צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 9:16 pm

איגערקע האט געשריבן:לאמיר זיך אויסשמועסן טייערע אידן.

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, אז אונזער היימישע קאמיאנעטי האט גענומען א שארפן דריי די לעצטע פאר יאר, אונזערע טאטעס און זיידעס זענען מערסטענס געווען ליבעראל געשטימט. נישט אז פאליטיק האט אמאל פארנומען אזא מכבוד׳גע ארט אין די היימישע וועלט ווי היינט. יא, מען האט מיטגעהאלטן די נייעס וכו׳ אבער נישט אויף א פארנעם ווי דאס נעמט איבער דעם מענטש, און מען ווערט א פארקויפטער חסיד פון דעם קאנדידאט...

היינט איז די ווינט צו די ריפאבליקאנע ריכטונג, המלך טראמפ האט געווינען מיט גאר א באקוועמע מאריטעט אין אלע אידישע שטעט און דערפער. די בלינדע פארגלויבקייט קען מען זעהן איצטער ווען רוב בארימטע קאסערוויטווין האבן זיך אפגעשאקלט פון טראמפ׳ן, סענעטארן, און קאנגרסלייט לענגאויס דעם לאנד, טוען אנערקענען ביידענס געווינס, געריכט נאך געריכט ווארפן ארויס דעם קעיס, און עס איז נישט פארבליבן א זאכליכע וועג ווי אזוי דער דאנעלט זאל נאך ארויס שלעפן א זיג.

עס איז קלאר, אז די רעדער פונעם אמאל-געוועזענע מאכפולער פרעזידענט האט פארלוירן איר לופט, ער איז א ווי א קליין קינד וואס האט פארלוירן א שפיל, און שרייט און וויינט אז יעדער האט געדזשיד. אנשטאט אויפגעבן עטליכע וואכן צוריק, אויף א טראצינאלע וועג אזוי ווי זיינע פארגייער. איז ער איבערגעבליבן ארום זיך מיט זשוליאני און נאך א פאר היץ קעפ. און ער וועט ארויס גיין פונעם ווייסען הויז טיר מיט בושות ווי א מנוול ומוכה שחין...

אונזערע פארשטייער און וויסענשאפליכע אינגעלייט.... ווייסן צו פארציילן קלאר ווי דער טאג אז עס איז געווען שווינדלערייען אין אלע סווינג שטאטן, עס איז נישט מעגליך אז איבער אכציג מיליאן אמעריקאנער האבן געוועלט קעגן טראמפ. ער איז נאך אלס מעכטיג, מען טוט זיך נאך דערקוויקען מיט יעדע רי-טוויט.

ויקם מלך חדש, די טעג פון די טראמפ לעגאנדע איז עפעס פון די פארגאנגענהייט.


לייק פאר דיין שפראך, זייער געשמאק!
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 11:43 pm

@אוגערקע, צוויי הערות, די רעפאבליקאנער נאציאנאל זענען לעת עתה בערך אין דעם מצב ווי להבדיל אנ"ש. און לפי ידיעתי איז דער היימישער עולם רעכט כאטש זינט רעיגן, הגם שטייצעך קיינמאל אויף אזא פארנעם.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:29 am

צל עובר האט געשריבן:@אוגערקע, צוויי הערות, די רעפאבליקאנער נאציאנאל זענען לעת עתה בערך אין דעם מצב ווי להבדיל אנ"ש. און לפי ידיעתי איז דער היימישער עולם רעכט כאטש זינט רעיגן, הגם שטייצעך קיינמאל אויף אזא פארנעם.

די עולם איז געווארן מער רעכט יעצט אדער ס"ה מער אריינגעטוהן אין פאליטיק? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:34 am

אסאך פון ביידע.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 12:49 am

צל עובר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:קודם, ס'איז פעיק ניוז.

און אפילו לו יהא ס'זאל ווען יא זיין אמת, וואס מיינסטו וואלט די אנדערע זייט געטוהן אזא צייט, האלטסט טאקע ביידן צו אבאמא וואלטן נישט געטוהן דאס זעלבע? אבסעלוטלי.

און אפילו אויב נישט, מאכט לגמרי נישט אויס, ס'איז %100 לעגאל! אויב ס'שמעקט נישט די דעמאקראטן קענען זיי טוישן דאס געזעץ! עז איז האט טראמפ דאס פילסטו רעכט זיך צו פארדענען, אים מיט אלע זיינע בנים ובני בנים, פערפעקט ליגעל!

עס איז בכלל נישט אזוי פשוט אז א פארדאן ארבעט אויף לעתיד אויך. סיי אודאי אויף דעם וואס @וואס טוט זיך שרייבט, אבער אפילו א פארברעך וואס מען האט שוין געטון, איז נישט פשוט אז מען קען פארדאנירן פארן ווערן אנגעקלאגט.



פארד האט געפארדנט ניקסאן פון עבירות וואס ער איז נאכנישט געווען אנגעקלאגט אויף.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

no way
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך no way » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 8:46 am

חיימאוויטש האט געשריבן:
איגערקע האט געשריבן:לאמיר זיך אויסשמועסן טייערע אידן.

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, אז אונזער היימישע קאמיאנעטי האט גענומען א שארפן דריי די לעצטע פאר יאר, אונזערע טאטעס און זיידעס זענען מערסטענס געווען ליבעראל געשטימט. נישט אז פאליטיק האט אמאל פארנומען אזא מכבוד׳גע ארט אין די היימישע וועלט ווי היינט. יא, מען האט מיטגעהאלטן די נייעס וכו׳ אבער נישט אויף א פארנעם ווי דאס נעמט איבער דעם מענטש, און מען ווערט א פארקויפטער חסיד פון דעם קאנדידאט...

היינט איז די ווינט צו די ריפאבליקאנע ריכטונג, המלך טראמפ האט געווינען מיט גאר א באקוועמע מאריטעט אין אלע אידישע שטעט און דערפער. די בלינדע פארגלויבקייט קען מען זעהן איצטער ווען רוב בארימטע קאסערוויטווין האבן זיך אפגעשאקלט פון טראמפ׳ן, סענעטארן, און קאנגרסלייט לענגאויס דעם לאנד, טוען אנערקענען ביידענס געווינס, געריכט נאך געריכט ווארפן ארויס דעם קעיס, און עס איז נישט פארבליבן א זאכליכע וועג ווי אזוי דער דאנעלט זאל נאך ארויס שלעפן א זיג.

עס איז קלאר, אז די רעדער פונעם אמאל-געוועזענע מאכפולער פרעזידענט האט פארלוירן איר לופט, ער איז א ווי א קליין קינד וואס האט פארלוירן א שפיל, און שרייט און וויינט אז יעדער האט געדזשיד. אנשטאט אויפגעבן עטליכע וואכן צוריק, אויף א טראצינאלע וועג אזוי ווי זיינע פארגייער. איז ער איבערגעבליבן ארום זיך מיט זשוליאני און נאך א פאר היץ קעפ. און ער וועט ארויס גיין פונעם ווייסען הויז טיר מיט בושות ווי א מנוול ומוכה שחין...

אונזערע פארשטייער און וויסענשאפליכע אינגעלייט.... ווייסן צו פארציילן קלאר ווי דער טאג אז עס איז געווען שווינדלערייען אין אלע סווינג שטאטן, עס איז נישט מעגליך אז איבער אכציג מיליאן אמעריקאנער האבן געוועלט קעגן טראמפ. ער איז נאך אלס מעכטיג, מען טוט זיך נאך דערקוויקען מיט יעדע רי-טוויט.

ויקם מלך חדש, די טעג פון די טראמפ לעגאנדע איז עפעס פון די פארגאנגענהייט.


לייק פאר דיין שפראך, זייער געשמאק!

me too
;l;p-
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 11:11 am

עפעס א תלוש קאנגרעסמאן (ברוקס, אלאבאמא) האט זיך שוין מרחם געווען אויף טראמפ און וועט אבזשעקטן צו א יונאנעמעס עלעקטארל קאלעדזש סערטיפיקאציע אין קאנגרעס אום דעצעמבער 14.

יעצט דארף זיין מצא את מינו און טרעפן איין סענעטאר מיטצושפילן, דאן גייט עס פאר א וואוט פארן פולן האוז און סענאט. לאמיר האפן דאס קומט צושטאנד... שטייצעך אז די שטימען איז שוין דא איבערוויגענד צו פעסן, אבער די בושות און די פאזיציע וואס דאס גייט אריינשטעלן יעדע איינציגע רעפובליקען וויאזוי צו שטימען גייט זיין א נחת צוצוקוקן...

שטימט ער יא איז ער פונעם "דיעפ סטעיט", שטימט ער ניין איז ער אפיציעל א מעמבער אין קוקולענד. בקיצור, א בחינה פון או לי אם יאמר או לי אם לא יאמר..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 11:22 am

א קליפ וואס בעקעלע.הפוכה האט געשטעלט אין צענטראלן פרא טראמפ אשכול, כ'מיין ס'באלאנגט גיכער דא

א רעפובליקאנער באאמטער רייסט אראפ דעם פרעזידענט און רעפובליקאנער סענאטארן פארן נישט פארדאמען טויט סטראשונקעס אויף וואל באאמטע אין דזשארדזשיע

https://www.dropbox.com/s/blhk6eac8o60d ... s.mp4?dl=0
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

no way
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך no way » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:05 pm

לכאורה האט געשריבן:א קליפ וואס בעקעלע.הפוכה האט געשטעלט אין צענטראלן פרא טראמפ אשכול, כ'מיין ס'באלאנגט גיכער דא

א רעפובליקאנער באאמטער רייסט אראפ דעם פרעזידענט און רעפובליקאנער סענאטארן פארן נישט פארדאמען טויט סטראשונקעס אויף וואל באאמטע אין דזשארדזשיע

https://www.dropbox.com/s/blhk6eac8o60d ... s.mp4?dl=0

wow!!!
ער איז ווילד!!!
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:14 pm

no way האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:א קליפ וואס בעקעלע.הפוכה האט געשטעלט אין צענטראלן פרא טראמפ אשכול, כ'מיין ס'באלאנגט גיכער דא

א רעפובליקאנער באאמטער רייסט אראפ דעם פרעזידענט און רעפובליקאנער סענאטארן פארן נישט פארדאמען טויט סטראשונקעס אויף וואל באאמטע אין דזשארדזשיע

https://www.dropbox.com/s/blhk6eac8o60d ... s.mp4?dl=0

wow!!!
ער איז ווילד!!!

ער שפירט די טויט דראאונגען און עס באדערט אים וואס מען טוט מיט אומשולדיגע יונגע איינגעשטעלטע
(אדער ווי עס ווערט געשילדערט אין די קא"ו אשכול [=קאפ אין וואנט]: "דאס איז א סימן אז די קלאגעס הייבן אן שלאגן ווארצלן")
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:17 pm

דאס איז גבריאל סטערלינג. ער געבט אפט די פרעסע בריפינגס אין דזשארדשיע

אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך ביידען2020 » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:38 pm

עס איז שאקירענד ביז גאר דאס וואס דער גבריאל דערציילט, דער טעראר וואס א אומשילדיג 20 יעריג קינד גייט אריבער ווייל ער האט גענומען א ארבעט אלץ א טעקנישען, דער טעראר וואס מענער, פרויען, קינדער, גייען אריבער ווייל זייער טאטע איז איינגעשטעלט ערגעץ, דער אפענע רופן צו שיסן מענטשן, שעם אן יו מיסטער פרעזידענט, דער פאלק האט געוויסט וואס זיי טיען מיטן דיר ארויסוועלן, דער אמעריקאנע פאלק האט קלארער ווי סיי ווען פריער, איבער 80 מיליאן אמעריקאנער, האבן דיר געזאגט גיי, און יעצט זעט מען הערשט ווי וויכטיג עס איז געווען
מר. פרעזידענט עלעקט, מיר ווארטן שוין קוים אויף דיי ערשטע טאג אין אפיס, די וועסט מאכן אמעריקע גרעיט אגעין בע"ה
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

ביידען, נאוועמבער 2019


אוועטאר
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך ביידען2020 » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:39 pm

כ'האב שטארק פראבירט אין די פריעדיגע תגובה צו ניצט דער שפרקאך פון די קא"ו אשכול, וואס זאגט דער עולם? ס'איז געלינגען?
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

ביידען, נאוועמבער 2019


אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:41 pm

אוי דו פארשטייטס נישט.. טראמפ איז געווען סארקאסטיש

נאך אן עקזעמפל ווער די סאציאליסטן זענען, אויב זאגסטו אנדערש ווי איך וויל זאל מען דיר שיסן

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:53 pm

לכאורה האט געשריבן:ער שפירט די טויט דראאונגען און עס באדערט אים וואס מען טוט מיט אומשולדיגע יונגע איינגעשטעלטע
(אדער ווי עס ווערט געשילדערט אין די קא"ו אשכול [=קאפ אין וואנט]: "דאס איז א סימן אז די קלאגעס הייבן אן שלאגן ווארצלן")

#תמאוואטע_אלערט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 3:42 pm

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ער שפירט די טויט דראאונגען און עס באדערט אים וואס מען טוט מיט אומשולדיגע יונגע איינגעשטעלטע
(אדער ווי עס ווערט געשילדערט אין די קא"ו אשכול [=קאפ אין וואנט]: "דאס איז א סימן אז די קלאגעס הייבן אן שלאגן ווארצלן")

#תמאוואטע_אלערט

וועלכע ווארט פון מיין תגובה האסטו נישט פארשטאנען?
איך האב נישט פארשטאנען פון דיין תגובה צוויי ווערטער, די ערשטע ווארט און די לעצטע
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 3:43 pm

ביידען2020 האט געשריבן:כ'האב שטארק פראבירט אין די פריעדיגע תגובה צו ניצט דער שפרקאך פון די קא"ו אשכול, וואס זאגט דער עולם? ס'איז געלינגען?

בכלל נישט, האסט "נישט" געשריבן קיין "איין" גענזן פיסל.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 3:57 pm

לכאורה האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ער שפירט די טויט דראאונגען און עס באדערט אים וואס מען טוט מיט אומשולדיגע יונגע איינגעשטעלטע
(אדער ווי עס ווערט געשילדערט אין די קא"ו אשכול [=קאפ אין וואנט]: "דאס איז א סימן אז די קלאגעס הייבן אן שלאגן ווארצלן")

#תמאוואטע_אלערט

וועלכע ווארט פון מיין תגובה האסטו נישט פארשטאנען?
איך האב נישט פארשטאנען פון דיין תגובה צוויי ווערטער, די ערשטע ווארט און די לעצטע

#תמאוואטע_אלערט.
ס'קען זיך דאכטען אז די מאכסט יעצט דיינע ערשטע טריט אין די וועלט פון פאליטיק און די מיינסט עכט אז ווען א פאליטישאן "רעגט זיך" רעגט ער זיך טאקע...
אגב, איך האב זייער ליב דיין שפראך און דיין סענס אוו יומאר.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:01 pm

ניכרין דברי אמת, יענער רעגט זיך באמת און עס איז דא אויף וואס.

טענקסט פאר די קאמפלימענט, אפגעזען ווי ערנסט דו מיינסט עס.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:10 pm

לכאורה האט געשריבן:א קליפ וואס בעקעלע.הפוכה האט געשטעלט אין צענטראלן פרא טראמפ אשכול, כ'מיין ס'באלאנגט גיכער דא

א רעפובליקאנער באאמטער רייסט אראפ דעם פרעזידענט און רעפובליקאנער סענאטארן פארן נישט פארדאמען טויט סטראשונקעס אויף וואל באאמטע אין דזשארדזשיע

https://www.dropbox.com/s/blhk6eac8o60d ... s.mp4?dl=0

וואס איז פין דעם משוגענעם וואס מאכט די אלע צודרייטע פאני פעיסעס דארט?

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:13 pm

לכאורה האט געשריבן:ניכרין דברי אמת, יענער רעגט זיך באמת און עס איז דא אויף וואס.

טענקסט פאר די קאמפלימענט, אפגעזען ווי ערנסט דו מיינסט עס.

אינטערסאנט אז ביי מיר איז נישט אזוי "ניכרין" אז ער רעגט זיך באמת ...
מעגסט מיר גלייבען אז איך מיין די קאמפלימענט אמת'דיג, פארגעס נישט אז אונז זעמער צוויי אידן וואס טענה'ן זיך ס"ה אויף אביסל נארישע פאליטיק ...

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שפרינגען » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:14 pm

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:פארגעס נישט אז אונז זעמער צוויי אידן וואס טענה'ן זיך ס"ה אויף אביסל נארישע פאליטיק ...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

KMW
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:20 pm

ציגעלע האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:א קליפ וואס בעקעלע.הפוכה האט געשטעלט אין צענטראלן פרא טראמפ אשכול, כ'מיין ס'באלאנגט גיכער דא

א רעפובליקאנער באאמטער רייסט אראפ דעם פרעזידענט און רעפובליקאנער סענאטארן פארן נישט פארדאמען טויט סטראשונקעס אויף וואל באאמטע אין דזשארדזשיע

https://www.dropbox.com/s/blhk6eac8o60d ... s.mp4?dl=0

וואס איז פין דעם משוגענעם וואס מאכט די אלע צודרייטע פאני פעיסעס דארט?

sign language for hearing impaired

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 4:36 pm

אבער דער רעגט זיך מער ווי ר' גבריאל'ן אליינס

איגערקע
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

תגובהדורך איגערקע » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 5:19 pm

ביידען2020 האט געשריבן:עס איז שאקירענד ביז גאר דאס וואס דער גבריאל דערציילט, דער טעראר וואס א אומשילדיג 20 יעריג קינד גייט אריבער ווייל ער האט גענומען א ארבעט אלץ א טעקנישען, דער טעראר וואס מענער, פרויען, קינדער, גייען אריבער ווייל זייער טאטע איז איינגעשטעלט ערגעץ, דער אפענע רופן צו שיסן מענטשן, שעם אן יו מיסטער פרעזידענט, דער פאלק האט געוויסט וואס זיי טיען מיטן דיר ארויסוועלן, דער אמעריקאנע פאלק האט קלארער ווי סיי ווען פריער, איבער 80 מיליאן אמעריקאנער, האבן דיר געזאגט גיי, און יעצט זעט מען הערשט ווי וויכטיג עס איז געווען
מר. פרעזידענט עלעקט, מיר ווארטן שוין קוים אויף דיי ערשטע טאג אין אפיס, די וועסט מאכן אמעריקע גרעיט אגעין בע"ה



;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, וויל וועלן, עוד הם מדברים און 23 געסט