מעגליכקייט- איראן אין מלחמה מיט מדינת ישראל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: איראן אין מלחמה מיט מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ביבי וויל עלעקשאנס.. דערשרעקטס ענק נישט
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

Re: איראן אין מלחמה מיט מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

ווען ס׳קומט צו גיין אין מלחמה איז ביבי צופעליג פון די גרעסטע פחדנים אין מד״י היסטאריע
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: איראן אין מלחמה מיט מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

:lol: אין "די לעצטע געדאנק" פלעי האבן זיי אויך אזא מין סארט געדאנק... איינער איז געשטארבן, און דער צווייטער גייט שטארבן אין א האלבע שעה ארום...
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: מעגליכקייט- איראן אין מלחמה מיט מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

אמעריקאנער הויפט גענעראל שטאט אפ באזוך אין מדינת ישראל

unnamed.jpg
unnamed.jpg (156.55 KiB) געזען 346 מאל

דרום ארץ ישראל - גענעראל מייק מיילי, דער פאזיצער פון די זשוינט טשיפס אוו סטעף פון די אמעריקאנער מיליטער (אנשטאט איין הויפט גענעראל פון די מיליטער איז דא א גרופע הויפטן - זשוינט טשיף'ס - וועלכע זענען די העכסטע אין ראנג אין די מיליטער, תיכף נאכן פרעזידענט וועלכער דינט ווי דער הויפט פון די מיליטער דער 'קאמאנדיר אין טשיף', דער פארזיצער פון די גרופע איז טעכניש די העכסטע אויטאריטעט אינעם מיליטער אונטערן פרעזידענט) איז געקומען אויף א פלוצים'ע אומגעמאלדענע באזוך אין א מיליטערישע באזע אין דרום.

דער גענעראל האט זיך געטראפן מיט די העכסטע באאמטע אין די מדינת ישראל מיליטער און אפגעהאלטן א ווידיא קאנפערענץ מיטן פרעמיער נתניהו. עס איז נישט ארויסגעגעבן געווארן די דעטאלן איבער וועלכע ספעציפישע נושא מען האט גערעדט, אבער דאס קומט אין א צייט וואס דער מצב צווישן מדינת ישראל און איר הויפט שונא אינעם ראיאן - איראן - איז היפש אנגעצויגן. ווי כסדר באריכטעט איז דא פארשידענע אנדייטונגען אז סייבער סאבאטאזש מצד מדינת ישראל האט גורם געווען גרויסע חורבנות אין די איראנער נוקלעארע איינריכטונגען, פון די אנדערע זייט האט מען אויך געהאט סייבער אטאקעס אויף מדינת ישראל סיסטעמען און מיסטריעזע פייערן אין אמעריקאנער וואפן פאבריקן.

א נייעס ארטיקל אין ניו יארק טיימס האט אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז מדינת ישראל ריכט זיך גאר אויף א געהעריגע מלחמה מיט איראן אין קוים עטליכע חדשים. אויך איז דער מצב לאקאל נישט אזוי פויגלדיג נאכדעם וואס א רוטינע מדינת ישראל אטאקע אין סיריע האט אומגעברענגט א חיזבאללא קעמפער אינאיינעם מיט נאך 5 אנדערע אויסלענדישע רעבעלן. חיזבאלא האט געסטראשעט מיט נקמה און מדינת ישראל האט מאביליזירט מער סאלדאטן צו די גרעניץ מיט לבנון.

JD Media
הצלחה
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”