טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

טענסט וויכי

קום אריין אפטער
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

שכוח וויכי!

קען איינער באשטעטיגן וואס ער זאגט אז ס''ה דאנארס האט טראמפ מער? ס'איז מיר א גרויסע חידוש. (ניין, דאס אז כ'האב עס נישט געזען אין די מידיע איז נישט קיין קשיא) איז דאס וואר?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פאראויס האט געשריבן:שכוח וויכי!

קען איינער באשטעטיגן וואס ער זאגט אז ס''ה דאנארס האט טראמפ מער? ס'איז מיר א גרויסע חידוש. (ניין, דאס אז כ'האב עס נישט געזען אין די מידיע איז נישט קיין קשיא) איז דאס וואר?

נישט וואר.

טראמפ האט געהאט בערך 3.7 מיליאן דאונערס דאס יאר צו ביידענס בערך 5.9 מיליאן דאונערס דאס יאר. (לויט ווא"פ)

[פאריגער חודש האט די ביידען קאמפיין געהאט בערך 1.1 מיליאן פרישע דאונערס. איך גלייב נישט די טראמפ קאמפיין איז געקומען אפי' נאנט דערצו]
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שאלעמאלייכעם וויכי

סי יו אין פור יערס פראם נאו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לכאורה האט געשריבן:אה, עטליכע עלעקטעראלס זעה איך שוין זיכער אין טראמפ קאלום

וויכטיג-מאכער
שטארק זיך
...

שכוח וויכי פארן זאפטיגן אנאליז, אזוי האט לכאורה זיך דערמאנט אז איך עקזעסטיר...

אבער ווי קום איך צו וויכי?...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

I hate to pile on... אבער אז ס'איז גוט איז עס גוט!

טענקס וויכי פארן אביסל אויפשאקלען די זאך.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

שיינע אנאליז
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

איז דא א מעגליכקייט אז ניו יארק זאל זיך טוישען אויף רויט?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

שטאטס מבין האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט אז ניו יארק זאל זיך טוישען אויף רויט?

אודאי... :oops: סקווירא האט דאך אינדארסירט טראמפ. ביז יעצט פלעגן זיי שטימען דעמאקראט
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
ציגרעטל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגרעטל »

זייער קלאר!
-
איינער זאגט מיר היינט -און אסאך זאגן די זעלבע- אז די פאולס האבן טאקע געמאכט טעותים אין 16' אבער זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי האבן פארזעהן און האבן אלעס פאראכטן

כ'האב אים געזאגט, אז די טעותים פון 16' האבן זיי טאקע פאראכטן, אבער די טעותים פון 2020 האבן זיי נאכנישט פאראכטן.. דאס וועלן זיי קענען פארעכטן 2024

איך קען נאך נישט איינעם וואס איז גרייט איינצולייגן 5% פון זיין פארמעגנס אויף פאולס
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
אוועטאר
sky
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sky »

סארקאזי האט געשריבן:
שטאטס מבין האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט אז ניו יארק זאל זיך טוישען אויף רויט?

אודאי... :oops: סקווירא האט דאך אינדארסירט טראמפ. ביז יעצט פלעגן זיי שטימען דעמאקראט

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וויכי - זעץ עס איבער אויף ענגליש, לייג עס ארויס אויפן געוועב.
פאליצער פרייז!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

שטאטס מבין האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט אז ניו יארק זאל זיך טוישען אויף רויט?

אין 2016 איז די חילוק געווען 1.7 מיליאן. כמעט אוממעגליך
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

יידישע קהילות האט געשריבן:וויכי - זעץ עס איבער אויף ענגליש, לייג עס ארויס אויפן געוועב.
פאליצער פרייז!

די פוליצער פרייז באקומט מען ווען מ'שרייבט וואס זיי ווילן הערן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טענקס פאר אלע קאמפלימענטן... כעלל ענטפערן אפאר פוינטס...

בנוגע וואסערמאן, וואסערמאן איז אן עקספערט! ער פארשטייט צו א דיסטריקט, צו א סטעיט וכד'... די פראבלעם איז אז יעצט האטער נישט קיין אנדערע דאטא ווי פאולס, און אז די פאולס זענען ראנג איזער אויך ראנג, משא"כ ווען ס' קומט צו ריזאלטס איזער מעסיוו!

שנית, ער האט א בייעס, יעדער האט און איך האב אויך, אבער ווען איינער אנאלאזירט א רעיס, כדי איך זאל וועלן הערן פון אים מוז איך זעהן אויף וואס ער בעיסד עס, און אז סיז בייעסד קענעכעס נישט אננעמען...

למשל, כאב געברענגט דא עפעס א פאול פון וויסקאנסין אז 24 פראצענט סופארטן דעם ליבערטעריען, אדער אז ביידן ליעדט דארט מיט 17 פראצענט... וואסערמאן האט נישט גענומען די מיה אפצופרעגן די פאול... אקעי, מ'קען אננעמען אז ער איז נישט אין די ביזנעס פון צונעמען פאולס... קומט נעכטן ארויס די אייאווע פאול פון סעלעזער... סעפאוזעטלי איז סעלעזער ממש די קעניג פון פאולס, אנשטאטס אננעמען סעלעזער עז איז, האטער אנגעפאנגן אריינצוגיין אין דיטעילס פון די פאול ווי סיז געגאנגן ראנג...

ענדליך צו דעם, ער איז כסדר ביזי אז מ'טאר נישט קוקן אויף קיין ערלי וואוטינג, אבער שוין אפאר זאכן וואס ער נעמט ארויס פון וואוטינג דערווייל... און די גרעסטע דזשאוק איז "סאמטער קאונטי" אין פלארידא, אפאר וואכן צוריק האטער געהאט א גאנצע אנאליז אז "סאמטער קאונטי" גייט זיין א שטארקע אינדיקעיטער עלעקשן נאכט, אויב די ערשטע בעטש דארט איז טראמפ 62 ביידן 37, איז פלארידא ביידן'ס און די רעיס אווער, אויב איזעס 66-33 איז פלארידא טייט און ס' קומט א לאנגע נאכט... (בכלל איז ביי אים כמעט נישטא אזא זאך ווי גוט פאר טראמפ, אדער ביידן אדער טייט!) ער האט די טוויט גע'פין'ד צו זיין פראופייל... און די הסבר איז פשוט, סיז א ריפאבליקען קאונטי אבער אסאך סיניערס, און די פאולס זאגן אז טראמפ פארלירט סיניערס... פון דארט קעמען זעהן צו סיז טאקע אמת צו נישט... זייער פעיר!

פאריגע וואך באמערק איך אז די טוויט איז אראפגעפאלן, סיז נאך אין זיין טיימליין, אבער שוין מער נישט גע'פין'ד... כ'זוך שנעל אויף ערלי וואוטינג נאמבערס דארט, באמערק איך אז די אין פערסאן ערלי וואוטינג דארט זענען די ריפאבליקענס משוגע שטארק...

אפאר טאג צוריק זעה איך א טוויט פון וואסערמאן בנוגע סאמטער קאונטי... אז ער עקספעקט אז די ערשטע בעטש פון סאמטער קאונטי גייט זיין טראמפ 66-33... קיין ווארט איבער זיין פריערדיגע פרעדיקשן וואס די 66-33 דארף מיינען, אז די פאולס וואס זאגן אז די עלטערע גייען קעגן טראמפ איז ראנג, און ס'קומט א לאנגע נאכט... און פלוצלינג מעג מען שוין יא קוקן אויף ערלי וואוטינג?

באדדעם ליין, כ'האלט נאכאלץ אז ער פארשטייט, און אויב כעלל האבן עקסעס עלעקשן נאכט וואלטעך אים געפאולאו'ט, אבער זיין בייעס איז עפעס שרעקליך...
אטעטשמענטס
Screenshot_20201029-124415_Chrome.jpg
Screenshot_20201029-124415_Chrome.jpg (652.77 KiB) געזען 1836 מאל
Screenshot_20201029-123554_Chrome.jpg
Screenshot_20201029-123554_Chrome.jpg (467.28 KiB) געזען 1836 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין די אילעקטארל קאלידזש, אויב קוקט מען אויף Rcp, איז די רעיס סאך טייטער

זייער א שיינע אנאליז, איך פארשטיי אבער נישט... די עלעקטארל קאלידזש פון RCP איז דאך אויך געבעיסד אויף פאולס
סאו אויב גלייבסטו נישט אין די פאולס, פארוואס גלייבסטו אין RCP?
און אויף וואסערע הנחה איז געבויעט אז געוויסע סטעיטס זענען טאוסאפס אויב נישט דורך פאולס?



כהאב געשריבן אז איך גלייב נישט די פאולס, אבער אפילו אויב מ'גלייבט פאולס, קען טראמפ געווינען אנדעם וואס די פאולס זאלן זיין ראנג...

כעלל צולייגן יעצט אביסל מער, ס' איז יעצט שוין מער נישט יא פאולס אדער נישט פאולס, נאר וועלעכע פאולס... ס'איז דא אויף איין זייט אלע גרויסע מידיע פאולס, פון די צווייטע זייט איז דא טראפאלגאר, רעסמעסון און נאך אפאר נישט אזעלעכע באקאנטע פאולסטערס... העפענס טו בי אז טרעפלגאר איז געווען גערעכט די לעצטע צוויי עלעקשענס, און די מידיע פאולס איז דא אזוי און אזוי... נעכטן איז ארויסגעקומען אן א. ג. A פאולסטער וואס ווארפט אפ אסאך מידיע פאולס, (זיי רעדן נאר פון אייאווע, אבער טראמפ ליעדט מיט אינדעפענדענטס, טראמפ ליעדט צוריק גאר שטארק מיט איוואנדזשעניקלס, וואס אויבן אויף מיינט דאס אז וויסקאנסין איז טייטער ווי די פאולס זאגן) יעצט קען איינער וואס וויל זיין אפטעמיסטיש פאר טראמפ זאגן איך גלייב טרעפלגאר און סעלעזער איבער קוויניפיעק און CNN...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'וועל אביסל גיבן פאר די ביידן שטיצער אויך...

וואסערמאן וואס קוקט נישט אויף ערלי וואוטינג ברענגט אבער ארויס אז די ערלי וואוטינג אין טעקסעס און אין דזשארדזשיע איז אלארמינג... און פערזענליך בינעך באזארגט פאר טעקסעס, טראצדעם וואס די פאולס ווייזן דאס נישט, ציטער איך פאר אזויפיהל נייע וויילער, און אפילו כ'האלט אז סיז אפשר נאכניש די צייט, בינעך נישט 100 פראצענט רואיג מיט די סטעיט...

כ'וועל אבער צולייגן מיין טעיק, אויב אין 2018 מיט בעטא אויפן טיקעט און שוואכע ריפאבליקען טוירנאוט האבן זיי נישט געקענט געווינען, גלייבעך שווער אז יעצט וועלן זיי יא קענען...

דאס ברענגט מיך צו אריזאונע, דארט האבן די ריפאבליקענס די זעלבע קאנדידאט ווי אין 2018, און זי האט שוין פארלוירן דארט איינמאל... איז היי יאר די יאר וואס אריזאונע ווערט בלוי?

די זעלבע איז דזשארדזשיע, די סטעיט ווערט מער לינקס... הגם אין 2018 האבן די דעמעקראטן נישט געקענט געווינען, זענען זיי אבער געקומען נאנט...

עכ"פ ווי געשריבן, איך האלט אז טראמפ האט אלע דריי, אבער כ'ביניש אזוי רואיג ווי כ'בין געווען 4 יאר צוריק...

נאך א וויכטיגע זאך, דער עולם איז ביזי מיט די ערלי וואוטינג אז די שווארצע קומען ארויס פרעפארשן שוואכער... מיט דעם עגרי איך מיט וואסערמאן... ווער זאגט דיר אז עלעקשן דעי גייען זיי נישט ארויסקומען? אפשר מיט אזא רעקארד ווייסע ערלי טוירנאוט גייען ווייסע ארויסקומען שוואכער עלעקשן דעי...

סאו בעת כ'האב געזעהן דעמעקראטן אין פלארידא, מישיגן, מיניסאוטע רעיזן די אלארם, און אפילו אין פילידעלפיע אויך אביסל... ווערעך נישט איבערגענומען דערפון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מידער האט געשריבן:וויכי! שאמאלייכעם! קומסט אריין מיט א געוואלדיגע קלארקייט!

וועגן אנקעטעס, מענטשן מאכן א פארדריסליכער טעות אז אן אנקעטע איז עפעס א גע'חתם'מעטע פרעדיקשאן... ס'איז ס"ה אן אויספרעג אויף וויילער אין וואס דער אנקעטע נעמער האט צוזאמגעשטעלט א סעמפעל טורנאוט וואס א יחיד האט פרעדיקטעט...

יעדער פארשטייט אז אפילו אן אנקעטע זאל באמת האבן 100% צוגעטראפן אויפן מינוט, איזעס בכלל נישט עפעס א ווייטע מעגליכקייט אז א האלב מיליאן רעפובליקאנער גענויגטע צושפרייט און געציילטע סווינג-סטעיטס זאלן דינסטאג אינדערפרי באשליסן יא ארויסצוגיין וואוטען און אן אנדערע האלב מיליאן דעמאקראט גענויגטע שטיצער זאלן באשליסן נישט ארויסצוגיין וואוטען. אין אנדערע ווערטער, אפילו איך זאל האלטן אז פאולסטערס האבן א קלארע בילד וואס טוט זיך אפ, וואו איז מעגליך זיך צו גענצליך פארלאזן אויף דעם?

עניוועי וויכי, א געשמאק זיך צו טרעפן מיט דיר!



טענקס מידער... עקזעקטלי!

און כעלל צולייגן נאך מער, ווי באקאנט פרעגן פאולסטערס אויס מער מענטשן ווי זיי לייגן ארויס, ס'טייטש ער פרעגט אויס 3000 מענטשן, נאכדעם נעמט ער ארויס פון דעם טויזענט מענטשן סאל שטומען לויט רעיס, עדזשיוקעישן עידזש וכד'... יעצט ווער זאגט אים וואס די דעמעגראף גייט זיין? די חברה זענען אייביג ביזי אז די פאולסטער וועגט יא גוט נישט גוט... הער אויף וועגן, געמער די רויטע דאטא! דאס איז איינס... נעכטן האבעך באגעגענט אויף טוויטער איינער פון אהייאו וואס ברענגט א סקרין שאט אז ער איז געווארן געפרעגט ביי א פאול פאר וועם ער וואוט און ער האט געענטפערט ביידן, ער איז א טראמפ סופארטער... צענדליגער מענטשן האבן רעספאנדעד "איך אויך", טייל פון זיי האבן גע'שעירט פיקטשערס צו פראוון...

סאו אפילו אויב די פאולסטערס זענען באמת אנעסט, און זייער מעטאדאלעדזשי איז גוט, אלעס איז פערפעקט, זענען דא מענטשן וואס טראסטן נישט די מידיע, זיי האבן מורא צו סיי וואס, און מאכן פורים פון זיי, און נאר אזוי קומט ארויס א ביידן ליעד פון 17 אין וויסקאנסין...

באמת איז דאס א חלק פון די שיי טראמפ וואוט וואס געוויסע פאולסטערס שרייען חי וקיים אז סיז ערגער ווי 4 יאר צוריק, אבער סיז אויך דא א מאוומענט צו מאכן פאטאש פון די פאולסטערס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נקדימון האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:שכוח וויכי!

קען איינער באשטעטיגן וואס ער זאגט אז ס''ה דאנארס האט טראמפ מער? ס'איז מיר א גרויסע חידוש. (ניין, דאס אז כ'האב עס נישט געזען אין די מידיע איז נישט קיין קשיא) איז דאס וואר?

נישט וואר.

טראמפ האט געהאט בערך 3.7 מיליאן דאונערס דאס יאר צו ביידענס בערך 5.9 מיליאן דאונערס דאס יאר. (לויט ווא"פ)

[פאריגער חודש האט די ביידען קאמפיין געהאט בערך 1.1 מיליאן פרישע דאונערס. איך גלייב נישט די טראמפ קאמפיין איז געקומען אפי' נאנט דערצו]



כ' וואלט געקענט באשטיין צו זעהן דיין דאטא, פון וואנעט דו נעמסטעס...

פרייטאג נאכמיטאג נאכן שיקן די ארטיקל, שיקט מיר איינער אריין אפאר לינקס, בעסיקלי האטער גענומען אסאך סווינג דיסטריקטס, דיסטריקטס וואס האבן געוואוט פאר אבאמא און טראמפ... ער האט גענומען די זיפ קאודס און געסוירטשט וויזוי זיי האבן דאונעיטעד, טראמפ ליעדט ביי ריזיגע מארדשינס אין רוב אזעלעכע דיסטריקטס...

סאו ווי געשריבן, כ'ביניש זיכער וועגן נעשענאל, אדרבה, ברענג די דאטא אויב דו האסטעס, אבער אין סווינג דיסטריקטס, ליעדט ער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:שכוח וויכי!

קען איינער באשטעטיגן וואס ער זאגט אז ס''ה דאנארס האט טראמפ מער? ס'איז מיר א גרויסע חידוש. (ניין, דאס אז כ'האב עס נישט געזען אין די מידיע איז נישט קיין קשיא) איז דאס וואר?

נישט וואר.

טראמפ האט געהאט בערך 3.7 מיליאן דאונערס דאס יאר צו ביידענס בערך 5.9 מיליאן דאונערס דאס יאר. (לויט ווא"פ)

[פאריגער חודש האט די ביידען קאמפיין געהאט בערך 1.1 מיליאן פרישע דאונערס. איך גלייב נישט די טראמפ קאמפיין איז געקומען אפי' נאנט דערצו]



כ' וואלט געקענט באשטיין צו זעהן דיין דאטא, פון וואנעט דו נעמסטעס...

פרייטאג נאכמיטאג נאכן שיקן די ארטיקל, שיקט מיר איינער אריין אפאר לינקס, בעסיקלי האטער גענומען אסאך סווינג דיסטריקטס, דיסטריקטס וואס האבן געוואוט פאר אבאמא און טראמפ... ער האט גענומען די זיפ קאודס און געסוירטשט וויזוי זיי האבן דאונעיטעד, טראמפ ליעדט ביי ריזיגע מארדשינס אין רוב אזעלעכע דיסטריקטס...

סאו ווי געשריבן, כ'ביניש זיכער וועגן נעשענאל, אדרבה, ברענג די דאטא אויב דו האסטעס, אבער אין סווינג דיסטריקטס, ליעדט ער...

ווי געשריבן איז עס לויט דער וואשינגטאן פאוסט.

כ'האב נישט דורכגעטון די נושא בעיון אבער לויט זיי איז ביידען פאראויס מיט דאונערס אין אלע סווינג סטעיטס.


אריזאנע, פלארידא
Screenshot_20201101-184032~2.png
Screenshot_20201101-184032~2.png (206.54 KiB) געזען 1473 מאל


דזשארדשיע, אייאווע, מישיגען
Screenshot_20201101-184047~2.png
Screenshot_20201101-184047~2.png (182.78 KiB) געזען 1473 מאל


מיניסאוטע, נארט קארעליינע, ניו העמפשער
Screenshot_20201101-184057~2.png
Screenshot_20201101-184057~2.png (177.3 KiB) געזען 1473 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הגם סיז נאכניש אווער, איזעס אבער אויבן אויף אווער! די טראמפ קאמפיין טענהט אז זיי האבן יא אריזאונע, און מעגליך נעוואדע... כ'גלייב שווער אז AP האט געמאכט א מיסטעיק מיט אריזאונע, אויב האט טראמפ איינע פון די צוויי איז פענסעלוועיניע די שטאט... למעשה האטערעס אויבן אויף נישט...

כ'וועל נישט קאלן די רעיס פאר AP קאלט עס אבער לאמעך שוין פרעקטיסן אין קעיס די אבוויעס געשעהט... פרעזידענט ביידן! פרעזידענט ביידן!

דאס איז אמאל זיכער אז די פאולינג אינדאסטרי איז טויט! אווער! און הגם טרעפלגאר איז געווען בעסער, איזער אויך געווען אףף...

פארגעסן איבער די טענות אין וויסקאנסין און מישיגן האבן איבערנאכט אריינגעפאפט א ריזיגע באנטש מיט ביידן בעלעטס, געוויסע טענהן אז דאס איז פראוד...

עכ"פ מיר קוקט אויס אז אויב טראמפ האלט אן פענסעלוועיניע, און ער פארלירט אריזאונע, גייט מען צוריקקוקן אויף טראמפ'ס גרעסטע מיסטעיק, זיין פייט מיט מקקעין!

איבערן גאנצן לאנד האבן ריפאבליקענס שטארק אנגעצויגן, ספעציעל מיט לאטינאוס, אריזאונע וואלט געדארפט זיין זיינס, אבער די מק'קעין דינאסטיע ליגט נאך אין אריזאונע, און ווי ס'קוקט אויס גייט עם דאס קאסטן ריעלעקשן...

טראצדעם וואס די דעמעקראטן האבן געשריגן די לעצטע פאר יאר אז די סיבה פארוואס ריפאבליקענס געווינען איז צוליב ווייניג וואוטערס, אין א היי טוירנאוט עלעקשן געווינען דעמעקראטן... אין א שטארקע טוירנאוט אין טעקסעס, איז די סטעיט נישט אין פלעי! אהייאו אייאווע פלארידא זענען שיין אריין צו ריפאבליקענס... ריפאבליקענס האבן ווארשיינליך אויפגעפיקט זיצן אין קאנגרעסס און ווארשיינליך אנגעהאלטן די סענאט... כד' וכד'...

סאו מזל טוב ביידן שטיצער... אקעי, מזאגט נאכניש מזל טוב, אבער כמעט... א ווארט צו קאלעגע טראמפ שטיצער, סיז מאוסט לייקלי אווער, הגם ווי געזאגט די קאמפיין שרייבט אז נישט, און הלוואי נישט... אבער ס'קוקט אויס אווער, די גוטע נייעס איז אז די סענאט איז געבליבן רויט און דעמעקראטן קאנטראלן נישט אינגאנצן די גאווערמענט... בעיקר דארף מען געדענקן, אז לב מלכים ושרים ביד ה', אפילו א לינקע פרעזידענט קען נאר גיין אזוי ווייט ווי די יד ה' לאזט... נישטא וואס צו זיין צובראכן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פאוואליע,

לאז די וואסערן זיך אויסקלארן...

אבאמא איז געבוירן אין אמעריקע; ניין עלעווען איז געווען אל קאידא.

אבער סיסטעמאטישע וואוטער פראוד איז עכט!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אז וויכי געט אויף וואס זאל מיר אונז זאגן.. :roll:
(--ווערטערלאז--)
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: טראמפ ווס ביידן, וואו שטייט מען אצינד? מיין בליק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

@וויכי

זייער א שטארקע פוינט ארויסגעברענגט וועגן מקעין

לכאורה האבן די רעפאבלוקענס פארלוירן די קאנגרעס אויך אדאנק זיין שטימע איבער אבאמא קעיר
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”