גאזאלין פרייזן: נייעס און אפדעיטס

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:דאס מיינט אז עס גייט זיכער ארויף גיין, ניין?

אויב אפעק און רוסלאנד גייען אין אויף א שניט? גאנץ ווארשיינליך. כאטש איך גלייב נישט אז עס גייט זיין ביי $80 אין זעקס חדשים.

רוסלאנד איז נאכנישט מסכים, און אויפעק האט שוין האלב מסכים געווען צו לאזן איראן אנגיין אומגעשטערט ווילאנג זיי קומען און צו פיר מיליאן פעסלעך. און אפי' אופעק האלט נישט ביים שניידן נאר אויפהערן ארויפגיין, איינפרירען.

סא אי משום הא, קען מען נישטו בויען. אדערווייל זענען דא וואס זאגן אז די ריגס קומען אריין צוריק אין קראפט איינמאל עס קומט און צו נאר $45 דאלאר. עקסטער וואס דאס אז די ריגס נומער איז שוין אזוי נידריג יעצט ווי עס איז געווען אין צענדליגער יארן, האט נישט צופיל אויסגעמאכט אין סך הכל פרודוקציע, ווייל די ריגס וואס מען האט פארמאכט זענען אלטע שוואכע ריגס, און די נייערע ריגס פון די גאר גוטע קוועלער קנאקען שטיקער, סיי ווייל די וועלער זענען געזונטע און סיי ווייל מען האט נייע טאקטיקן ארויסצונעמען מער פון יעדע קוואל.

סך הכל, עס קוקט אויס ווי לויט די יעצטיגע מצב איז נישטא קיין וועג וויאזוי אויל זאל ארויפגיין ערענסט און בלייבן הויעך צו לאנג. אפשר נישט קיין $26 דאלאר, אבער קיין 70 80$ אויך נישט עכ"פ נישט פאר לאנג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

פיין דעס איז אלעס גוט פאר נייעס , אבער קיינער זאל פליז נישט אויסמישן נייעס מיט זיין געלט , סאיז טאקע אינטערעסאנט מיטצוהאלטן נייעס צו פוטין וועט זיך מוזן ברעכן, און צו די וועלט וועט שוין נישט ניצן אזוי סאך אויל , ווי שטארק און שנעל וועט די עלעקטעריק קאר מארקעט איבערנעמען די קאר מארקעט , און סאו אן , אבער קיינמאל זאל קיינער נישט טראכטען אז איך גיי אינוועסטן אין x וועגן y ווייל קיינער ווייסט נישט גארנישט !
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

סא די ווילסט זאגן אז אלע אינוועסטערס זענען געמבלערס?! איך האלט נישט אזוי! ס'איז זיכער אז מען קען נישט וויסן אויף זיכער אבער עפעס האט עס מיט וואס עס גייט פאר אויף די וועלט ניין?
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

איפה פייביש האט געשריבן:סא די ווילסט זאגן אז אלע אינוועסטערס זענען געמבלערס?! איך האלט נישט אזוי! ס'איז זיכער אז מען קען נישט וויסן אויף זיכער אבער עפעס האט עס מיט וואס עס גייט פאר אויף די וועלט ניין?
איך וועל טרייען מיין בעסט צו ענטפערן , אלע אינוועסטערס זענען געמבלערס ? ניין .עפעס האט עס מיט וואס סגייט פאר אויף די וועלט ? יא . ( אבער וואס סגייט פאר אויף די וועלט איז שוין מילא פרייזט און, א שמועס פאר זיך ) יעצט מיינט דאס אז אויל וועט יעצט זיכער ארויפגיין ? ניין . אויל האט נישט קיין רעיט אוף ריטערן , סטאקס קען א אינוועסטער זאגן אז בעיסט אויף די קאמפעניס קעש פלאו + די דיוועדענד וועט מיין ריטערן זיין כך וכך , אויל און די זעלבע יעדע קאמעדיטי קענסטו נישט ארויפלייגן א נומבער אז און די ... צייט וועט עס ריטערנען כך וכך , נאר דו מאכסט א חשבון אז לויט מיין אפשאצונג אז דאס און דאס וועט פאסירן וועט אויל זיין .... אמאנט ווערד. דאס איז די אפטייטש פון ספעקעלעישאן !
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

צו בלייבן קלאר איך האב נישט געזאגט אז מען קען נישט מאכן געלט פון אינוועסטן אין אויל , און פאקט מקען מאכן א שטארקע קעיס אז אויל ( בפרט די ביג אויל סטאקס ) וועלן נישט בלייבן נידריג און סוועט צוריקקאווערן און סאיז אויך קלאר אז און אפאר יאר ארום וועט אסאך געלט געמאכט ווערן פון אויל אינוועסטמענטס .באט סאיז אוממעגליך צו מאכן א סטעיטמענט אז אויל מוז יעצט אנהייבן ארויפצוגיין
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

און אנדערע ווערטער זאגסטו אז קויפן קאמאדיטיס איז געמבלינג, קען זיין איך ווייס נישט.

איך האט ג'זוכט אויל סטאקס פון קליינע דרילינג קאמפעניס דא זענען אפאר (EGY, MRO, ERN, APC, NBL) רוב פון די פאר -און נאך א פאר וואס איך האב געזען- האבן געטראסקט די לעצטע יאר, פרעג איך אזוי אויב גייט אויל ארויף גיין זיי ארויפגיין ממה נפשך אדער עס האט נישט איינס מיט איינס?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:צו בלייבן קלאר איך האב נישט געזאגט אז מען קען נישט מאכן געלט פון אינוועסטן אין אויל , און פאקט מקען מאכן א שטארקע קעיס אז אויל ( בפרט די ביג אויל סטאקס ) וועלן נישט בלייבן נידריג און סוועט צוריקקאווערן און סאיז אויך קלאר אז און אפאר יאר ארום וועט אסאך געלט געמאכט ווערן פון אויל אינוועסטמענטס .באט סאיז אוממעגליך צו מאכן א סטעיטמענט אז אויל מוז יעצט אנהייבן ארויפצוגיין

איך וואלט געוואלט זעהן א קעיס - אפי' נישט קיין "שטארקע" אבער איינס מיט ערענסטע סברות - אז אויל גייט ריקאווערן! (אפשר מיינסטו 50-60 דאלאר, איך רעדט ריקאווערן ווי עס איז געווען ביי 100 און ארום).

איך זאג נישט אז עס קען נישט זיין, און איך זאג נישט אז גייט נישט זיין. איך וולט נאר געקענט באשטיין צו הערן דיין קעיס דערפאר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

ער טענה׳ט דאך אז א קעיס מיינט גארנישט...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בן נון האט געשריבן:ער טענה׳ט דאך אז א קעיס מיינט גארנישט...

און ממילא?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

איך קען נישט מאכן קיין קעיס אויף אויל כהאב גאנץ א שוואכע ידיעה איבער די אינסדאסטרי בכלל , וואס כווייס יא איז אז אויל ארבעט אויף סופליי און דימענד און דעי זאכן גייען און בום און באסט סייקעלס , מען איז געווען אווערסופלייט מיט פארדאקשאן , און זייער אסאך פון די פארדאקשאן איז אינגאנצען נישט געווען עקענאמיקעל , בפרט די אווערלעווערידזשט שעיל אינדוסטריא,זייער אסאך פון די פארדאקשאן גייען זיין געצווינגן צו אראפ גיין פון די מארקעט אלע גרויסע אויל קאמפאניס שניידן שוין יעצט זייער קעפ עקס, און די אווערלעווערידזשט שעיל פאבריצירערס וואס זייער אסאך פון זייער העדזשעס עקספייערעד און די צווייטע האלב פון די יאר וועלן זייער אסאך פון זיי זיין געצווינגן ארויסגיין פון ביזנעס אדער וועלן זיי ווערן אויסגעקויפט דורך גרעסערע , און דימענד פון א וואקסענדע פאפאלעישאן וועלן ניצן אויל , וויא שטארק סאיז אמת אז בעטעריס און סאלער, ווינד , זענען און די פיוטשער וועט עס נאך נעמען א לאנגע צייט ביז סוועט ריטשען א פוינט וואס קען עפעקטן דימענד .
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

בעיקר וואס כהאב געמיינט ארויסצוברענגען איז אז קיינער זאל נישט מיינען פאר זיכער אז אויל איז אנגעקומען צו 40 אז סדארף יעצט ארויפגיין ווייל סאדיא ארביע האט פאררופן א מיטינג צו פריזען פארדאקשאן , ( וואס ביידיוועי זיי רוסלאנד און סאדיע ארביע פאבריצירן יעצט אויף א רעקארד היי און מיט די יעצטיגע פרייזן איז אוממעגליך צו העכערען פארדאקשאן ) באט פאר די לאנג טערם וועט סופליי זיך מוזן אויס גלייכן מיט דימענד און אויל וועט סטעיבעלייזן צוריק .
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

בן נון האט געשריבן:ער טענה׳ט דאך אז א קעיס מיינט גארנישט...

איך טענה נישט אז מען דארף איגנארירן דעטא, סטאטיסטיקס, סטאדיס , מען קען עס אינבעסט נעמען צו וויסן ווי א דירעקשאן פון ... גייט , וואס די טרענד איז אבער מען דארף אלס געדענקן אז די וואס שטייען אינטער דעם זענען נאר מענטשן און מענטשן קענען גארנישט פערדיקטען נישט נאר די פיוטשער נאר ניטאמאל וואס פאסירט יעצט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:איך קען נישט מאכן קיין קעיס אויף אויל כהאב גאנץ א שוואכע ידיעה איבער די אינסדאסטרי בכלל ,
...........

ס'איז אוקעי, דארפסט שויניש מאכען גארנישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:איך קען נישט מאכן קיין קעיס אויף אויל כהאב גאנץ א שוואכע ידיעה איבער די אינסדאסטרי בכלל ,
...........

און אנדערע ווערטער איך האב נישט קיין שום בייעס. .. ( אינטערסאנטער אביסל אויסצוהערן ווי א שעיל פערדאסער )
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הייסט די אראבישע לענדער האבן געווינען די קאמף מיטן אראפלאזן די פרייזן
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:איך קען נישט מאכן קיין קעיס אויף אויל כהאב גאנץ א שוואכע ידיעה איבער די אינסדאסטרי בכלל ,
...........

ס'איז אוקעי, דארפסט שויניש מאכען גארנישט.

מיין שטארקסטע קעיס וואס איך קען מאכן אויף אויל איז אז כזעה אז מענטשן און נאכדערצו איינער וואס פארשטייט די אינסדאסטרי געט שוין אויף , הייב איך אן צו טראכטען אז סהאלט שוין ביי א באדעם , פאר א פאר יאר צוריק 2007 ווען אמעריקע האט געבויעט און די מיטל מזרח גאנצעטע סטעישענס צו קענען אימפארטן אויל האב איך נישט געקענט פאראויסזאגן אז אפאר יאר שפעטער וועט שוין אמעריקא עקספארטן אויל צו אנדערע לענדער , און 2008 ביי די ריסעשען ווען סאיז געווען די געזעלין שאק און געז איז געווען $4 האב איך קיינעם נישט געהערט זאגן אז און 2016 וועט געזעלין זיין אזוי נידריג , און יעצט ווען יעדער זאגט אז משום הא והא וועט אויל בלייבן נידריג, צו דא האסטו פארוואס די שעיל אינדוסטריא איז טויט , און דאס צו יענץ איז די סיבה פארוואס אויל וועט קיינמאל מער נישט אנקומען העכער וויא 100, פיל איך נישט פאר וויכטיג צו נעמען צייט צו ליינען וואס די עקספערטן שאצן יעצט פאר , ווען איך זעה אבער די מענטשן זאגן אז אויל מוז יעצט ארויפגיין, און מען דערלייגט געלט , און מען הייבט אן אויפצוגעבן אויף אויל ! צינד זיך אן א אלארם ביי מיר אז אפשר איז עס שוין טאקע באדדעמט .
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

איפה פייביש האט געשריבן:און אנדערע ווערטער זאגסטו אז קויפן קאמאדיטיס איז געמבלינג, קען זיין איך ווייס נישט.

איך האט ג'זוכט אויל סטאקס פון קליינע דרילינג קאמפעניס דא זענען אפאר (EGY, MRO, ERN, APC, NBL) רוב פון די פאר -און נאך א פאר וואס איך האב געזען- האבן געטראסקט די לעצטע יאר, פרעג איך אזוי אויב גייט אויל ארויף גיין זיי ארויפגיין ממה נפשך אדער עס האט נישט איינס מיט איינס?

סאיז דא א אויל אי טי עפ וואס דאס טרעקט די פרייז פון אויל ווען אויל גייט ארויף וועט עס ארויפגיין ווען אויל פאלט וועט עס פאלן , די קליינע דרילינג קאמפעניס וועלן מן הסתם פאללען על פי רוב די פרייז פון אויל שטארקער לדוגמה ווען אויל וועט ארויפגיין וועט די סטאק ארויפגיין שטארק און ווען אויל פאלט אביסל קען אזא סטאק פאלן אסאך , אזאנע סטאקס קען אויך טרעידן אויף אנדערע זאכען גארנישט אזוי באטעמט , ווי בענקראפסי חששות, .. זיי געווארנט מאך זיכער פאר די קויפסט אז דו ווייסט וואס די קויפסט .
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

אויסגערעכנט האט געשריבן:הייסט די אראבישע לענדער האבן געווינען די קאמף מיטן אראפלאזן די פרייזן

ווי זעהט איר דעיס ?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:הייסט די אראבישע לענדער האבן געווינען די קאמף מיטן אראפלאזן די פרייזן

ווי זעהט איר דעיס ?

ער באציהט זיך ווארשיינליך צו לכתחילה'ס טעאריעס אז די אראבערס האבן אראפגעלאזט די פרייז צו האקן די אמעריקאנער אויל קאמפאניס וכו' וכו'.
.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

יא זיי האבן אנגעהויבן א פייט מיינט נישט אז זיי וועלן געווינען .ביזדערווייל סאדיא ארביע מיט פערדאסן אזוי סאך פארלירן זיי נאך אלס נישט נאר געלט נאר אויך מארקעט שער .
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

קוקט אויס ווי די עולם דא האט שוין אויפגעגעבן אויף אויל .
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:קוקט אויס ווי די עולם דא האט שוין אויפגעגעבן אויף אויל .

נע. דער עולם איז יעצט ביזי מיט וואלנאט אויל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווייניגער איין געשטעלט ווי וואלסטריט אויל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:קוקט אויס ווי די עולם דא האט שוין אויפגעגעבן אויף אויל .

נע. דער עולם איז יעצט ביזי מיט וואלנאט אויל

יא יא אויל רעכענט זיך מיט אונז יודן , מען קען ערווארטען אויל די קומענדיגע טעג צו טראסקען , ביליגע געזעלין לכבוד פסח
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פסח!!! נאר שמאלץ
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”