ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעיק ניוז האט געשריבן:די ביידען אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן אז עס וועלן ארויפגעשטעלט ווערן עקאנאמישע סאנקציעס אויף צענדליגער רוסישע רעגירונג באאמטע און רוסישע קערפּערשאפטן, און אויסער דעם וועלן א צאל רוסישע דיפּלאמאטן ארויסגעווארפן ווערן פון אמעריקע.

די רעגירונג זאגט אז די סאנקציעס און די אנדערע שטראפן קומען אלס דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס שפּיאנאזש באווייזן צייגן קלאר אז די רוסישע רעגירונג איז געשטאנען אונטער די מאסיווע "סאלאר-ווינדס" העקעריי וואס האט אפעקטירט ביזנעסער און רעגירונג אגענטורן.

די ביידען אדמיניסטראציע זאגט אז אלס טייל פון די סאנקציעס וועלן צען רוסישע דיפּלאמאטן אהיימגעשיקט ווערן קיין מאסקווע, און אמעריקאנער בענק וועלן נישט טארן קויפן רוסישע רעגירונג אינוועסטמענט בּאנדס – א שריט וואס וועט עקאנאמיש בייסן דעם רוסישן רעזשים.


דעילי איד

אין רעאקציע האט רוסלאנד געמאלדן אז צען אמעריקאנע דיפלאמאטן ווערן ארויסגעווארפן פון רוסלאנד.

אויך האט רוסלאנד געמאלדן סאנקציעס קעגן אכט אמעריקאנע רעגירונגס באאמטע וואס ווערן פארבאטן פון אריינקומען אין רוסלאנד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט באשלאסן אנצוהאלטן די טראמפ איינגעשטעלטע ראסיסטישע פאלאסי בנוגע די רעפיודזשי קאפעציטעט, וואס טראמפ האט היבש איינגעצוימט.

#פראמיס מעיד פראמיס כאדעך אין בוידעם
E26DF4F1-BEC3-4D76-9513-80149A546400.jpeg
E26DF4F1-BEC3-4D76-9513-80149A546400.jpeg (108.77 KiB) געזען 1964 מאל


נאכ'ן קומען אונטער קריטיק פון די לינקע לאגער, ווערט באריכטעט אז דער פרעזידענט האט ארויסגעגעבן א פרישע ארדער.
Screenshot 2021-04-17 233220.jpg
Screenshot 2021-04-17 233220.jpg (29.71 KiB) געזען 1964 מאל
Screenshot 2021-04-17 234742.jpg
Screenshot 2021-04-17 234742.jpg (60.02 KiB) געזען 1958 מאל
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

ווער איז דער בעקלעש וואס פירט אמעריקע?
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אמין צעפארעניש דארט..
רשעות קאלטע סעלצער
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

וואס צופארעניש ווען צופעראניש.... סאיז די מערסטע מסודרדיגסטע אדמיניסטראציע זייט די וועלט שטייט.....
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

גראדע איז עס טאקע.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן צו פארלאנגען פון טאבאקאו פירמעס זאלן שניידן די מאס ניקאוטין וואס ווערט אריינגעלייגט אין די אמעריקאנער ציגארעטן.

די פלאן לויטעט אז די ניקאוטין זאל געשניטן ווערן ביז צו אזא מאס וואס איז שוין נישט עדיקטיוו.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווייסע הויז ארויסגעקומען מיט אפיציעלע שטיצע פאר די געדאנק פון ארייננעמען וואשינגטאן די.סי. אלס די 51'טע שטאַט.
Screenshot 2021-04-20 162234.jpg
Screenshot 2021-04-20 162234.jpg (59.3 KiB) געזען 1485 מאל
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

אדמיניסטראציע גרייט זיך צו פארמאל אנערקענען אלס "פעלקער מארד" דאס וואס טערקיי האט פארטריבן און אומגעברענגט העכער א מיליאן ארמעניער דורכאויס די ערשטע וועלט קריג.

די שריט איז ערווארטערט צו נאכמער אנציען די געמיטער צווישן אמעריקא און טערקיי.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן צו פארלאנגען פון טאבאקאו פירמעס זאלן שניידן די מאס ניקאוטין וואס ווערט אריינגעלייגט אין די אמעריקאנער ציגארעטן.

די פלאן לויטעט אז די ניקאוטין זאל געשניטן ווערן ביז צו אזא מאס וואס איז שוין נישט עדיקטיוו.

כ'ווארן זיי!
גייטס מאכטס לעגאל מאריכוואנא און לאז מיינע מארבאראו ציגארעטן במנוחה...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

טעקסאס אטוירני זשענעראל אריינגעגעבן א לאוסוט צו צווינגען די אדמיניסטראציע זאך זיך האלטן צו פעדעראלע וויירוס רעגולאציעס ביי אימיגראציע פראצעסירונג צענטערן.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ווער איז דער אטוירני דזשענעראל אין טעקסעס?
עפעס אלס קומט ער אן לאחר המעשה מיט זיינע לאוסוט'ס!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

פרעזידענט ביידען וועט אונטערנעמען זיין ערשטע אויסלענדישע רייזע קומענדיגע מאנאט.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

ווייסע הויז געמאלדן אז די ערשטע אויסלענדישע רייזע וועט זיין קיין ענגלאנד פאר די G-7 סאממיט.

דער פרעזידענט וועט זיין אין ענגלאנד יוני 11-13.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

דערנאך וועט דער פרעזידענט אפרייזן קיין בריסל - די הויפטשטאט פון די אי.יו. - פאר א נעיט"א זיצונג.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אטוירני זשענעראל געמאלדן א פעדעראלע אויספארשונג איבער די לואיוויל פאליציי דעפארטמענט.

די מעלדונג קומט עטוואס מער ווי א יאר נאכ'ן אינצידענט ווי אפיצירן האבן דערשאסן און אומגעברענגט פרוי טעילאר.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקא וועט מיטטיילן אזויפיל ווי 60 מיליאן וויירוס וואקסין דאזעס מיט אנדערע לענדער איבער די וועלט.

די וואקסין וועט זיין פון עסטרא זענעקא וואס איז דערווייל נאכנישט באשטעטיגט פאר באנוץ אין די פאראייניגטע שטאטן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווייסע הויז געמאלדן סאנקציעס קעגן עטליכע גואטעמאלא באאמטע צוליב באשולדיגונגען פון קארופציע ביים פרובירן זיך אריינמישן אין די פראצעדור פון אויסקלויבן/ערוועלן ריכטער פאר די ארטיגע העכסטע געריכט.

די מעלדונג איז געקומען אין די זעלבע טאג וואס וויצע פרעזידענט פרוי העריס איז ערווארטערט צו אפהאלטן א וויטואלע זיצונג מיט די ארטיגע פרעזידענט.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג אפריל 26, 2021 7:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

פארוואס רעדט קיינער נישט דערוועגן?


ווייל מיר זענען נישט קיין ״חסידים״ פון דעם פרעזידענט, ער ארבעט פאר די אמעריקאנער פאלק.
אטעטשמענטס
91352CB9-EAF6-4868-964E-4992443D2D4B.jpeg
91352CB9-EAF6-4868-964E-4992443D2D4B.jpeg (78.13 KiB) געזען 889 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אונז זענען יא חסידים, און געדענקען ווי ער האט מסביר געווען אז די סטאק מארקעט האט גארנישט מיט'ן פאלק!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

בעריש'ל האט געשריבן:פארוואס רעדט קיינער נישט דערוועגן?


ווייל מיר זענען נישט קיין ״חסידים״ פון דעם פרעזידענט, ער ארבעט פאר די אמעריקאנער פאלק.

קוקט אויס אז דו האסט נאך קיינמאל נישט באזוכט אין דעם אשכול

יעדעס מאל ביידען געט א סניס און ער שפריצט נישט אן אלע ארומיגע קומט כאפצעם מיט ריזיגע העדליינ'ס 'שטארקע דורכברויך'.. 'עבאוט טיים'..
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וויצע פרעזידענט פרוי העריס געמאלדן א העכערונג פון העכער 300 מיליאן אין יומאניטארישע הילף וואס ווערט געשיקט פאר די דריי צענטראל-אמעריקאנע לענדער, גואטעמאלא, האנדוראס, און על-סאלוואדאר.

די מעלדונג איז געקומען דורכאויס א ווירטואלע זיצונג מיט די גואטעמאלא פרעזידענט, אלעהאנדראו זשיאמאטעי.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סטעיט דעפארטמענט פארדאמט דאס וואס געזעצגעבער אין מאלדאווא האבן געשטימט ארויסצווארפן די הויפט ריכטער פון דיארטיגע קאנסטיטוציאנאלע געריכט.
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

דער פרעזידענט איז יעצט ארויסגעקומען געבן א רעדע אין גארטן פון ווייסן הויז איבער דער נייער מאסק רעגולאציע, און נאך דער רעדע האט דוסי פון פאקס פראבירט צו שטעלן ביידען א שווערע פראגע, אז אויב מען דארף שוין נישט גיין אין גאס מיט א מאסק נאכן נעמען די וואקסין, פארוואס ביזטו יעצט ארויסגעקומען געבן די רעדע מיט א מאסק, אויף וואס ביידען האט גוט גענטפערט אז ער האט עס יעצט געמאלדן, און ער האט געוואלט מען זאל אים זען ארויסקומען אן א מאסק, און ביים אריינגיין גייט ער שוין אן א מאסק... והך קאווע
לעצט פארראכטן דורך שפרינגען אום דינסטאג אפריל 27, 2021 2:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נאכאמאזעל כבין נישט פרעזידענט. אביסל שווער צו האלטן קאפ..
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”