס, חוץ וואס זיי זענען שוין געווען ראנג, און זיי קענען זיין ראנג, מוזן זיי נישט זיין עכט ראנג אז טראמפ זאל געווינען... ווידער זאכן וואס מ'זעהט וואס כאב אויסגערעכנט, הגם זיי קענען אויך זיין ראנג, גיבט מער אבער מער א געפיהל אז טראמפ גייט נאכאמאל באווייזן דאס וואס ער האט באוויזן אין 2016...

און פאר איך פארגעסס, נאך פראףף אז פובליק פאולינג איז אףף, ווייל פובליק פאולינג זאגט מיר אז טעקסעס איז טייט (ביידעוועי איך האלט אן אויג אויף טעקסעס, סיז אביסל סקערי...) און אז מיניסאוטע ליעדט ביידן שטארק, איא? למעשה גייט ביידן נישט קיין טעקסעס, ער גייט קאמפיינען קיין מיניסאוטע! און די זעלבע זאך גייט טראמפ טוהן... ס'טייטש ביידע קאמפיינס האלטן אז טעקסעס איז נישט אין פלעי און מיניסאוטע יא!

נאך אפאר קליינע זאכן וואס ארבייט פאר טראמפ'ס פעיווער, איז דעמעקראטן האבן געפאוקעסט אויף וואוט ביי מעיל, לייג אוועק די פאליטישע פייט צו ס'ברענגט וואוטער פראוד, איז אבער זיכער אז א מעיל אין בעלעט האט עפעס מער א טשענס פארלוירן צו גיין, סיי דורכן פארלירן, סיי דורכן פסל'ן... און ווי וואסערמאן שרייבט, נעיקעד בעלעטס אליין קען קאסטן פאר ביידן ארום 100,000 וואוטס!!! און ער רעדט פון פענסעלוועיניע אליין! סאו די וואוט ביי מעיל קען מעגליך זיין די דעסיידינג פעקטער!

פארמאכטע קאלידזשעס און יוניווערסעטיס איז נאך א פלאץ וואס קען שאטן פאר ביידן, די דעמעקראטן האבן געהאט א גאלדן גרוב מיט טויזענטער וואוטערס אין פארשידענע סווינג סטעיטס, פאר יעדע עלעקשן האט מען זיך אריינגעלייגט דערין און כ'קעניש די נאמבערס אבער ביי ריזיגע פראצענטן פלעגן זיי וואוטן פאר דעמעקראטן, אצינד זענען טייל יוניווערסעטיס פארמאכט, די סטודענטן קענען נאכאלץ וואוטן, סיז אבער מער נישט די זעלבע, ועוד, געוויסע סטודענטן קומען פון אנדערע שטעט און זיי דארפן זיך רעדזשיסטערן אין זייער סטעיט... סאו דאס קען ווייטער אראפבייסן פון דעמעקראטן...

באדדעם ליין, ווען סיז נישטא קיין פאולס, וואלט איך געזאגט אז טראמפ געווינט אן קיין ספק! למעשה איז יא דא פאולס, הגם איך גלייב זיי נישט, איז אבער דאך זענען זיי דא, דעריבער קענעך נישט זאגן מיט די זעלבע זיכערקייט, אבער פארט האלטעך אז טראמפ גייטעס מאכן!

כ'זעה אז כאב נאך אפאר מינוט העלעך יא שרייבן נאך אפאר פוינטס...

ביידן'ס אויל קאמענטס העלפט אים נישט אין ערגעץ, חוץ קאלעפארניע און ניו יארק, און מעגליך דארט אויך נישט ווייל ער טרייט דאך צוריקצוציען פון פרעקינג... עכ"פ אין פענסעלוועיניע, אהייאו, טעקסעס און אנדערע אויל סטעיטס, גלייבעך אז די זאכן קאסטן אים אסאך שטיצע...

פעקן די קאורט איז נישט פאפולער, און ביידן ווייסטעס, והא ראי ער האטעס נישט געוואלט זאגן... אבער די וועג וויזוי ער האטעס נישט געענטפערט ביים דיבעיט און שפעטער העריס ביי איר דיבעיט, האט קלארגעמאכט פאר די חברה וואס די סופרים קאורט איז זייער אישו, וואו זיי שטייען דערמיט...

פרישע שאטדאונס איז אויך נישט פאפולער, און ביידן איז געווען פאר דעם, און האט אביסל צוריקגעדרייט און סיז נישט קלאר ווי ער שטייט דערמיט, ענליך צו די גרין ניו דיעל, זיין וועבסייט זאגט איין זאך און ביידן זאגט אז ניין, כ'בין יא דערפאר, כ'מיין צו זאגן מיין פלאן... זייער נישט קלאר...

העלט קעיר איז גראדע איין אישו וואס טראמפ האט נישט געהעריג געענטפערט, הגם ער האט דעליווערט אויף געוויסע פראנטן, אבער זיינע ענטפערס זענען נישט קלאר...

אין אנדערע ווערטער, אויף רוב אישוס איז טראמפ אויף די גוטע זייט פון די וויילער, ספעציעל אין די סווינג סטעיטס...

מ'קען מאכן א סימפל ארגיומענט אז די פאולסטערס נעמען דאס אין קאנסידערעישן, איי דיסעגרי!

סאו ווי געזאגט, פאנדעמענטלס זאגן אז טראמפ געווינט שטארק! אפילו די פאפולערע וואוטס, פאולס זאגן אז פאפולערע וואוטס איז נישטא פון וואס צו רעדן, און אפילו אילעקטארעל וואוטס איז ביידן די פעיווערעט...

איך גיי אינמיטן, לדעתי איז טראמפ פעיווערעט אין די אילעקטארעל קאלידזש, פאפולערע וואוט איז באמת אירעלעווענט, אבער ער וועט זיין בעסער ווי 2016!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

טענקס וויכי פאר די שיינע אנאליז איטס אפרישיעטעד!
געשריבן דורך: נעכטן
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

נעכטן האט געשריבן:טענקס וויכי פאר די שיינע אנאליז איטס אפרישיעטעד!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וועלקאם בעק וויכי! דאס איז א זאפטיגס!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

וווווווייייכככככככככככככככייי!!!!!!!!!!!!!!

כהאב געוויסט די וועסט למעשה אנקימען

יעצט זעע נאר די סייט זאל ארבעטן אלעקשאן נייט
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

וויכי!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

די לעצטערע טעג הערט זיך א געשריי אין די בעיסמענט פון אייוועלט, איפה וויכי????????????????

ב"ה נאכן אפירזוכן טאקער'ס פעקל, איז ער צוריקגעקומען אונז מהנה זיין.

לאק הים אפ!!!!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

זייער שיין וויכי!
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

שלום עליכם וויכי, לאנג טיים נאו סי,

א דאנק פאר דיין אנאליז, עס געבט צו אסאך קלארקייט
The Divided States Of America
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

פעיק ניוז האט געשריבן:וועלקאם בעק וויכי! דאס איז א זאפטיגס!

.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

Wow וויכי שכח, סהאט דיך גענומען 2 יאר צי שרייבען די אנאליז?
ווייל ווי ביסטו געווען א גאנצע צייט אויב נישט, מאך דיך היימיש, די קאוט רום איז דארט.. ניין די נעקסטע טיר, אין די ביהכ איז תיכף נאך די טרעפ,

נאכדעם וואס די קריכטס אריין אין די צינעמסט דאס תוך פון די פאולינג באנדע, זאג איך דיר אז אויב די פאולס וואלטען ווען געווען א קרעין איו מאנהעטען וואלט איך אפגעפוצט דערפון נאך דיין אנאליז ווייל סגייט ציזאם טראסקענען דאס גאנצע פאולינג טורעם,

דרך אגב ברענגסטו זייער גוט ארויס דאס וויאזוי די זעלבע קאמפעני קומט זיך שטיצען איינע די צווייטע, סי ען ען, ען בי סי מאכט גרויס נעט סילווער נעט סילווער מאכט גרויס די פאולס אין די פאולס ווייזען א גרויסע טראסט אין ען בי סי, וואס זאגען אז די פאולס זענען יא ריכטיג אז נעט סילווער ווייסט וואס ער רעדט וועגען די פאולס...

דיין פוינט וועגען די קאליזש איז פאר מיר א שטיקעל חידוש אז סקען שפילען א ראלע אין סווינג שטאטען, אין איך האב דאס פארזען, איך וועל אבער דארפען איבערליינען פינקטליך וואס די זאגסט, מוועט עס ארויספרינטען איה אין ליינען תיכף מוצאי שבת
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

פאלעסיידס האט געשריבן:Wow וויכי שכח, סהאט דיך גענומען 2 יאר צי שרייבען די אנאליז?
ווייל ווי ביסטו געווען א גאנצע צייט אויב נישט, מאך דיך היימיש, די קאוט רום איז דארט.. ניין די נעקסטע טיר, אין די ביהכ איז תיכף נאך די טרעפ,

נאכדעם וואס די קריכטס אריין אין די צינעמסט דאס תוך פון די פאולינג באנדע, זאג איך דיר אז אויב די פאולס וואלטען ווען געווען א קרעין איו מאנהעטען וואלט איך אפגעפוצט דערפון נאך דיין אנאליז ווייל סגייט ציזאם טראסקענען דאס גאנצע פאולינג טורעם,

דרך אגב ברענגסטו זייער גוט ארויס דאס וויאזוי די זעלבע קאמפעני קומט זיך שטיצען איינע די צווייטע, סי ען ען, ען בי סי מאכט גרויס נעט סילווער נעט סילווער מאכט גרויס די פאולס אין די פאולס ווייזען א גרויסע טראסט אין ען בי סי, וואס זאגען אז די פאולס זענען יא ריכטיג אז נעט סילווער ווייסט וואס ער רעדט וועגען די פאולס...

דיין פוינט וועגען די קאליזש איז פאר מיר א שטיקעל חידוש אז סקען שפילען א ראלע אין סווינג שטאטען, אין איך האב דאס פארזען, איך וועל אבער דארפען איבערליינען פינקטליך וואס די זאגסט, מוועט עס ארויספרינטען איה אין ליינען תיכף מוצאי שבת

און וואסערמאן (וואס לדעתי פארשטייט ער עכט)quote
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

וויכי! שאמאלייכעם! קומסט אריין מיט א געוואלדיגע קלארקייט!

וועגן אנקעטעס, מענטשן מאכן א פארדריסליכער טעות אז אן אנקעטע איז עפעס א גע'חתם'מעטע פרעדיקשאן... ס'איז ס"ה אן אויספרעג אויף וויילער אין וואס דער אנקעטע נעמער האט צוזאמגעשטעלט א סעמפעל טורנאוט וואס א יחיד האט פרעדיקטעט...

יעדער פארשטייט אז אפילו אן אנקעטע זאל באמת האבן 100% צוגעטראפן אויפן מינוט, איזעס בכלל נישט עפעס א ווייטע מעגליכקייט אז א האלב מיליאן רעפובליקאנער גענויגטע צושפרייט און געציילטע סווינג-סטעיטס זאלן דינסטאג אינדערפרי באשליסן יא ארויסצוגיין וואוטען און אן אנדערע האלב מיליאן דעמאקראט גענויגטע שטיצער זאלן באשליסן נישט ארויסצוגיין וואוטען. אין אנדערע ווערטער, אפילו איך זאל האלטן אז פאולסטערס האבן א קלארע בילד וואס טוט זיך אפ, וואו איז מעגליך זיך צו גענצליך פארלאזן אויף דעם?

עניוועי וויכי, א געשמאק זיך צו טרעפן מיט דיר!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וועלקאם בעק וויכטיג מאכער! גאר א שיינער און שטארקע אנאליז. וועל דאן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

דעס איז דער וויכי פונוועם מרעד זויפיל???

וואו סאליד אנאליז הונדערט פראצענט גערעכט...
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @וויכי!!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

נקדימון האט געשריבן:זייער שיין וויכי!

א קאמפלימענט שרייבט זיך גרינג, ווי איז דיינס? אונז ווארטן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

wow אזוי קלאר ארויסגעברענגט
איך מיין אז עס קומט א שטארקע טראמפ געווינס 2020 עלעקשן
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ישר כוח פארן אנאליז וויכי!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

קען איינער אהערשטעלן א PDF
?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, עטליכע עלעקטעראלס זעה איך שוין זיכער אין טראמפ קאלום

וויכטיג-מאכער
שטארק זיך
...
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

הער מיך אויס אז הילערי וועט זיין אויף דער אנדערע זייט זענען זיי זיכער אויף דער גוטע זייט, חוץ אויב ני גייט רויט וועט נאך איינעםס פנים גיין רויט און זי וועט דארפן עס געבן פאר איר בלוט שונא.

#קענט וועיט איט שולד העעפן.
חסידי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:45 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידי »

ישר כוח, איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקן, הערליך שיין און קלאר
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

:lol: איך מיין סקומט כאדאראם...
אויב מען שיקט אריין א בעלעט פאר ביידען אין דערנאך ווערט מען עקסייטעט פין טראמפ אין מען גייט דינסטאג אין מען וועלט טראמפ דאס איז וואס כמיין סגייט פאסירען....
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער שיין אין קלאר ארויסגעברענגט!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”