ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זשעיק סוליווען וועט קומענדיגע וואך אפרייזן קיין מדנת ישראל פאר געשפרעכן איבער איראן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:צוויי פרישע סירקוט קאורט נאמינאציעס קענען לאנדן אין א קורצע צייט

וועט זיין נומער 15 און 16 פאר די ביידען אדמיניסטראציע

געלאנדעט
פרעזידענט ביידען נאמינירט דעם אפריקאנע אמעריקאנעם אנדרע מעטיס צום זעקסטן קרייז געריכט און מתועבת דיסטריקט ריכטערין עליסאן נעיטן צו סערווירן אויפן צווייטע קרייז געריכט
נעיטן איז די צווייטע מתועבת צו ווערן נאמינירט דורך ביידען צום צווייטן סירקוט

יורידישע קאמיטע וועט מארגן פארהערן נעיטן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

הבל כזעה מהאט געפיילט קלאוטשער פארן ניו העמפשיר ריכטער, ווילאנג נעמט ביז אן אפשטימונג?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

כאפצעם האט געשריבן:הבל כזעה מהאט געפיילט קלאוטשער פארן ניו העמפשיר ריכטער, ווילאנג נעמט ביז אן אפשטימונג?

שוין באריכטעט אין סענאט אשכול אז די קלאוטשער אפשטימונג איז שוין אריבער

אויך נעכטן באריכטעט דארט אז איר אפשטימונג דארף זיין פארטיג נאך די וואך
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:[spoil]
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג ויקרא

פעני מעי און רעדי מעק זענען נעמען פון צוויי רעגירונג געספאנסערטע פירמעס וועלכע קויפן מארגעדזשעס, קויפן און פארקויפן מארגעדזש געשטיצטע סעקיוריטיס און טוען פארזיכערן א ריזן צאל מארגעדזשעס אין די פאראייניגטע שטאטן

אין 2005, 2006 למספרם ווען די האוזינג מארקעט האט דערגרייכט א הויכפונקט האבן די צוויי ריזן זיך געטראפן אין א קאנקורענץ געיעג מיט אנדערע גרויסע אינוועסטירונג בענק און מארגעדזש פארלייער און אין רעזולטאט אינוועסטירט אין צווייפלהאפטיגע מארגעדזשעס וועלכע איז געווען ווייט פון זיכער אז די וועלכע לייען עס וועלן האבן די מעגליכקייט עס צו באצאלן

נאכפאלגנדיג די 2008 למספרם האוזינג קראך האבן די צוויי ריזן געמוזט צוקומען צו ריזיגע בעילאוטס פון די פעדעראלע רעגירונג און קאנגרעס האט צו יענע צייט געשאפן די פעדעראלע האוזינג פינאנץ אגענטור אלץ א זעלבסשטענדיגע אגענטור צו האבן איבערזיכט אויף פעני און פרעדי און אוועקגעשטעלט די אגענטור מיט אן איינצלנע דירעקטאר אין שפיץ וועלכע קען אויפגעזאגט ווערן דורכ'ן פרעזידענט בלויז פאר א גוטע אורזאך

נאך איר שאפונג האט די נייע אגענטור צו וועלכע מיר וועלן זיך פון איצט אין ווייטער באציעהן צו איר אקראנים אלץ FHFA זיך באקרוינט אלץ פארמיטלער צווישן די צוויי ריזן און די טרעזשורי דעפארטמענט וועלכע האט זיי ארויסגעבעילט

די אגענטור האט אויסגעהאמערט אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן אז די טרעזשורי וועט אריינגיסן אין די פירמעס ביליאנען דאלארן און פארלאנגט אין אויסטויש אז די פירמע וועט מוזן באגרעניצן די דיווידענס וואס אירע סטאק האולדער וועלן באקומען אין לויף פון די נאכפאלגענדע עטליכע יאר אז שעיר האולדערס פון די פירמע זאלן קענען ארויסנעמען בלויז א פיקסד דיווידענס וואס באדייט אז די רווחים פון סטאקהאולדער ווערט פון פאראויס באשטימט און פארזיגלט צו א געוויסע מאקסימום אפילו אין פאל וואס די ווערד פון די פירמעס שטייגן גאר שטארק

אזא שריט האט פארשטייט זיך שלעכט אפגערופן אויף אינוועסטירער און די שעירס פון די פירמע און אלץ רעזולטאט איז נאכמער איינגעצויגן געווארן זייער פינאנציעלע שטאנד צוואונגענדיג די טרעזשורי אריינצופאמפן דארט נאכמער געלט און עווענטועל מאדיפיצירט די באגרעניצונג אויף סטאק אינוועסטירער צולייגנדיג צום אפמאך עפעס וואס זי האט גערופן "די דריטע אמענדמענט" ערלויבנדיג די פירמעס זיך אונטערצונעמען צו צאהלן פאר אינוועסטירער באזירט אויף איינקופט פונעם ספעציפישן יאר פערטל מינוס א געוויסע קאפיטאל וועלכע ווערט אראפגערעכנט און באשטימט פאר די פירמעס רעזערוון

עימיצער מיטן נאמען קאלינס אינאיינעם מיט נאך עטליכע שעיר האולדערס פון פעני און פרעדי האבן אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן די FHFA און גע'טענה'ט אז די אגענטור'ס באנוץ פון די סארט מאכט גייט אריבער די גרעניץ פון איר אויטאריטעט און האט געשעדיגט די ווערד פון די אייגנטומער'ס אינטערעסן אין צוויי באזונדערע פעלער

באזונדער האבן די קלעגער פארפירט אז די עקזיסטענץ פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל זינט עס ווערט געפירט דורך אן איינצלנע דירעקטאר וועלכע קען נישט ווערן ארויסגעווארפן אן קיין געהעריגע ערקלערונג פארן אים אויפזאגן

די טענה איז שוין געווארן ברייט באהאנדלט אין א פריערדיגע סופרים קאורט סעסיע ווען אן ענליכע קלאגע האט געצימבלט די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא און אויך דארט איז געווען די ארגומענט אז דער דירעקטאר געניסט פון איבערזיכט פרייע מאכט זינט עס איז אן עקזעקוטיוו פאזיציע אן אויפזיכט פון קאנגרעס און אן דעם וואס דער פרעזידענט זאל יענעם קענען אויפזאגן אן דארפן ערקלערן פארוואס מען זאגט יענעם אויף

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט ביים ענדע פונעם טערמין געאורטיילט אז דער פרעזידענט מוז טאקע יא זיין באפולמעכטיגט יענעם צו פארשיקן צו יעדע צייט אבער געשריבן אז די ביורא קען שטיין בלייבן נאר דארף איינשטעלן אט די טויש אז דער דירעקטאר קען פליען סיי ווען דער פרעזידענט באשליסט אזוי צו צו טוהן

אין אונזער פאל ווען עס האנדלט זיך איבער די FHFA האט א דיסטריקט ריכטער ארויסגעטראסקעט ביידע קלאגעס און געקומען צום אויספיר אז די אגענטור האט נישט פארלעצט איר אויטאריטעט און אז איר סטרוקטור איז קאנסטיטוציאנאל

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט און צוגעטיילט געווארן צו א דריי ריכטער פאנעל וועלכע איז באשטאנען פון הויפט ריכטער סטוארט נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, ריכטער ווילעט נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטערין העינעס נאמינירט דורך פרעזידענט בוש

ריכטער סטאורט האט גענומען די זייט פון די אגענטור בעת וואס ריכטער ווילעט האט רעכט געגעבן פאר די קלעגער

ריכטערין העינעס האט מכריע געווען אז די אגענטור האט נישט מיסבאנוצט זייער מאכט ווי עס האבן געוואלט זאגן די קלעגער אבער זיך אנגעשלאסן מיט ריכטער ווילעט איבער די מער פונדאמענטאלע פראגע און געאורטיילט אז די סטרוקטור פון די אגענטור האבנדיג איין הויפט דירעקטאר וועם מען קען נישט לייכט אויפזאגן איז אומקאנסטיטוציאנאל

דאן האט די פולע באנק איבערגעהערט די קעיס און בעיקר קאנצעטרירט זייערע פראגן איבער די ערשטע טענה און נישט אזוי ווייט איבער די קאנסטיטוציאליטעט פראגע זינט די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אין נאמען פון די טרעזשורי דעפארטמענט און אזוי אויך די האוזינג אגענטור אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע האבן ביידע איינגעשטימט מיט די ארגומענט פון די קלעגער אז די איצטיגע סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל נאר גע'טענה'ט אז די קלעגער אין די קעיס מאנגלען סטענדינג

עווענטועל איז די פולע באנק אין א גאר צוטיילטע אורטייל געקומען צום אויספיר אז אין איינע פון די צוויי פעלער האט די אגענטור יא פארלעצט איר מאכט און איבער די צווייטע פראגע איינגעשטימט מיטן דריי ריכטער פאנעל אז די סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער געשריבן אז די לעזונג איז נישט אינגאנצן אויפצולעזן די FHFA נאר ליבערשט זאל מען טוישן די טייל וועלכע ערלויבט נישט דעם פרעזידענט אויפצוזאגן דעם דירעקטאר סיי ווען עס שמעקט אים

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט איינגעשטימט עס אויסצוהערן

אום אוגוסט 17 למספרם האט די געריכט איינגעלאדנט פראפעסאר אהרן ניעלסאן אלץ א ,"פריינט פון געריכט" צו מאכן די קעיס אין שטיצע פון די אגענטור זינט די רעגירונג איז מער נישט געווען ביים טיש צו פארטיידיגן איר זעלבסט געשאפענע אגענטור

די געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א פראגע האט זיך אנטוויקלט צו די ריכטער דארפן בכלל באהאנדלען די קאנסטיטוציאנאלע פראגע זינט ווען די אפמאך איז געווארן אויסגעהאמערט אין 2012 למספרם איז דער דירעקטאר בלויז געווען אן עקטינג דירעקטאר וועם דער פרעזידענט וואלט יא געקענט אויפזאגן און בלויז מיט אים האבן זיך די שעיר האולדער ארומגעקריגט ווארום דער שפעטערדיגער אפיציעל באשטעטיגטער דירעקטאר האט נישט אונטערגענומען קיין פרישע אייגענע שריט אקעגן די אינטערעסן פון די אינוועסטירער

בערעט און ראבערטס האבן זיך געוואונדערט אויב עס וואלט זיך אנטוויקלט א שטרייט צווישן די באשטעטיגטע דירעקטאר און די שעיר האולדערס צו דאס וואלט יא באדראעט דעם דירעקטאר'ס קאנסטיטוציאנאליטעט

סיי די רעגירונגס רעפרעזענטאט און סיי ניעלסאן האבן ביידע איינגעשטימט דערצו נאר ארויסגעברענגט אז דערווייל האט עס נישט פאסירט און דעריבער זאל מען עס נישט באהאנדלען

אבער די אדוואקאט פאר די שעיר האולדערס האט געענטפערט אויף די זעלבע פראגע פון טאמאס אז דאס וואס דער שפעטערדיגער באשטעטיגטער דירעקטאר האט ווייטער אנגעהאלטן די אויפזיכט איבער די אפמאך פון וועלכע טיילן זענען נאך געבליבן אין קראפט און איז דעריבער פונקט ווי ער וואלט עס ווען אריינגעשטעלט אין פלאץ און דאס עפנט א וועג צו באהאנדלען זיין קאנסטיטוציאנאליטעט

ווען עס קומט צו די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע גופא, האבו די ליבעראלן געדארפט באשליסן אויב זיי וועלן זיך האלטן צו זייער מינאריטעט פאזיציע וועלכע זיי האבן גענומען ביי די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא קעיס אז אז עס נישט קיין פראבלעם דאס נישט קענען אויפזאגן דעם דירעקטאר אדער יא מוזן דאסמאל שטימען אז עס איז א פראבלעם זינט די פריערדיגע אורטייל האט געשאפן א פרעצעדענט צו וואס זיי מוזן זיך האלטן

א דריטע אויסוועג איז צו פרובירן צו טרעפן א דיפערענץ צווישן די צוויי קעיסעס און דאס איז וואס סאטאמאיאר האט פרובירט צו טוהן ביים ארויסברענגן אז די FHFA איז ווייניגער אן עקזעקוטיווע מאכט ווי די CFPB זינט עס איז בעיקר געציהלט צו פארזיכערן די סטאביליטעט פון רעגירונג געשטיצטע פירמעס און אפעקטירט נישט אזויפיל פירמעס ווי די CFPB

ברייער האט אויסגעקוקט זייער צומישט אויף די פראגע פרעגנדיג פון ניעלסאן צו ער זאל אריינווארפן די האנטוך (דאס הייבט צו ער זאל אויפברענגן די פאקט אז ער האט פריערדיגע מאל געשטימט אויף די פראגדע אין די מינאריטעט)
זאל איך מיך האלטן צו מיין פריערדיגע שטעלונג?
זאל איך זאגן אז דאסמאל איז אנדערש?
וואס זאל איך טוהן?

ניעלסאן האט אים רעקאמענדירט צו נעמען די ליניע פון סאטאמאיאר און אפטיילן די ראלע פון די אגענטור אלץ מער ווי א פארהאנדלער ווי איידער אן עקזעקוטיווע באפולמעכטיגטער

אליטא האט פארגעהאלטן ניעלסאן און אפגעווארפן זיין באהויפטונג און געזאגט אז די וועג ווי אזוי די אגענטור פירט אויס אירע פליכטן האבן קלאר א שטארקע אפעקט אויף די האוזינג מארקעט און באטרעפט דאדורך אומצאליגע געווענליכע מענטשן

קעיגען האט אויף די פראגע אויסגעקוקט צו נעמען די זייט פון אליטא אנערקענעדיג אז די אגענטור האט יא א רייע מאכטן און טוט באווירקן מערערע מענטשן און פירמעס

פון די אנדערע זייט זענען ריכטער געווען באזארגט אויב אורטיילן אז מען מוז קענען אויפזאגן א דירעקטאר וועט באדייטן אז די גאנצע אגענטור אויסשטעל מוז פאלן און אליטא און קעיגען האבן ביידע געוואלט הערן אויב לויט די שעיר האולדער וועט מען דערנאך קענען זיך נעמען די צו די סאושעל סעקיוריטי אגענטור אויסשטעל און צימבלען באשלוסן געמאכט דורך איר דירעקטאר

גארסוטש האט געזאגט אז די פארלנג פון די קלעגער ארויסצוטראסקענען די 2012 למספרם אפמאך איז זייער א שווערע און געדעכט אראפצושלונגען און געוואלט וויסן אויב א שפעטערדיגע באשטעטיגטע דירעקטאר (וועלכע איז אריינגעשטעלט נאך א טויש אז מען קען אים אויפזאגן) קען קומען און אויסבעסערן אן אפמאך וועלכע א פריערדיגע דירעקטאר (וועלכע מען האט נאכנישט געקענט אפזאגן און איז אומקאנסטיטוצינאל דארט געווען) האט אויסגעהאמערט

נאך א פראגע איז געווען אויב די שעיר האולדערס קענען ברענגן קלאגעס לטובת די פירמע (ווי די איצטיגע קלאגע אז די אגענטור האט אומבארעכטיגט איינגעצוימט די פירמעס און איר רעכט אויסצוטיילן דיווידענס) זינט א פראוויזע אין די רעקאווערי אקט האט געשטעלט די אגענטור אלץ די איינציגסטע וועלכע קען פארטרעטן די פירמעס אין געריכט קלאגעס אבער אויף די פראגע האבן ריכטער ווי ראבערטס, בערעט און אפילו ברייער אויסגעקוקט מער גענויגט לטובת די שעיר האולדערס

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט
1) אז די שעירהאולדערס זענען נישט באפולמעכטיגט צו קלאגן איבער די אפמאך וועלכע די אגענטור האט אויסגעהאמערט אין 2012 למספרם מיט פעני און פרעדי
2) די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל און צוריקגעשקיט צום נידריגן געריכט צו באהאנדלען די פראגע אויב איינמאל די סטרוקטור אחז געפונען געווארן אומקאנסטיטוציאנאל צו עס אפעקטירט אויטאמאטיש די 2012 למספרם למפרע

ביידען אדמיניסטראציע קאפיטאליזירט אויפן אורטייל און מעלדט אז דער פרעזידענט וועט אויפזאגן דעם איצטיגן דירעקטאר געדטעלט דורך זיין פארגייער און אים ערזעצן מיט עימיצן מער פריינטליך צו די אדמיניסטראציע'ס אויסקוק[/spoil]

ביידען היינט נאמינירט פרוי טאמפסאן אלס דירעקטאר פון די אגענטור

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:

זי דינט שוין זינט יוני אלס צייטווייליגע עקטינג דירעקטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשעימס קאמער פון קענטאקי וועט היינט פליען מיטן פרעזידענט אויף עיר פאורס 1 צו זיין היימסטעיט וואו די פרעזידענט וועט באטראכטן די מאסיווע טארנעידא שאדנס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באלד גייט לאנדן פרישע דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס ארויס פון ווייסן הויז
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:באלד גייט לאנדן פרישע דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס ארויס פון ווייסן הויז

איינע פון זיי גייט זיין וויליאם פאקען א ברודער פון וויסקאנסין קאנגרעסמאן מארק פאקען

גייט די סענאט באווייזן צו באשטעטיגן די בודזשעלוציע בעפאר די חגאות?

פרעזידענט ביידען: איך האף אזוי, עס גייט זיין א CLOSE CALL
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:באלד גייט לאנדן פרישע דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס ארויס פון ווייסן הויז

איינע פון זיי גייט זיין וויליאם פאקען א ברודער פון וויסקאנסין קאנגרעסמאן מארק פאקען

אלעס אינאיינעם נעמט די פרישע און עלפטע רונדע אריין 9 נאמינאציעס

אפריקאנע אמעריקאנע דזשעסיקא קלארק צום דיסטריקט געריכט אין דרום ניו יארק

שעראליין פיעס גארנעט צום דיסטריקט געריכט אין צענטראל קאליפארניע

העקטאר גאנזאלעז צום דיסטריקט געריכט אין מזרח ניו יארק, ער וועט זיין די איינציגסטע אקטיווע היספאנישע ריכטער אויפן יענעם באנק

אזיאנא אפשטאמיגע ריכטערין קענלי קיא קאטא צום צום דיסטריקט געריכט אין צענטראל קאליפארניע

פרוי נינא מאריסאן צום דיסטריקט געריכט אין מזרח ניו יארק

דעם אויבנדערמאנטן וויליאם פאקען צום דיסטריקט געריכט אין מזרח וויסקאנסין און וועט זיין דער ערשטער מתועב אויף יענעם באנק

דזשעניפאר ראוקאן צום דיסטריקט געריכט אין דרום ניו יארק, זי האט געארבעט אלץ א קלוירק פאר ריכטערין טראמפ בערי, שוועסטער צו פרעזידענט טראמפ

ריכטער פרעד סלאוטער צום דיסטריקט אין צענטראל קאליפארניע

און ריכטערין סאנשיין סוזענע סייקעס צום דיסטריקט אין צענטראל קאליפארניע
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פרישע אנקעטע פון סננ דורך SSRS

ביידען אפראוועל
אפראוו - 49%
דיסעפראוו - 51%
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט ביידען איז ערווארטערט צו נאמינירן פרוי קענעדי אלס אמעריקאנע אמבאסאדאר קיין אוסטראליע.

קענעדי איז א טאכטער פון דער געוועזענע פרעזידענט זשאן עף. קענעדי און האט פריער סערווירט אלס אמבאסאדאר קיין יאפאן - פאריגע וואך איז געווען באריכטעט אז דער פרעזידענט וויל נאמינירן איר מומע אלס אמבאסאדארשע קיין עסטרייך.

ווייסע הויז היינט אפיציעל געמאלדן די נאמינאציע

- - - - - - -
אויך האט די ווייסע הויז געמאלדן די נאמינאציע פון פרוי קוואן צו סערווירן אלס אמבאסאדאר קיין בעליז
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:א דעבאטע אנטוויקלט זיך צווישן דעמאקראטן אויב די באלדיגע פריאריטעט זאל זיין די בודזשעלוציע אדער גאר וואל רעפארם

ווארנאק האלט אז וואל רעפארם איז ביים שפיץ און זאל זיין די קומענדיגע קאמף אבער לייגט צו אז די בודזשעלוציע איז אויך וויכטיג

ביידען אנגעפרעגט זייענדיג אין קענטאקי אויב מען זאל אפשטופן די בודזשעלוציע אויף קומענדיגע למספרם יאר
ביידען: אויב קענען מיר באקומען וואל רעפארם באשטעטיגט, זאל עס זיין

גארנישט דאמעסטיש איז מער וויכטיג ווי וואל רעכטן וועלכע איז די סאמע וויכטיגסטע אישו (מער ווי קלימאטן טויש?!)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יאפ, 100%.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יעדע זאך וואס באקומט א טראפ האפענונג אין קאנגרעס ווערט פלוצים דער "מערסט עקזיסטענציאלער געפאר"...

אפאר יאר צוריק איז עס געווען העלטקעיר, פאריאר איז געווארן אינפערסטרוקטור, אין די לעצטע חדשים איז קליימעט געווארן דער הויפט מחותן, און אצינד אז מ'קען דאס נישט פעסן אין די נאענטע צוקונפט איז פלוצים "וואל רעפארעם" געווארן דער סאמע גרעסטער געפאר.. פרוביר נישט פרעגן פארוואס ווייל דו ווערסט אטאמאטיש א פאשיסט.

די חברה זענען פלאי פלאים.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

כאפצעם האט געשריבן:יעדע זאך וואס באקומט א טראפ האפענונג אין קאנגרעס ווערט פלוצים דער "מערסט עקזיסטענציאלער געפאר"...

אפאר יאר צוריק איז עס געווען העלטקעיר, פאריאר איז געווארן אינפערסטרוקטור, אין די לעצטע חדשים איז קליימעט געווארן דער הויפט מחותן, און אצינד אז מ'קען דאס נישט פעסן אין די נאענטע צוקונפט איז פלוצים "וואל רעפארעם" געווארן דער סאמע גרעסטער געפאר.. פרוביר נישט פרעגן פארוואס ווייל דו ווערסט אטאמאטיש א פאשיסט.

די חברה זענען פלאי פלאים.

"עקזיסטענשל טרעט" גריצלט דיר שוין אין אויער מער ווי "ראסיזעם"? מיך נאך נישט!

וואל רעפארם איז נאר אפצושלאגען רעסיזעם. אינפעסטראקטשער האט דאך שוין פיעט בוטאדזשעש קלארגעשטעלט איז אויך אז מינאריטעטן זאלן קענען דרייווען. העלט קעיר האט מען אויך געשריגען אז עס איז ראסיסטיש, ווייל עס גייט אפעקטירן מינאריטעטן דיספראפארציענאל. די וואנט איז דאך נאציזם אליינס. קליימיט טשעינדזש האבן שוין מאנכע אויך מצליח געווען צו אריין ריקען אינעם ראסיסטשן חדר. טשיינע קאוויד בלאקאדע, וואף! וואספארא ראסיסטען

פראביר נישט פרעגן פארוואס ווייל דו ווערסט אטאמאטיש א ראסיסט.

די איינציגסטע חילוק איז, אז עקזיסטענשל טרעט איז סך הכל א איבערגעטריבענע טערמין צו ניצן ווען מען האלט אז א פאלעסי איז נישט גוט פארן לאנד. אבער אריינברענגען ראסיזעם אויף בויען געסער וכו'... דאס איז שוין א חידוש אין שגעון

Talk about פלאי פלאים
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

כאפצעם האט געשריבן:יעדע זאך וואס באקומט א טראפ האפענונג אין קאנגרעס ווערט פלוצים דער "מערסט עקזיסטענציאלער געפאר"...

אפאר יאר צוריק איז עס געווען העלטקעיר, פאריאר איז געווארן אינפערסטרוקטור, אין די לעצטע חדשים איז קליימעט געווארן דער הויפט מחותן, און אצינד אז מ'קען דאס נישט פעסן אין די נאענטע צוקונפט איז פלוצים "וואל רעפארעם" געווארן דער סאמע גרעסטער געפאר.. פרוביר נישט פרעגן פארוואס ווייל דו ווערסט אטאמאטיש א פאשיסט.

די חברה זענען פלאי פלאים.

זאגסט דאך אזוי גיט...

היינט איז געווען די פערדע יארצייטן פון ווען מען האט מבטל געווען net neutrality און יעדער, די מידיא, ממש אלע דעמאקראטישע פאלטשנס האבן פאראויס געזאגט אז די אינטערנעט איז דערנאך...

און וואס? מען האלט 4 יאר שפעטער און גארנישט האט זיך נישט געטוישט.

Screenshot_20211215-212457_Chrome.jpg
Screenshot_20211215-212457_Chrome.jpg (146.55 KiB) געזען 790 מאל
Screenshot_20211215-212635_Chrome.jpg
Screenshot_20211215-212635_Chrome.jpg (185.51 KiB) געזען 790 מאל
Screenshot_20211215-212023_Chrome.jpg
Screenshot_20211215-212023_Chrome.jpg (228.63 KiB) געזען 790 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א סטעיטמענט פונעם פרעזידענט איבער די בודזשעלוציע איז אונטערוועגנס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:אין ליכט פון לאוסוטס פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועמענס פאמיליע זענען צוטיילט געווארן אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט די ביידען אדמיניסטראציע צו ווידמען א ביליאן דאלער און גיבן פאר אלע באטראפענע נאנט צו א האלב מיילאן דאלער

זשוסטיס דעפארטמענט אינפארמירט פארהאנדלער פון די אנדערע זייט אז די געדאנק איז אראפ פון טיש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פון אמעריקע האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:ביידן לייקנט ווייל מ׳האט אים נאכנישט מודיע געווען דערוועגן.

אדער שוין פארגעסן.

ר' זעקל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מיינסט די פעיק ניוז וועט זיך אפשטעלן? א רעטעך

יוש זאגט ער גוט
צענטעריסט האט געשריבן:דוסי: ביזט נישט באזארגט אז דאס וועט ברענגען נאך אומלעגאלע אימיגראנטן צום גרעניץ
ביידען: אויב ענק וועלן ווייטער ארויסלייגן אזאנע גארבעדזש רעפארטס וועלן זיי קומען

שטעלטס זיך ארויס אז עס איז שוין גארנישט קיין גארבידזש רעפארט פאלגנד איז א סטעיטמענט וואס די ACLU האט ארויסגעלייגט אין רעספאנד צו ביידען'ס גארבידזש תירוץ

שטעלט זיך נאכאמאל ארויס אז דער אלטער האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אפ אין זיין אייגענע אדמיניסטרעישן.

יעע, קיין אנונג....
אטעטשמענטס
Screenshot_20211216-172419_Twitter.jpg
Screenshot_20211216-172419_Twitter.jpg (206.31 KiB) געזען 566 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ווי קען מען ארויסבעקן פון א זאך וואס מען האט קיינמאל גערעדט פון?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ר' זעקל האט געשריבן:ווי קען מען ארויסבעקן פון א זאך וואס מען האט קיינמאל גערעדט פון?

מ'האט עס באטראכט, אבער די סקאנדאל וואס עטץ האטס דעמאלטס געמאכט איז געווען כאילו מ'האט שוין באצאלט...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ר' זעקל האט געשריבן:ווי קען מען ארויסבעקן פון א זאך וואס מען האט קיינמאל גערעדט פון?

ווער האט געזאגט מ'האט קיינמאל נישט גערעדט? אוודאי איז געווען פארהאנדלונגען.

די מדובר דא איז געווען אויף א ביידען סטעיטמענט וז"ל: "450,000 פער מענטש?! דאס גייט נישט פאסירן". עכ"ל.

האבן געוויסע געטענהט ער ווייסט פשוט נישט.. פארגעסט.. ס'נישט אין זיין קאנטראל בכלל.. וכו'

שטעלט זיך ארויס ער האט דאס לעצטע ווארט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”