Goodmorning האט געשריבן:די נייע אללא אקבור ווערסיע פון קאנסערוואטיזם ביים היימישן ציבור, וואס מען זעט דא אנגעטון מיט א טלית און תפילין אויף אייוועלט, איז א פחד.
מאכן עפעס א מין קוגל אז דער גוי איז ר״ל הייליג, און יענער איז די וועמען מען דארף הרגענען דורך מיטגיין מיט די נוצרישע קרייצוג.
איך האב אפילו נישט געדולד צו ענטפערן. עס איז דא צופיל שטותים און טפשות, אריינגעמישט מיט בייזוויליגקייט פון געוויסע וועלכע ווילן אונז אויפבויען די ״כח היחיד״, דורך אנהעצן אנטקעגן יעדע סיסטעם, אלעס איז קארופירט, מען דארף מופן קיין איך ווייס וואו.
א שאד יעדעס ווארט, א חבל יעדעס ברעקל האפענונג, אויפצו-ווייזן פאר אזא איינער וואס פארשטייט עס נישט אליין.
דא אויפן וועלטל קען מען זייער קלאר זען ווען עס קומט צו אנערקענען די פראבלעם פון זיין באהאנדעלן די עלעקשאן'ס זענען פארהאן אסאך געשוואוירענע טראמפ-שטיצער [פעיק, אסדר, מטעמים, בלינצע, און אפי' טשאדעלע] וואס ברענגען ארויס בפה מלא די קרומקייט דערפון, און טראץ וואס זיי פאלן נאכדעם אריין אין טראמפ'ס נרדף-נעץ מיט זייער כעס צו די מידיא און די לינקע וואס האבן אים - כלשונם - "פון די ערשטע טאג גע'רודפ'ט בלויז ווייל ער איז זייער קעגנער", אדער פאר'טוש'ן זיי די אייגענע מוחות מיט פראבירן צו קאמפערן צו בלמ און פארהאלטן די לינקע איבער זייער דעמאלס'דיגע רעעאקציע, וועלן זיי אבער בסוף פסוק מודה זיין אז זיין אויפפירונג נאכן וואלן איז געווען רעדיקעלעס.
ווידעראום זענען פארהאן גענוג אנדערע פרא-טראמפ ניקים וועלכע קענען זיך נישט ברענגען ארויסצוזאגן אז ער איז געווען ראנג דערמיט, דורך ארומספינען צווישן "וואס איז ראנג מיטן זאגן אז די עלעקשאנס איז געווען גע'גנב'ט?" / "וואו טרעפסטו אין זיין דרשה א ווארט העצע?" / "די לינקע וואלטן געטון די זעלבע" אד"ג. פאר אזעלכע איז ממש א שאד יעדעס ווארט. ווי געשריבן נעכטן: פאר איינער וואס האט נאך ביז יעצט נישט געכאפט די פראבלעם דערמיט איז לדעתי אוממעגליך מסביר צו זיין.
א שאד אויסצוגעבן צייט, א שאד אריינצולייגן האפענונג. ס'שוין אינטערעסאנטער אין די צייט צו שמועסן צווישן זיך און שמייכלן צו די נייע טויש פון שטורעם צו רואיגקייט, פון כאאס צו נארמאלקייט, פון ווילדקייט צו באזעסנקייט, אא"וו וואס מ'גייט אין אונזער קאנטרי האפענטליך אין די קומענדיגע טעג מיטלעבן.