איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
ארבייטער אין עיר הקודש ליזענסק האבן אנדעקט א שרעקליכע סצענע ביים אויפגראבן שיכטן פון אספאלט און הערינגבאון ציגל ביים איבערפלאסטערן גאסן דורכאויס דעם זומער ביי דעם שטאטישן מארק צענטער.
איבער הונדערט און פופציג מציבות זענען געפונען געווארן וואס זענען לויט אלע אנדייטונגען גענוצט געווארן דורך די נאציס צו פארדעקן זייער נידערטרעכטיגע טאטן און דערמיט פארהארטעווען די אויבערפלאך פון די שטראזן ביים איבערפלאסטערן נייע גאסן דורכאויס די צווייטע וועלט קריג און אזוי פארדעקן די זכר פון א גרויסע צאל ליזענסקע נפטרים אויף אייביג.
שרעקליכע בילדער קומען פון ליזענסק וואו מען זעהט צענדליגע מציבות ליגען אויסגעשפרייט אויף דער ערד אונטער לעפל און גאפל פון פוילישע טראקטארס. די מציבות זענען געפונען געווארן ליגענדיג פלאך, טייל איבערגעדרייט מיטן פנים צו די ערד ארום 20 ס"מ טיף (8 אינטשעס) און אויסגעשפרייט אויף א שטרעקע פון 30 מעטער (100 פיס). מער פון הונדערט מציבות זענען אין א גאנץ גוטן צושטאנד און די אותיות און קריצונגען זענען ליינבאר און גוט פראזערווירט מיט פילע וואס פארמאגן נאך אויף זיך איר אריגינעלע פארב.
עס קורסירן שפעקולאציעס צי די אריגינעלע מציבות פונעם הייליגען רבין ר' אלימלך זי"ע מיט זיינע קינדער געפינען זיך צווישן די געפונענע מציבות. לויט די בילדער וואס איז דא דערווייל זענען רוב מציבות פון די תר"פ און תר"צ יארן.

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
פארוואס האבן די נאציס געזוכט צו פארדעקן קברים פון תר"פ?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
זיי האבן נישט געזוכט צי באהאלטן קיין מצבות, אין אסאך שטעט בעיקר אין גאליציע און אוקריינע האבן לאקאלע אנטיסעמיטן גענימען די מצבות צי פאררעכטן און איבערמאכן די גאסן, מיט די צייט האט מען עס ווייזט אויס איבערגעדעקט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 864
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
- לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס האבן די נאציס געזוכט צו פארדעקן קברים פון תר"פ?
וואס עפעס די דייטשען? ס'קען פונקט אזוי זיין אז די פוילישע האבען דאס געטאן. אלענפאלס, סיי די דייטשען און סיי די פוילישע ליינען נישט קיין אידישע אותיות. זיי האבען געוואלט אויסמעקען וואס מער. אין מעליץ האבען זיי אלעס אריינגעווארפען אין טייך אריין.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
שטאפיק האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס האבן די נאציס געזוכט צו פארדעקן קברים פון תר"פ?
וואס עפעס די דייטשען? ס'קען פונקט אזוי זיין אז די פוילישע האבען דאס געטאן. אלענפאלס, סיי די דייטשען און סיי די פוילישע ליינען נישט קיין אידישע אותיות. זיי האבען געוואלט אויסמעקען וואס מער. אין מעליץ האבען זיי אלעס אריינגעווארפען אין טייך אריין.
איך פארשטיי אויך אזוי, אבער בענקל שרייבט אז ס'איז יא די נאציס.
בענקעל האט געשריבן: לויט אלע אנדייטונגען גענוצט געווארן דורך די נאציס צו פארדעקן זייער נידערטרעכטיגע טאטן און דערמיט פארהארטעווען די אויבערפלאך פון די שטראזן ביים איבערפלאסטערן נייע גאסן דורכאויס די צווייטע וועלט קריג און אזוי פארדעקן די זכר פון א גרויסע צאל ליזענסקע נפטרים אויף אייביג.
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
בענקל. די מציבה פונעם רבין ר אלימלך איז דא. און אזוי אויך פונעם רבין ר׳ אלעזר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
- דונש
- שר האלף
- תגובות: 1880
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
- לאקאציע: שבתדיגע זמירות
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
זייער טרויעריג צו ליינען,
עס זעט אויס די רשעות פון די רשעים זאל זיין סיי ווער נאצי'ס, פולישע, אונגארישע איז ווי א מים שאין להם סוף, כסדר קומט מען ארויף מיט פרישע סחורה וואס זיי האבן אלץ אפגעטוהן,
קוקט אויס אז די ארץ איז מקיים זייער אנזאג ארץ ארץ אל תכסי דמם
ייש"כ בענקל פארן באריכט

זוכט איר דוי?
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
שאינו יודע האט געשריבן:בענקל. די מציבה פונעם רבין ר אלימלך איז דא. און אזוי אויך פונעם רבין ר׳ אלעזר
לייען מער דא: ציון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איבער אלע קבלות און גרסאות איבערן ציון פון הייליגען רבי'ן ר' אלימלך זי"ע און איבער די פינעף פארלוירענע מציבות פונעם אהל פארצימער.
די מצבה אויפן ציון האט ר' מענדל רייכבערג ע"ה געלאזט מאכן.
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס האבן די נאציס געזוכט צו פארדעקן קברים פון תר"פ?
אזוי האט דער ליזענסקער מעיאר געזאגט. איך ווייס נישט אויף וואס דאס איז באזירט. עס איז אויפ'ן ערשטן באריכט געווען א מיינונג אז די מציבות זענען פון גאר פריער און דער באריכט גיבט דאן גאר איבער אז זיי ווייסן נאכנישט וואס עס שטייט אויף די מציבות און ווארטן אז איינער זאל איבערזעצן פאר זיי. אבער פאר אונז רעדט די בילדער פאר זיך.
די פריסטע איז פון די אנהייב תר"ע יארן
עס האט אויפ'ן פלאץ געווען אן אלטער פאלאק וואס האט געוואוסט צו איבערגעבן אז ער געדענקט נאך ווי איינוואוינער האבן געשלעפט וואגאנען מיט גרויסע שטיינער פונעם אידישן ביה"ח און דאס עמטליך גענוצט פאר בוי מאטריאל.
די פאראנטווארטליכע אין חורבן אייראפע האבן נאר דאס נישט געוואוסט אז מ'וועט כסדר רעדן פון זייער גרוילטאטן.
ווי עס קוקט אויס וועט ביז משיח'ס טאג יערליך ווערן אויפגעדעקט נאך אוצרות פון היסטאריע מיט וואס די אייראפעישע ערד איז איינגעזאפט, צוליב וואס די רעגירונגען טוען צוביסלעך מאדערניזירן די דערפער און מיט יעדן געפינס קוקט מען ווידער צוריק היסטאריע און וואס האט דאן פאסירט.
דא איז אויך יעצט אזוי געווען.
דער ליזענסקער מעיאר 'אירענעאוס סטעפאנסקי' טוט אינווענסטירן גרויסע געלטער אין מאדערניזירן די שטאט ליזענסק. ער טוט ארויסגראבן די אלטע פארצייטישע ציגל ראודס אין 'הערינגבאון' פארום, אויף וואס די פערד און וועגענער האבן פארצייטנס גאלאפירט פירענדיג חסידים ואנשי מעשה צום הייליגען צדיק און טוט דאס איבערשמירען פון פריש, מיט גראזן און ביימער ביי די זייטן און נייע לאמפן טוען באלייכטן די גאסן ביינאכט.
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
בענקעל האט געשריבן:דער באריכט גיבט דאן גאר איבער אז זיי ווייסן נאכנישט וואס עס שטייט אויף די מציבות און ווארטן אז איינער זאל איבערזעצן פאר זיי
וואס דארפן זיי פונקטליך וויסן וואס ס'שטייט דערויף? גיב צוריק די רויב און שוין...
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
א פוילישער זאל געבן?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
- מאנסי געבוירענער
- שר האלף
- תגובות: 1611
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
- לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
עני אפדעיטס??
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!
מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!
מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:עני אפדעיטס??
די מצבות גייט מען צערוק שטעלן בעז״ה אונ׳ם בית החיים. לאור בקשת די ראביניקעל קאָמישען פון ווארשא.
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4109
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
עוג מלך הבשן האט געשריבן:מאנסי געבוירענער האט געשריבן:עני אפדעיטס??
די מצבות גייט מען צערוק שטעלן בעז״ה אונ׳ם בית החיים. לאור בקשת די ראביניקעל קאָמישען פון ווארשא.
ווי האלט עס יעצט? מען האט שוין אויפגעשטעלט די מצבות?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
קיין אהנונג, די ידיעה האב איך בשעתו באקומן פונ'ם הויפט ארכיאולוג וואס איז ממונה אויפ'ן סייט.
איך האף אי"ה צו זיין אין ליזענסק נעקסטע וואך, איך וועל בלי"נ מעלדן אויב עפעס האט זיך גערוקט.

- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3613
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
עוג מלך הבשן האט געשריבן:איך האף אי"ה צו זיין אין ליזענסק נעקסטע וואך, איך וועל בלי"נ מעלדן אויב עפעס האט זיך גערוקט.
זאלסט פוילען אלעס גיטס
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
אלט מאנרא האט געשריבן:עוג מלך הבשן האט געשריבן:איך האף אי"ה צו זיין אין ליזענסק נעקסטע וואך, איך וועל בלי"נ מעלדן אויב עפעס האט זיך גערוקט.
זאלסט פוילען אלעס גיטס
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
הבעש''ט האט געשריבן:עוג מלך הבשן האט געשריבן:מאנסי געבוירענער האט געשריבן:עני אפדעיטס??
די מצבות גייט מען צערוק שטעלן בעז״ה אונ׳ם בית החיים. לאור בקשת די ראביניקעל קאָמישען פון ווארשא.
ווי האלט עס יעצט? מען האט שוין אויפגעשטעלט די מצבות?
איז אזוי: איך בין דארט געווען נעכטן, ליידער איז נישטא קיין זכר פון די פרישע אנדעקטע מצבות!
איך וועל מיר אי"ה פארבינדן מיט דער קאמישען (די ארכיאולוג אנטווארט נישט כרגע) וואס איז פשט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
פרישע אפדעיט!
דער ראש פונ'ם חברה וואס זענען באאויפטראגט געווארן דורכ'ן רעגיראנג האט מיר היינט איבערגעגעבן א ידיעה איבער דער מצב. מען האט שוין ב"ה דאקאמענטירט אלע מצבות.
דער סך הכל אינהאלט:
161 מצבות מיט אותיות (גאנצע אדער חלקים)
11 שברים אהן אותיות
דער עלטעסטע מצבה איז פון תרי"ח (1858 למספרם) פון א איד ר' אברהם בן נ.. נפטר כ"ט חשון
דער פלאן איז ארויפצוקלעבן דער מצבות אויף א נייע וואנט וואס מען האפט צו בויען מצד הכניסה פונ'ם בית החיים. היות מען גייט דארט בעז"ה אויסברייטן דער ביה"ח ביז צו דער גארנ"ע גאס (אזוי ווי דאס איז געווען פאר'ן קריג כידוע ליודעי דבר אבער ליידער נישט פאר כהנים..)

5 מצבות זענען פון משפחת ווייסבלום נכדי הרר"א זי"ע
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
דער חברה טעהנ'ן זיי האבן נישט קיין געלד צו בויען דאס וואנט..עוג מלך הבשן האט געשריבן:פרישע אפדעיט!
דער ראש פונ'ם חברה וואס זענען קאמישענדצגעווארן דורכ'ן רעגיראנג האט מיר היינט איבערגעגעבן א ידיעה איבער דער מצב. מען האט שוין ב"ה דאקאמענטירט אלע מצבות.
דער סך הכל אינהאלט:
161 מצבות מיט אותיות (גאנצע אדער חלקים)
11 שברים אהן אותיות
דער עלטעסטע מצבה איז פון תרי"ח (1858 למספרם) פון א איד ר' אברהם בן נ.. נפטר כ"ט חשון
דער פלאן איז ארויפצוקלעבן דער מצבות אויף א נייע וואנט וואס מען האפט צו בויען מצד הכניסה פונ'ם בית החיים. היות מען גייט דארט בעז"ה אויסברייטן דער ביה"ח ביז צו דער גארנ"ע גאס (אזוי ווי דאס איז געווען פאר'ן קריג כידוע ליודעי דבר אבער ליידער נישט פאר כהנים..)
Re: איבער הונדערט און פופציג מציבות אנדעקט אין ליזענסק
הרב עוג מלך הבשן, ווי קען מען זעהן די ליסטע פון די 161 מצבות?
אזוי ווי מיינע שוויגער עלטערן זענען יוצאי ליזענסק איז עס געוואלדיגע נייעס