צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אור
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך אור » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 2:42 pm

נישט שלעכט
צוגעלייגטע
TWIT.jpg
TWIT.jpg (33.37 KiB) געזעהן 1889 מאל

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 2:51 pm

אור האט געשריבן:נישט שלעכט

;l;p- ;l;p-

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 3:45 pm

אור האט געשריבן:נישט שלעכט

;l;p- :lol: :lol: :lol:
ספענט 40$ און באקומט 40$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:07 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך אאי » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:25 pm

אור האט געשריבן:נישט שלעכט

יא זייער גוט!!!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קרייסלער » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:41 pm

עפעס פאזיטיווע נייעס אין טערמס פון פאולינג ???

אויב טראמפ געווינט וועט מען שרייען אז די פאולס זענען (נאכאמאל) געווען ראנג

אבער די אמת איז אז סאיז נישט אינגאנצן אזוי
אין יעדע פאול איז דא א געוויסע פראצענט פון אונדיסיידעד וואוטערס און פאריגע מאל האט טראמפ באוויזן צו כאפן רוב פון די זיי אדער עטליעסט גענוג צו פארלויפן די וועג פון קלינטאן

די פראבלעם איז א רוב פאולס פירן שוין נישט דורך קיין פאולס אזוי נאנט צו די וואהלן סא וועגן דעם איז כמעט נישט געווען קיין איין פאול וועלכע האט עס פארגעזאגט פאר טראמפ, און אפגערעדט אז די רקפ עוורעזש האט עס זיכער נישט געקענט זאגן

אין א געוויסע זין האט זיך די טראמפ קאמפיין אנגעהויבן קנאפע צוויי וואכן צוריק ווען טראמפ האט אנגעהויבן מיט די ראליס, ער הייטערט אויף זיין באזע לייק קרעזי בעת וואס ביידן שלאפט פיין אריין צו זיין אויסגערוהט פאר זיין וויקטארי ספיטש

באדעם ליין: די נעקסטע צען טעג איז א געים טשענזשער אבער סגייט כמעט נישט זיין קיין נייע פאולס דאס צו רעפלעקטירןב
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

נקדימון האט געשריבן:פלארידע:

אווער אלל דעמאקראטישער ליעד איז 364,138 שטימען

אין 16' האבן רעפובליקענס אום עלעקשאן דעי אפגעווישט דעמאקראטנס 245,000 פרי-עלעקשאן דעי ליעד, און נאך צוגעלייגט 113,000. דאס הייסט אז צו געווינען העטן דעמאקראטן געדארפט א 360,000 פרי עלעקשאן ליעד.

זיי שטייען יעצט ביי דעם נומער, און ס'פאלט ביי די טאג ווייטער מיט ריזיגע נומבערס (היינט אליין 40,000 אראפ), און לייג נאך צו אז א שיינע נומבער רעפובליקענס וואס האבן אין '16 געוויילט מעיל אין שטיפן עס יעצט אפ צו עלעקשאן דעי (יא אין פערסאן ערלי אויך, אבער זיכער עלעקשאן דעי אויך) לפי זה איז טייטש אז אפגעזעהן עפעס א נס פון אן אומגעזעהנע דעמאקראטישע טורנאוט סורדזש די נעקסטע פאר טעג, איז ביידען דארט דערנאך. און נאך מיט א גרעסערע נומבער ווי קלינטאן.

וויאזוי קען דאס זיין? זייער פשוט, די אבאמא און אפילו קלינטאן קאאליציע איז צוטראסקעט! די ספאנישע און שווארצע זענען מיט ריזיגע נומבערס ביהיינד פאר ביידען. די איינציגסטע טרייסט זיינער איז אז אלטע פיקט ער אויף מער ווי זיי, אבער עס קוקט אויס סאיז ווייט נישט גענוג איבערצוקומען און טראמפ איז אויפן וועג צו א מעסיוו וויקטארי אין פלארידע.

פלארידע איז די קריטישסטע סטעיט פאר ביידע פאר 2 סיבות. קודם כל, טראמפ קען נישט געווינען אן דעם, ווידער ביידען אן דעם מוז אנהייבן סקרעמבלען צו שאפן דעם לאך, אדער פענסילוועניע אדער א קאמבינאציע פון עטליכע רויטע שטאטן, וואס איז שטייצעך אנלייקלי אין קעיס פון א פלארידע פארלוסט.

צווייטענס, ווייל פלארידע, נארט קאראליינע גייען זיין די איינציגסטע שטאטן צו ווערן געקאולט עלעקשאן נייט. דאס גייט געבן מאסיווע פולווער פאר טראמפ און א שרעקליכע נידערלאגע פארן ביידען קאמפיין, אפילו ער קוועטשט צום סוף ארויס א זיג דורך די אנדערע שטאטן וועט עס אבער זיין נאך לאנגע פארמאטערטע שווארצע מרה שחורה'דיגע טעג און ווארשיינליך אנגעצויגענע ציילונגען און קאורט מלחמה'ס.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שמערלער » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:

כאפצעם איך גלייך דיינע אנאליזען.
דאס מיינט אז דאס קען מען זאגן יעצט אין יעדע סטעיט ?
זעסט פאר א 2016 חזרה ?
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:32 pm

ניין

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:34 pm

15e717b6282f45b89c5b7f01b88b5b9e.jpg
15e717b6282f45b89c5b7f01b88b5b9e.jpg (104.58 KiB) געזעהן 1235 מאל

איך ווייס נישט אויב שוין געווען דא.

אלע רבנים אז מזאל וואוטן פאר טראמפ

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שמערלער » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:39 pm

דא שטייט נישט קיין ווארט צו וואויטען פאר אים, דאס איז א דאנק בריוו וואס איז געשיקט געווארן פארן פרעזידענט א שטיק צייט צוריק.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:55 pm

6f03f2a99c984c1692ee980a3c237c05.jpg
6f03f2a99c984c1692ee980a3c237c05.jpg (276.55 KiB) געזעהן 1113 מאל

זיי שרייבן אז דאס א 50cent אפעקט

נאך וואס א גרויסע שישקע ביי דער שווארצער איז ארויס געקומען שטארק פאר טראמפ מיט א ליין אז מיט ביידען וועט ער ווערן פון 50 סענט צי 20 צענט ווייל אזוי סאך טעקס וועט ציקומען.

זינט דאן דאס איז זייער נומבערס
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.

שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:58 pm

וואס איז געווען די מערסטע נאכגעפאלגט בשעת און נאכן דיבעיט אויף סאושיל מידיע.

b102f5750d4b4fd8a99bee47993b2b87.jpg
b102f5750d4b4fd8a99bee47993b2b87.jpg (69.67 KiB) געזעהן 1095 מאל
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.

שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:59 pm

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
15e717b6282f45b89c5b7f01b88b5b9e.jpg

איך ווייס נישט אויב שוין געווען דא.

אלע רבנים אז מזאל וואוטן פאר טראמפ

הכרת הטוב בריוו צום פרעזידענט פון אדמורי"ם מפאפא, וויזניץ, באבוב, מונקאטש, סקווירא, רחמסטריווקא, סאטמאר, סאטמאר, הגר"ש קאמינעצקי, הגר"מ וואלפסאן, הגרא"ד וואכטפויגל, הגר"מ קאטלער, און עפעס א חב"ד'סקער.

קיין ווארט איבער וואוטן...

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך טרעף מיך » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:06 am

50cent האט שוין היינט צריק געצויגן, ווייל איינער האט זיך אונטער גענימען צו צאלן זיינע טעקסעס...

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:02 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ברעחדך קאפ האט געשריבן:
15e717b6282f45b89c5b7f01b88b5b9e.jpg

איך ווייס נישט אויב שוין געווען דא.

אלע רבנים אז מזאל וואוטן פאר טראמפ

הכרת הטוב בריוו צום פרעזידענט פון אדמורי"ם מפאפא, וויזניץ, באבוב, מונקאטש, סקווירא, רחמסטריווקא, סאטמאר, סאטמאר, הגר"ש קאמינעצקי, הגר"מ וואלפסאן, הגרא"ד וואכטפויגל, הגר"מ קאטלער, און עפעס א חב"ד'סקער.

קיין ווארט איבער וואוטן...

האט עס איינער קלארער? אדער PDF

דאס איז זייער היסטאריש, כ'גלייב פון אנדערע רביס אויך, אבער איך אלס סקוויראער חסיד, וואס מיין רביס חתימה ווערט אין ערגעץ נישט געזען (חוץ אויף חתונה בריוולעך וכו', אבער אויף קיין שום קול קורא וכו') און דא ווערט עס ארויסגעלייגט מיינט עס זייער אסאך, און כ'וואלט יא געזאגט אז כאטש ס'שטייט נישט ברחל בתך הקטנה "וואוט פאר טראמפ" איז עס יא א גאר שטארקע אינדארסמענט פאר אים.

כ'מיין אז איינער וואס זאגט אנדערש - ספעציעל נאך וואס געוויסע פון די אינטערגע'חתמ'נטע רבנים זענען שוין ארויס קלאר אז מ'זאל שטומען פאר אים - מיינט דאס אז ער וויל נישט פעיסן די מציאות אז ווי משוגע ער האלט אז טראמפ איז, דארף א איד וואויטן פאר אים פשוט אלס הכרת הטוב און אלס בקשה להבא... ס'איז דא זאכן וואס האבן צוויי צדדים, און ס'איז דא זאכן וואס מ'מוז זיין זייער בלינד צו זאגן.

כ'מיין אז ס'וואלט געמעגט זיין אן אשכול פון רבנים און אפציעלע עסקנים אין שטוצע פון קאנידאטן. דארט וועט מען קלאר זען וואס די אידישע שטאנדפונקט איז.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין שוך

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:05 am

טאקע צוריק געצויגן? אדער ס'איז נאר א וויץ?
בעסער ווי הונדערט פריינט, איז איין פריינט וואס וועט שטיין מיט דיר קעגן הונדערט פיינט

קרעדיט: מעלות

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שטיין » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:36 am

בעסער אזוי האט געשריבן:טאקע צוריק געצויגן? אדער ס'איז נאר א וויץ?

Yup he says on Twitter, that he never liked Trump
!! Have it in mind, Don't be right be smart

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שטיין » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:37 am

It was just a prank or what
!! Have it in mind, Don't be right be smart

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:41 am

כככ...
אויב ביסטוא סעלעברעטי, שווארץ און א בעל חוב האב איך א זעלטענע סגולה פאר דיר:

אינדארסיר טראמפ

טוה עס שוין ווייל עס לויפט באלט אפ.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:44 am

אויב האט ער אויפגעקלערט אפאר מענטשען דאס זיי גייען נאר איינצאלן מער טעקס אויב מאכן זיי עפעס געלט, דאן קען ער שוין צירוק ציען עס גייט נישט אזוי שנעל אהין און צירוק , נאכדערצו אז דער וואס צאלען צאלן נאר פאר איהם נישט פאר די אנדערע
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.

שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14802
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:02 am

בעסער אזוי האט געשריבן:טאקע צוריק געצויגן? אדער ס'איז נאר א וויץ?

ער זאגט אז עס איז קיינמאל געווען אמת.
20201025_030123.jpg
20201025_030123.jpg (230.97 KiB) געזעהן 621 מאל
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:15 am

איינער קען מיר מסביר זיין ווער איז דאס?
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך ארחיקה נדד » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:14 am

כאפצעם האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:פלארידע:

אווער אלל דעמאקראטישער ליעד איז 364,138 שטימען

פלארידע איז די קריטישסטע סטעיט פאר ביידע פאר 2 סיבות. קודם כל, טראמפ קען נישט געווינען אן דעם, ווידער ביידען אן דעם מוז אנהייבן סקרעמבלען צו שאפן דעם לאך, אדער פענסילוועניע אדער א קאמבינאציע פון עטליכע רויטע שטאטן, וואס איז שטייצעך אנלייקלי אין קעיס פון א פלארידע פארלוסט.

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
מוז דען נישט טראמפ אויך געווינען פענסילוועניע אין ארדער ארויסצוקוועטשן א זיג?
אקעי! נאך עפעס?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:23 am

יא

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך יצחק אייזיק » זונטאג אוקטובער 25, 2020 10:02 am

כאפצעם האט געשריבן:יא

אפי' אויב ער געווינט די קאראליינעס, אריזאנע און מישיגען?

אין די אלע 3 האט ער די זעלבע אדער מער שאנסן ווי אין פענסילוועניע.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מרדכי ש און 24 געסט