ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

דממה דקה האט געשריבן:עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שלחן ערוך אז די לאקאלע עסקנים מוזן האבן אן אינדארסירטע קאנדידאט ביי יעדע פארמעסט

אט אזוי!
צו מאכן א קאמפיין אויב מ'האט שוואכע שאנסן צו געווינען, אדער שרייען פיקוח נפש ווען ס'איז מהיכא תיתי, בעק פייערד פשוט ווען ס'איז יא וויכטיג.
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שלחן ערוך אז די לאקאלע עסקנים מוזן האבן אן אינדארסירטע קאנדידאט ביי יעדע פארמעסט

אט אזוי!
צו מאכן א קאמפיין אויב מ'האט שוואכע שאנסן צו געווינען, אדער שרייען פיקוח נפש ווען ס'איז מהיכא תיתי, בעק פייערד פשוט ווען ס'איז יא וויכטיג.

שוואכע שאנסן צו געווינען?!

א) מ'קען ווען נישט האבן נאך 500 וואוטס?
ב)דאס אז מ'גייט פראבירן די בעסטע מיט איר און מ'האפט אויף די בעסטע, נעמט בכלל נישט אוועק דאס וואס די עסקנים האבן געשריבען און געזאגט בעפאר די עלעקשן ס'איז אלעס וואר (סיי איבער וו''ב בלאק-וואוט סיי איבער די גיטריישאפט פון לענטאל און סיי איבער די וויזיע פון די לינקע)
ועוד אן א קאמפיין ברענגט וו''ב 1500 וואוטס און דאס איז שוין איינמאל פאליטישע פיקוח נפש
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דממה דקה האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:וואס דען וואלט איר געראטן די עסקנים צו טון נאכדעם וואס זי האט פאקטיש געווינען?

איז טאקע זייער וויכטיג צו אנהאלטן א שארפן געפעכט מיט אן אמיטערנדן באאמטער און נישט ח"ו צייגן אז מיר ווילן לעבן גוט מיט איר ?

וואס גייט פאר מיט מענטשן היינט צוטאגס? גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי זענען מיר אזוי משוגע געווארן ל"ע

נישט צו פארדרייען די וויליאמסבורג נייעס אשכול וועל איך דיר דא ענטפערן.

די פראבלעם מיט די עסקנים איז וויאזוי מען האט באהאנדלט מרס געלעגער פארן געווינען! נישט נאכדעם.

מען האט איר פערזענליך אראפגעריסן אויף די קאמפיין בראשורן, און פערזענליך געטשעפעט אויף טוויטער, זי האט אינז נישט אראפגעריסן, זי האט נישט קאמפיינט קעגן וויליאמסבורג, פארוואס? ווייל אונז נעמען זיך אן פאר די אינקאמבענט? איז דאס ווי אידן דארפן זיך אויפפירן? וואס איז מיט די הזהרו בגוי קטן?

פון די אנדערע זייט האט מען געפירט א לופטיגע קאמפיין, א קאמפיין אן קיין איין הבטחה פאר די טובה און די עתיד פון וויליאמסבורג, וואוט פאר לענטאל, ווייל ער איז אן אינקאמבענט... ווייל ער איז נישט די צד שכנגד...

וואס איך וואלט געראטן די עסקנים צו טון נאכדעם וואס זי האט פאקטיש געווינען? זייער פשוט, זיך אראפזעצן מיט מרס געלעגער און איר מסביר זיין אונזערע געברויכן, נעמען אן הבטחה אז זי וועט אונז העלפן מיט די זאכן, און ארויסקומען מיט אן אפענע קאמפיין אז מרס געלעגער זאגט צו די פאלגענדע זאכן אשר על כן טוהן מיר איר אינדארסירן, אבער אויב זי וויל גארנישט צוזאגן מוז מען איר נישט אינדארסירן, און מען מוז נישט אינדארסירן איר קעגנער, עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שלחן ערוך אז די לאקאלע עסקנים מוזן האבן אן אינדארסירטע קאנדידאט ביי יעדע פארמעסט, מען דארף רואיג ווארטן צו די נעקסטע עלעקשאן און דעמאלטס מאכן זיכער צו האבן א קאנדידאט וואס וועט צוזאגן הבטחות פאר די טובה פון תושבי וויליאמסבורג, און אינדארסירן יענעם קאנדידאט אפילו אויב מרס געלעגער איז אן אינקאמבענט.

מען האט דא געברעגט אז מען האט בשנת תשל"ג אויסגערופן אין ביהמ"ד יום כיפור אז מען זאל וועלן פאר א געוויסן קאנדידאט, וואס מען האט נישט געשריבן אז דאס איז געווען קעגן אן אינקאמבענט, מען האט נישט מורא געהאט פון וואוטען קעגן אן אינקאמבענט, דאס איז א תורה שלימה וואס מען האט אויפגעמאכט אין די 2000 יארן אז די אינקאמבענט איז פארהייליגט ווי כאילו ער איז קייזער פראנץ יאזעף, מען קען ארויס קעגן אן אינקאמבענט! עס איז נישט קעגן די תורה.

פיין, אבער דאס האט גארנישט צוטוען מיט דאס וואס דו האסט כאילו געוואלט ארויסלערנען פון די טוויט אז בעצם איז מען שוין פריינט מיט געלעגער'ן פון לאנג. החלפת טענותיך.
--

לגבי די איצטיגע תגובה, איך בין נישט באקאנט מיט וואס מ'האט זיך גערייצט אויף טוויטער, אויב איז הכצעקתך, דאן ביזטו גערעכט אין דעם פרט.

היימישע אידישע מקוה ליפלעטן קען מען דן זיין צו ס'האט די זעלבע דין.
---
לגבי די "ליפטיגע" קאמפיין וואס מ'האט געפירט. און צו מ'האט טאקע נישט געהאט קיין טובות פון לענטאל במשך די יארן, און צו מ'האט נישט געהאט חשבונות מיט אויף די צוקונפט אהן עס מיטטיילן מיטן עולם, און צו נאר ציבור'שע זאכן זענען וואס זענען וויכטיג, אדער האבן אן אפענע אויער יחידים בעת צר פאר זיך אליין איז סיבה צו וועלן פאר לענטאל, האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין מער ווי דאס וואס איז שוין געווארן דא גע'טענה'ט במשך די גאנצע תקופה.

--
זאגסט אז אויב זי זאגט גארנישט צו, זאל מען איר נישט אינדארסירן. אפשר אויב מ'וועט מיט דעם אלעם איר יא אינדארסירן וועט מען עווענטועל קענען באקומען כאטש עטוואס טובות פון איר? אפשר אין צוויי יא ארום? אפשר פאר יחידים? יש לעיין. איך ווייס נישט פארוואס דו ביזט אזוי איבערצייגט אז דאס איז די ריכטיגע מהלך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אורח הכבוד האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שלחן ערוך אז די לאקאלע עסקנים מוזן האבן אן אינדארסירטע קאנדידאט ביי יעדע פארמעסט

אט אזוי!
צו מאכן א קאמפיין אויב מ'האט שוואכע שאנסן צו געווינען, אדער שרייען פיקוח נפש ווען ס'איז מהיכא תיתי, בעק פייערד פשוט ווען ס'איז יא וויכטיג.

שוואכע שאנסן צו געווינען?!

א) מ'קען ווען נישט האבן נאך 500 וואוטס?
ב)דאס אז מ'גייט פראבירן די בעסטע מיט איר און מ'האפט אויף די בעסטע, נעמט בכלל נישט אוועק דאס וואס די עסקנים האבן געשריבען און געזאגט בעפאר די עלעקשן ס'איז אלעס וואר (סיי איבער וו''ב בלאק-וואוט סיי איבער די גיטריישאפט פון לענטאל און סיי איבער די וויזיע פון די לינקע)
ועוד אן א קאמפיין ברענגט וו''ב 1500 וואוטס און דאס איז שוין איינמאל פאליטישע פיקוח נפש

געלעגער האט עכט געזאלט געווינען מיט טויזנטער שטימען, וואס זענען גע'פסל'ט געווארן, ווען לענטאל שלעפט ארויס א פיצי זיג, וואלט געווען פארצויגענע געריכטן, אפילו יעצט איז געלעגער דאכציך אין געריכט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:וואס דען וואלט איר געראטן די עסקנים צו טון נאכדעם וואס זי האט פאקטיש געווינען?

איז טאקע זייער וויכטיג צו אנהאלטן א שארפן געפעכט מיט אן אמיטערנדן באאמטער און נישט ח"ו צייגן אז מיר ווילן לעבן גוט מיט איר ?

וואס גייט פאר מיט מענטשן היינט צוטאגס? גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי זענען מיר אזוי משוגע געווארן ל"ע

נישט צו פארדרייען די וויליאמסבורג נייעס אשכול וועל איך דיר דא ענטפערן.

די פראבלעם מיט די עסקנים איז וויאזוי מען האט באהאנדלט מרס געלעגער פארן געווינען! נישט נאכדעם.

מען האט איר פערזענליך אראפגעריסן אויף די קאמפיין בראשורן, און פערזענליך געטשעפעט אויף טוויטער, זי האט אינז נישט אראפגעריסן, זי האט נישט קאמפיינט קעגן וויליאמסבורג, פארוואס? ווייל אונז נעמען זיך אן פאר די אינקאמבענט? איז דאס ווי אידן דארפן זיך אויפפירן? וואס איז מיט די הזהרו בגוי קטן?

פון די אנדערע זייט האט מען געפירט א לופטיגע קאמפיין, א קאמפיין אן קיין איין הבטחה פאר די טובה און די עתיד פון וויליאמסבורג, וואוט פאר לענטאל, ווייל ער איז אן אינקאמבענט... ווייל ער איז נישט די צד שכנגד...

וואס איך וואלט געראטן די עסקנים צו טון נאכדעם וואס זי האט פאקטיש געווינען? זייער פשוט, זיך אראפזעצן מיט מרס געלעגער און איר מסביר זיין אונזערע געברויכן, נעמען אן הבטחה אז זי וועט אונז העלפן מיט די זאכן, און ארויסקומען מיט אן אפענע קאמפיין אז מרס געלעגער זאגט צו די פאלגענדע זאכן אשר על כן טוהן מיר איר אינדארסירן, אבער אויב זי וויל גארנישט צוזאגן מוז מען איר נישט אינדארסירן, און מען מוז נישט אינדארסירן איר קעגנער, עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שלחן ערוך אז די לאקאלע עסקנים מוזן האבן אן אינדארסירטע קאנדידאט ביי יעדע פארמעסט, מען דארף רואיג ווארטן צו די נעקסטע עלעקשאן און דעמאלטס מאכן זיכער צו האבן א קאנדידאט וואס וועט צוזאגן הבטחות פאר די טובה פון תושבי וויליאמסבורג, און אינדארסירן יענעם קאנדידאט אפילו אויב מרס געלעגער איז אן אינקאמבענט.

מען האט דא געברעגט אז מען האט בשנת תשל"ג אויסגערופן אין ביהמ"ד יום כיפור אז מען זאל וועלן פאר א געוויסן קאנדידאט, וואס מען האט נישט געשריבן אז דאס איז געווען קעגן אן אינקאמבענט, מען האט נישט מורא געהאט פון וואוטען קעגן אן אינקאמבענט, דאס איז א תורה שלימה וואס מען האט אויפגעמאכט אין די 2000 יארן אז די אינקאמבענט איז פארהייליגט ווי כאילו ער איז קייזער פראנץ יאזעף, מען קען ארויס קעגן אן אינקאמבענט! עס איז נישט קעגן די תורה.

דיין תגובה איז פארפירעריש

לענטאהל האט געהאלפן גאר אסאך פאר וויליאמסבורג און ס'קומט אים א הכרת הטוב. נאכמער. ער האט געהאלפן מיט זאכן וואס ער קען ניטאמאל זיך אויפטוהן מיט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:

איך בין בכלל נישט אריין אין די נושא פון אינדארסירן לענטאל, נאר אין די וועג ווי אונז זעמיר באגאנגען מיט לענטאל'ס קעגנער, דו ווילסט אינדארסירן לענטאל אלץ הכרת הטוב געזונטערהייט, שרייב אז לענטאל איז אונזער פריינט, ער האט דעליווערט פאר די קאמיוניטי כך וכך*, און וועט ווייטער אי"ה דעליווערן כך וכך*, און מען זאל וועלן פאר אים צוליב הכרת הטוב, באט פארוואס האט מען אראפגעמאלן די קעגנער אלץ די שוידערליכע פערזאן, פארוואס זעהט מען נישט ווייטער ווי די שפיץ נאז, אפילו גויאיש גערעדט איז דאס סטופיד און נאריש, וואסערע פנים מען טראגט ווען די שעדליכע שוידערליכע מענטש געווינט און מען דארף גיין מיט אן אראפגעלאזטע נאז און זאגן אונז זענען אלטע פריינט פון קאמיוניטי בארד 1, אה אי מלכא אנא... אפגערעדט אז אידיש מעג זיך אזוי נישט פירן, א איד אין גלות רייצט זיך פערזענליך מיטן גוי.

---
* סארי פאר שרייבן כך וכך, איך ווייס פשוט נישט וואס צו שרייבן דארט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לייקענסט אז זי איז קעגן אונז?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:לייקענסט אז זי איז קעגן אונז?

אויש דו גלייבסט נאך די קאמפיין סלאגאנען.

אבער אפילו אויב זי איז ווען יא קעגן אונז, איז נאריש קינדיש און נישט אידיש צו פירן א פערזענליכע העצערישע קאמפיין קעגן איר.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:אויש דו גלייבסט נאך די קאמפיין סלאגאנען.

ניין. איך האב געזען איר אידישע סייט מיט די דיפלאמאטישע צונג געדרייעכטץ איבער עדיוקעישן און גלייכקייט (אויב געדענק איך גוט)

דממה דקה האט געשריבן:אבער אפילו אויב זי איז ווען יא קעגן אונז, איז נאריש קינדיש און נישט אידיש צו פירן א פערזענליכע העצערישע קאמפיין קעגן איר.

קען זיין אז די מערכה קעגן איר איז נישט ריכטיג אבער אינטערעסאנט איז אז מ'פארלאנגט פון די עסקנים צו מאכן גוי'אישע פאבליק רילעישאנס סטאנטס כדי דער עולם זאל קומען וואוטן אבער ווען זיי טוהען עפעס כדי ארויסצוברענגען דעם עולם דרייט מען אז ס'איז נישט אידישלעך

ברענג אהער

מען פארלאנגט גוי'אישע פאבליק רילעישאנס סטאנטס? קיינמאל נישט געהערט דערפון.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:ברענג אהער

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... rX_4lcrCv8
כ'קען נישט ברענגען די תוכן ווייל מיין פילטער לאזט נישט אריין

זי האט עס אויך געהאט אויף איר וועבסייט. כ'ווייס נארנישט וויאזוי עס צו זוכן

און דאס איז שוין די "שיינע" ווערסיע. פאר "אונז"

דממה דקה האט געשריבן:מען פארלאנגט גוי'אישע פאבליק רילעישאנס סטאנטס? קיינמאל נישט געהערט דערפון.

וואס מ'פארלאנגט פון די עסקנים כדי צו "ווייזן" אז זיי ארבעטן איז גוי'איש. נישט גוי'איש ווי דזשינס אבער מ'וויל נאכמאכן דעם גוי דורך ווייזן פאוער און אומצופרידנקייט פארגעסנדיג אז מ'איז אין גלות. מאכן פרעס קאנפערענצן מיט פועל דמיוני'ס העלפט נישט אין קיין שום וועג חוץ פון אויפרייצן דעם װאס וויל פארקערט ווי דיר אז ער זאל זיך אויך נעמען טוהן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

דממה דקה האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:לייקענסט אז זי איז קעגן אונז?

אויש דו גלייבסט נאך די קאמפיין סלאגאנען.

אבער אפילו אויב זי איז ווען יא קעגן אונז, איז נאריש קינדיש און נישט אידיש צו פירן א פערזענליכע העצערישע קאמפיין קעגן איר.

ניו יארק סיטי און ניו יארק סטעיט קוקט אויס ווי ס׳קוקט אויס צוליב די מהלך המחשבה און די פרישע געזעצן פון די ״לינקע״.

יא, לענטאל האט זיך צוגעשטעלט צו לינקע משוגעת׳ן נאך די 2018 געווינסן פון די פראגרעסערס, אויס מורא פאר זיין בענקל. ער איז פארט נישט אזוי געלינקט ווי איר און ס׳איז ווייטאגליך אז די חרדי׳שע וויליאמסבורג האט דעליווערט נאך א קאנדידאט פאר די לינקע באזע אין אלבאני. די כח פון די סאמע לינקע איז געווארן שטערקער מיט איר געווינס און מיט נאך אזאנע ווי איר. לאמיר צוריקקומען נאכ׳ן קומענדיגן לעגעסלעטיוו סעסיע אין אלבאני אין 2021 צו אנאליזירן וואסאפארא געזעצן זיי האבן באוויזן דורכצופירן.
ישראל אשר בך אתפאר
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ברענג אהער

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... rX_4lcrCv8
כ'קען נישט ברענגען די תוכן ווייל מיין פילטער לאזט נישט אריין

זי האט עס אויך געהאט אויף איר וועבסייט. כ'ווייס נארנישט וויאזוי עס צו זוכן

און דאס איז שוין די "שיינע" ווערסיע. פאר "אונז".

סא וואס איז שלעכט דא?
emily gallagher האט געשריבן:אפענער בריוו פון עמילי גאלעגער צו די חסידישע אידישע וויילער פון וויליאמסבורג

משך פון די לעצטע וואך צייט האב איך ערהאלטן פארשידענע אנפראגען אויב איך האב גענומען א שטעלונג אין פאליטיק אויף געוויסע פאליטישע ענינים וכדומה. דעריבער וויל איך קלארשטעלן דעם מציאת הדברים:

איך בין א לאנג יעריגער איינוואונער אין ברוקלין, טיף פארפליכטעט צו רעפרעזעטירן פלייסיג יעדן איינציגן טייל פון דעם פופציגסטן אסעמבלי דיסטריקט צוגלייך. מיט אייפער און נאמנות אפגעזען יענעם’ס ראסע רעליגיע אדער זייער פערזענליכער לעבן. — איך וועל קעמפן פאר אייך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן. דער אידישער געמיינדע אין וויליאסבורג איז גאר א וויכטיגער טייל פון דעם דיסטריקט.

דורכאויס מיין יארן לאנגער ‘קאמיוניטי בארד’ דינסט האב איך געהאט די זכי’ צו ארבייטן מיט אסאך חסידישע פירער און עסקנים, די דרום-וויליאמסבורגע קהילות האבן ערנסטע געברויכן, פון צוגעגענליכע דירות האוזינג, ביז פארברייטערן די קינדער פרי-סקול וואושטערס. איך וועל קעמפן פאר אייך.

איך בין גאר שטארק אנטוישט געווען אין דעם איצטיגן רעגירונג באהאנדעלונג פונעם קאראנע-ווירוס עפידמיע. מיר האבן פארלוירן צופיל טייערע שכנים אונזערע. אריינגערעכט פון דרום-וויליאמסבורג. איך גלויב אז מען וואלט געדארפט דערלויבן די פארזיכערטע שפיטעלער באזיכער פראגראם נאך מיט וואכן צוריק. צו פארזיכערן אז די פאציענטן האבן טאקע באקומען די ריכטיגע באדינוג.

אויב אונזערע פובליק געזונטהייט עקספערטן האבן געזאגט אז ‘דעי-קעמפס’ איז פארזיכערט צו עפענען דעם זומער אין די סיטי און אין גאנץ ניו יארק, פארשטיי איך נישט פארוואס זיי לאזן נישט עפענען די געהעריגע קעמפס אויך? משפחות דארפן נארמאלע און פארזיכערטע פארוויילונגען, און קעמפס זענען קאנטראלירטע סביבות. איך וועל שטופן פאר זייער עפענונג.

ועל כולם, וויל איך פארזיכערן אז מיר זאלן נישט פארגעסן פון די פחדים’דיגע פארמערונג פון אנטיסעמיטישע האסן-פארברעכן אטאקעס איבער די לעצטע יארן אין ניו יארק און איבער’ן גאנצן לאנד. האסע האט נישט קיין היים דא.

איך קוק שטארק ארויס, צו ארבייטן מיט די גאנצע אידישע קהילה אין וויליאמסבורג און איך בעט אייך נישט מקבל זיין די די היציגע קאמפיין לשון הרע’ס קעגן מיר פערזענליך וואס איר וועט זיך מעגליך אנשטויסן די קומענדיגע צוויי טעג!

דו האסט א שלעכט ווארט פון איר אויף די קאמיוניטי? יא אדער ניין?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:סא וואס איז שלעכט דא?

ביסט גערעכט. דא איז נישטא קיין שלעכטס

איי געס ס'איז אויף איר סייט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:סא וואס איז שלעכט דא?

ביסט גערעכט. דא איז נישטא קיין שלעכטס

איי געס ס'איז אויף איר סייט

הענדימען האט געשריבן:לייקענסט אז זי איז קעגן אונז?

יאפ.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זאגסטו אז מד נידערמאן האט זיך צאמגעשטעלט מיט נמ אינדיג צו מאכן מיט אונז פורים ווייל.....

עפעס איז זייער ראנג מיט דיר במחילת כבודך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:זאגסטו אז מד נידערמאן האט זיך צאמגעשטעלט מיט נמ אינדיג צו מאכן מיט אונז פורים ווייל.....

עפעס איז זייער ראנג מיט דיר במחילת כבודך

איך נעם עס אן אלץ א קאמפלימענט.
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

דממה וואס איז עמליס פלאן לגבי טעקס
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אפשר פארקערט האט געשריבן:דממה וואס איז עמליס פלאן לגבי טעקס

אז מען רעדט שוין פון דעם...

@em4assembly
We recognize the financial hardship this will place on small landlords. The City and State should explore a means-tested property tax vacation while rent payments are suspended.

Resources must also be made available for critical repair work during and after this period.

אונזער ערוועלטער פריינט סטיוו לעווין פארשטייט אבער אנדערש, זאל דער עולם ווייטער צאלן, און זאל די סיטי קאלעקטן פענעלטיס ווי כאילו מען האלט אינמיטן ד 7 זאטע יארן.

איך רעדט לגבי די קאנדא און פרייועט האזער טעקס וואס די רעדסט ארים אויבען
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אפשר פארקערט האט געשריבן:איך רעדט לגבי די קאנדא און פרייועט האזער טעקס וואס די רעדסט ארים אויבען

איך האב נישט געטראפן אויף איר וועבסייט ווי זי רעדט דערוועגן.

https://www.google.com/search?q=site%3A ... operty+tax
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”