אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 13, 2020 10:05 am

ביידען2020 האט געשריבן:ביידען

פאר איין סיבה: קיין שום מענטש אין די וועלט קומט זיך נישט די שפראך וואס טראמפ ניצט אקעגן איינער וואס שטייט אים אין וועג. א דוגמא, זשעף סעשאנס. מענטשהיינט איז העכער ווי דער שפראך, מענטשהייט איז בעסער ווי זיין אויפירונג, און אזא מענטש ברענגט אראפ דעם ווייסן הויז



שיין זעה מיר אויס

ביידען אליינס שטימט פאר זיך בלויז ווייל טראמפ איז נישט גוט :lol:
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג יולי 13, 2020 10:10 am

טראמפ
געראדע בין איך היפש דיסעפוינטעד אין די טשיינע /טראמפ נעגאשיעישן , ער וואלט זיי געדארפט סך בעסער ציפיקסן
אבער למעשה איז ער דער ערשטע פריזידענט וואס טוט עפעס בכלל מיטן טאג

אז איך וואלט געוואלט ביידען קען איך דאך גיין וואוינען אין ווענעזאעלע

וואס אזאך מענטשן כאפן נישט אז אפילו אויב ביידען געווינט גייט ער גארנישט טוהן אלס פריזידענט אחוץ מאכן שיינע בילדער מיט דיפלאמאטן , די פארטיי גייט אים פירן ביים נאז וואו דער אלטע און מושב זקנים וואס מען פירט מיט א וועגעלע
מען העט אים הייסן שיין איינזיצען און זיין שטיל און זיי וועלן אים באלוינען מיט כבוד
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג יולי 13, 2020 10:29 am

טראמפ
@מטעמים האט מיר אויסגעכאפט - געוואלט שרייבן גענוי דאס:

מטעמים האט געשריבן:שטארק נוטה צו טראמפ אבער אויב ביידען נעמט א סאליד גוטע וויצע קאנדידאט וואס וועט דעפינעטיוולי אפטיילען די צודרייטע ליבעראלע בלאק פון זייער פארטיי דאן בין איך הינדערט פראצענט אין שטיצע פון ביידען.

א פארטיי וואס שטייט נאר פאר אומפיטשמענט, אנטי ביזנעס, פרא אנעמפלוימענט, גלאובעל ווארעמונג, דיפאנדען די פאליס און רימאווען סטעטשוס איז די מערסט קרעזי פארטיי איך האב נאר אמאל געזעהן אין מיין לעבן און א מענטש מיט שכל קען פאר זיי נישט וואוטען.

ביידען איז נישט אזא מענטש אבער האלב פון זיין פארטיי איז, סאו ווער גייט ראנען זיין אדמיניסטראציע? אין דעם ווענד זיך צו מען קען וואוטען פאר אים צו נישט.


איך וואלט ווען נישט געוואלט וועלן פאר טראמפ.
א מענטש אן מידות, נוקם ונוטר, ווילד און ווייט פון א גוטע איינפלוס אויף די יונגווארג.
אבער he is the only choice we have got now

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יולי 13, 2020 10:31 am

איך רוט פאר ביידען שטייצעך. כ'האלט נישט אז א חוץ קאנסטענט דיזעסטער, כאאס, און האסע האט טראמפ עפעס געברענגט צום לאנד.

אבער מיין פערזענליכע שטימע וואלט לכאורה געגאנגען פאר טראמפ, פשוט אלס מידת הכרת הטוב פארן שטיין צו די זייט פון היימישע יודן אין יעדן הינזיכט שייך. זאל עס זיין רובאשקין, איזראעל, אמבאסאדע, גולן, שוהלן עפענען, וכו' איז נישט מער ווי יושר און נארמאל אים צוריקגעבן.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יולי 13, 2020 10:34 am

שמחה ונחת האט געשריבן:טראמפ
@מטעמים האט מיר אויסגעכאפט - געוואלט שרייבן גענוי דאס:

מטעמים האט געשריבן:שטארק נוטה צו טראמפ אבער אויב ביידען נעמט א סאליד גוטע וויצע קאנדידאט וואס וועט דעפינעטיוולי אפטיילען די צודרייטע ליבעראלע בלאק פון זייער פארטיי דאן בין איך הינדערט פראצענט אין שטיצע פון ביידען.

א פארטיי וואס שטייט נאר פאר אומפיטשמענט, אנטי ביזנעס, פרא אנעמפלוימענט, גלאובעל ווארעמונג, דיפאנדען די פאליס און רימאווען סטעטשוס איז די מערסט קרעזי פארטיי איך האב נאר אמאל געזעהן אין מיין לעבן און א מענטש מיט שכל קען פאר זיי נישט וואוטען.

ביידען איז נישט אזא מענטש אבער האלב פון זיין פארטיי איז, סאו ווער גייט ראנען זיין אדמיניסטראציע? אין דעם ווענד זיך צו מען קען וואוטען פאר אים צו נישט.


איך וואלט ווען נישט געוואלט וועלן פאר טראמפ.
א מענטש אן מידות, נוקם ונוטר, ווילד און ווייט פון א גוטע איינפלוס אויף די יונגווארג.
אבער he is the only choice we have got now

ביידען איז אקעגן דיפאנדן די פאליציי, אקעגן אראפנעמען סטאטוען פון העלדן, ער איז פרא ביזנעס, און נאך ווי געשריבן פריער.

אסאך ווייניגער ווי האלב פון די פארטיי איז שטארק לינק, מאך א חשבון פון די שטימען אין די פריימערי וואס ביידען-בלומבערג-קלאובאטשור-בוטאטדשעיטש האבן באקומען ווס. ווארען-סענדערס וועסטו זען וואו די פארטיי שטייט היינט. און זיכער די פארטיי פירערשאפט איז שטארק מעסיג.

מען לעבט אין ניו יארק, און מען מיינט אז דאס זענען די דעמאקראטן. זייט וויסן אז ני"ס מעיאר ביל דעבלאזיו האט נאכנישט אינדראסירט ביידען. און פאר א סיבה...
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך Programming » מאנטאג יולי 13, 2020 10:36 am

ביידען

טראץ דעם וואס ער גייט נישט צופיל דעליווערן פארן לאנד, וואל סט. וועט ווייטער מאכן א לעבן בעת מעין סט. וועט גיין פייפן (העפענינג נאו: דער סטאק מארקעט ביי א רעקארד הייך בשעת קרוב צו האלב לאנד האט נישט צו צאלן פאר זייער חודש'ליכע דאך איבערן קאפ, אויב איינער האט נאך געברויכט באווייז אז די סטאק מארקעט און די א.ג. 'עקאנאמיע' וואס גייט גוט מיינט בכלל נישט דעם עמך עס איז נאר א אנדייטונג אז די ביליאנערן צווישן זיך טוען גוט ביזנעס).

העלט אינשורענס וועט ווייטער אפקאסטן דיי הויזן, 80,000 מענטשן א יאר וועלן ווייטער שטארבן צוליב נישט האבן מעדיקל קאווערעזש און הונדערטער טויזנטער וועלן פיילן פאר בענקראפסי נישט קענענדיג באצאלן, און די ענוווייראנמענט און דער גאנצער גלאוב וועט ווייטער גליטשן אראפ אין אפגרונד. טרעיד אפמאכן וועלן ווייטער אויסגעהאמערט ווערן אויפן חשבון פון די אמעריקאנער ארבעטער אזוי לאנג ווי די פראפעסיאנאלע קלאס וועט פילן זיכער.

די רצונות פון 90 פראצענט אמעריקאנער וועלן קיינמאל נישט קומען אין באטראכט, א ענגע כאפטע ביליאנערן וועלן ווייטער פירן דאס לאנד און באראבאווען אירע אוצרות און דער פאלק צווישן זיך וועט ווייטער זיין פארנומען צו קעמפן נארישע קולטור קאמפן. ביידען וועט ווייטער פארזעצן צו נאמינירן זשאזשעס וואס ארבעטן פאר די איין פראצענט קעגן די 99 פראצענט און פארשטייט זיך אז מען קען פארגעסן פון א ערנסטע דרייוו צו איבערמאכן די סופרים קאורט.

די סעיפטי נעט וועט מסתמא געשניטן ווערן (ספעציעל אויב עס וועט מקויים ווערן די רצונות וואס מאנכע דא האבן אויסגעדרוקט אז די ביידען סטעף און וויצע זאלן זיין די זעלבע סארט ווי ער) און די איינציגסטע האפענונג פאר עפעס א טויש צו בעסערונג וועט זיין אויב די פראגרעסיוון אין קאנגרעס וועלן באווייזן עפעס וואס זיי האבן נאכנישט ביז איצט: זיך פאראייניגן אויף א וועג ענליך צו די פרידאם קאקוס ביי די רעפובליקאנער.

אויך אויפן פראנט פון מיליטערישע אינטערווענץ אין די וועלט קען מען ערווארטן מער נעא קאנסערוואטיווע מלחמה'לעך אפשר אפילו נאכמער ווי טראמפ.

סאו וואס איז יא די מעלה מיט ביידען? פשוט, טראמפ איז סאך ערגער פון אים אויף די אלע אישו'ס.

פלאס ער האט נאך די מעלה פון זיין טראמפ און אלעס וואס קומט מיט דערמיט. טראמפ'יזם איז א זאך וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין בעפאר עס איז ח"ו צו שפעט. די אלע אנטיסעמיטן און ראסיסטן און דיפלארעבלס וואס ער האט אויפגעוועקט ברויכן צוריק גיין אין זייערע לעכער און קיינמאל מער זיך נישט באווייזן ס'פנים. די שלעכטיגקייט און מדות מגונות און שנאה וואס ער האט באוויזן ארויס צו ברענגען פון מענטשן - און עס האט זיכער פארגיפטעט פילע קינדערלעך פונעם נייעם דור וואס זעהן אינעם פרעזידענט א ראול מאדעל אדער אמווייניגסטנס אז די אויפפירונג איז אקצעפטירבאר - דאס דארף מען דרינגענד פארריכטן.

בקיצור, טראמפ און טראמפ'יזם דארפן ארויסגעוועלט ווערן, און פארן טובה פון לאנד וואלט בעסער געווען עס זאל זיין טאקע מיט א מאסיווע לענדסלייד. ווער עס קומט אנשטאט? צוריק די אלטע אמעריקע וואס ברויך א מאסיווע רענאוואציע וועלכע וועט נישט קומען אין דעם עלעקשאן גלגול.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך שקר » מאנטאג יולי 13, 2020 10:37 am

ביידען פרעזידענט קמאלע העריס ווייס פרעזידענט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 13, 2020 11:15 am

נעכטן האט געשריבן:פאר Law & Order

דאנאלד טראמפ

וועלקאם בעק!

כאפצעם האט געשריבן:איך רוט פאר ביידען שטייצעך. כ'האלט נישט אז א חוץ קאנסטענט דיזעסטער, כאאס, און האסע האט טראמפ עפעס געברענגט צום לאנד.

אבער מיין פערזענליכע שטימע וואלט לכאורה געגאנגען פאר טראמפ, פשוט אלס מידת הכרת הטוב פארן שטיין צו די זייט פון היימישע יודן אין יעדן הינזיכט שייך. זאל עס זיין רובאשקין, איזראעל, אמבאסאדע, גולן, שוהלן עפענען, וכו' איז נישט מער ווי יושר און נארמאל אים צוריקגעבן.


די פוינט עגרי איך, אבער מען טאר נישט שרייבן דא קיין ציונות.

----------

@עכט היימיש, אבאמע האט ארויסגעטראסקעט הונדערטער טויזענטער מענטשן אין זיין ערשטן טערמין.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יולי 13, 2020 11:22 am

איך בין נישט צו אויסגעקאכט אין פאליטיק, אבער לכאורה קיינעם נישט.

טראמפ נישט, ווייל ער איז נישט קוואליפיצירט בכלל, צוליב אסאך סיבות, טייל פון זיי דערמאנט דא אויבן דורך אנדערע.

ביידען אויך נישט, ווייל ער קען נישט צושטעלן מיינע ערווארטונגען פון א פרעזידענט. דאס לאנד דארף אן ערנסטע טויש, ערנסטע רעפארמען. בלויז אדורכשטופן נאך עטליכע יאר, בשעת דאס געזעלשאפט ליידט, איז קיין מהלך.

אויב ס'וואלט זיך געוואנדן בלויז אין מיין וואוט, וואלט איך פארשטייט זיך געמוזט פאר איינעם שטימען, און דעמאלטס וואלט עס לכאורה געווען ביידן. אבער איך מיין אז מיין שטימע זאל זיין "קיינעם נישט".
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג יולי 13, 2020 12:47 pm

כאפצעם האט געשריבן:איך רוט פאר ביידען שטייצעך. כ'האלט נישט אז א חוץ קאנסטענט דיזעסטער, כאאס, און האסע האט טראמפ עפעס געברענגט צום לאנד.

אבער מיין פערזענליכע שטימע וואלט לכאורה געגאנגען פאר טראמפ, פשוט אלס מידת הכרת הטוב פארן שטיין צו די זייט פון היימישע יודן אין יעדן הינזיכט שייך. זאל עס זיין רובאשקין, איזראעל, אמבאסאדע, גולן, שוהלן עפענען, וכו' איז נישט מער ווי יושר און נארמאל אים צוריקגעבן.

עכט שיין פון דיר כאפצעם

#גלות איד
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יולי 13, 2020 12:50 pm

האמער שוין דערווייל די מיינונג פון פערציג חברים - קומט אריין שטימען די וואסער איז אנגענעם...

אביסל טיפער
מארגן
יש בו
יש ברירה
מענטש צווישן מענטשן
קענטאקי
צייט שטיפער
וואס טוט זיך
Joel
צדיק בן צדיק
לכאורה
Goodmorning
צל עובר
איפה פייביש
ס׳וועט זיין בעסער
פרוכט בוים
ציפקע
בבקשה
זויבער
בעל מנוחה
קיטשי
ממה נפשך
פרוביר אויך
נעכטן
מטעמים
קהל עדתינו
אזוי גאר!
גוט פאריקט
קרייסלער
עכט היימיש
ר' יום טוב
קארפענטער
יענקעל משה
ביידען2020
וואס עפעס?
שמחה ונחת
כאפצעם
Programming
שקר
מחשב

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 13, 2020 12:53 pm

טראמפ
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג יולי 13, 2020 12:59 pm

טראמפ

פאר די פאקט אז מיר האבען א אויער אין ווייסן הויז, משא"כ ביי די פאריגע אדמיניסטראציע ווי ביידען האט געדינט

נישט אז איך עגרי מיט אלעס וואס אונזער ירום טוט
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יולי 13, 2020 1:05 pm

מיין שטימע ענדלט גאר שטארק אין די פון Programming (מיר זענען נישט קיין דאפלטע ניקים...), איך וויל נאר אנמערקן עטליכע נקודות.

צום ערשט וויל רעאגירן אויף דעם
פרוביר אויך האט געשריבן:אמאל איז עס פראגרעסיוו, אמאל איז עס BUY AMERICA

אז BUY AMERICA איז פאקטיש פראגרעסיוו.

טראמפ האט גענומען א מהלך פון לויפן אויף א פראגרעסיווע אישו אלס רעפובליקאנער, מיט'ן חשבון אז עס וועט ציען גאר ברייטע שטיצע ביים פאלק, ווייל אינעם רעכטן לאגער וועט מען אים שטיצן ווייל...
קענטאקי האט געשריבן:הויפטזעכליך וויבאלד ער איז פון די רעפובליקאנער פארטיי.
קארפענטער האט געשריבן:ווייל ער איז די רעפובליקאנער קאנדידאט

אין די צוקלאפטע ארימע מאסן וועלן אים אויך שטיצן ווייל...
פרוכט בוים האט געשריבן:איך וואלט געוואוט פאר איינעם וואס האט זיינע שיטות מער עקסטריעם
לגבי טשיינע און וועלטליכע פאליטיק און איבער עקאנאמי
וואס עפעס? האט געשריבן:געראדע בין איך היפש דיסעפוינטעד אין די טשיינע /טראמפ נעגאשיעישן , ער וואלט זיי געדארפט סך בעסער ציפיקסן
אבער למעשה איז ער דער ערשטע פריזידענט וואס טוט עפעס בכלל מיטן טאג


און די טעקניק האט געארבעט, ווייל מיט בלויז אביסל הילף פון רוסלאנד האט ער באוויזן זיך צו דערנענטערן צום דעמאקראטישן קאנדידאט און פארלירן נאציאנאל מיט בלויז 2.1% נאכדעם וואס ראמני האט פארלוירן צום דעמאקראט מיט 3.9% און מעקעין מיט 7.3%, און ער האט אפילו באוויזן צו געווינען גענוג שטאַטן צו ווערן פרעזידענט.

און אין רעאקציע צו דעם
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האלט אז די איינציגע זאך וואס גייט איינשלעפן די פראגרעסיוון גייט זיין א ביידען געווינס.

וויל איך אנמערקן אז איך בין שטארק חולק אויף דעם, ווייל בפשטות זענען די פראגרעסיוון יעצט שטיל ווייל די מלחמה איז יעצט פטור צו ווערן פון טראמפ, און אויף דעם דארף מען נישט זיין פראגרעסיוו, בכלל ערווארט קיינער נישט אז רעפובליקאנער געזעץ געבער זאלן אדורכפירן פראגרעסיווע געזעצן, אדער אז א רעפובליקאנער פרעזידענט זאל עס קענען אונטערשרייבן.

אבער איינמאל א דעמאקראט קומט אריין, איבערהויפט אלס א גאר מעסיגער, וועט זיך דאן הערשט אנזען די מציאות אז קיין איינער פון די צוויי גרויסע פארטייען זענען נישט לינק, און דעמאלס וועט זיך אנהייבן די גרויסע מלחמה.

(פארגעסט נישט: ביידען איז היבש צו רעכטס פון אבאמא, און ער האט ווייט נישט די פרעזענליכע שטריכן וואס האט געמאכט אבאמא פאפולער מיט וואס מ'האט זיך מורא געהאט צו שלאגן.)

פארשטייט זיך אז אויב ביידען וועט געווינען גאר ברייט וועלן די צענטריסטן שרייען אז "נאר מיט א צענטריסט קען מען געווינען אזוי ברייט", אבער די לינקע וועלן קענען צוריקשרייען אז "אויב זענען די רעכטע טאקע אזוי שוואך, דאן פארוואס דארפן די לינקע אויפגעבן אויף זייער אגענדע כדי זיי צו קענען בייקומען אין וואלן", און דאס איז פארוואס אינעם לאנגן טערמין וועט א גאר מאסיווע לענסלייד דורכפאל פאר'ן רעפובליקאנער זיין די שטופ-וואגן פאר די פראגרעסיווע אגענדע, הגם אונטער ביידענ'ס פרעזידענטשאפט וועט אלעס לכאורה בלייבן ביים גרויליגן אלטן.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יולי 13, 2020 1:06 pm

טראמפ

צוליב נישט קענען דערליידן די עקסטרעם לינקע ריכטונג וואס די דעמאקראטישע פארטיי האט גענומען.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג יולי 13, 2020 1:08 pm

טראמפ, מכמה טעמים הנ"ל
און לכאורה וואלט כמעט יעדע רעפאבליקנער קאנדידאט באקומען מיין שטיצע.
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג יולי 13, 2020 1:14 pm

ביידען.

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג יולי 13, 2020 1:21 pm

טראמפ!
אויפגעטוהן אן אויסגעפירט כמעט אלעס וואס ער האט צוגעזאגט צו ארבייטן דערויף

א מויל וואס וועט אלס וועט זיין וואס צו הערן פון אים (וואס אגב דאס איז די עיקר סיבה פארוואס איך האב געוואויט פאר אים אין 16 און ער האט דאס פיין צוגעשטעלט) משא"כ אויב ביידען ווערט פרעזידענט וועט מען וויסן אז ס'איז דא אזא זאך ווי א פרעזידענט נאר ווען ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג אויב ער וועט עס דערלעבן...

ער האט א קלין רעקארד, והא ראי' אז אלעס וואס מ'האט נאר געטרייט ארויפצושמירן אויף אים איז געגאנגען פייפן
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

האלצשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג יולי 13, 2020 1:32 pm

ביידען - מיין שטימע איז אקעגן טראמפ

נישט פאר קיין שוואכע טראמפ הערצער

איך וויל אז טראמפ זאל פארלירן פשוט כדי אז די "קולט שטיצע" וואס טראמפ האט צווישן אידן זאל זיך ענדיגן, ס'איז איז אבנארמאל, ממש ווי א געטשקע

איך וועל מסביר זיין מיט עקזעמפלס - זאכן וואס ביי אבאמא איז געווען טריפה, משא"כ יעצט?.. הערט מען עפעס נישט

די דעפעציט
אונטער אבאמא זענען די רעפובליקאנער געווען ממש אויסמענטש אז די וועלט גייט אונטער. וואס גייט פאר? אמעריקע טרענקט זיך אין חובות, גיוווואאלד!!! אבאמא לייגט אמעריקע אין דער ערר מיט די חובות וואס ער מאכט אן. ביי די 2012 רעפובליקאנער קאנוועשן איז געווען א ריזיגע סקרין וואס האט כסדר געוויזן ווי די חובות שטייגן אן אויפהער אן ס'לאנד גיט אונטער צוליב דעם און מיר גייען עס סטאפן.

טראמפ האט צוגעזאגט אז ער גייט שניידן די דעפעציט וויל עס איז ממש געפערליך, מ'קען אזוי נישט אנגיין. און וואס האט פאסירט למעשה? מ'האט געמאכט א טעקס קאט וואס האט אמערסטענס בענעפעטירט די גאר רייכע און מיט דעם געהעכערט די נאציאנאלע חוב, איי וועסטו פרעגן חובות!!!! שששש... אבאמא איז מער נישט פרעזידענט, לאדיך אפ..

עס איז געווען יעצט ביי קאראנע די דעמאקראטן האבן גלייך פון אנפאנג אז די מצב איז נישט גוט האט מען געשריגן ס'איז די דעמאקראטן, די מידיא, פעיק ניוז, ס'איז בלויז די פלו, ס'גייט אוועקגיין פון זיך אליינס. די רעזולטאטן? ווייסט יעדער נעבעך זייער גוט און ווען מ'איז שוין נעבעך מודה אז די מצב איז געווען קאטאסטראפיש ווער איז שולדיג דערינען? טראמפ וואס האט חוזק געמאכט דערפון אן אויפהער? נעעה, חס ושלום!! פאוטשי, WHO, טשיינע אבער טראמפ עההה..

טראמפ האט מער פון 15 מאל אויסגעלויבט טשיינע און זייער פירער פאר'ן שנעל ברענגען די ווירוס אונטער קאנטראל(?), און אז טשיינע טיילט מיט אלע אינפארמאציע מיט אמעריקע און אלעס איז גוט געווען, יעצט ווען טראמפ האט שוין איינגעזעהן אז ס'האט אים געקאסט אסאך שטיצע צו זיין ווידערוויילונג זינגט ער הויך "טשיינע טשיינע", זיי זענען שולדיג ווייל זיי האבן נישט מיטגעטיילט און יעדער זינגט שיין מיט טראצדעם וואס מיט עטליכע וואכן פריער האסטו געשריגן אז ס'איז גארנישט, אבער אז טראמפ זאגט עפעס איז עס אזוי, און פארוואס האט טראמפ נישט געוואלט באשולדיגן טשיינע? וועגן מ'האלט אינמיטן א טרעיד דיעל סאו פאר יעצט טאר מען נישט רעדן קעגן זיי, אבער יוי איז טראמפ א טאף גיי!! דאס האט אמעריקע געדארפט!!

צוריק צו די חובות
די דעמאקראטן האבן געזאגט אז מ'דארף א סטימיולעס איז געווען די תירוץ אז די מצב איז נישט אזוי שווער מ'דארף נאכנישט, וועט ס'האט אנגעהויבן צו קאסטן שטיצע איז פלוצים שוין געווען א הסכם אויף צוויי טריליאן דאלער הילף, $400 מיליאן דערפון איז געגאנגען פאר די אמעריקאנע עולם און רוב געלט איז געגאנגען פאר ריזיגע מולטי מיליאן דאלער ביזנעסער

די דעמאקראטן האבן דערנאך געזאגט אז מ'דארף שיקן נאך הילף, וואס איז געווען די תירוץ? די רעגירונג האט צופיל חובות מ'קען נישט. אר יו פאר ריעל? $23 טריליאן חובות איז אקעי, מ'לייגט צו נאך א טריליאן צו די חובות דורך די טעקס קאט אבער ווען ס'קומט צו שטיצן ארימע יחידים? חס ושלום

מה עשה הקדוש ברוך הוא?
די מצב פאר טראמפ און די רעפובליקאנער האט זיך גאר שטארק פארערגערט, די מיליאנען צוריקגעקומענע דזשאבס העלפן נישט, פלוצליג איז מען שוין גרייט צו שיקן נאך א טשעק, איי חובות??!! ששש... די 2020 וואלן קומט בעפאר קעירן וועגן חובות, רעד נישט יעצט דערפון

איך קען נישט פארגעסן ווי דער עולם האט געשאלטן אז אבאמא איז א שרעקליכע בעל גאווה (ער איז טאקע)
יעצט ביי טראמפ איז דאס זיין מעלה ער דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם, האסט געזעהן וואס ער האט אים געפליקט אויף טוויטער? הוי איז ער גוט..

איינער געדענקט נאך די וויי-געשריי אז אבאמא האט געלייגט די פיס אויפ'ן טיש אינעם אוועל אפיס? דערולם איז געווען אויס מענטש, ער פארשעמט אמעריקע!!!
יעצט ביי טראמפ, ער איז א מניוול, טוויט ארויס יעדע פארטאגס פון ווי דער קעניג גייט אליינס, זיין מיאוסע אויפירונג און רעדן, דער טראמפ איז גוט ער איז נישט פאליטיקעל קארעקט, אזוי דארף אן אמעריקאנער פרעזידענט זיין, פארשטייסט?

סאודי אראביע האט צעשניטן אויף שטיקלעך דזשאמאל קאשאגי מיט "שחיטה מונחת" אין טערקיי, וואס האט טראמפ געטון? ער שרייבט אויף טוויטער אז דער מערדער קרוינפרינץ איז זיין חבר סאו איטז אקעי ווי מ'זאגט, מ'דארף נאך זעהן אויב די באווייזן זענען גענוג שטארק..

טארמפ האט געשטאכן אין רוקן די קורדן וואס טויזענטער פון זייערע קעמפער זענען געשטארבן פאר אמעריקע'ס וועגן, פארוואס? ווייל דער טערקישער פירער האט אים גע'חנפ'ט,

טראמפ חנפ'ט זין אן אויפהער צו דעם מענשטן פרעסער קים יאנג אן פון צפון קארעא וויל ער האט דע'דמיונ'ט אז ער גייט קענען מאכן א דיעל וואס אבאמא האט נישט געקענט

אבער דער טראמפ אויף פארעין פאליסי אוי איז ער גוט, סאך בעסער ווי אבאמא

די ליסטע איז נאך לאנג, פאר יעצט עט עס זיין גענוג

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג יולי 13, 2020 1:44 pm

הרב האלצשטיין כ'האף אז עס איז אייך שוין בעסער אויפן הארץ

שיינע ארטיקל גראדע
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך mosheyahoo » מאנטאג יולי 13, 2020 1:48 pm

טראמפ. צוליב וואס איך האב שוין געשריבן דא
viewtopic.php?f=6&t=29289&p=2255833#p2254668
קודאס פאר כאפצעם און צל פארן טין די זעלבע

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך גאפל » מאנטאג יולי 13, 2020 2:00 pm

ביידען

האלצשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג יולי 13, 2020 2:00 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:הרב האלצשטיין כ'האף אז עס איז אייך שוין בעסער אויפן הארץ

שיינע ארטיקל גראדע

יישר כח.
אלעס איז פיין ב"ה און איך פארשטיי אז ס'איז "בעסער אזוי" צו ענטפערן ווי איידער צו ענטפערן אויף די אינהאלט וואס איך האב געשריבן...

מנהיג הדורות
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך מנהיג הדורות » מאנטאג יולי 13, 2020 2:06 pm

טראמפ
ווייל ער האט מזל ווי טראמפ

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: אפענע אנקעטע, טראמפ ווס. ביידען - קומט אריין "שרייבן" אייער אויסוואל

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 13, 2020 2:33 pm

טראמפ (כא׳געוויסט!)

עס איז דא 2 הויפט סיבות פארוואס דוקא יא טראמפ און 2 הויפט סיבות פארוואס דוקא נישט ביידען.

דוקא יא טראמפ, 1) ווייל ער איז דער פאסיגסטער פערזאן ווען ס׳קומט צו באהאנדלען טשיינע, וואס איז אייגענטליך דער וויכטיגסטער אישו וואס איז נוגע די פאראייניגטע שטאטן סיי אויף אויסערן פאלאסי, און אפגערעדט אויף דאמעסטיק פאלאסי. טשיינע איז אמעריקא׳ס גרעסטע געפאר. 2) ווייל ער איז דער נחשון געווען צו קאמבעטן די לינקע עקארדינגלי. נישט מיט זיידענע הענטשקעס אזוי די ריפאבליקאנער פארטיי אין די לעצטע 10׳ליגע יארן. (דער ערשטער פארגלייך צו אים איז ראנאלד רעיגן, ווער ס׳איז באקאנט מיט זיינע דרשות.. הגם זיי זענען טאטאל אנדערע כאראקטארן).

פארוואס נישט ביידען. 1) די יוסטיץ דעפארטמענט, FBI, און אלע איטעליגעט קאמיוניטיס זענען נישט קיין קינדער שפיל! ביידען אלטס וויצע פרעזידענט אינטער דעם סקאנדאלפולער אדמיניסטראציע טראגט א פיקל פון מיסברויכן, מ׳קען נישט צולאזן די מאפיאנערן צוריק צום טישל! 2) ער האט די פולע שטיצע פון די מעינסטרים מידיע. איז זעה עס נישט אנדערש ווי ווען די מידיע איז קאנטראלירט אינטער די רעגירונג. ווען דער פרעזידענט פארשטייט זיך נישט מיט די פרעסע איז עס מער א באלענסירטע דעמעקראטיע, פארט האבן די מידיע זייערע רעכטן און צוטריט, און אויב פארשטייען זיי זיך מיטן פרעזידענט קען עס ברענגן צוזאמענארבעט אויף מיסברויכן, ווען עכט ברויך עס זיין פונקט פארקערט. (#דזשעימס קלעפפער #CNN #פייזא אפליקאציע #ראדזשער סטאון ארעסט ועוד ועוד ועוד). און ווען ס׳איז פארקערט איז די מידיע אויף די געיעג צו כאפן דעם פרעזידענט ביים ווארט, פעולה, מחשבה.. אטאמאטיש זענען זיינע מעשים מער געפילטערט.


בעצם איז דא איין זאך וואס האלט גראדע יא צוריק צו שטומען פאר טראמפ, און דאס אז פאקטיש איז דאס לאנד מער צוטיילט געווארן זייט ער איז פרעזידענט. ס׳איז קלאר אז די טיילונג צווישן די רעכטע און לינקע האבן זיך שטארק פארברייטערט אין די לעצטע 4 יאר.

וואס דען, ס׳איז אבער נישט מכח א פראבלעם מצד טראמפ, עס איז ווי פראקסייד אויף א אפענע וואנד. ווי מער שמיציג ס׳איז אלטס מער ציפט עס. די לינקע זייט איז אזוי מין שמיציג און ראדיקאל, אז דער קאמבעט ציפט זייער זייער שטארק.

די עקספערטן זאגן אבער אז עס גלייכט זיך אויס ווינאר די בעקטעריע איז געהרגעט, מיר האבן אייגענטליך א פארגייער, אין ענגלאנד, ווי די לינקע זייט איז שוין כמעט ווי גענצליך צוזאמגעפאלן. (הגם די משל איז נישט ממש דומה לנמשל איז אבער יא אביסל ענליך).
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט