ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

ווילי - ערוויילטע פאליטישאנס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 12, 2020 12:31 pm

eller האט געשריבן:ווער רעדט פון א איד ?
מ'רעדט דא אז אונזער הימישע געגענט זאל צושטעלן אליינס א אסעמבלימאן, או ןטאקע א גוי, ווי למשל סטיוו לעווין.
בקיצור קודם זאלן אלע און כ'מיין טאקע אלע, (אפילו די אומלעגאלע...) זאלן צוריקשיקן די צענזוס..

אז מען רעדט פון סטיוו לעווין 'אונזער' קאנסילמאן...
פאריגע וואך ווען קלמן יעגער האט אויפגעברענגט אין סיטי קאנסול אז מען זאל נישט טשארדשן קיין אינטרעסט אויף פראפערטי טעקס וואס מען איז שפעט צו צאלן צוליב קאראנע, און 'אונזער קאנסילמען' האט געוואוט נעגעטיוו.

נאך א מזל אונז האבן 'אונזער' קאנסילמאן...
person-man-woman-camera-tv = genius

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך lazy » זונטאג יולי 12, 2020 2:18 pm

דממה דקה האט געשריבן:

די ווייסט וויפיל האבן געוואוט דערפאר און וויפיל דערקעגן? האט עס געהאט טשענסעס דורכצוגיין בכלל?

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג יולי 12, 2020 2:27 pm

lazy האט געשריבן:

אויב וואלט לעווין געפייט דערפאר, וואלט עס זיכער געהאט גרעסערע שאנסען דורכצוגיין
אז יענער קען קענסטו אויך

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יולי 12, 2020 2:42 pm

לעווין איז נישט אונזער קאונסילמאן. ער פארטרעט אונז אפשר אויך צווישן אנדערן. אבער איך זע נישט פארוואס ער זאל ארויסגיין זיין וועג פאר אונז. אונז קעמיר נישט האבן קיין אייגענעם קאנסילמאן לויט די יעצטיגע בלאקוואוט.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 12, 2020 4:03 pm

lazy האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ווער רעדט פון א איד ?
מ'רעדט דא אז אונזער הימישע געגענט זאל צושטעלן אליינס א אסעמבלימאן, או ןטאקע א גוי, ווי למשל סטיוו לעווין.
בקיצור קודם זאלן אלע און כ'מיין טאקע אלע, (אפילו די אומלעגאלע...) זאלן צוריקשיקן די צענזוס..

אז מען רעדט פון סטיוו לעווין 'אונזער' קאנסילמאן...
פאריגע וואך ווען קלמן יעגער האט אויפגעברענגט אין סיטי קאנסול אז מען זאל נישט טשארדשן קיין אינטרעסט אויף פראפערטי טעקס וואס מען איז שפעט צו צאלן צוליב קאראנע, און 'אונזער קאנסילמען' האט געוואוט נעגעטיוו.

נאך א מזל אונז האבן 'אונזער' קאנסילמאן...

די ווייסט וויפיל האבן געוואוט דערפאר און וויפיל דערקעגן? האט עס געהאט טשענסעס דורכצוגיין בכלל?

13 יא קעגן 34 ניין.

און ערשטענס, ער דארף וואוטן פאר אונז אפילו אויב עס גייט נישט דארך.

צווייטענס, ווען ער וויל עפעס ווייסט ער וויאזוי צו שאפן וואוטס.
person-man-woman-camera-tv = genius

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 12, 2020 4:07 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:לעווין איז נישט אונזער קאונסילמאן. ער פארטרעט אונז אפשר אויך צווישן אנדערן. אבער איך זע נישט פארוואס ער זאל ארויסגיין זיין וועג פאר אונז. אונז קעמיר נישט האבן קיין אייגענעם קאנסילמאן לויט די יעצטיגע בלאקוואוט.

סטיוו לעווין האבן אונז אריינגעשטעלט, און ער איז נישט אונזער קאנסילמאן...

וואס האלטסטו דארף מען טוהן ווען ער לויפט נעקסטע מאל, וואוטן פאר אים? אמער ער איז דאך נישט אונזער קאנסילמען... אה די צד שכנגד גייט אוודאי זיין גאר געפערליך, און די רבנים וועלן מוזן בכגון דא מחייב זיין דעם עולם צו וואוטען...
person-man-woman-camera-tv = genius

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך lazy » זונטאג יולי 12, 2020 4:09 pm

לאמיר טראכטן:
לעוין איז אן אנטיסעמיט? ניין.
ער ווייסט אז אונז שטערט די הויכע קאנדא טעקס? יא.
דאן פארוואס וואוט ער דערקעגן???

תירוץ א׳: רוב (ליידער כעת) פון זיינע וואוטערס ווילן ער זאל וואוטען קעגן יעגערס געזעץ, ממילא וויל/קען ער אונז נישט ״אייביג״ העלפן אויב וויל ער נאכאמאל קענען געוואונען...
הגם (אולי נאר, כדאי אונז נישט צו פארלירן) וויל/וועט ער פיל מאל אונז אויך עפעס ברענגען צום טיש, ״סעיווד״ ער דעם ״עפעס״ אויף נאך וויכטיגערס, און/אדער אויף זאכן וואס האבן נישט אזא קעגנערשאפט און/אדער מידיע דעקונג ביי די איבריגע וואוטערס.

תירוץ ב׳: בהקדם מיטן פריערדיגן תירוץ, וועט ער אונז ׳אפילו נישט פרובירן׳ צו העלפן אויף א זאך וואס ער האלט דאס קען נישט דורכגיין, פארוואס אויפרעגן פיל פון זיינע וואוטערס אז ער שטיצט שוין ווייטער די אידן ווען ער טוט גארנישט אויף, (משא״כ יעגער שטעלט נישט איין זיין זיץ, אדרבא ער באקומט פרי קאוועריזש אויף וואטסעפפ ווי שווער ער ארבעט פאר אונז... צו זיין השתדלות האט געהאט 10 אדער 90% שאנס? ״הא קעירס״...).

אויף למעשה: אויב ווילן מיר אז לעוין אדער זיין נאכפאלגער זאל טון אלעס און נאר וואס מיר ווילן, דארפן מיר אנערקענען דאס אויבנדערמאנטע, און דאן דאס אדרעסירן, דהיינו:

עצה א׳: ׳טריפלען׳ אונזער עווריזש צאל שטימען, דאן וועלן מיר זיין די (שטארקע) רוב פון זיינע ״שטימעס״ (אפילו נאכאלץ נאר די מיעוט באפעלקערונג אין זיין דיסטריקט).

עצה ב׳: זיכער צומאכן אז וומסב״ג שיקט צוריק דעם צענזוס פארום, דאפעלט ווי ביי די לעצטע ציילונג, דאן קענען מיר האפן אז אונעם קומענדיגן רי׳דיסטריקט׳ינג וועט אונזער געגנט ווערן די רוב באפעלקערונג (און ממילא לייכטערהייט די רוב שטימען) אינ׳ם דיסטריקט.
וואס די תוצאות ע״פ דרך הטבע זענען גינסטיגע זעלבסט פארשטענדליך בס״ד.

עס איז אמת אז די עצות נעמען אביסעל צייט, אבער עס צאלט זיך אויס שנעל! (ומתן שכרה בצידה, וועט איר שפארן די צייט פון דארפן שרייבן טענות אויף אונזערע עסקנים און (״נישט/שוואך״ ערוועלטע) באאמטע...
לעצט פאראכטן דורך lazy אום זונטאג יולי 12, 2020 4:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

עכט איך
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 9:36 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך עכט איך » זונטאג יולי 12, 2020 4:10 pm

lazy האט געשריבן:לאמיר טראכטן:
לעוין איז אן אנטיסעמיט? ניין.
ער ווייסט אז אונז שטערט די הויכע קאנדא טעקס? יא.
דאן פארוואס וואוט ער דערקעגן???

תירוץ א׳: רוב (ליידער כעת) פון זיינע וואוטערס ווילן ער זאל וואוטען קעגן יעגערס געזעץ, ממילא וויל/קען ער אונז נישט ״אייביג״ העלפן אויב וויל ער נאכאמאל קענען געוואונען...
הגם (אולי נאר, כדאי אונז נישט צו פארלירן) וויל/וועט ער פיל מאל אונז אויך עפעס ברענגען צום טיש, ״סעיווד״ ער דעם ״עפעס״ אויף נאך וויכטיגערס, און/אדער אויף זאכן וואס האבן נישט אזא קעגנערשאפט און/אדער מידיע דעקונג ביי די איבריגע וואוטערס.
עצה
תירוץ ב׳: בהקדם מיטן פריערדיגן תירוץ, וועט ער אונז ׳אפילו נישט פרובירן׳ צו העלפן אויף א זאך וואס ער האלט דאס קען נישט דורכגיין, פארוואס אויפרעגן פיל פון זיינע וואוטערס אז ער שטיצט שוין ווייטער די אידן ווען ער טוט גארנישט אויף, (משא״כ יעגער שטעלט נישט איין זיין זיץ, אדרבא ער באקומט פרי קאוועריזש אויף וואטסעפפ ווי שווער ער ארבעט פאר אונז... צו זיין השתדלות האט געהאט 10 אדער 90% שאנס? ״הא קעירס״...).

אויף למעשה: אויב ווילן מיר אז לעוין אדער זיין נאכפאלגער זאל טון אלעס און נאר וואס מיר ווילן, דארפן מיר אנערקענען און דאן אדרעסירן דאס אויבנדערמאנטע, און דאס איז דורך:
עצה א׳: ׳טריפלען׳ אונזער עווריזש צאל שטימען, דאן וועלן מיר זיין די (שטארקע) רוב פון זיינע ״שטימעס״ (אפילו נאכאלץ נאר די מיעוט באפעלקערונג אין זיין דיסטריקט).
עצה ב׳: זיכער צומאכן אז וומסב״ג שיקט צוריק דעם צענזוס פארום, דאפעלט ווי ביי די לעצטע ציילונג, דאן קענען מיר האפן אז אונעם קומענדיגן רי׳דיסטריקט׳ינג וועט אונזער געגנט ווערן די רוב באפעלקערונג (און ממילא לייכטערהייט די רוב שטימען) אינ׳ם דיסטריקט.
וואס די תוצאות ע״פ דרך הטבע זענען גינסטיגע זעלבסט פארשטענדליך בס״ד.

עס איז אמת אז די עצות נעמען אביסעל צייט, אבער עס צאלט זיך אויס שנעל! (ומתן שכרה בצידה, וועט איר שפארן די צייט פון דארפן שרייבן טענות אויף אונזערע עסקנים און (״נישט/שוואך״ ערוועלטע) באאמטע...

;l;p-
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך און דו ביסט דו ווייל דו ביסט דו דעמאלטס בין איך איך און דו ביסט דו,
אבער אויב איך בין איך ווייל דו ביסט דו און דו ביסט דו ווייל איך בין איך דעמאלטס בין איך נישט איך און דו ביסט נישט דו.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 12, 2020 4:27 pm

lazy האט געשריבן:לאמיר טראכטן:
לעוין איז אן אנטיסעמיט? ניין.
ער ווייסט אז אונז שטערט די הויכע קאנדא טעקס? יא.
דאן פארוואס וואוט ער דערקעגן???

תירוץ א׳: רוב (ליידער כעת) פון זיינע וואוטערס ווילן ער זאל וואוטען קעגן יעגערס געזעץ, ממילא וויל/קען ער אונז נישט ״אייביג״ העלפן אויב וויל ער נאכאמאל קענען געוואונען...
הגם (אולי נאר, כדאי אונז נישט צו פארלירן) וויל/וועט ער פיל מאל אונז אויך עפעס ברענגען צום טיש, ״סעיווד״ ער דעם ״עפעס״ אויף נאך וויכטיגערס, און/אדער אויף זאכן וואס האבן נישט אזא קעגנערשאפט און/אדער מידיע דעקונג ביי די איבריגע וואוטערס.
עצה
תירוץ ב׳: בהקדם מיטן פריערדיגן תירוץ, וועט ער אונז ׳אפילו נישט פרובירן׳ צו העלפן אויף א זאך וואס ער האלט דאס קען נישט דורכגיין, פארוואס אויפרעגן פיל פון זיינע וואוטערס אז ער שטיצט שוין ווייטער די אידן ווען ער טוט גארנישט אויף, (משא״כ יעגער שטעלט נישט איין זיין זיץ, אדרבא ער באקומט פרי קאוועריזש אויף וואטסעפפ ווי שווער ער ארבעט פאר אונז... צו זיין השתדלות האט געהאט 10 אדער 90% שאנס? ״הא קעירס״...).

אויף למעשה: אויב ווילן מיר אז לעוין אדער זיין נאכפאלגער זאל טון אלעס און נאר וואס מיר ווילן, דארפן מיר אנערקענען און דאן אדרעסירן דאס אויבנדערמאנטע, און דאס איז דורך:
עצה א׳: ׳טריפלען׳ אונזער עווריזש צאל שטימען, דאן וועלן מיר זיין די (שטארקע) רוב פון זיינע ״שטימעס״ (אפילו נאכאלץ נאר די מיעוט באפעלקערונג אין זיין דיסטריקט).
עצה ב׳: זיכער צומאכן אז וומסב״ג שיקט צוריק דעם צענזוס פארום, דאפעלט ווי ביי די לעצטע ציילונג, דאן קענען מיר האפן אז אונעם קומענדיגן רי׳דיסטריקט׳ינג וועט אונזער געגנט ווערן די רוב באפעלקערונג (און ממילא לייכטערהייט די רוב שטימען) אינ׳ם דיסטריקט.
וואס די תוצאות ע״פ דרך הטבע זענען גינסטיגע זעלבסט פארשטענדליך בס״ד.

עס איז אמת אז די עצות נעמען אביסעל צייט, אבער עס צאלט זיך אויס שנעל! (ומתן שכרה בצידה, וועט איר שפארן די צייט פון דארפן שרייבן טענות אויף אונזערע עסקנים און (״נישט/שוואך״ ערוועלטע) באאמטע...

אזעלכע שטותים צו שרייבן, האלטסט עכט אז רוב זיינע וואוטערס זענען קעגן די יעגער געזעץ, טויזענטער פון זיי וואינען אין אייגענע דירות און מיטשענען זיך צו צאלן פראפערטי טעקס, ער האט זיי פארפאקט ווייל ער האט 'אונזער' וואוט אין טאש, און ער פילט זיכער מיט זיך.

איי פארוואס האט ער נישט מורא צו פארלירן אונזער וואוט? ווייל אונז האב מיר א בלאק וואוט, און יאר יערליך איז די העדליין אין דער איד אז סטיוו לעווין האט ערלעדיגט וואוטשערס, סא וואס ברויך מען מער?

אויב אונז ווילן אז סטיוו לעווין זאל וואוטן וואס אונז וויל מיר, וועט עס נאר געשען אויב ער וועט וויסן אז אונז זענען א בלאק וואוט פון טויזענטער יחידים, אונז זענען קיין בהמות קנין כסף פון איינעם אדער צוויי מענטשן, און ווילאנג דאס וועט נישט געשען וועלן מיר ווייטער סוקסעספול ארויסברענגען 6 טויזענט וואוטס במקום 30 טויזענט, שטייצעך נאר נאך אלע דיינים וועלן אינטערשרייבן די גודל נחיצות הענין.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טשייניק » זונטאג יולי 12, 2020 4:47 pm

דממה דקה האט געשריבן:אזעלכע שטותים צו שרייבן, האלטסט עכט אז רוב זיינע וואוטערס זענען קעגן די יעגער געזעץ, טויזענטער פון זיי וואינען אין אייגענע דירות און מיטשענען זיך צו צאלן פראפערטי טעקס, ער האט זיי פארפאקט ווייל ער האט 'אונזער' וואוט אין טאש, און ער פילט זיכער מיט זיך.

אויב ביי די יעגער געזעץ האט ער זיך בכלל נישט גערעכנט מיט זיינע וואוטערס, וואלט איך סתם אזוי געוואלט פארשטיין פארוואס איז ער דערקעגן? וואס איז בכלל די טענה פון די קעגנער?

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 12, 2020 6:49 pm

טשייניק האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אזעלכע שטותים צו שרייבן, האלטסט עכט אז רוב זיינע וואוטערס זענען קעגן די יעגער געזעץ, טויזענטער פון זיי וואינען אין אייגענע דירות און מיטשענען זיך צו צאלן פראפערטי טעקס, ער האט זיי פארפאקט ווייל ער האט 'אונזער' וואוט אין טאש, און ער פילט זיכער מיט זיך.

אויב ביי די יעגער געזעץ האט ער זיך בכלל נישט גערעכנט מיט זיינע וואוטערס, וואלט איך סתם אזוי געוואלט פארשטיין פארוואס איז ער דערקעגן? וואס איז בכלל די טענה פון די קעגנער?

קיינער איז נישט בשיטה קעגן די יעגער געזעץ, יעדער פארשטייט אז אין צייט פון קאראנע איז א פארברעך צו טשארדשן אינטרעסט אויף שפעט באצאלן פראפערטי טעקס, און מען רעדט פון די זעלבע סיטי וואס האלט אז מען דארף נישט באצאלן קיין רענט יעצט, איז דאך אינטרעסט אויף א לעיט פעימענט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר.

נאר די פראבלעם איז אז זיי האבן זיך שוין צוטיילט מיט די געראבעוועטע געלט, זיי האבן שוין אויפגעסעט די גאנצע בודשעט, און זיך געטיילט מוציא'ס אויפן חשבון פון די גניבה, ווען יעגער איז געקומען און פארלאנגט מען זאל נישט גאנבענען די אינטרעסט קומט אויס מען וועט מוזן איינציען די פאסיק, און פעינטן אפאר ווייניגער גאסן מיט בלעק לייווס מעטער, וכו', סא האבן זיי מחליט געווען צו וואוטען קעגן אים, און די האפענונג איז אז קיינער וועט עס נישט באריכטן אויף אייוועלט.
person-man-woman-camera-tv = genius

מענטש צווישן מענטשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » זונטאג יולי 12, 2020 6:52 pm

דממה דקה האט געשריבן:
טשייניק האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אזעלכע שטותים צו שרייבן, האלטסט עכט אז רוב זיינע וואוטערס זענען קעגן די יעגער געזעץ, טויזענטער פון זיי וואינען אין אייגענע דירות און מיטשענען זיך צו צאלן פראפערטי טעקס, ער האט זיי פארפאקט ווייל ער האט 'אונזער' וואוט אין טאש, און ער פילט זיכער מיט זיך.

אויב ביי די יעגער געזעץ האט ער זיך בכלל נישט גערעכנט מיט זיינע וואוטערס, וואלט איך סתם אזוי געוואלט פארשטיין פארוואס איז ער דערקעגן? וואס איז בכלל די טענה פון די קעגנער?

קיינער איז נישט בשיטה קעגן די יעגער געזעץ, יעדער פארשטייט אז אין צייט פון קאראנע איז א פארברעך צו טשארדשן אינטרעסט אויף שפעט באצאלן פראפערטי טעקס, און מען רעדט פון די זעלבע סיטי וואס האלט אז מען דארף נישט באצאלן קיין רענט יעצט, איז דאך אינטרעסט אויף א לעיט פעימענט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר.

נאר די פראבלעם איז אז זיי האבן זיך שוין צוטיילט מיט די געראבעוועטע געלט, זיי האבן שוין אויפגעסעט די גאנצע בודשעט, און זיך געטיילט מוציא'ס אויפן חשבון פון די גניבה, ווען יעגער איז געקומען און פארלאנגט מען זאל נישט גאנבענען די אינטרעסט קומט אויס מען וועט מוזן איינציען די פאסיק, און פעינטן אפאר ווייניגער גאסן מיט בלעק לייווס מעטער, וכו', סא האבן זיי מחליט געווען צו וואוטען קעגן אים, און די האפענונג איז אז קיינער וועט עס נישט באריכטן אויף אייוועלט.

;l;p-
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך lazy » זונטאג יולי 12, 2020 7:42 pm

דממה דקה האט געשריבן:
טשייניק האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אזעלכע שטותים צו שרייבן, האלטסט עכט אז רוב זיינע וואוטערס זענען קעגן די יעגער געזעץ, טויזענטער פון זיי וואינען אין אייגענע דירות און מיטשענען זיך צו צאלן פראפערטי טעקס, ער האט זיי פארפאקט ווייל ער האט 'אונזער' וואוט אין טאש, און ער פילט זיכער מיט זיך.

איך מיין אז ער האט נאכמער וואס וואוינען אין גערענטע דירות, און פאר זיי איז אנדערע זאכן וויכטיגער אינם בודזשעט.

אויב ביי די יעגער געזעץ האט ער זיך בכלל נישט גערעכנט מיט זיינע וואוטערס, וואלט איך סתם אזוי געוואלט פארשטיין פארוואס איז ער דערקעגן? וואס איז בכלל די טענה פון די קעגנער?[
/quote]

שאלת חכם חצי תשובה. און אויב האט מען נישט גענוג קלאר פארשטאנען מיין לאנגע תגובה, דאן ליינט דממה׳ס תגובה (ציטירט ווייטער) צו פארשטיין וויאזוי פאליטיק זעהט אויס כהיום וואס מאכט דעם פאליטישאן וועגן און מעסטן ווען צו פארפירן און ווען נישט (הגם ער שרייבט דאס מיט היבשע (בארעכטיגטע) ווייטאג, טוישט דאס נישט ליידער די מציאות):
קיינער איז נישט בשיטה קעגן די יעגער געזעץ, יעדער פארשטייט אז אין צייט פון קאראנע איז א פארברעך צו טשארדשן אינטרעסט אויף שפעט באצאלן פראפערטי טעקס, און מען רעדט פון די זעלבע סיטי וואס האלט אז מען דארף נישט באצאלן קיין רענט יעצט, איז דאך אינטרעסט אויף א לעיט פעימענט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר.

דו ברענגסט א ראי׳ לסתור, דעי סיטי און רוב פון אירע איינוואוינער, זענען טאקע ״מיאוס פארריקט״, אבער נאר אויף לינקס... :lol:

נאר די פראבלעם איז אז זיי האבן זיך שוין צוטיילט מיט די געראבעוועטע געלט, זיי האבן שוין אויפגעסעט די גאנצע בודשעט, און זיך געטיילט מוציא'ס אויפן חשבון פון די גניבה, ווען יעגער איז געקומען און פארלאנגט מען זאל נישט גאנבענען די אינטרעסט קומט אויס מען וועט מוזן איינציען די פאסיק, און פעינטן אפאר ווייניגער גאסן מיט בלעק לייווס מעטער, וכו', סא האבן זיי מחליט געווען צו וואוטען קעגן אים,

זייער גוט ארויסגעברענגט די ווייטאגליכע -אבער פארט- פאקט.

און די האפענונג איז אז קיינער וועט עס נישט באריכטן אויף אייוועלט

ב״ה ער ווייסט אז אפילו מען האקט אויף אים (נישט פארשטייענדיג די מציאות) אויף אייוועלט, וועלן נאכאלץ אסאך אידן פאלגן ר׳שמעון משה דוד וכו׳ מיט די רבנים... ווייל ווען נישט וואלט ווען קיינער ניטאמאל געקוקט אויף אונזער זייט :!:

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג יולי 13, 2020 5:17 pm

דממה דקה האט געשריבן:
טשייניק האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אזעלכע שטותים צו שרייבן, האלטסט עכט אז רוב זיינע וואוטערס זענען קעגן די יעגער געזעץ, טויזענטער פון זיי וואינען אין אייגענע דירות און מיטשענען זיך צו צאלן פראפערטי טעקס, ער האט זיי פארפאקט ווייל ער האט 'אונזער' וואוט אין טאש, און ער פילט זיכער מיט זיך.

אויב ביי די יעגער געזעץ האט ער זיך בכלל נישט גערעכנט מיט זיינע וואוטערס, וואלט איך סתם אזוי געוואלט פארשטיין פארוואס איז ער דערקעגן? וואס איז בכלל די טענה פון די קעגנער?

קיינער איז נישט בשיטה קעגן די יעגער געזעץ, יעדער פארשטייט אז אין צייט פון קאראנע איז א פארברעך צו טשארדשן אינטרעסט אויף שפעט באצאלן פראפערטי טעקס, און מען רעדט פון די זעלבע סיטי וואס האלט אז מען דארף נישט באצאלן קיין רענט יעצט, איז דאך אינטרעסט אויף א לעיט פעימענט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר.

נאר די פראבלעם איז אז זיי האבן זיך שוין צוטיילט מיט די געראבעוועטע געלט, זיי האבן שוין אויפגעסעט די גאנצע בודשעט, און זיך געטיילט מוציא'ס אויפן חשבון פון די גניבה, ווען יעגער איז געקומען און פארלאנגט מען זאל נישט גאנבענען די אינטרעסט קומט אויס מען וועט מוזן איינציען די פאסיק, און פעינטן אפאר ווייניגער גאסן מיט בלעק לייווס מעטער, וכו', סא האבן זיי מחליט געווען צו וואוטען קעגן אים, און די האפענונג איז אז קיינער וועט עס נישט באריכטן אויף אייוועלט.

כ'האב גערעדט צו איינעם וואס טוט אין פראפערטי טעקסעס, און האט געהאנדעלט מיט קאונסילמאן לעווין אויף דעם, און ער האט אים געפרעגט וועגן די וואוט.

זאגט ער מיר אז לעווין האט געענטפערט דברים של טעם. ווען מ'וויל עפעס דורכפירן אין סיטי קאונסיל, גיט מען אריין א געזעץ, מ'באארבעט דיינע קאלעגעס און מ'זעט צו ברענגן שטיצע, און דערנאך דרעפט מען א ביל, מ'פארהאנדעלט וכו'. די בודזשעט פארהאנדלונגען גייען אן פאר עטליכע חדשים, און אויב יעגער וואלט געוואלט ברענגן א הנחה פאר פראפערטי טעקסעס, וואלט ער עס ארויפגעברענגט פאר די קאונסיל במשך די הירינגס און בודזשעט פארהאנדלונגען.

אנשטאט, האט ער געווארט אויפ'ן לעצטן מינוט און אריינגעשאסן א פלאקען. די סיטי'ס גרעסטע רעוועניו איז פראפערטי טעקסעס – 18 ביליאן דאלאר. פאר חדשים ברעכט מען זיך ווי אזוי צו דעקן א 6-9 ביליאן דאלאר לאך, און אויב וואלט מען געזאגט אז מ'דארף נישט צאלן קיין אינטרעסט אויב מ'צאלט נישט קיין טעקס, וואלט מען זיך געזען מיט נאך א לאך פון ביליאנען. און דאס איז געווען דער לעצטער טאג ווען דער בודזשעט מוז דורכגיין.

געזעצליך, אויב ס'איז נישטא קיין בודזשעט יוני 30, פארלירט די קאונסיל די דעה אויפ'ן בודזשעט און עס גייט אריבער צו א קאמיטע פונעם גאווערנאר – יא קאומא, אונזער גוטער חבר, קאמפטראלער, מעיאר, און נאך עטליכע אומערוויילטע מענטשן. זיי וואלטן געשניטן רעכטס און לינקס, און וואלט'ן מסתמא אויך נישט באשטעטיגט די אינטרעסט וועיווער.

ממילא, האט ר' קלמן, כבודו במקומו מונח, בכלל נישט אויפגעברענגט קיין למעשה'דיגער פארשלאג, נאר א האסטייל אמענדמענט צו מאכן א סטעיטמענט און איז גרייט געווען צו שיקן די גאנצע בודזשעט גאגא, און די סיטי נאכמער כאדאראם ווי עס איז, און אונזער פריינד קאומא וואלט געהאט די דעה אויף אלעם.

סטיוו לעווין, וועלכער איז געווען פון די וויכטיגסטע פיגורן אין פארהאנדלען די בודזשעט, און רוב קאלעגעס, האבן נישט געהאלטן ביים זיך צושטעלן צו זיין קאפריזן. בעת דרייצן חברה האבן יא געשפורט אז זיי מוז'ן זיך צושטעלן צום סטעיטמענט.

אגב, זאגט מיר יענער אז עס איז שוין יארן וואס די UJO און ר' משה דוד ניעדערמאן פערזענליך און זיינע מיטארבעטער לייג אריין שווערע כוחות צו ארבעטן אויף די פראפערטי טעקסעס, ספעציעל אויף וויליאמסבורגער קאנדאס. זיי האבן דורכגעפירט אנאליזן און רעפארטס אויפצואווייזן די עוולות קעגן די וויליאמסבורגער משפחות. סטיוו לעווין האט א געוואלד געטאן אין דעם נושא, און ער איז געווען ביי א רייע מיטינגען מיט DOF וועגן דעם.

עס איז איצט דא א טעקס קאמישען וואס באטראכט איצט צו רעפארמירן די קאנדא טעקסעס, ס'זאל זיין מער יושר'דיג. סטיוו לעווין איז דארט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע רעדע איבער דעם אומ'יושר.

בארא פארקער קאנדא טעקסעס זענען אויך זייער הויך, אבער ר' קלמן זאל זיין געזונט האט נישט טעסטיפייד ביי די קאמיטע און מ'האט נישט געהערט פון אים אויף די אישו. ליידער, אויב מ'קוקט זיין רעקארד, איז ער גוט מיט סטאנטס און מאכן סטעיטמענטס, אבער נישט למעשה.

אבער ער איז "אונזער".
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ציגעלע » מאנטאג יולי 13, 2020 5:24 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:

;l;p- ;l;p-

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג יולי 13, 2020 5:38 pm

נישט 18 ביליאן, נאר 27.7 ביליאן, און זעה דא דער גאנצע עסק מיט העכערען די פראפערטי טעקס
viewtopic.php?p=2100456#p2100456

דער מעיאר האט נאך אין פעברואר געזאגט אז ער גייט דאפעלען די טעקסעס אין 5 יאר, דאס הייסט יעדער יאר העכער מיט 20 פרוצענט, און דאס איז נאך געווען פאר דער לאך פון קאראנע. ווער ווייסט וואס ער גייט יעצט טוהן? אפשר עס טריפלען.

ער האט שוין אנגעהויבען העכערען. יעדער הויז וואס טוישט זיך אייגענטימער (און די טעקס ווערט געטוישט דורך א מענטש און נישט א קאמפיוטער) שאצען זיי דאס הויז דאס מערסטע זיי קענען, דאס הייסט פאר דאס מערסטע וואס אזא הויז איז "אמאל" געגאנגען, און אפילו א סאך מער ווי דאס הויז איז פארקויפט געווארען!

עס קומען גוטע צייטען, דער עולם גייט אנטלויפען. נאר די לינקע גייען בלייבען און באצאלען מארגעדז מיט די זעלבע סומע טעקס.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום מאנטאג יולי 13, 2020 5:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג יולי 13, 2020 5:42 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:לעווין איז נישט אונזער קאונסילמאן. ער פארטרעט אונז אפשר אויך צווישן אנדערן. אבער איך זע נישט פארוואס ער זאל ארויסגיין זיין וועג פאר אונז. אונז קעמיר נישט האבן קיין אייגענעם קאנסילמאן לויט די יעצטיגע בלאקוואוט.

און וויפיל געלט איז שוין די "אינטערעסט" אז עס איז אזוי לעבענס וויכטיג?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג יולי 13, 2020 5:48 pm

אויב דער יעגער געזעץ וואלט געפעסד, וואלט דער באדזעט נישט א דורך?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך lazy » מאנטאג יולי 13, 2020 7:58 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:
כ'האב גערעדט צו איינעם וואס טוט אין פראפערטי טעקסעס, און האט געהאנדעלט מיט קאונסילמאן לעווין אויף דעם, און ער האט אים געפרעגט וועגן די וואוט.

זאגט ער מיר אז לעווין האט געענטפערט דברים של טעם. ווען מ'וויל עפעס דורכפירן אין סיטי קאונסיל, גיט מען אריין א געזעץ, מ'באארבעט דיינע קאלעגעס און מ'זעט צו ברענגן שטיצע, און דערנאך דרעפט מען א ביל, מ'פארהאנדעלט וכו'. די בודזשעט פארהאנדלונגען גייען אן פאר עטליכע חדשים, און אויב יעגער וואלט געוואלט ברענגן א הנחה פאר פראפערטי טעקסעס, וואלט ער עס ארויפגעברענגט פאר די קאונסיל במשך די הירינגס און בודזשעט פארהאנדלונגען.

אנשטאט, האט ער געווארט אויפ'ן לעצטן מינוט און אריינגעשאסן א פלאקען. די סיטי'ס גרעסטע רעוועניו איז פראפערטי טעקסעס – 18 ביליאן דאלאר. פאר חדשים ברעכט מען זיך ווי אזוי צו דעקן א 6-9 ביליאן דאלאר לאך, און אויב וואלט מען געזאגט אז מ'דארף נישט צאלן קיין אינטרעסט אויב מ'צאלט נישט קיין טעקס, וואלט מען זיך געזען מיט נאך א לאך פון ביליאנען. און דאס איז געווען דער לעצטער טאג ווען דער בודזשעט מוז דורכגיין.

געזעצליך, אויב ס'איז נישטא קיין בודזשעט יוני 30, פארלירט די קאונסיל די דעה אויפ'ן בודזשעט און עס גייט אריבער צו א קאמיטע פונעם גאווערנאר – יא קאומא, אונזער גוטער חבר, קאמפטראלער, מעיאר, און נאך עטליכע אומערוויילטע מענטשן. זיי וואלטן געשניטן רעכטס און לינקס, און וואלט'ן מסתמא אויך נישט באשטעטיגט די אינטרעסט וועיווער.

ממילא, האט ר' קלמן, כבודו במקומו מונח, בכלל נישט אויפגעברענגט קיין למעשה'דיגער פארשלאג, נאר א האסטייל אמענדמענט צו מאכן א סטעיטמענט און איז גרייט געווען צו שיקן די גאנצע בודזשעט גאגא, און די סיטי נאכמער כאדאראם ווי עס איז, און אונזער פריינד קאומא וואלט געהאט די דעה אויף אלעם.

סטיוו לעווין, וועלכער איז געווען פון די וויכטיגסטע פיגורן אין פארהאנדלען די בודזשעט, און רוב קאלעגעס, האבן נישט געהאלטן ביים זיך צושטעלן צו זיין קאפריזן. בעת דרייצן חברה האבן יא געשפורט אז זיי מוז'ן זיך צושטעלן צום סטעיטמענט.

אגב, זאגט מיר יענער אז עס איז שוין יארן וואס די UJO און ר' משה דוד ניעדערמאן פערזענליך און זיינע מיטארבעטער לייג אריין שווערע כוחות צו ארבעטן אויף די פראפערטי טעקסעס, ספעציעל אויף וויליאמסבורגער קאנדאס. זיי האבן דורכגעפירט אנאליזן און רעפארטס אויפצואווייזן די עוולות קעגן די וויליאמסבורגער משפחות. סטיוו לעווין האט א געוואלד געטאן אין דעם נושא, און ער איז געווען ביי א רייע מיטינגען מיט DOF וועגן דעם.

עס איז איצט דא א טעקס קאמישען וואס באטראכט איצט צו רעפארמירן די קאנדא טעקסעס, ס'זאל זיין מער יושר'דיג. סטיוו לעווין איז דארט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע רעדע איבער דעם אומ'יושר.

בארא פארקער קאנדא טעקסעס זענען אויך זייער הויך, אבער ר' קלמן זאל זיין געזונט האט נישט טעסטיפייד ביי די קאמיטע און מ'האט נישט געהערט פון אים אויף די אישו. ליידער, אויב מ'קוקט זיין רעקארד, איז ער גוט מיט סטאנטס און מאכן סטעיטמענטס, אבער נישט למעשה.

אבער ער איז "אונזער".

יישר כח! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

lazy האט געשריבן:לאמיר טראכטן:
לעוין איז אן אנטיסעמיט? ניין.
ער ווייסט אז אונז שטערט די הויכע קאנדא טעקס? יא.
דאן פארוואס וואוט ער דערקעגן???

תירוץ א׳:.......
...... בהקדם מיטן פריערדיגן תירוץ, וועט ער אונז ׳אפילו נישט פרובירן׳ צו העלפן אויף א זאך וואס ער האלט דאס קען נישט דורכגיין, פארוואס אויפרעגן פיל פון זיינע וואוטערס אז ער שטיצט שוין ווייטער די אידן ווען ער טוט גארנישט אויף, (משא״כ יעגער שטעלט נישט איין זיין זיץ, אדרבא ער באקומט פרי קאוועריזש אויף וואטסעפפ ווי שווער ער ארבעט פאר אונז... צו זיין השתדלות האט געהאט 10 אדער 90% שאנס? ״הא קעירס״...).

lazy האט געשריבן:[quote״]

ב״ה ער ווייסט אז אפילו מען האקט אויף אים (נישט פארשטייענדיג די מציאות) אויף אייוועלט, וועלן נאכאלץ אסאך אידן פאלגן ר׳שמעון משה דוד וכו׳ מיט די רבנים... ווייל ווען נישט וואלט ווען קיינער ניטאמאל געקוקט אויף אונזער זייט :!:

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יולי 13, 2020 10:42 pm

ווער עס וויל פארשטיין די נושא פון די אומ'יושר'דיגע טעקסעס, קען לייענען א רעפארט אויף די וועבסייט פון UJO.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג יולי 13, 2020 11:17 pm

שכוח @אורח פאר די אפיציעלע ענטפער
אבער דיין אראפרייסען יעגער צום סוף האט נישט אויסגעפעלט
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך א גוטן » דינסטאג יולי 14, 2020 12:31 am

איין זאך פארשטיי איך נישט. ווי איז לעווין געווען ווען מען האט אנגעהויבן צו האנדלן איבערן בודזשעט. פארוואס האט ער נישט אריינגעגעבן דעם געזעץ באצייטענס און געווארט ביז יעגער איז דורך געפאלן.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 14, 2020 10:50 am

יישר כח אורח הכבוד פארן ברענגן די ענטפער פון סטיוו לעווין, און יא עס טוט באשטעטיגן וואסערע נוכל און שקרן דער איז,

לאמיר אנהייבן ביי דעם

אורח הכבוד האט געשריבן:געזעצליך, אויב ס'איז נישטא קיין בודזשעט יוני 30, פארלירט די קאונסיל די דעה אויפ'ן בודזשעט און עס גייט אריבער צו א קאמיטע פונעם גאווערנאר – יא קאומא, אונזער גוטער חבר, קאמפטראלער, מעיאר, און נאך עטליכע אומערוויילטע מענטשן. זיי וואלטן געשניטן רעכטס און לינקס, און וואלט'ן מסתמא אויך נישט באשטעטיגט די אינטרעסט וועיווער.

דאס איז פשוט שקר, אויב די בודשעט גייט נישט דורך גייט עס נישט צו די סטעיט, נאר עס גייט נאכאמאל די פאריעריגע בודשעט, און עס איז קלאר ארויסגעשריבן אין די סיטי טשארטער, אבער איז גיט צו האבן א באשטעטיגונג אז אויסער וואס ער איז נישט דא פאר אונזערע אינטערעסן, איז ער אויך א שקרן און מען קען אים נישט גלייבן קיין איין ווארט

יעצט, כדאי עס זאל אנקומען צו די גאווערנאר'ס הענט מוז זיין א גאנצע פשעטל, די סיטי בודשעט זאל נישט זיין געבעלענסד אז עס דעקט זיך נישט, און דאס איז נישט שייך ביז די צווייטע יאר אן א באשטעטיגטע בודשעט, און עס מוז טאקע געלונגען אז די בודשעט איז נישט געווארן געקאווערט, א זאך וואס איז כמעט נישט שייך אין די היינטיגע פינאנציעלע אויסשטעל.

און יעצט דאס וואס ער האט גע'ענטפערט אז:
אורח הכבוד האט געשריבן: די סיטי'ס גרעסטע רעוועניו איז פראפערטי טעקסעס – 18 ביליאן דאלאר. פאר חדשים ברעכט מען זיך ווי אזוי צו דעקן א 6-9 ביליאן דאלאר לאך, און אויב וואלט מען געזאגט אז מ'דארף נישט צאלן קיין אינטרעסט אויב מ'צאלט נישט קיין טעקס, וואלט מען זיך געזען מיט נאך א לאך פון ביליאנען. און דאס איז געווען דער לעצטער טאג ווען דער בודזשעט מוז דורכגיין.

מען רעדט נישט פון סוספענדען פראפערטי טעקס אינגאנצן (וואס דאס וואלט ער אויך געדארפט טוהן, קל וחומר פון לענדלארדס...) מען רעדט פון "אינטרעסט" אויף פראפערטי טעקס לעיט פעימענט, וואס איז א גניבה און גזילה אלעמאל, און יעצט ביי קאראנע איז נאר בעיסיק מענטשהייט דאס צו אפהאלטן, סא מען רעדט נישט פון ביליאנען דאלארן.

אורח הכבוד האט געשריבן:זאגט ער מיר אז לעווין האט געענטפערט דברים של טעם. ווען מ'וויל עפעס דורכפירן אין סיטי קאונסיל, גיט מען אריין א געזעץ, מ'באארבעט דיינע קאלעגעס און מ'זעט צו ברענגן שטיצע, און דערנאך דרעפט מען א ביל, מ'פארהאנדעלט וכו'. די בודזשעט פארהאנדלונגען גייען אן פאר עטליכע חדשים, און אויב יעגער וואלט געוואלט ברענגן א הנחה פאר פראפערטי טעקסעס, וואלט ער עס ארויפגעברענגט פאר די קאונסיל במשך די הירינגס און בודזשעט פארהאנדלונגען.

יאפ, דברים של טעם, פארוואס האט סטיוו לעווין גארנישט געטוהן דערצו פאר די "לעצטע מיניט"?

אורח הכבוד האט געשריבן:אגב, זאגט מיר יענער אז עס איז שוין יארן וואס די UJO און ר' משה דוד ניעדערמאן פערזענליך און זיינע מיטארבעטער לייג אריין שווערע כוחות צו ארבעטן אויף די פראפערטי טעקסעס, ספעציעל אויף וויליאמסבורגער קאנדאס. זיי האבן דורכגעפירט אנאליזן און רעפארטס אויפצואווייזן די עוולות קעגן די וויליאמסבורגער משפחות. סטיוו לעווין האט א געוואלד געטאן אין דעם נושא, און ער איז געווען ביי א רייע מיטינגען מיט DOF וועגן דעם.

עס איז איצט דא א טעקס קאמישען וואס באטראכט איצט צו רעפארמירן די קאנדא טעקסעס, ס'זאל זיין מער יושר'דיג. סטיוו לעווין איז דארט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע רעדע איבער דעם אומ'יושר.

ואחרון אחרון דא קומט די ווייגעשריי אידן וועקטס ענק אויף, עס קימט א גירוש אויף אידן אין ברוקלין אויב וועט די פינסטערע פלענער פון 'אנוזער' קאנסילמאן סטיוו לעווין וועט דורכגיין. די קאמיטי איז "נישט" דא צו נידריג מאכן די פראפערטי טעקס פאר קאנדאס, פארקערט זיי ווילן "ארויפשיסן" די פראפערטי טעקס אויף אויף אלטע הייזער מיט 500 פראצענט, אויב וועט זיי געלונגען אראפצונען די קעפ וואס די סטעיט האט ארויפגעלייגט, דאס איז די "יושר" פון וואס סטיוו לעווין רעדט, אויב גיי מיר ווייטער שווייגן איז וויליאמסבורג און גאנץ ברוקלין דערנאך, ליין די אנדערע אשכול viewtopic.php?p=2100456#p2100456, סטיוו לעווין איז נישט אויף אונזער זייט, און קיין עסקנים שתדלן נישט פאר אונז, דערנאך וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ, ווען אונזערע עסקנים וועלן זיך אויפוועקן וועט זיין צו שפעט...
person-man-woman-camera-tv = genius

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג יולי 14, 2020 11:01 am

איך שטוין וואס איך ליין דא איר וואינט די טייערסטע געגנט און אמעריקע און איר וויינט אויף הויכע טעקס איר ווייסט אז און מאנסי געגנט צו גלילות קרית יואל צאלט מען פאר האלצערנע כאטקעס פיל מער פראפערטי טעקס ווי ענק

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך KMW » דינסטאג יולי 14, 2020 11:02 am

דממה דקה האט געשריבן:יישר כח אורח הכבוד פארן ברענגן די ענטפער פון סטיוו לעווין, און יא עס טוט באשטעטיגן וואסערע נוכל און שקרן דער איז,

לאמיר אנהייבן ביי דעם

אורח הכבוד האט געשריבן:געזעצליך, אויב ס'איז נישטא קיין בודזשעט יוני 30, פארלירט די קאונסיל די דעה אויפ'ן בודזשעט און עס גייט אריבער צו א קאמיטע פונעם גאווערנאר – יא קאומא, אונזער גוטער חבר, קאמפטראלער, מעיאר, און נאך עטליכע אומערוויילטע מענטשן. זיי וואלטן געשניטן רעכטס און לינקס, און וואלט'ן מסתמא אויך נישט באשטעטיגט די אינטרעסט וועיווער.

דאס איז פשוט שקר, אויב די בודשעט גייט נישט דורך גייט עס נישט צו די סטעיט, נאר עס גייט נאכאמאל די פאריעריגע בודשעט, און עס איז קלאר ארויסגעשריבן אין די סיטי טשארטער, אבער איז גיט צו האבן א באשטעטיגונג אז אויסער וואס ער איז נישט דא פאר אונזערע אינטערעסן, איז ער אויך א שקרן און מען קען אים נישט גלייבן קיין איין ווארט

יעצט, כדאי עס זאל אנקומען צו די גאווערנאר'ס הענט מוז זיין א גאנצע פשעטל, די סיטי בודשעט זאל נישט זיין געבעלענסד אז עס דעקט זיך נישט, און דאס איז נישט שייך ביז די צווייטע יאר אן א באשטעטיגטע בודשעט, און עס מוז טאקע געלונגען אז די בודשעט איז נישט געווארן געקאווערט, א זאך וואס איז כמעט נישט שייך אין די היינטיגע פינאנציעלע אויסשטעל.

און יעצט דאס וואס ער האט גע'ענטפערט אז:
אורח הכבוד האט געשריבן: די סיטי'ס גרעסטע רעוועניו איז פראפערטי טעקסעס – 18 ביליאן דאלאר. פאר חדשים ברעכט מען זיך ווי אזוי צו דעקן א 6-9 ביליאן דאלאר לאך, און אויב וואלט מען געזאגט אז מ'דארף נישט צאלן קיין אינטרעסט אויב מ'צאלט נישט קיין טעקס, וואלט מען זיך געזען מיט נאך א לאך פון ביליאנען. און דאס איז געווען דער לעצטער טאג ווען דער בודזשעט מוז דורכגיין.

מען רעדט נישט פון סוספענדען פראפערטי טעקס אינגאנצן (וואס דאס וואלט ער אויך געדארפט טוהן, קל וחומר פון לענדלארדס...) מען רעדט פון "אינטרעסט" אויף פראפערטי טעקס לעיט פעימענט, וואס איז א גניבה און גזילה אלעמאל, און יעצט ביי קאראנע איז נאר בעיסיק מענטשהייט דאס צו אפהאלטן, סא מען רעדט נישט פון ביליאנען דאלארן.

אורח הכבוד האט געשריבן:זאגט ער מיר אז לעווין האט געענטפערט דברים של טעם. ווען מ'וויל עפעס דורכפירן אין סיטי קאונסיל, גיט מען אריין א געזעץ, מ'באארבעט דיינע קאלעגעס און מ'זעט צו ברענגן שטיצע, און דערנאך דרעפט מען א ביל, מ'פארהאנדעלט וכו'. די בודזשעט פארהאנדלונגען גייען אן פאר עטליכע חדשים, און אויב יעגער וואלט געוואלט ברענגן א הנחה פאר פראפערטי טעקסעס, וואלט ער עס ארויפגעברענגט פאר די קאונסיל במשך די הירינגס און בודזשעט פארהאנדלונגען.

יאפ, דברים של טעם, פארוואס האט סטיוו לעווין גארנישט געטוהן דערצו פאר די "לעצטע מיניט"?

אורח הכבוד האט געשריבן:אגב, זאגט מיר יענער אז עס איז שוין יארן וואס די UJO און ר' משה דוד ניעדערמאן פערזענליך און זיינע מיטארבעטער לייג אריין שווערע כוחות צו ארבעטן אויף די פראפערטי טעקסעס, ספעציעל אויף וויליאמסבורגער קאנדאס. זיי האבן דורכגעפירט אנאליזן און רעפארטס אויפצואווייזן די עוולות קעגן די וויליאמסבורגער משפחות. סטיוו לעווין האט א געוואלד געטאן אין דעם נושא, און ער איז געווען ביי א רייע מיטינגען מיט DOF וועגן דעם.

עס איז איצט דא א טעקס קאמישען וואס באטראכט איצט צו רעפארמירן די קאנדא טעקסעס, ס'זאל זיין מער יושר'דיג. סטיוו לעווין איז דארט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע רעדע איבער דעם אומ'יושר.

ואחרון אחרון דא קומט די ווייגעשריי אידן וועקטס ענק אויף, עס קימט א גירוש אויף אידן אין ברוקלין אויב וועט די פינסטערע פלענער פון 'אנוזער' קאנסילמאן סטיוו לעווין וועט דורכגיין. די קאמיטי איז "נישט" דא צו נידריג מאכן די פראפערטי טעקס פאר קאנדאס, פארקערט זיי ווילן "ארויפשיסן" די פראפערטי טעקס אויף אויף אלטע הייזער מיט 500 פראצענט, אויב וועט זיי געלונגען אראפצונען די קעפ וואס די סטעיט האט ארויפגעלייגט, דאס איז די "יושר" פון וואס סטיוו לעווין רעדט, אויב גיי מיר ווייטער שווייגן איז וויליאמסבורג און גאנץ ברוקלין דערנאך, ליין די אנדערע אשכול viewtopic.php?p=2100456#p2100456, סטיוו לעווין איז נישט אויף אונזער זייט, און קיין עסקנים שתדלן נישט פאר אונז, דערנאך וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ, ווען אונזערע עסקנים וועלן זיך אויפוועקן וועט זיין צו שפעט...

;l;p-
געװאלט שרײבן די זעלבע אבער עס איז מיר זײער שװער צו שרײבן, 100% אמת יעדע װארט, מען װארפט אונז זאמד אין די אױגן לעצטע יארן און מען זאגט אז עס איז גאלד.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Joel, אבן יקרה, חטאת הקהל, שליו ודגים און 14 געסט