בלאט 2 פון 141

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:49 pm
דורך לכאורה
אה, ענדליך א רואיג ווינקל פאר אונז ביידעניסטן. (די רעזיסטענס אשכול גייט יעצט אדורך א רענאוואציע אין בעפארברייטונג צו דאס איבערנעמונג דורך די יעצטיגע טראמפיסטן אין בלויז א קארגע וואך פון היינט...).

חברה, בינדט אייך גוט איין אין די זיצן, ס'קומט א לענדסלייד. אויב ס'קומט אייך אויס צו זען דעם פרעזידענט ערגעץ וואו אין די קומענדיגע וואך צייט, כאפט א גוטן בליק, ווייל דאס איז עס... אין א וואך פון היינט זיצט ער אין מויזן לאך און קומט מער נישט ארויס. נישט צום איינשווערונג פון זיינע נאכפאלגער, נישט צום פארברענג צווישן געוועזענע פרעזידענטן. זיינע אלטע פריינט וועלן אים פארלאזן, זינט ער האט זיי פיין אויסגעלערנט וויאזוי מען דארף באהאנדלן א 'לוזער'. ער זעלבסט וועט זיך האסן אלס 'לוזער' און וועט ווארשיינליך נישט קענען געלאזט ווערן אליינס אויף צו לאנג אויס זארג וואס ער וועט זיך אפטון.

דער פריערדיגער איין טערמיניגער פרעזידענט - דזשארדזש בוש דער ערשטער - האט פארלוירן צוליב די שטארקייט פון א דריטע פארטיי קאנדידאט ראס פעראו, איינער פריער - שימעלע קארטער - האט אנגעוואוירן צוליב זיינע אייגענע שוואכקייטן אקעגן אזא שטארקער קאנדידאט ווי ראנעלד רעיגען. דער צוקונפטיגער האפנטליכער איין טערמין פרעזידענט - דאנאלד דזשאן טראמפ - פארלירט צום שוואכסטן פארקאלכסטן קאנדידאט אין די היסטאריע, וועלכע ווייסט נישט אויב עס איז טאג אדער נאכט, פלארידע אדער טעקסעס, קוים זיין נאמען און די אמט פארוואס ער לויפט געדענקט ער. ווייל - ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל באטאנט במשך די פארלאפענע 4 אפילה יארן: "ענדערש א פארשימעלטע באנאנע ווי איידער דאנאלד טראמפ!"

די נעכטיגע געפייפעכץ לעילוי נשמת טראמפ אויף די גאסן פון מאנסי און אנדערע געגנטער, איז געווען אין מיינע אויערן א גסיסה הירזש פון א פארטיי וואס האלט ביים אפשטארבן. זיי האבן אריינגעכאפט צו פאכענען טראמפ פענער איידער דער ווארט ווערט באצייכנט אלס פסול אין די היסטאריע ביכער.

גיי קראכער זיידי גיי, טאמבל דיך איבער אבער נישט איידער דו געוואונסט די פרעזידענטשאפט מיט א לענדסלייד וואס וועט אפקלינגען יארן לאנג און קאנטינענטן אוועק!

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 1:56 pm
דורך כאפצעם
כאפצעם האט געשריבן:גאנץ גינסטיגע נייעס. טראמפ ליעדט אין *טעקסעס* מיט בלויז 4 פוינטס, לויטן ניו יארק טיימס.

דאס איז א 5 פונקטן דראפ פון 2016. עפליי דאס צו די אנדערע שטאטן און ער איז דערנאך.

נאך עטליכע גוטע פונקטן פון דעם אנקעטע.

ביידן ראקט אוועק אין די סובורבס, צווישן קאלעדזש געלערענטע און פרויען. ביידען געווינט דארט אין דיסטריקטס וואס טראמפ האט געווינען מיט כמעט דאבל דיזשעטס. דאס מאכט אויס גאר אסאך אין די קאנגרעסניאלע רעיסעס וואס מ'קען ערווארטן אן ערד ציטערניש, אפגעזעהן ווער ס'געווינט אויפן טאפ טיקעט.

נאכדעם, די טיימס האט שטארק אונטערגעשאצט די דעמאקראטישע באזע אין 2018. מער פונקטליך: מיט 5 אהאלב פונקטן. לפי זה געווינט יעצט ביידן...

און צום לעצט, לויטן טיימס אנקעטע זענען %10 אנדעסיידעד, פון די זענען %60 אנטי טראמפ.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:02 pm
דורך גאפל
יא, נאכן אדורך ליינען די אשקול הייבעך אן צו האבען קאפידענס אין א ביידען געווינס

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:11 pm
דורך כאפצעם
לכאורה האט געשריבן:גיי קראכער זיידי גיי, טאמבל דיך איבער אבער נישט איידער דו געוואונסט די פרעזידענטשאפט מיט א לענדסלייד וואס וועט אפקלינגען יארן לאנג און קאנטינענטן אוועק!

:grin:
אז מהאמיר כאור'ן דא זענען מיר געקאווערד

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:19 pm
דורך באקסער בוים
@כאפצעם, א הערליכע רייכע פתיחה מיט גאר אסאך ארבעט און ריסערטש, שכח פאר דיין צייט!

@לכאורה, סטאפ באצייטנס חוזק מאכן פון אונזער זיידן דא, ווען נישט העט מען דיך אויסשפארן פון דא..

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:26 pm
דורך נקודהלע
באקסער בוים האט געשריבן:@כאפצעם, א הערליכע רייכע פתיחה מיט גאר אסאך ארבעט און ריסערטש, שכח פאר דיין צייט!

@לכאורה, סטאפ באצייטנס חוזק מאכן פון אונזער זיידן דא, ווען נישט העט מען דיך אויסשפארן פון דא..

כ'האב געמיינט אז ס'איז פרא-ביידען... צייט צו טוישן די קעפל...

אבער אין אן ערענסטע מינע, ווי א טאג נענטער צו די עלעקשאן ווערן נאר ביידענס שאנסן שטארקער, אפי' אויב די פארמעסט זאל זיך ווען פארשמעלערן אביסל, וואס דערווייל נאצינאל געשענט דאס נישט עכט, נאר שוועבט שוין לעצטע פאר טעג ביי די %8 אויבערהאנט פארן VP (פון פרעזידענט אבאמע און העריס)

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:28 pm
דורך בבקשה
ליען טאסאפ א אלעוועלטליכע פארקעסטינג מאדעל, זאגט אז ביידען גייט געווינען מיט 96.5% זיכערקייט, ער געבט ביידען א 99% טשענס צו געווינען מישיגען, און א 74.7% טשענס צו געווינען טעקסעס https://leantossup.ca/us-presidency/

ליען טאסאפ איז געווען די מערסט אקוראט מאדעל אין די 2019 UK וואלן, זייענדיג די אייציגסטע פאראויסצוזאגן א לאנדסלייד געווינס פאר באריס דזשאנסען.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 2:33 pm
דורך בבקשה
https://leantossup.ca/texas-if-you-thin ... ure-wrong/ זייער אפהאנדלונג איבער טעקסעס, פארוואס זיי האלטען אז ביידען גייט געווינען טעקסעס.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 3:33 pm
דורך חיימאוויטש
לכאורה האט געשריבן:
(די רעזיסטענס אשכול גייט יעצט אדורך א רענאוואציע אין בעפארברייטונג צו דאס איבערנעמונג דורך די יעצטיגע טראמפיסטן אין בלויז א קארגע וואך פון היינט...).



:lol: :lol: :lol: :lol:

פלצתי בגדול!

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 3:40 pm
דורך כאפצעם
ב"ה, ביידען זיך פלוצים באוויזן אין פענסילוועניע! געווען אומגעפלאנט אבער זעהט אויס זיך געכאפט איבער די שרעקליכע אפטיקס פון זיצן אין דעלעוועיר בעיסמענט בעת טראמפ האלט אפ 3 ראליס אין פענסילוועניע בו ביום

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 3:45 pm
דורך האלצשטיין
לכאורה האט געשריבן:אה, ענדליך א רואיג ווינקל פאר אונז ביידעניסטן. (די רעזיסטענס אשכול גייט יעצט אדורך א רענאוואציע אין בעפארברייטונג צו דאס איבערנעמונג דורך די יעצטיגע טראמפיסטן אין בלויז א קארגע וואך פון היינט...).

חברה, בינדט אייך גוט איין אין די זיצן, ס'קומט א לענדסלייד. אויב ס'קומט אייך אויס צו זען דעם פרעזידענט ערגעץ וואו אין די קומענדיגע וואך צייט, כאפט א גוטן בליק, ווייל דאס איז עס... אין א וואך פון היינט זיצט ער אין מויזן לאך און קומט מער נישט ארויס. נישט צום איינשווערונג פון זיינע נאכפאלגער, נישט צום פארברענג צווישן געוועזענע פרעזידענטן. זיינע אלטע פריינט וועלן אים פארלאזן, זינט ער האט זיי פיין אויסגעלערנט וויאזוי מען דארף באהאנדלן א 'לוזער'. ער זעלבסט וועט זיך האסן אלס 'לוזער' און וועט ווארשיינליך נישט קענען געלאזט ווערן אליינס אויף צו לאנג אויס זארג וואס ער וועט זיך אפטון.

דער פריערדיגער איין טערמיניגער פרעזידענט - דזשארדזש בוש דער ערשטער - האט פארלוירן צוליב די שטארקייט פון א דריטע פארטיי קאנדידאט ראס פעראו, איינער פריער - שימעלע קארטער - האט אנגעוואוירן צוליב זיינע אייגענע שוואכקייטן אקעגן אזא שטארקער קאנדידאט ווי ראנעלד רעיגען. דער צוקונפטיגער האפנטליכער איין טערמין פרעזידענט - דאנאלד דזשאן טראמפ - פארלירט צום שוואכסטן פארקאלכסטן קאנדידאט אין די היסטאריע, וועלכע ווייסט נישט אויב עס איז טאג אדער נאכט, פלארידע אדער טעקסעס, קוים זיין נאמען און די אמט פארוואס ער לויפט געדענקט ער. ווייל - ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל באטאנט במשך די פארלאפענע 4 אפילה יארן: "ענדערש א פארשימעלטע באנאנע ווי איידער דאנאלד טראמפ!"

די נעכטיגע געפייפעכץ לעילוי נשמת טראמפ אויף די גאסן פון מאנסי און אנדערע געגנטער, איז געווען אין מיינע אויערן א גסיסה הירזש פון א פארטיי וואס האלט ביים אפשטארבן. זיי האבן אריינגעכאפט צו פאכענען טראמפ פענער איידער דער ווארט ווערט באצייכנט אלס פסול אין די היסטאריע ביכער.

גיי קראכער זיידי גיי, טאמבל דיך איבער אבער נישט איידער דו געוואונסט די פרעזידענטשאפט מיט א לענדסלייד וואס וועט אפקלינגען יארן לאנג און קאנטינענטן אוועק!

דו שריבסט צוקער זיס און מיט א טראמפיסטישע קאנפידענטס, וואס טוסטו אויב טראמפ געווינט יא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 4:01 pm
דורך כאפצעם
ברעיקינג:

בעטא ארורק, דער היראו וואס האט אראפגעברענגט דעם רעפובליקען קרוין טעקסעס צו 2 אהאלב פראצענט, פרעדיקט ביידען האט אצינד טעקסעס.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 4:03 pm
דורך מידער
כ'בין אינגאנצן צומישט פון די אלע אשכולות ארום די וואלן, יעדע אשכול מיט די זעלבע טאפיק פון אן אנדערע ענגל. גאנץ זיס גראדע.

אלנפאלס, די יעצטיגע ביידן שטארקייט איז גראדע גאנץ א גוטע זאך פאר די טראמפ שטיצער, אזוי וועט דער דורכפאל נישט זיין אזוי גרויס... ס'געדענקט זיך גוט ווען די לעצטע צוויי מאל פון דער היימישער עולם איז געווען אזוי אריינגעטון אין די וואלן און דער ביהמ"ד האט א טאג נאך די וואלן אויסגעקוקט ווי ת"ב, ביי די פארלוסטן פון דזשארדזש בוש דער ערשטער און דזשאן מקעין זכרונם לסרחה.

מ'קען גראדע פארשטיין פארוואס דער עולם איז אזוי ווארעם פאר טראמפ, נאך אלעם האט מען שוין נישט געהאט אזא אוזן קשבת זינט ראנעלד רעיגען, אבער פון די אנדערע זייט האט דער עולם גאנץ פיין הנאה געהאט פון די סטימיולוס און אנעמפלוימענט געלטער, איז פארוואס זאל זיך דאס נישט נאכאמאל איבערשפילן.

נאך א פונקט, ס'פארשטייט יעדער אז פונקט אזוי געשמאק ווי ס'איז צו האבן א איד אין ווייסן הויז, איז פונקט אזוי, אדער אפשר נאכמער, א ערנסטער פראבלעם ווי יעדער פארשטייט.

נאך א זייטיגע פונקט, ס'שמעקט מיר גאנץ פיין אז קעניג קאומאו זאל זיך דארפן קומען ביקן צום היימישן עולם ביי זיין ווידערוויילונג אין צוויי יאר ארום, א זאך וואס קען בלויז פאסירן מיט א דעמאקראט אין ווייסן הויז. אפגערעדט זיין עצם קאשמאר פון א ביידן געווינס ווי ער פארלירט זיין מייק צוזאמען מיט זיינע פרעזידענטליכע חלומות.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 4:29 pm
דורך כאפצעם
ברעיקינג:

פרישע אנקעטע פון די "יוגאוו" פירמע אפגעהאלטן גענצליך נאכן 2'טן דעבאטע שטעלט ביידן ביי א 12 פונקטן ליעד.

אין קאנטראסט, 4 יאר צוריק די צייט האבן זיי געשטעלט קלינטאן 3 פונקטן פאראויס.

נאך בעסערע נייעס איז אז זיין סופפארט גיסט איבער די 50 פראצענט מארק, ביי %54, קעגן טראמפס %42.

די אנקעטע איז אין ליין מיטן CNBC אנקעטע וואס גיבט אים א 10 פוינט ליעד אבער דאס איז א שטארקע סיי אוו רעליעף אז נאכן דעבאטע האלט ביידען אויך אן דעם מעסיוו עדווענטידזש. און יעצט בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס די פענסילוועניע פאוסט דעבאטע פאולס וועלן פארציילן.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 4:35 pm
דורך לכאורה
האלצשטיין האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אה, ענדליך א רואיג ווינקל פאר אונז ביידעניסטן. (די רעזיסטענס אשכול גייט יעצט אדורך א רענאוואציע אין בעפארברייטונג צו דאס איבערנעמונג דורך די יעצטיגע טראמפיסטן אין בלויז א קארגע וואך פון היינט...).

חברה, בינדט אייך גוט איין אין די זיצן, ס'קומט א לענדסלייד. אויב ס'קומט אייך אויס צו זען דעם פרעזידענט ערגעץ וואו אין די קומענדיגע וואך צייט, כאפט א גוטן בליק, ווייל דאס איז עס... אין א וואך פון היינט זיצט ער אין מויזן לאך און קומט מער נישט ארויס. נישט צום איינשווערונג פון זיינע נאכפאלגער, נישט צום פארברענג צווישן געוועזענע פרעזידענטן. זיינע אלטע פריינט וועלן אים פארלאזן, זינט ער האט זיי פיין אויסגעלערנט וויאזוי מען דארף באהאנדלן א 'לוזער'. ער זעלבסט וועט זיך האסן אלס 'לוזער' און וועט ווארשיינליך נישט קענען געלאזט ווערן אליינס אויף צו לאנג אויס זארג וואס ער וועט זיך אפטון.

דער פריערדיגער איין טערמיניגער פרעזידענט - דזשארדזש בוש דער ערשטער - האט פארלוירן צוליב די שטארקייט פון א דריטע פארטיי קאנדידאט ראס פעראו, איינער פריער - שימעלע קארטער - האט אנגעוואוירן צוליב זיינע אייגענע שוואכקייטן אקעגן אזא שטארקער קאנדידאט ווי ראנעלד רעיגען. דער צוקונפטיגער האפנטליכער איין טערמין פרעזידענט - דאנאלד דזשאן טראמפ - פארלירט צום שוואכסטן פארקאלכסטן קאנדידאט אין די היסטאריע, וועלכע ווייסט נישט אויב עס איז טאג אדער נאכט, פלארידע אדער טעקסעס, קוים זיין נאמען און די אמט פארוואס ער לויפט געדענקט ער. ווייל - ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל באטאנט במשך די פארלאפענע 4 אפילה יארן: "ענדערש א פארשימעלטע באנאנע ווי איידער דאנאלד טראמפ!"

די נעכטיגע געפייפעכץ לעילוי נשמת טראמפ אויף די גאסן פון מאנסי און אנדערע געגנטער, איז געווען אין מיינע אויערן א גסיסה הירזש פון א פארטיי וואס האלט ביים אפשטארבן. זיי האבן אריינגעכאפט צו פאכענען טראמפ פענער איידער דער ווארט ווערט באצייכנט אלס פסול אין די היסטאריע ביכער.

גיי קראכער זיידי גיי, טאמבל דיך איבער אבער נישט איידער דו געוואונסט די פרעזידענטשאפט מיט א לענדסלייד וואס וועט אפקלינגען יארן לאנג און קאנטינענטן אוועק!

דו שריבסט צוקער זיס און מיט א טראמפיסטישע קאנפידענטס, וואס טוסטו אויב טראמפ געווינט יא?

איך האב שוין דא געשריבן וואס עס גייט פאסירן אויב טראמפ געווינט.
אבער יעצט וועל איך עס מסביר זיין:
ניין, איך גיי נישט אויפגעבן מיין פאסטן דא אויף אייוועלט. אבער איך גיי אפיציעל אויפגעבן אויף די מענטשהייט. איך קען האלבוועגס דערהערן אז מענטשן האבן אין יארע זעכצן געוואלט א פרישן פרצוף, א מחוצף און קלאון, איינער וואס וועט איבערדרייען און צוריקשטעלן אמעריקע אויף אירע פיס. אבער נאך פיר יאר פון קאפויער (נד"נ), אויב געווינט ער נאכאמאל, מאך איך א 'מלא' אויף אמעריטשקע.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:02 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
ביידען האט צוגעזען 0.5% אין אנקעטעס פון נאך די דעבאטע אין פארגלייך צו אנקעטעס פארן דעבאטע.
דאס איז אויב מען רעכנט די רעסמיוסען און אינסיידער עדווענטעדזש אנקעטעס. אן זיי איז זיין אויבערהאנט ארויף מיט 1.5% אין די דריי טעג זייט די דעבאטע.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:24 pm
דורך צל עובר
יידישע קהילות האט געשריבן:וואסי פשט אז ביידן שטיצער זענען פארנומען ארויסצוברענגן ווי שטארק ער שטייט, וכן להיפוך אצל תומכי טראמפ. איז נישט די סברא פארקערט, זאג אז ער איז שוואך ממילא זאל יעדער גיין וואוטן?

דער ביידן קאמפיין ליגנערט טאקע כסדר קלוגערהייט אז עס איז נאנט, און כאפן זיך ארויף אויף יעדן טראפאלגאר אנקעטע עס צו פראוון פאר זייער פאנדרעיזינג ליסטע.

דער טראמפ קאמפיין ליגנערט אויך טאקע כסדר קלוגערהייט אז עס איז נאנט, און כאפן זיך אויך ארויף אויף יעדן אוטלייער אנקעטע עס צו פראוון פאר זייער פאנדרעיזינג ליסטע.

-------

נעיט סילווער
On average, Biden has gained 0.5 points in post-debate polls (median field date of Friday or later) vs. the previous editions of those same polls.

However, he's gained 1.5 points if you exclude Rasmussen's national poll and Insider Advantage's PA poll.
זעה איך יעצט אז מורינו הרב ר' @שלמה ברענגט עס שוין.

--------

ישר כח @כאפצעם, הערליכע תגובה.

בד"וו אין פלארידע ליעדן נאך די דעמאקראטן מיט ארום 5%, און אויב מען גלייבט די יו גאוו אנקעטע מיינט עס אז ביידן איז פאראויס געווען ארום נעכטן מיט ארום א מיליאן שטימען אין פלארידע, וואס א גרויס חלק פון דעם גייט טראמפ נאך אפווישן.

---------

TRUMP: 329 POUNDS

RASMUSSEN: TRUMP 214 POUNDS
TRAFALGAR: TRUMP 170 POUNDS
INSIDE ADVANTAGE: TRUMP 150 POUNDS


---------

@לכאורה, אחרי קידה חמש וכו', דו האסט די רעכט צו לעבן אין א באבל אז ביידן קאלעכט אדער אז ער איז א שוואכער קאנדידאט, אבער ביטע שרייב עס נישט דא.

--------

ביידן האט לכאורה נישט געקענט מעלדן בעפאר אז ער גייט אויף פענסילוועניע, ווייל עס איז אויפן גאס אין א באוואוינטע געגענט, און צופיל שטיצער וואלטן זיך צוזאמגעלאפן אזוי ווי ביי זיין טרעין סטאפ, און דאס איז דאך קעגן די רעגולאציעס.

IMG_20201026_160134.jpg
ביידן רעדט מיט רעפארטער ארומגענומען מיט שטיצער היינט אין טשעסטער פענסילוועניע
IMG_20201026_160134.jpg (217.31 KiB) געזעהן 2512 מאל

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:42 pm
דורך בעסער אזוי
צל עובר האט געשריבן:@לכאורה, אחרי קידה חמש וכו', דו האסט די רעכט צו לעבן אין א באבל אז ביידן קאלעכט אדער אז ער איז א שוואכער קאנדידאט, אבער ביטע שרייב עס נישט דא.

ער האט געשריבן לשיטתם פון די פרא טראמפ'ערס שטייצעך

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:44 pm
דורך מידער
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ביידען האט צוגעזען 0.5% אין אנקעטעס פון נאך די דעבאטע אין פארגלייך צו אנקעטעס פארן דעבאטע.
דאס איז אויב מען רעכנט די רעסמיוסען און אינסיידער עדווענטעדזש אנקעטעס. אן זיי איז זיין אויבערהאנט ארויף מיט 1.5% אין די דריי טעג זייט די דעבאטע.

ס'איז באמת מערקווירדיג די ביידען שטארקייט. קוקט אויס אז די צווייטע דעבאטע האט בכלל נישט אפגעשטעלט זיין מאמענטום.

לכאורה, כ'האלט אז די 16' געווינס איז פונקט גענוג צו געבן א געזונטן קיצל וואנעט אויף די וועלט מ'שטייט. מיר האבן געהאט גרויס מזל אז דער פארשוין איז אן אוהב ישרא', אבער ס'דינט אונז א גוטע לעקציע אז כאטש מיר לעבן אין די פארגעשריטענע אמעריקע קען א מטורף זיך ארויפזעצן אויפן שטוהל.

נישט צו ארויפברענגען אויפן מויל א פארגלייך, אבער פאר הונדערט יאר צוריק האט קיינער אין די וועלט נישט געטראכט אז א חי' פון וואלד זאל געווינען אין דעם פארגעשריטענעם דייטשלאנד. ביז פיר יאר צוריק האט יעדער געהאלטן אז היינט איז עס ממש אומעגליך בדרך הטבע אז ס'זאל חלילה פאסירן דאהי, נישט דא וואס צו צולייגן.

זאל דער רבש"ע האלטן די רעכטע האנט.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:45 pm
דורך פאראויס
באקסער בוים האט געשריבן:@כאפצעם, א הערליכע רייכע פתיחה מיט גאר אסאך ארבעט און ריסערטש, שכח פאר דיין צייט!

@לכאורה, סטאפ באצייטנס חוזק מאכן פון אונזער זיידן דא, ווען נישט העט מען דיך אויסשפארן פון דא..

@לכאורה. דו זעסט אויס זייער רואיג מיט א קאמעלע העריס פרעזידענט. אפשר בארואיגסטו מיך אויך. איך האב אביסעלע מורא פון איר.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:47 pm
דורך לכאורה
קודם האבן מיר נישט קיין הבטחה אז זיידי ביידען גייט אפשטארבן אין די קומענדיגע פיר יאר, און נאכדעם, די וואס וועלן שטיין ביים רודער בשעת ביידען רעגירט, די זעלבע וועלן ווייטער פירן ווען העריס וועט זיך קייקלען פאר געלעכטער אינעם אוועל אפיס.

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:49 pm
דורך פארטראכטער
מידער האט געשריבן:מיר האבן געהאט גרויס מזל אז דער פארשוין איז אן אוהב ישרא', אבער ס'דינט אונז א גוטע לעקציע אז כאטש מיר לעבן אין די פארגעשריטענע אמעריקע קען א מטורף זיך ארויפזעצן אויפן שטוהל.

נישט צו ארויפברענגען אויפן מויל א פארגלייך, אבער פאר הונדערט יאר צוריק האט קיינער אין די וועלט נישט געטראכט אז א חי' פון וואלד זאל געווינען אין דעם פארגעשריטענעם דייטשלאנד. ביז פיר יאר צוריק האט יעדער געהאלטן אז היינט איז עס ממש אומעגליך בדרך הטבע אז ס'זאל חלילה פאסירן דאהי, נישט דא וואס צו צולייגן.

זאל דער רבש"ע האלטן די רעכטע האנט.

יו נעילד איט!

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:50 pm
דורך בעסער אזוי
לכאורה (נדנ) איז @כאורה צולאזט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:52 pm
דורך לכאורה
בעסער אזוי האט געשריבן:לכאורה (נדנ) איז כאורה צולאזט

דאס איז נאר א פארשפיל אויף וואס עס גייט נאכקומען נאוועמבער דעם דריטן

גענוג געווען צעקוועטשט!

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2020 6:11 pm
דורך איינס
לכאורה האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:לכאורה (נדנ) איז כאורה צולאזט

דאס איז נאר א פארשפיל אויף וואס עס גייט נאכקומען נאוועמבער דעם דריטן

גענוג געווען צעקוועטשט!

ך׳כאפ נישט,
דו ביסט אזוי זיכער אז ביידען גייט פאלירן?...