באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דממה דקה האט געשריבן:דאס אז דער אמעריקאנער פרעזידענט און ווייס פרעזידענט זענען נישט געבריפט אויף אזא האקעלע טעמע ברויך ערנסט אויסגעפארשט ווערן, די DNI מיט אלע אינטעלידשענס פירער דארפן זאפארט ווערן געפייערט.

מ'דארף אינוועסטיגעיטן? יעדער ווייסט פארוואס...

די עכטע פרעזידענט, אבאמא האטעך אנגעזאגט אז אינטעלידזשענס בנוגע רוסלאנד זאל מען נישט געהעריג שעירן... וואסי די פראגע?

ערענסט גערעדט, דו ווייסט אז סיז זיכער אמת?

ס'קען זיין אז סיז קיינמאל נישט געווען, ס'קען זיין אז סיז יא געווען, מ'האלטעס נאך אינמיטן עססעסן, ס' קען זיין מ'האט שוין געבריעפד דעם פרעזידענט און סיז וויכטיג עס צו לייקענען כדי רוסלאנד זאל נישט וויסן אז אמעריקא ארבייט אויף א רעספאנס...

אבער די ערשטע זאך... טראמפ? אינוועסטיגעיטן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בעריש'ל האט געשריבן:
שניי באל האט געשריבן:.

לאמיר זאגן אז דער ניו יארק טיימס האט ליגנט געשריבן, און טראמפ האט נישט געוואוסט, (אגב, פארוואס ווייסט ער נישט? איז ער נישט אין טשארדש?).

אבער יעצט ווייסט ער שוין זיכער! לאמיר זעהן וואס גייט ער טוען דערצו? גייט ער עס פארדאמען? אדער ווייטער לאכן מיט זיין גוטער פריינט?

דו ביסט שוין זיכער אז סיז געווען, מ'דארף נאר וויסן פארוואס טראמפ האט גארניש געטוהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:א שאלה צו טראמפ סופארטערס, אויב זאל זיך מארגן ארויסשטעלן אז טראמפ איז יא געווען געבריעפט דערוועגן, און האט מחליט געווען צו איגנארירן איז עס א פראבלעם?

דארף מען וויסן צי ער האט טאקע גארנישט געטוהן אדער געטוהן עפעס א שפיצל וואס ווער ס'דארף וויסן ווייסט איקלודינג די רוסן אבער מ'קען נישט מאכן אפציעל

און אויב איז קלאר אז ער האט גארנישט געטוהן (וואס איז גאר שווער -אויב בכלל מעגליך- צו פעסטשטעלן) דארף מען וויסן פארוואס

וויכי האקט. שיק עניוועי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

כאפצעם האט געשריבן:אידער וועי איז דאס הימל שרייענד, האט מען געבריעפט די אדמיניסטראציע און ער איז פלעין געגאנגען ווייטער כאילו לא היה, דארף מען אים אימפיעטשן. האט מען אים נישט געבריעפד דארף מען פייערן די גאנצע די. ען. איי. פירערשאפט.

עטץ כאפטס וואס מ'רעדט דא? אן דירעקטע טעראר אטאקע אויף צענדליגער אמעריקאנע זעלנער, ארקאסטרירט דורך א פיינטליך לאנד.

קען איינער מסביר זיין די סקאנדאל?
כ'מיין ס'איז נאך דא מן הסתם נאך צענדליגער אנדערע זאכן אויפן גיאו-פאליטיקעל ארענע וואס לענדער ארבייטן קעגן אמעריקאנע אינטרעסן יעדען טאג. צו דארף דער פרעזידענט געבן א פונקליכע באריכט צום נ"י טיימס וואס מען טוט דערוועגן?

בדרך אגב כאפ איך נישט די גרויסע עולה פון רוסלאנד.
אמעריקע פאר 40 יאר צוריק האט נישט נאר געצאלט געלט פאר די טאליבאן צו הארגענען רוסישע סאלדאטן, נאר טאקע צוגעשטעלט די וואפן אויכט ביז רוסלאנד האט אפגצויגען מיט בושות. נו יעצט צאלט פוטין צוריק. נישט אז אמעריקע דארף נישט זעהן צו טון וואס מען קען, אבער שרייען מיט טרערן די הרגעסט מיינע סאלדאטן קינען זיי נישט.

ואגב דאגב ווען סאך א קלענערע מאכט ווי רוסלאנד, איראן האט געהרגעט טויזענטער אמעריקאנע סאלדאטן אין איראק, האט נישט בוש און נישט אבאמא געטון עניטינג דערוועגן, דוקא טראמפ האט זיי געזאגט זייער קלאר אז דאס קען נישט ווייטער אנגיין. און טאקע מקיים פסק געווען.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דאס אז דער אמעריקאנער פרעזידענט און ווייס פרעזידענט זענען נישט געבריפט אויף אזא האקעלע טעמע ברויך ערנסט אויסגעפארשט ווערן, די DNI מיט אלע אינטעלידשענס פירער דארפן זאפארט ווערן געפייערט.

מ'דארף אינוועסטיגעיטן? יעדער ווייסט פארוואס...

די עכטע פרעזידענט, אבאמא האטעך אנגעזאגט אז אינטעלידזשענס בנוגע רוסלאנד זאל מען נישט געהעריג שעירן... וואסי די פראגע?

איך רעד דאך פון דעם, אז די אבאמא דיעפ-סטעיט דארף מען ארויסווארפן.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ערענסט גערעדט, דו ווייסט אז סיז זיכער אמת?

ס'קען זיין אז סיז קיינמאל נישט געווען, ס'קען זיין אז סיז יא געווען, מ'האלטעס נאך אינמיטן עססעסן, ס' קען זיין מ'האט שוין געבריעפד דעם פרעזידענט און סיז וויכטיג עס צו לייקענען כדי רוסלאנד זאל נישט וויסן אז אמעריקא ארבייט אויף א רעספאנס...

אבער די ערשטע זאך... טראמפ? אינוועסטיגעיטן...

איך קען נישט וויסן אויב עס איז אמת, נאר אזויפיל אז סיי די פרעס סעקרעטערי און סיי די DNI דריקן שטארק אז די פרעזידענט איז נישט געבריעפט געווארן, סא איי געס אז זיי לייקענען נישט די מעשה אליינס, נאר די בריעפינג חלק, מן הסתם איז יש דברים בגו.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הבוחר בטוב האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין די סקאנדאל?
כ'מיין ס'איז נאך דא מן הסתם נאך צענדליגער אנדערע זאכן אויפן גיאו-פאליטיקעל ארענע וואס לענדער ארבייטן קעגן אמעריקאנע אינטרעסן יעדען טאג. צו דארף דער פרעזידענט געבן א פונקליכע באריכט צום נ"י טיימס וואס מען טוט דערוועגן?

בדרך אגב כאפ איך נישט די גרויסע עולה פון רוסלאנד.
אמעריקע פאר 40 יאר צוריק האט נישט נאר געצאלט געלט פאר די טאליבאן צו הארגענען רוסישע סאלדאטן, נאר טאקע צוגעשטעלט די וואפן אויכט ביז רוסלאנד האט אפגצויגען מיט בושות. נו יעצט צאלט פוטין צוריק. נישט אז אמעריקע דארף נישט זעהן צו טון וואס מען קען, אבער שרייען מיט טרערן די הרגעסט מיינע סאלדאטן קינען זיי נישט.

ואגב דאגב ווען סאך א קלענערע מאכט ווי רוסלאנד, איראן האט געהרגעט טויזענטער אמעריקאנע סאלדאטן אין איראק, האט נישט בוש און נישט אבאמא געטון עניטינג דערוועגן, דוקא טראמפ האט זיי געזאגט זייער קלאר אז דאס קען נישט ווייטער אנגיין. און טאקע מקיים פסק געווען.

זאגסט זייער גוט, אבער נקוט האי כללא בידך: "מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס".
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דממה דקה האט געשריבן:א שאלה צו טראמפ סופארטערס, אויב זאל זיך מארגן ארויסשטעלן אז טראמפ איז יא געווען געבריעפט דערוועגן, און האט מחליט געווען צו איגנארירן איז עס א פראבלעם?

ניין! ער דארף מער פלעקסעבילעטי...

וואסערע פראגע אידאס? איך קען עפעס יעדע דעטאל וואס טראמפ האט אפגעמאכט און פארוואס?

איך בין געפרעגט געווארן ענליך דורכאויס די גאנצע קעלוזשן האוקס "אויב האט טראמפ קעלודעד, עגריסטו אז סיז ראנג?" און איך האב מיך געדארפט מסביר זיין אז סיז א הייפאטעטיקל פראגע, ווייל סיז קיינמאל נישט געווען! האסט שוין געענטפערט פארוואס אבאמא האט געהייסן גיין נאך פלין מיט די "רייט פיפל"? און פארוואס ביידן, וואס זאגט אז ער ווייסט גארניש איבער אן אינוועסטיגעישן איבער פלין האט גאר געהייסן נוצן די לאוגן עקט?

די פוינט אין קורצן, נישט יעדע ני"ט באריכט איז ווערד אז איך זאל דארפן ענטפערן אלע הייפאטעטיקל סענעריאו'ס...

און נאך איין מאל, קיינער דא ווייסט נישט צו סיז בכלל דא אזא ריפארט, צו סיז וועריפייד, צו מ'האט געבריעפד טראמפ און צו ער האט נקמה גענומען...

אבער א סקאנדאל איז שוין דא!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דממה דקה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דאס אז דער אמעריקאנער פרעזידענט און ווייס פרעזידענט זענען נישט געבריפט אויף אזא האקעלע טעמע ברויך ערנסט אויסגעפארשט ווערן, די DNI מיט אלע אינטעלידשענס פירער דארפן זאפארט ווערן געפייערט.

מ'דארף אינוועסטיגעיטן? יעדער ווייסט פארוואס...

די עכטע פרעזידענט, אבאמא האטעך אנגעזאגט אז אינטעלידזשענס בנוגע רוסלאנד זאל מען נישט געהעריג שעירן... וואסי די פראגע?

איך רעד דאך פון דעם, אז די אבאמא דיעפ-סטעיט דארף מען ארויסווארפן.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ערענסט גערעדט, דו ווייסט אז סיז זיכער אמת?

ס'קען זיין אז סיז קיינמאל נישט געווען, ס'קען זיין אז סיז יא געווען, מ'האלטעס נאך אינמיטן עססעסן, ס' קען זיין מ'האט שוין געבריעפד דעם פרעזידענט און סיז וויכטיג עס צו לייקענען כדי רוסלאנד זאל נישט וויסן אז אמעריקא ארבייט אויף א רעספאנס...

אבער די ערשטע זאך... טראמפ? אינוועסטיגעיטן...

איך קען נישט וויסן אויב עס איז אמת, נאר אזויפיל אז סיי די פרעס סעקרעטערי און סיי די DNI דריקן שטארק אז די פרעזידענט איז נישט געבריעפט געווארן, סא איי געס אז זיי לייקענען נישט די מעשה אליינס, נאר די בריעפינג חלק, מן הסתם איז יש דברים בגו.

עסומינג אז סיז יש דברים, סיז דא אזא ריפארט, און די אינטעלידזשענס האלטעס אינמיטן אויספארשן... אויב עפעס דארף געפארשט ווערן איזעס "ווער האטעס געליעקט צום טיימס"? נישט פארוואס האט מען נישט געבריעפט טראמפ...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פאקס נויז מיט זייער אייגענע באריכט.

איין זאך פארשטיי איך נישט, קאנגרעס קען דעס נאר אויספארשען נאר אויב די די מידיא באריכטעט דעס?
כמיין צי זאגען אמעריקע ווערט געוואר אזאלכע זאכען פון די צייטונגען?

ווען ס'איז קעגן רעפאבליקאנער וועט מען אויספארשן תיכף

ווען ס'איז קעגן דעמאקראטן, וועט קאנגרעס/סענאט [אפילו געפירט דורך רעפאבליקאנער] נאר אויספארשן ווען די מידיע איז שוין פול דערמיט

עי' ערך פלין

שוין געהערט אמאל פון בענגאזי?

---------

איינער ווייזט אן אז טראמפ לייקענט אפילו נישט דאס פון וואס מען רעדט, מען רעדט פון רוסלאנד געצאלט פאר הרג'נען אמעריקאנער זעלנער, ער לייקענט צו ווערן געבריפט איבער רוסישע אטאקעס אויף אמעריקאנער. עס איז נישט די זעלבע זאך.
IMG_20200628_110730.jpg
IMG_20200628_110730.jpg (90.1 KiB) געזען 587 מאל

----------

וועלקאם בעק @וויכטיג מאכער.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צל, ער לייקענט יא. (מער ווייניגער)

"So-called attacks"

---
אזויגערופענע...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

עטליכע האבן אויפגעברענגט די פוינט אז אמעריקע האט אויך אזוי געטון אין די פארגאנגענהייט...

סארא מין דעפענס איז דאס?... און וואס וויל מען דערמיט דיפענדן?

אפשר זאל מען לאזן רוסלאנד ווארפן א אטאם אויף אמעריקע ווייל אמעריקע האט אין די פארגאנגענהייט געווארפן אויף יאפאן? כ'מיין סיריעסלי, א צווייטע לאנד נעמט ארויס געלט פון טאש און באצאלט פאר טעראריסטן פאר יעדע טויטע קאפ וואס זיי ברענגען און די ענטפער איז אז אמעריקע האט אויך געטון זאכן אין די פארגאנגענהייט?

מען קען נישט האבן קיין טענות צו רוסלאנד ווייל אמעריקע האט געגעבן וואפנס פאר אוקריינא... רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינא און אמעריקע האט זיך אנגענומען פאר זיי און געגעבן די מיטלען זיך צו באשיצן פון אגרעסיע, און מען נוצט דאס אלס א אויסרייד צו 'לאזן' רוסלאנד צאלן באונטי געלט פאר אמעריקאנער זעלנער?

ווילסט זאגן אז דו קענסט פארשטיין פארוואס זיי טוען עס, איך הער, אבער זאגן אז דאס איז עפעס א תירוץ פארוואס מען זאל נישט אפענטפערן דעם שאקירנדע שריט אויפן הארבסטן וועג מעגליך איז אומגלויבליך. מען לאזט א צווייטע לאנד באצאלן צו הארגענען אונזערע זעלנער ווייל אמעריקע האט געטון עפעס בעפאר? וואס אין די וועלט איז גענוג א גוטע סיבה פארוואס מען זאל צולאזן א צווייטע לאנד צו באצאלן די טאליבאן צו הארגענען אונזערע זעלנער?!

----

עס איז איין זאך צו זאגן אז אמעריקע קען נישט גיין אין קריג מיט רוסלאנד דערוועגן, הגם ווען אבאמא איז ווען אויפן בענקל וואלט מען דא געשריגן פארוואס מען האט נאכנישט באמבארדירט מאסקעווע. אבאמא לאזט הארגענען אונזערע סאלדאטן ווייל ער איז א שוואכלינג און א טשעמבערליין...

וואס ער איז יא די ריכטיגע זאך צו טון ווייס איך נישט, פארדעם בין איך נישט אינעם פענטיגאן אדער ווייסע הויז. עס קען זיין אז סאנקציעס איז די ריכטיגע מהלך, קען זיין אז עס זענען דא אנדערע אפציעס. עס קען גאר זיין אז מען האט שוין עפעס געטון און קיינער ווייסט נישט.

אבער וואס איז די תי' אז טראמפ דרייט זיך ארום באשיצן רוסלאנד, און איז זיך גרייט איינצורייסן מיט אנדערע לענדער אבי מען זאל צוריק אריינעמען רוסלאנד אין די דזשי-7, אין די זעלבע צייט וואס (איך ווער נאכאלס שאקירט יעדעס מאל איך שרייב עס) יענע לאנד באצאלט געלט פאר די קעפ פון אונזערע סאלדאטן?!

----

די דעפענס יעצט, ווי עס שרייבט רעטקליף און די פרעסע סעקראטאר, איז אז מען האט נישט איינגעמאלדן טראמפ איבער דעם אנטוויקלונג. דאס ברענגט אויף פיל מער פראגעס ווי תירוצים. איז דאס נישט גענוג אן אנטוויקלונג אז דער פרעזידענט זאל דערפון וויסן? האבן זיי מיטגעהאלטן ווי טראמפ איז פארנומען גלעטן פוטין אין די זעלבע צייט וואס ער צאלט געלט צו הארגענען אמעריקאנער סאלדאטן און זיי האבן אים גארנישט געזאגט?

אין קורצע ווערטער, האט אמעריקע א פרעזידענט בכלל?! איז דא איינער וואס מאכט באשלוסן - אויסער אויב מען זאל טוישן די נעמען פון קאנפעדערעט גענעראלן פון אונזערע באזעס - לאזט מען טראמפ ארומגיין ווי א אומאינפארמירטער חוזק איבער אזעלכע זאכן?! וואס איז די סיבה דערונטער?

----

די איינציגסטע פראגע וועלכע בלייבט איז אויב די באריכט איז ריכטיג אדער נישט. אוודאי איז פארהאן די מעגליכקייט אז עס איז נישט אמת, אבער ווי מען האט שוין געלערנט אין די פארגאנגענהייט, ווען אלע גרויסע צייטונגען שרייבן די זעלבע זאך איבער א אנטוויקלונג, נישט קיין נושא נאר א געוויסע ספעציפישע נייעס, איז עס כמעט אייביג אמת.

אגב, אויסער די אמעריקאנער צייטונגען איז פארהאן אויך גרויסע אויסלענדישע צייטונגן וועלכע זאגן עס אויך. אין סקיי נויס ווערט באריכטעט אז ענגלאנד איז לעצטענס איינגעמאלדן געווארן וועגן די רוסישע שריט, עס מאכט אסאך סענס אז די סאורס איז טאקע א אויסלענדישע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נקדימון האט געשריבן:צל, ער לייקענט יא. (מער ווייניגער)

"So-called attacks"

---
אזויגערופענע...

און וואס טייטשט, "ביי ראשענס"?

----------

@יש ברירה, יא, וועך, דאס האט שוין טראמפ געטון אפאר יאר צוריק, צו בארעכטיגן רוסלאנד, מיט דעם אז אמעריקע איז אויך נישט אלץ וואויל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

צל עובר האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:צל, ער לייקענט יא. (מער ווייניגער)

"So-called attacks"

---
אזויגערופענע...

און וואס טייטשט, "ביי ראשענס"?

----------

@יש ברירה, יא, וועך, דאס האט שוין טראמפ געטון אפאר יאר צוריק, צו בארעכטיגן רוסלאנד, מיט דעם אז אמעריקע איז אויך נישט אלץ וואויל.

דאס איז טייטש מעיק אמעריקע גרעיט אגעין... אין טראמפ שפראך.
שויתי ה' לנגדי תמיד
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

סאו נאך דער נייעס באריכט איז ארויס בלייב מיר מיט מער ספיקות ווי בעפאר:

1. איז אמת די אינטעליזשענס אז רוסלאנד האט געזיכט צו הרגענען אמעריקאנע סאלדאטען?
2. איז אמת אז עס איז למעשה געטוהן געווארען?
3. איז אמת אז די אינטעליזשענס האט געוואוסט דערפון און נישט איבער געגעבען די מעסעדזש?
4. איז אמת אז די פרעזידענט האט געוואוסט דערפון און זיך נישט וואוסענדיג געמאכט?
5. מיז די פרעזידענט גלייך און אויף די מינוט נקמה נעמען אויף יעדע אקט וואס ווערט געטוהן אנטקעגן אמעריקאנע אינטערעסן?
6. קען די פרעזידענט לאדענען ברוטאלע דיקטאטורען קיין וואשינגטאן און אריין ברענגען אלס טייל פון א סאמיט? עס האט פרעצעדענט אין אמעריקעס היסטאריע און בכלל נישט אויסער ווי געווענליך.
7. איז די סאורס פון די מעשה באגלייבט און איז עס נישט נאך א האוקס אזוי ווי די פריערדיגע און גרעסטע ליגענט אין אמעריקעס (מיאוסטע) געשיכטע אז טראמפ האט געארבייט האנט ביי האנט מיט רוסלאנד צו געוואונען די 2016 עלעקשאנס?

די פאלשע אויטרעזש נאך פאר מען ווייסט די פאקטען איז אויסער ווי געווענליך הילעריעס!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

מטעמים!! גענאגלט!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

מטעמים האסט גאנץ גוט מסביר געווען די חילוק פארוואס מקען נישט מדמה זיין אמעריקע צי רוסלאנדס זיין אין אפגאניסטאן,
אבער די חילוק איז סאך מער אז ווען רוסלאנד פרעגט אזא קשיא מאכט ער ליצנות פון די מענטשהייט

איינע פון די פשוטע ענטפערס איז, איינער ווייסט אפי' די היסטאריע פארוואס רוסלאנד איז אריין אין אפגאניסטאן?

אמעריקע איז אריין ווייל איינער האט אמאל אטאקירט ביי סעפטעמבער 11 ווי ווי טויזענטע מענטשען זענען געשטארבען, קוקט שוין באלד אויס ווי דער עולם געדענקט נישט, בקיצור מהאט געגעבען א אפשען פאר די טאליבאנע ארויסציגעבען בין לאדין אין צישטערען זיינע טעראר באזעס, אין טאליבאן האט עס נישט געטון, נאכמער טאליבאן איז געווען אסאך מאל אפיליאירט אין געווען נאנט מיט על קאידע דאך האט מען זיי געגעבען א אפשען, און ווען זיי האבען געזאגט בלא איז מען אריין קעיר נעמען, סא וואס איז בכלל די פארגלייך?

און נאך איין זאך ווען די קאמוניסטען זענען אריין אין אפגאניסטאן האט די וועלט עס זייער שטארק פארדאמט אין אמעריקע האט געפירט א אפענע קאלטע קריג קעגען רוסלאנד,
אבער דא אין אפגאניסטאן איז אפיציעל רוסלאנד געווען דעמאלטס ציזאמען מיט אמעריקע מיט די קריג קעגען טעראר, סא וואס צאלסטו געלט פאר טעראריסטעו צי הארגענען די אליאירטע סאלדאטען?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צל עובר האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:צל, ער לייקענט יא. (מער ווייניגער)

"So-called attacks"

---
אזויגערופענע...

און וואס טייטשט, "ביי ראשענס".

"ביי ראשענס" = ביי די רוסישע

ווי שטייט דא אז טראמפ אגריעט אויף די אטאקע?

ביי מיר מיינט "אזויגערופענע" אז איך לייקען אדער שטום נישט איין מיט יענעמ'ס הנחה
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

אזא סקאנדאל איז ממש א גאלדמיין פאר די לינקלאן פראדזשעקט וכת דיליה.. אוי גייט די "קאנסערוואטיוון קעגן טראמפ" מאוומענט וואקסן אויף שרויפן.

דאס איז העלסינקי אויף סטערוידס.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג יוני 28, 2020 12:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נקדימון האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:צל, ער לייקענט יא. (מער ווייניגער)

"So-called attacks"

---
אזויגערופענע...

און וואס טייטשט, "ביי ראשענס".

"ביי ראשענס" = ביי די רוסישע

ווי שטייט דא אז טראמפ אגריעט אויף די אטאקע?

ביי מיר מיינט "אזויגערופענע" אז איך לייקען אדער שטום נישט איין מיט יענעמ'ס הנחה

ער לייקענט א אטאקע דורך די רוסן, קיינער זאגט נישט אז עס איז יא געווען.

דאס איז וואס איך זאג.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג יוני 28, 2020 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אזויגעריפענע מיינט, יענער זאגט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צל עובר האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:צל, ער לייקענט יא. (מער ווייניגער)

"So-called attacks"

---
אזויגערופענע...

און וואס טייטשט, "ביי ראשענס".

"ביי ראשענס" = ביי די רוסישע

ווי שטייט דא אז טראמפ אגריעט אויף די אטאקע?

ביי מיר מיינט "אזויגערופענע" אז איך לייקען אדער שטום נישט איין מיט יענעמ'ס הנחה

ער לייקענט א אטאקע דורך די רוסן, קיינער זאגט נישט אז עס איז יא געווען.

דאס איז וואס איך זאג.

דו האסט געשריבן אז "טראמפ לייקענט אפי' נישט די אטאקע דורך די רוסן" ער לייקענט נאר די חלק "אז ער איז געווארן געבריעפט"

זאג איך, אז טראמפ אין זיין טוויט לייקענט מער ווייניגער אפ די גאנצע. נישט בלויז די בריעפינג נאר די "עצם אטאקע"

---
עניוועי.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טראמפ "לייקענט"... טראמפ "זאגט"..

ס'איז נאך בכלל א מדובר...
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

מיינונג : די גאנצע זאך אפילו ס'זאל זיין עפעס אמת איז גוט פאר טראמפ -אינגאנצן אזוי פשוט איז דאך עס נישט - ס'רוקט אביסל צוריק די נייעס צו נארמאלע דאוינגס אוועק פון אלע האוקעס פאוקעס באשולדינגען ווי קאוויד 19 און ננאך
פארשטייט זיך ווען זאכן וועלן קלאר ווערן
לעצט פארראכטן דורך שליו ודגים אום זונטאג יוני 28, 2020 1:10 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

כאפצעם האט געשריבן:טראמפ "לייקענט"... טראמפ "זאגט"..

ס'איז נאך בכלל א מדובר...

אוי וויפיל האופ און געוואונטשענע עקסייטמענט ליגט אין דעם שרייבער אז די געשריבענע זאל זיין אמת.........
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפצעם האט געשריבן:אזא סקאנדאל איז ממש א גאלדמיין פאר די לינקלאן פראדזשעקט וכת דיליה.. אוי גייט די "קאנסערוואטיוון קעגן טראמפ" מאוומענט וואקסן אויף שרויפן.

דאס איז העלסינקי אויף סטערוידס.

עס איז פאני :lol:
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”