ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 8:41 am

להגדיל שמו האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וואס הייסט לאנג?
ווי אלט איז די רודי אימעיל פעדלעריי?

שלמה, הער אבאמא'ס ספיטש פון נעכטן און נאכדעם מאך א קאנקלודזשען אויב די עמערדזשענסי מעלדונג אויפדערנאכט קומט נישט צו אוועקנעמען אטענשאן דערפון

איך זאג נישט קלאר אז ס'איז אבער ס'איז זייער מעגליך

האק קאפ אין וואנט, און ווען דו ענדיגטסט גיי צו די נעקסטע וואנט, ביז אדער די קאפ איז צובראכען אדער אלע ווענט.
לויט ווי איך הער פארט אבאמא קיין פלארידע קימענדיגע וואך. גייט ארויס קימען נאך א מעדעלינג נייעס?
גייט דאס אנגיין נאך יעדע אבאמא ספיטש?

סאי'ז נאך אינדערפרי ס'קומט נאכנישט צו זיין אזוי אנגעצויגן.. נעם א קאווע עס פרישטאג וועט דיר זיין בעסער אויפ'ן הארץ

דאס איז געווען אבאמא'ס ערשטע אפיציעלע ראלי אין די יעצטיגע סעזאן, ס'איז געווען אין די וויכטיגסטע סטעיט פענסילוועניע און ער האט גאר גוט געזאגט

די נייעס איבער איראן וואלט רואיג געקענט ווערן געמאלדן היינט פארמיטאג אין א פרעס קאנפערענץ נאך וואס רעטקליף האלט נאך פרישטאג און א שאוער..

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:17 am

איך האב געהערט עטליכע אויסצוגן. ס'איז זייער שטארק. (און, וועןרענטל, דעמאקראטן פירן זיך נישט צו פארשפרייטן מגיפות צווישן זייערע וויילער. ספעציעל ווען די ציפער וויפיל מענטשן האבן זיך באטייליגט אויפן ארט איז נישט וויכטיג.
אן אבאמא ראלי מיט צען טויזנט ווענס און א פיינע רעדע איז אפשר גוט פאר ביזנעס אבער איז נישט אזא אויפטו ווי דרייסיג ווענס און אן אויסגעצייכנטע רעדע מיט עטליכע גאר טעלעדזשעניק קליפס וואס ווערט געזען דורך צענדליגער מיליאן.)

האלצשטיין, דו האלסט אז אבאמא האלט רעדע וואס נעמט ארויס טראמפ פון די כלים > טראמפ הייסט רעדקליף > רעדקליף שלעפט רעי > רעי גייט צום באגוס עמערדזשענסי פרעסע קאנפערענץ?

אבאמא לעבט נאך און גייט אי"ה ווייטער זיין אויפן קאמפיין טרעיל. רעי איז נישט אזא פאפעט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

ס׳וועט זיין בעסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:24 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך האב געהערט עטליכע אויסצוגן. ס'איז זייער שטארק. (און, וועןרענטל, דעמאקראטן פירן זיך נישט צו פארשפרייטן מגיפות צווישן זייערע וויילער. ספעציעל ווען די ציפער וויפיל מענטשן האבן זיך באטייליגט אויפן ארט איז נישט וויכטיג.
אן אבאמא ראלי מיט צען טויזנט ווענס און א פיינע רעדע איז אפשר גוט פאר ביזנעס אבער איז נישט אזא אויפטו ווי דרייסיג ווענס און אן אויסגעצייכנטע רעדע מיט עטליכע גאר טעלעדזשעניק קליפס וואס ווערט געזען דורך צענדליגער מיליאן.)

האלצשטיין, דו האלסט אז אבאמא האלט רעדע וואס נעמט ארויס טראמפ פון די כלים > טראמפ הייסט רעדקליף > רעדקליף שלעפט רעי > רעי גייט צום באגוס עמערדזשענסי פרעסע קאנפערענץ?

אבאמא לעבט נאך און גייט אי"ה ווייטער זיין אויפן קאמפיין טרעיל. רעי איז נישט אזא פאפעט.

#אלעקס דשזאונס אלערט!
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:10 am

צל עובר האט געשריבן:@שיעלע, פארוואס דארף איך זאגן עני דיטעיל, ער זאגט אז יעדער איינער איז מסכים, זאג איך אז קלאר נישט.

איך דארף ברענגען א ראי' אז איך דיסעגרי?

בדרך כלל דינגט מען זיך נישט אויף קיינע פאקטן

אויב יא וואלט שיין געווען ווען דו צינעמסט די זאך איינס ביי איינס און דו ביסט זיך מסביר

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:26 am

בקיצור חזרה אויפ'ן אשכול

כו"ע מודה אז די עף בי איי האט געטראפן א פארברעכן אויף קלינטאן אבער נישט גענוג צו ווערן אנגעקלאגט (מאנכע טענהן אז אנדערע וואלטן אנגעקלאגט געווארן פאר אזוינס)

טראמפ האט געטון לויט מאנכע א פארברעכן נישט גענוג קלאר צו קענען ווערן אינדייטעט דערפאר

ס'איז פארגעקומען עלעקשאן מעדעלינג

איין פארברעכן האט די עף בי איי יא אנאונסט אין פאבליק בעפאר די עלעקשאנס די צווייטע נישט און די דריטע יא

סך הכל ביי ביידע סיי ביי קלינטאן און סיי ביי טראמפ געווען איין סעטועישן

די אויספיר איז שוין צוטיילט

רעפאבליקענס: די גאנצע עף בי איי מיט קאומי בראשם איין שטיק קאראפשן און ווער ס'וויל קען חולק זיין

דעמאקראטן דאס וואס קאומי האט געטון לטובת דעמאקראטן איז הייליג גערעכט קאומי האט פשוט נישט געקענט באהאלטן די אמת ער איז אזא גראדע מענטש אז מ'קען נישט טרעפן זיינס גלייכן. און וואס ער האט געטון לטובת טראמפ איז פארפירעריש ליגנעריש פארכאפענישן פון עלעקשאנס וכדו' און ווער ס'וויל מחולק זיין איז פשוט א אומבאוואוסטער פארשוין וואס טראמפערט ארום

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:32 am

ווער האט געשריבן אלעקס דשאונס? נאדיר איינס ;l;p-

7 בלעטער גאמאלן וואסער און דאס איז די תמצית אויף וואס
אונז דארף מיר נאך ענטפערן

לאמיר מאכן א סך הכל

1. איראן וויל שטארק אז טראמפ זאל געווינען סאיז א דבר ידוע לכל

2. טראמפ ריפט רעי יעדע צוויי שעה אים סטראשענען ער זאל עפענען א אינוועסטיגעישאן אויף די ביידענס אז נישט גייט ער אים ווארפן... רעי קען נעבעך נישט שלאפן באנייכט פון גרויס שרעק.. איז ער שנעל געלאפט מיט רעקטליף מאכן אס פרעס קאנפרענס וועגן איראן אזוי וועט טראמפ מער נישט דארפן א אינוועסטיגעישאן אויף די ביידענס און ער וועט פארבלייבן אין אמט (איי וואס האט רעכל מיט מעכל? א קשיא אויף א מעשה)

3. נעכטן בערך זעקסע איז פארגעקימען א עמערדשענסי זיצינג אינעם ווייסן הויז , דערשאקאנערהייט מיט א בלאסע געזיכט האט טראמפ געשטורעמט (ער איז דעמאלטס געווען אין נארט קאראליינע אבער שוין) וואס טוט מען דא? אבעמא האט געגעבן א קנאקעדיגע רעדע פאר צענליגער פייפעדיגע קארס אזא רעדע אז די גאנצע קאמפיין צופאלט ממוז עפעס טיען נעמען דרייסטע שריט אבער שוין! דער געטרייער רעקטליף זאגט פארן פרעזידענט נישט געזארגט געב עס א שעה און סאיז מסודר
רעי זיצט אזוי ביי נאכטמאל אהיימגעקימען נאך א שווערע טאג ארבעט און ער באקימט א מעסעדש קאוד רעד! מקימט דיך נעמען צו א פרעס קאנפרענס ביז א האלבע שעה זיי גרייט! ער פרעגט וואס ווען ווי? עפעס זאגט מען אים וועסט שוין הערן דארט... מדארף ראטוועוען דעם פרעזירענט...אבאמעס רעדע...פרעג נישט קיין קשיות די רעסט איז היסטערי


גראדע צוויי און דריי איז א שטיקל סתירה אבער שוין
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:39 am

סאיז זיכער אז עס איז סאך מער קארופטירט ווי אונז קען מיר טראכטען, די שאלה איז נאר וואספארא זאכן מען כאפט און מען מאכט דערפון ווארע, און וואס עס בלייבט און געהיים. עס איז זיכער אז ער טוט אלעס וואס ער קען במישרין ובעקיפין ער זאל געווינען. די דעמאקראטען פרובורין צו צוטרעפען וואס ער טוט טאקע, אבער עס איז נאר א געס, זיי האפן אז איינס פון די אלע טענות/חשדות זאל ווערן א גרויס טומל וכדו'
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:40 am

טשאוק שוממער זאגט אז ער אויך באקומען א בריפינג אין דארט איז נישט געווען אז איראן פרובירט אונטערצומינעווען טראמפ'ס קאמפיין. ער זאגט אויך אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז איראן זאל אפשרעקן דעמאקראטישע וואוטערס צו שטערן טראמפ.

#איינס פלאס איינס איז צוויי...

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:58 am

סך הכל.

די עף בי איי (האט גע)האסט טראמפ צום טויט און וועגן דעם האבן זיי געעפנט די אויספארשונג אין 2016, אבער פארזיכערט אז קיינער ווייסט נישט דערפון ווען עס האט געקענט אויסמאכן. דאס איז א קלארע צייכן פון טיפע קארופציע און דיעפ סטעיטיזם. די קאומי קלינטאן אטאם באמבע, וואס האט איר געקאסט דעם פארמעסט, צייגט נישט אויף גארנישט.

די אומפארשטענדליכע און אויפפאלדע עמערדזשענסי עף בי איי און DNI מעלדונג נעכטן, וואו די DNI באטאנט אויף אן אומגעווענליכן אופן אז דאס האט געצילט צו שעדיגן טראמפ, האט גארנישט מיט דעם וואס טראמפ סטראשעט די עף בי איי אויסצופארשן ביידען. דאס צייגט אוודאי נישט אויף טראמפ'ס טיפע קארופציע נאכן פראבירן דעם זעלבן שפיל אכצן חדשים צוריק.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:29 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:סך הכל.

די עף בי איי (האט גע)האסט טראמפ צום טויט און וועגן דעם האבן זיי געעפנט די אויספארשונג אין 2016, אבער פארזיכערט אז קיינער ווייסט נישט דערפון ווען עס האט געקענט אויסמאכן. דאס איז א קלארע צייכן פון טיפע קארופציע און דיעפ סטעיטיזם. די קאומי קלינטאן אטאם באמבע, וואס האט איר געקאסט דעם פארמעסט, צייגט נישט אויף גארנישט.

די אומפארשטענדליכע און אויפפאלדע עמערדזשענסי עף בי איי און DNI מעלדונג נעכטן, וואו די DNI באטאנט אויף אן אומגעווענליכן אופן אז דאס האט געצילט צו שעדיגן טראמפ, האט גארנישט מיט דעם וואס טראמפ סטראשעט די עף בי איי אויסצופארשן ביידען. דאס צייגט אוודאי נישט אויף טראמפ'ס טיפע קארופציע נאכן פראבירן דעם זעלבן שפיל אכצן חדשים צוריק.


און ווער ס'האט דורך געטון די גאנצע קלינטאן קאומי קאראפציע און געקומען צו א אנדערע מסקנא איז פשוט נישט דאהי

אני ואפסי אאבאמתי וביידנתי ואין עוד

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:30 am

Oh yeh , oh no

קיינער טוישט נישט דא קיין מיינונג סייווי, נישט אמאל א דעבאטע דא, יעדער ווייסט וואס דער דעמאקראטישער גענויגטע האלטען און יעדער ווייסט וואס דער רעפאבליקאנער גענויגטע האלטן מיט דעם אלעם קייט זיך דער זעלבע זאך איבער דא שוין אפאר בלעטער.

# א גוטן פורים.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:01 pm

.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 1:15 pm

צל עובר האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:וויאזוי איז בכלל מעגליך אז איראן זאל וועלן טראמפ ביי די מאכט?

ווייל אמעריקע שטייט יעצט אליינס, ווען די גאנצע וועלט לאכט פון זיי און ארבעט בכלל נישט מיט.

פאקטן? טעאריעס? רעטאריק?

שוין געהערט פון די לעצטיגע פיעס עגרימענטס? סתם לדוגמה
אז די האלטסט נישט מיט ווי די וועלט פייפט אן אמעריקע בנוגע איראן איז נישט מיין פראבלעם.

פייפט הויך מיטן מויל?
איינער האט שוין פארקויפט וואפנס?
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:37 pm

בנוגע רעטינגס, בדרך כלל איז אנליין קוקער א פיצי פראקציע פון טי ווי קוקער. און ווי שלמה ווייזט אן, איז דא שטארקע קליפס וואס צענדליגער מיליאנען זעהן.

בנוגע איראן, איך ווייס נישט, די שאלה איז אויב איז וויכטיגער פאר איראן צו שטיין אביסל רואיגער, ווי צו זעהן אמעריקע אין דער ערד. איי דאונט קנאו.

--------

@שלמה, סתם א רעמיינדער, ראטקליף האט דעם פאסטן, צוליב וואס טראמפ איז געווען שטארק צופרידן פון זיין בלאטע ווארפונג ביי די אימפיעטשמענט הירינגס, אויב דו געדענקסט אביסל זיין הנהגה דארט. און דער סענאט האט אים נישט געוואלט באשטעטיגן ביז נאך גרענעל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 3:08 pm

בום!!!!!

7 בלעטער קאנסיפירעסיס אין גארביטש

הכל הבל האט געשריבן:אנהדערש ווי שומער און פעלאוסי זאגט דער העכסט ראנגיקער דעמאקראט אויפן סענאט שפיאנאזש קאמיטע מארק ווארנער אז ער פארשטייט פארוואס רעטקליף האט געזאגט וואס ער האט געזאגט ביי די נעכטיגע מעלדונג

משה בן יעקב
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 3:23 pm

רבותי
מען דארף נישט קיין fbi צי פאר שטיין אליין אז איראן טיט אלעס אין דער וועלט טראמפ זאל דערלייגען ווען איך גיב גארנישט פאר מיינע בירגער יארן אין איך ספענדט ביליאנען צי מאכען אן אטאם באמבע אויף מיין שונא אין איינער שטייט אין שטערט מיך וואו ער קען נאר וועל איך נישט פראבירען עהם צי שטערען פין ווערען נאך אמאל פרעזידענט?

אגב איך האלט אז איראן האט קאנספרירט מיט טשיינע צי פרבריצירען א ווירוס וואס זאל זיין געאייניגט צי הארגענען ספיציפישע מענטשען אין בטעות איז דאס ארויסגערינען אין אנגעמאכט א מגיפה אויף דער וועלט...
למעשה זענען אין איראן געשטארבען די מערסטע מענטשען אנפאנג פין די מגפה( נאך טשיינע)...

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 4:13 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:בום!!!!!

7 בלעטער קאנסיפירעסיס אין גארביטש

הכל הבל האט געשריבן:אנדערש ווי שומער און פעלאוסי זאגט דער העכסט ראנגיקער דעמאקראט אויפן סענאט שפיאנאזש קאמיטע מארק ווארנער אז ער פארשטייט פארוואס רעטקליף האט געזאגט וואס ער האט געזאגט ביי די נעכטיגע מעלדונג

ער זאגט אז ער האט נאכנישט געזעהן די ספעציפישע שפיאנאזש געפינסן איבער איראן/רוסלאנד אבער הייבט ארויס די שפיאנאזש קאמיטע פארן ארויסקומען אין פובליק און רעטקליף פארן מאכן די קאמענטארן וועלכע ער האט געמאכט

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 6:36 pm

איך האב נישט געליינט אלע בלעטער פון די אשכול. איינער קען אפשר אנצייגן ווי מרעדט פון וואס די מעלדונג איז געווען. אדער איבערגעגעבן אין קורצן.
יישר כח פון פאראויס
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: ברעיקינג: FBI האט געסקעדזשולט א פּרעס קאנפרענס בנוגע די עלעקשען

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:44 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:סך הכל.
די קאומי קלינטאן אטאם באמבע, וואס האט איר געקאסט דעם פארמעסט, צייגט נישט אויף גארנישט.

ביי די ליין ווער איך אייביג סטאק.
יעדער איז מודה אז די טראמפ טעיפ וואלט געדארפט זיין די שחוטה מונחת אויף אים. אויב מען דארף סקעילן די צוויי סקאנדאלן וואס איינס פון די צוויי זאל אפשחטן א קאנדידאט איז עס זיכער די טעיפ. אבער פאר סאם ריזען האט טראמפ עס געמאכט.
איי געס די פיינט קייט צו קלינטען איז געווען שטערקער ווי די צוויי סקאנדאלן ציזאמען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 5 געסט