אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

די וואלן האבן זיך פארמאכט זונטאג יולי 19, 2020 10:45 am

וואס האב איך מיט די גאנצע וואלן? צו וואס פעלט עס אויס? וואס וועל איך פארדינען דערפון? איך פארשטיי נישט צו קיין פאליטיק.
6
24%
האלטס'ט באמת אז מיין סינגל שטימע וואלט געמאכט די דיפערענץ?.. מיין צייט איז טייער און איך גיי נאר ארויס שטימען אמאל אמאל ווען ס'קריטיש. אבער מיין בני בית גייט קיינמאל נישט. 
4
16%
איך האלט אז בעצם איז וויכטיג צו גיין שטימען (און איך פלעג אמאל יערליך גיין שטימען) אבער איך האב געוויסע טענות אויף עמיצן (עסקנים - פאליטישאן'ס)  
15
60%
 
סך הכול שטימען: 25

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יולי 12, 2020 10:45 am

ב"ה 

איך מאך דא אן אויספרעג בנוגע מיין פארש ארבייט אינערהאלב די באטייליגונג פונעם היימישן עולם אין די אלגעמיינע וואלן. נאוועמבער און פריימערי.

די פראגע: אויב זענט איר נישט געגאנגען וועלן אין איינע פון די פאלגענדע וואלן: 2016 פרעזידענט וואלן, 2018 מידטוירם-גאווערנאר, אדער אין די יעצטיגע פריימערי וואלן (אין די געגנטער ווי ס'איז געווען פארמעסטן) וואס איז די סיבה דערצו?

שטימט די נאענטסטע אויסוואל צו אייער רעאקציע.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יולי 12, 2020 10:53 am

ר' יום טוב האט געשריבן:ב"ה 

איך מאך דא אן אויספרעג בנוגע מיין פארש ארבייט אינערהאלב די באטייליגונג פונעם היימישן עולם אין די אלגעמיינע וואלן. נאוועמבער און פריימערי.

די פראגע: אויב זענט איר נישט געגאנגען וועלן אין איינע פון די פאלגענדע וואלן: 2016 פרעזידענט וואלן, 2018 מידטוירם-גאווערנאר, אדער אין די יעצטיגע פריימערי וואלן (אין די געגנטער ווי ס'איז געווען פארמעסטן) וואס איז די סיבה דערצו?

שטימט די נאענטסטע אויסוואל צו אייער רעאקציע.

לייג צו א אפציע בעפאר עס איז דא אסאך שטימען.

-איך וויל זייער גייען שטימען פאר די אינדראסירטע קאנדידאטן, נאר איך בין נישט רעגיסטרירט, און די עסקנים האבן שוין פאר כמעט 10 יאר נישט רעגיסטרירט דעם היימישן עולם אין די סיטי.

און דאס איז באמת א סיבה, עס איז דא א ריזיגע עולם וועלכע האט געוואלט גיין שטימען אין די לעצטע לענטאל וואלן - דא אין ווילי - און זענען נישט פשוט נישט געווען רעגעסטרירט, אויב איז באמת אזוי קריטיש וויכטיג יעדע שטימע, פארוואס אנשטאט אויסגעבן אזוי סאך געלט פאר מארקעטינג נאנט צו די וואלן, נישט ענדערש מאכן א ריזיגע רעגיסטראציע דרייוו בעוד מעוד אין די היימיע געגענטער.

עס איז קלאר אז די יונגע יונגעלייט פון 20 - 30 זענען פון די שטערקסטע וויילער באזע, און דוקא דארט איז כמעט נישטא קיין רעגיסטרירטע, וועמען איך האב נאר געפרעגט פון יונגעלייט אין די טעג ארום די לענטאל וואלן צי ער גייט שטימען איז ע"פ רוב די תירוץ געווען "איך וואלט געגאנגען, נאר איך בין נישט רעגיסטרירט".

אויב די עסקנים דארפן נאך אמאל שטימען, איז 'יעצט' די צייט צו אנהייבן רעגיסטרירן דעם עולם אין די שולן און כוללים.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יולי 12, 2020 10:57 am

איך פארשטיי, דאס איז א באזונדערע אישו.

איך מאך בלויז פאר רעגיסטרירטע וויילער וואס זענען אמאל געבליבן אינדערהיים אינעם וואל טאג, איך וויל דערגיין זייערע מאטיוון.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יולי 12, 2020 11:02 am

ר' יום טוב האט געשריבן:איך פארשטיי, דאס איז א באזונדערע אישו.

איך מאך בלויז פאר רעגיסטרירטע וויילער וואס זענען אמאל געבליבן אינדערהיים אינעם וואל טאג, איך וויל דערגיין זייערע מאטיוון.

גוט. אבער ווי עס קוקט מיר אויס ביזטו בקשר מיט די עסקנים, ממילא אויב עס איז אמת, גיב זיי איבער אז עס איז שווערע טויזענטער אידן, איש וביתו, וועלכע ווארטן צו גיין שטימען, נאר קענען זיך נישט אויס מיט אנליין רעגיסטראציע, און ווארטן אויף א טישל אין די בתי מדרשים.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24084
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 12, 2020 11:21 am

ר' יום טוב, יאך בין פון די וואס אין די לעצטע 20-25 יאר בין איך ביי 85 פראצענט פון די וואלן געגאנגען שטימען, ס'ווענדט זיך וויפיל צייט איך האב אינדערפרי, נאכמיטאג איז שוין דא שוואכע שאנסן איך זאל אנקומען.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג יולי 12, 2020 11:26 am

עכט היימיש האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ב"ה 

איך מאך דא אן אויספרעג בנוגע מיין פארש ארבייט אינערהאלב די באטייליגונג פונעם היימישן עולם אין די אלגעמיינע וואלן. נאוועמבער און פריימערי.

די פראגע: אויב זענט איר נישט געגאנגען וועלן אין איינע פון די פאלגענדע וואלן: 2016 פרעזידענט וואלן, 2018 מידטוירם-גאווערנאר, אדער אין די יעצטיגע פריימערי וואלן (אין די געגנטער ווי ס'איז געווען פארמעסטן) וואס איז די סיבה דערצו?

שטימט די נאענטסטע אויסוואל צו אייער רעאקציע.

לייג צו א אפציע בעפאר עס איז דא אסאך שטימען.

-איך וויל זייער גייען שטימען פאר די אינדראסירטע קאנדידאטן, נאר איך בין נישט רעגיסטרירט, און די עסקנים האבן שוין פאר כמעט 10 יאר נישט רעגיסטרירט דעם היימישן עולם אין די סיטי.

און דאס איז באמת א סיבה, עס איז דא א ריזיגע עולם וועלכע האט געוואלט גיין שטימען אין די לעצטע לענטאל וואלן - דא אין ווילי - און זענען נישט פשוט נישט געווען רעגעסטרירט, אויב איז באמת אזוי קריטיש וויכטיג יעדע שטימע, פארוואס אנשטאט אויסגעבן אזוי סאך געלט פאר מארקעטינג נאנט צו די וואלן, נישט ענדערש מאכן א ריזיגע רעגיסטראציע דרייוו בעוד מעוד אין די היימיע געגענטער.

עס איז קלאר אז די יונגע יונגעלייט פון 20 - 30 זענען פון די שטערקסטע וויילער באזע, און דוקא דארט איז כמעט נישטא קיין רעגיסטרירטע, וועמען איך האב נאר געפרעגט פון יונגעלייט אין די טעג ארום די לענטאל וואלן צי ער גייט שטימען איז ע"פ רוב די תירוץ געווען "איך וואלט געגאנגען, נאר איך בין נישט רעגיסטרירט".

אויב די עסקנים דארפן נאך אמאל שטימען, איז 'יעצט' די צייט צו אנהייבן רעגיסטרירן דעם עולם אין די שולן און כוללים.


;l;p- שטים צו 100%

איך גראדע בין רעגיסטרירט און איך וואוט

איך רעד אין אלגמיין איז עס גאר א גוטע פוינט
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יולי 12, 2020 11:42 am

1) אין באצוג צו מיר - איך בין נישט געגאנגען שטימען צוליב מיינע טענות אויף די עסקנים.
איך גלויב אז זיי טוען אויף אסאך, אבער פון די אנדערע זייט זע איך געוויסע נישט אין מיין שניט, אין באצוג צו די קליינע מענטשעלע-גרויסער עסקן געדאנקען-גאנג און אויפפירונג.
אין די נעקסטע וואהלן פלאן איך צו אויסוועלן די אפציע וואס איז פארגעשלאגן געווארן דורך יאסי געשטעטנער, צו אריינשרייבן סיי וואסערע נאמען ביים וועהלן.
דאס וועט הייבן דעם וואהל כח, אבער כ'וועל איינוועגס גיין אויף מיין שניט אין באצוג צו די קליינע מענטשעלע-גרויסער עסקן געדאנקען-גאנג און אויפפירונג.אין באצוג צו די קליינע מענטשעלע-גרויסער עסקן געדאנקען-גאנג און אויפפירונג.
*
2) אין באצוג צום ציבור - אויב וויל מען הייבן דעם היימישען וואהל כח, פעהלט זיכער אויס א נייע בעסערע סטראטעגיע, מער ווי צעטלעך א וואך צוויי פאר די וואהלן.
מען ברויך זיך אראפזעצן מיט די סאמע בעסטע מארקעטינג עקספערטן ביים היימישן ציבור, זיי זאלן שטודירן די טעמע, אויסארבעטן א סטראטעגיע, און דאס עקסעקיוטן.
דער ביז היצטיגער מהלך ארבעט פיין, אבער ברענגט נישט ארויס די נומערן וואס מ'קען, און מ'האמיר אנגעהויבן פארלירן וואהלן צוליב דעם. פילייכט אמאל זענען די קליינע נומערן גענוג געווען, היינט איז אבער אנדערש.

איךביןעס
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:32 pm

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך איךביןעס » מאנטאג יולי 13, 2020 1:51 pm

אפשר מאכט מען אן אנקעטע פארוואס מ'שטימט נישט דא אויף די אנקעטע?

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אנקעטע: פארוואס גייט איר נישט שטימען?

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 13, 2020 1:58 pm

מיין אפציע, אויב א פאליטישאן שטעלט נישט ארויס אן אדשענדע וואס ער גייט טוהן פאר די קאמיוניטי וועל איך נישט וואוטן פאר אים, אפי' אויב ער ווערט אינדארסירט דורך פלוני אלמוני, און אפי' אויב די צד-שכנגד איז געפערליך שבגעפערליך.
person-man-woman-camera-tv = genius


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט