ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מיינונג זאגער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וויזוי ווייסטו טראמפ גייט האבן 43%? מ'האט קוים אנגעפאנגען צו ציילן מעיל-אינס, ד מארזשין איז עקספעקטעד זיך צו פארברייטען.

נומער 1 עס איז נישט דא אזוי סאך מעיל אינס אין ניו יארק, מען רעדט אינגאנצן פין 700,000,
2 אזא נומער, נאר עלעקשן נייט איז אויך א געוואלדיגע חידוש,

1, @צל זאגט א גאנצע צייט אז ס'דא 1.7M
2, פארוואס?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מיינונג זאגער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:02 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינונג זאגער »

1 קען זיין ביסט גערעכט, איך געדענק נישט פין ווי איך נעם דעם נומבער,
2 עס איז א שטארקע חידוש אז אויף די נאכט פין די אלעקשנס איז עס אין ניו יארק געווען אזוי נאנט, קאמפער עס צו אנדערע יארן,
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די 700 טויזנט איז פון די סיטי אליינס.

שטייצעך אז עלעקשן נייט היי יאר מיינט גארנישט, ווען אזויפיל דעמאקראטן אין אמעריקע האבן געשטימט עבסענטי.

עס איז דא ממש געציילטע סטעיטס וואס ביידן האט געווינען די עלעקשן דעי וואויט, אריינגערעכנט ניו יארק גראדע.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מדארף נישט אזוי ווייט א טראמפיסט צו קענען לויפן און געווינען אין די בלויע ניו יארק סיטי, נאר בלויז א פארשטענדליכע מענטש מיט עקזעקיטיוו עקספיריענס און איינער וואס וועט זיך נישט צוזאמלייגן ווי א פאפירענע סיריעל באקס ווען קארטעז גיט א סניז אדער ווען א יונגאטש מיט האלב אראפגעלאזטע הויזן באשליסט אז סאיז העכסט צייט אז זאל טראגן א ראלעקס זייגער

פון צווישן די דעמאקראטישע קאנדידאטן שיינט ארויס דאס בעסטע עריק עדעמס, קוקט אויס ווי די נארמאלסטע און איז געווען אין ען וויי פי די

אויף די רעפובליקאנער זייט שטייט אין שפיץ זשאן קאסעמיטיס א ביליאנער ווי בלומבערג און איז גרייט צו ספענדן א מאה מאלאנע פאר זיין קאמפיין

ער פירט אן א נעץ מיט סופערמארקעטס און די לעצטע שטיק צייט פירט ער אן א ראדיא פראגרעם אויף 770

כקען אים זעהן געווינען מיט זיינע טיפע טאשן און קלוגע פאליסיס גענוי ווי בלומבערג, ער קען ארויסברענגען א ריזיגע צאל שטומען אין סטעטן איילאנד ווי עס וואוינען אסאך פאליציי און רעטייערטע פאליציי און בנוסף וואס איז היבש רעפובליקאניש

אזוי אויך קען ער אנציען שטארק אין קווינס און אביסל אין ברוקלין

ימים ידברו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

וואס איז מיט עדרו יענג? פלאנט ער עפעס א ראן פאר מעיאר?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

@מיינונג זאגער, די 43% טראמפ שטימען איז פון איבער גאנץ ניו יארק.

דא האסטו ניו יארק סיטי נאמבערס, אסאך ווייניגער ווי 43% אבער אסאך שטערקער ווי 4 יאר צוריק: (די ארומגערינגעלטע איז 2016 פיינעלס)

אוועראלל:
ביידען - 72.6% (79.46%)
טראמפ - 25.94% (18.15%)

ברוקלין:
ביידען - 73.61% (79.5%)
טראמפ - 25.02% (17.5%)

קווינס:
ביידען - 68.51% (75.4%)
טראמפ - 30.11% (21.8%)

מענהעטען:
ביידען - 83.89% (86.6%)
טראמפ - 14.44% (9.7%)

בראנקס:
ביידען - 81.93% (88.5%)
טראמפ - 16.83% (9.5%)

סטעטען איילענד:
ביידען - 37.39% (41%)
טראמפ - 61.24% (56.1%)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

שטארקע פארשריט פאר טראמפ אין אזא סיטי ווי ניו יארק. דאס איז די זעלבע כוואליע ווי אין גאנץ אמעריקע, נאר נישט ביי 50-50, נאר ביי 80-20. דאס האט געפירט צו מעקס ראוז פארלוסט, און נאך רעפובליקאנער שטארקייטן דורכאויס די סטעיט, ווי די גאר שמאלע געווינסן פון ליבעראלן אין אפסטעיט וכו'.

נייגעריג צי איינער האט גענומען די זעלבע טעמפעראטור אין גאנץ אמעריקע - זעהן וויפיל רויטע קאונטיס זענען געווארן נאך רויטער, וויפיל בלויע זענען געווארן מער בלוי, און וויפיל האבן געפליפט אהער אדער אהין.

די רעפובליקאנער שטארקייט אין אלע סטעיטס ממש, ווי געזען אפילו אין ניו יארק און ניו דזשערסי, חוץ גאר זעלטענע אויסנאמען ווי אריזאנע, גיט ענערגיע צו די ספיקות אויף די ביידען געווינסן אין סווינג סטעיטס. די שטארקייט אין קאנגרעס איז די גרעסטע קאנטראסט צו די ביידען שטימען. ווי איינער האט שוין געזאגט, אז די וואל רעזולטאטן (אפילו מיט א ביידען געווינס) ברענגען א קלארע נאציאנאלע "מאנדאט" קעגן די לינקע/פראגרעסיווען. דיפאנד די פאליס? אפשר דיפאנד די מיליטער? אפשר זיך פאראייניגן מיט מעקסיקא? דאס האט נישט נאר אפגעשטעלט די כלומרשטע בלויע כוואליע נאר אונטערגעהויבן א רויטע כוואליע פול פארס אין גאנץ אמעריקע, אבער ביז... טראמפ?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מיינונג זאגער האט געשריבן:1 קען זיין ביסט גערעכט, איך געדענק נישט פין ווי איך נעם דעם נומבער,
2 עס איז א שטארקע חידוש אז אויף די נאכט פין די אלעקשנס איז עס אין ניו יארק געווען אזוי נאנט, קאמפער עס צו אנדערע יארן,

און ס'נאך א גרעסערע חידוש אז ביידען האט פאקטיש געליעדט אין איידעהאו, א פייער רויטע סטעיט, אויף עלעקשאן נאכט (איידעהאו ציילט קודם די עבסענטי)..
ווי אויך איז עס נאך א גרעסערע חידוש אז טראמפ האט פאקטיש געליעדט אין ראוד איילענד, א סווימינג פול בלויע סטעיט, אויף עלעקשאן נאכט..
און ס'דא נאך אסאך אזאלכע משלים...

אין פאקט איז עס נישט שום חידוש, ווייל מיליאנען דעמעקראטן איבערן לאנד האבן געוואט עבסענטי, סאו קענסט עס נישט קאמפעירן צו אנדערע יארן, היי יאר מיינט נאר די עלעקשען דעי וואט גארנישט, הערסט? גארנישט! (ס'דא וואס כאפ עס נישט דארף מען איבערחזרן..)
ווייל אויב אין פארטיי וואט מיט ריזיגע נאמבערס, עבסענטי, קענסטו נישט קוקן נאר אויף עלעקשען נייט ריזאלטס, און זאגן אז די צווייטע פארטיי איז סאאך שטערקער ווי נארמאל...

אויב עפעס אז א חידוש אז ביידן ליעדט אזוי שטארק פארן ציילן עבסענטי, איינער האט דא ערגעץ געברענגט, אז נוי יארק און קאנעטיקוט זענען די איינציגסטע סטעיטס וואס ביידן געוואונט נאר מיט עלעקשאן נייט רעזאלטס..

----------
בכלל קען איך נישט פארשטייען די סברה אז נוי יארק ווערט ווייניגער ליבעראל, איב עפעס פארקערט, אלע מענטשן וואס זענען פעד-אפ מיט די עקסטרעמע ליבעראלע פאליסיס, רוקן זיך אריס פון נוי יארק, קיין פלארידע און נאך פלעצער.. סאו בלייבט דאך בעיקר איבער די וואס עס גייעט זיי נישט אן די עקסטרעמע ליבעראלע אגענדע, ניין?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז אביסל קאמפליצירט, מ'קען נישט זאגן אז די רעפאבליקאנער זענען אריינגעקומען סאליד. טראמפ האט טאקע ארויסגעשלעפט זיינע וויילער, און דאס דערקענט זיך גאנץ קלאר, און הגם ביידען האט ארויסגעברענגט מער, זענען זיינע וויילער נישט אזוי קאמיטעט, ווייל זיי זענען ליבערשט אנטי-טראמפ ווי איידער פרא-ביידען.

אין קאנגרעס זענען די רעפאבליקאנער אריינגעקומען גאר שטארק, אבער מ'דארף אין באטראכט נעמען עטליכע פונקטן:
- זיי האבן למעשה נישט געווינען קאנגרעס.
- וויבאלד די דעמאקראטן האבן געהאט פיל מער קאנגרעס זיצן, איז עס געווען שווערער פאר זיי צו פארטיידיגן.
- פילע זיצן ווערן באטראכט אלס נאענט, בעיקר אין ניו יארק (לדוגמא 18-19) ווייל מ'האט נאכנישט געציילט די עבסענטי'ס. איינמאל ס'וועט זיין געציילט, גייט די דיפרענץ זיין נישט אסאך אנדערש ווי מיט 2 יאר צוריק מיט די דעמאקראטן באקוועם פאראויס.

דעריבער איז פעיר צו זאגן אז ס'איז געווען סיי א רויטע כוואליע און אויך א בלויע כוואליע. מיט די רויטע טרענדן סורפרייזינגלי שטארק, אבער נישט גענוג איבערצוקומען די נאטורליכע אויבערהאנט פון די בלויע.

וואס יא, אויב ביידען נעמט פרעזידענטשאפט, בין איך נישט מקנא די דעמאקראטן וואסערע רויטע כוואליע גייט קומען אין צוויי יאר. און די רעפאבליקאנער הויבן נישט אן פון גאנץ אונטן, זיי זענען שוין יעצט כמעט גלייך אויף גלייך.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יאפ.
מיט א 222-213 זענען די רעפובליקאער כמעט פארזיכערט מיט די הויז אין 2022, אבער די דעמס גייען כמעט זיכער צוריקכאפן די סענאט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סענאט 2022 איז זייער מסוכן פאר די רעפאבליקענס זיי קענען כמעט נישט עפעס אויפפיקען, די נענטסטע איז האססאן אין ניו העמפשיר (און כ'האלט נישט ס'איז נאנט...),  איך לייג יא א אויג אויף אריזאנע ווי כ'האף אז די רעפאבליקענס גייען זיך אויפוועקן און ארויסשטויסן דעם פרישן מארק קעללי (די שאלה איז ווער איז א פאסיגע קאנדידאט דאס צי טוהן, כ'האף מקסעלי מאכט פליטה פון שטח....) פון די אנדערע זייט שטייען די רעפאבליקענס אויס צי פארלירן א שיינע פאר אינקלודינג פענסילוועניע, וויסקאנסין און נארט קאראליינע...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מיינונג זאגער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:02 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינונג זאגער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מיינונג זאגער האט געשריבן:1 קען זיין ביסט גערעכט, איך געדענק נישט פין ווי איך נעם דעם נומבער,
2 עס איז א שטארקע חידוש אז אויף די נאכט פין די אלעקשנס איז עס אין ניו יארק געווען אזוי נאנט, קאמפער עס צו אנדערע יארן,

און ס'נאך א גרעסערע חידוש אז ביידען האט פאקטיש געליעדט אין איידעהאו, א פייער רויטע סטעיט, אויף עלעקשאן נאכט (איידעהאו ציילט קודם די עבסענטי)..
ווי אויך איז עס נאך א גרעסערע חידוש אז טראמפ האט פאקטיש געליעדט אין ראוד איילענד, א סווימינג פול בלויע סטעיט, אויף עלעקשאן נאכט..
און ס'דא נאך אסאך אזאלכע משלים...

אין פאקט איז עס נישט שום חידוש, ווייל מיליאנען דעמעקראטן איבערן לאנד האבן געוואט עבסענטי, סאו קענסט עס נישט קאמפעירן צו אנדערע יארן, היי יאר מיינט נאר די עלעקשען דעי וואט גארנישט, הערסט? גארנישט! (ס'דא וואס כאפ עס נישט דארף מען איבערחזרן..)
ווייל אויב אין פארטיי וואט מיט ריזיגע נאמבערס, עבסענטי, קענסטו נישט קוקן נאר אויף עלעקשען נייט ריזאלטס, און זאגן אז די צווייטע פארטיי איז סאאך שטערקער ווי נארמאל...

אויב עפעס אז א חידוש אז ביידן ליעדט אזוי שטארק פארן ציילן עבסענטי, איינער האט דא ערגעץ געברענגט, אז נוי יארק און קאנעטיקוט זענען די איינציגסטע סטעיטס וואס ביידן געוואונט נאר מיט עלעקשאן נייט רעזאלטס..

----------
בכלל קען איך נישט פארשטייען די סברה אז נוי יארק ווערט ווייניגער ליבעראל, איב עפעס פארקערט, אלע מענטשן וואס זענען פעד-אפ מיט די עקסטרעמע ליבעראלע פאליסיס, רוקן זיך אריס פון נוי יארק, קיין פלארידע און נאך פלעצער.. סאו בלייבט דאך בעיקר איבער די וואס עס גייעט זיי נישט אן די עקסטרעמע ליבעראלע אגענדע, ניין?

די לאקדאונס האט אפעקטירט לינקע אין רעכטע צוגלייך,
די רעכטע האבן זיך שוין לאנג צוגעוואוינט אז זיי לעבן אין א משוגענער ליבעראלע שטאט, די איינציגסטע וואס האבן זיך יעצט אויפגעוועקט זענען די לינקע,
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:סענאט 2022 איז זייער מסוכן פאר די רעפאבליקענס זיי קענען כמעט נישט עפעס אויפפיקען, די נענטסטע איז האססאן אין ניו העמפשיר (און כ'האלט נישט ס'איז נאנט...),  איך לייג יא א אויג אויף אריזאנע ווי כ'האף אז די רעפאבליקענס גייען זיך אויפוועקן און ארויסשטויסן דעם פרישן מארק קעללי (די שאלה איז ווער איז א פאסיגע קאנדידאט דאס צי טוהן, כ'האף מקסעלי מאכט פליטה פון שטח....) פון די אנדערע זייט שטייען די רעפאבליקענס אויס צי פארלירן א שיינע פאר אינקלודינג פענסילוועניע, וויסקאנסין און נארט קאראליינע...

פארוואס שטייען זיי אויס צו פארלירן פעסינווענליע, נ״ק און וויסקאנסין? די אלע 3 סטעיטס האבן יעצט גענדיגט ממש נעק טו נעק, ריכטיגע סווינג סטעיטס וואס קענען גיין ביידע וועגן אלטס פארטיי אויס.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הר גריזים האט געשריבן:

שטייען אויס צי פארלירן מיינט אז זיי זענען בכלל אויסגעשטעלט פאר א מעגליכע פארלוסט, נישט אז זיי זענען אנדערדאגס. וויבאלד די רעפאבליקענס האבן זיצן אין ריכטיגע סווינג שטאטן וואס גייען אויף א פארמעסט משא"כ די דעמס אלע זיצן וואס האבן וואלן אין 2022 זענען אין בלויע שטעט, דערפאר שטייען רעפאבליקאנער אויס די מעגליכקייט צי פארלירן זיצן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

שטארקע פארשריט פאר טראמפ אין אזא סיטי ווי ניו יארק. דאס איז די זעלבע כוואליע ווי אין גאנץ אמעריקע, נאר נישט ביי 50-50, נאר ביי 80-20. דאס האט געפירט צו מעקס ראוז פארלוסט, און נאך רעפובליקאנער שטארקייטן דורכאויס די סטעיט, ווי די גאר שמאלע געווינסן פון ליבעראלן אין אפסטעיט וכו'.

נייגעריג צי איינער האט גענומען די זעלבע טעמפעראטור אין גאנץ אמעריקע - זעהן וויפיל רויטע קאונטיס זענען געווארן נאך רויטער, וויפיל בלויע זענען געווארן מער בלוי, און וויפיל האבן געפליפט אהער אדער אהין.

די רעפובליקאנער שטארקייט אין אלע סטעיטס ממש, ווי געזען אפילו אין ניו יארק און ניו דזשערסי, חוץ גאר זעלטענע אויסנאמען ווי אריזאנע, גיט ענערגיע צו די ספיקות אויף די ביידען געווינסן אין סווינג סטעיטס. די שטארקייט אין קאנגרעס איז די גרעסטע קאנטראסט צו די ביידען שטימען. ווי איינער האט שוין געזאגט, אז די וואל רעזולטאטן (אפילו מיט א ביידען געווינס) ברענגען א קלארע נאציאנאלע "מאנדאט" קעגן די לינקע/פראגרעסיווען. דיפאנד די פאליס? אפשר דיפאנד די מיליטער? אפשר זיך פאראייניגן מיט מעקסיקא? דאס האט נישט נאר אפגעשטעלט די כלומרשטע בלויע כוואליע נאר אונטערגעהויבן א רויטע כוואליע פול פארס אין גאנץ אמעריקע, אבער ביז... טראמפ?
במציאות האט קלינטאן געווינען נאציאנאל מיט 2.1%, און ביידן האלט שוין ביי 3.6%.

NATIONAL POPULAR VOTE, 11/14 PM EDITION

Biden 78.7M (+9.9M since baseline) (50.9%)
Trump 73.1M (+7M since baseline) (47.3%)
TOTAL 156.7M (+17.3M since baseline)

With 4-9M to come !

אין ניו יארק דארף מען צוריקקומען נאך די עבסענטי בעלאטס.

אין קאליפארניע איז טראמפ יא א משהו שטערקער ווי זיינע גאר שוואכע ציפערן פיר יאר צוריק אין אמעריקע'ס גרעסטע סטעיט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדעמס האט היינט אנאנסירט זיין קאנדיאטור פאר מעיאר
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

איינער האט מיר געקאלט נעכטן מיט א אנקעטע.. דערנאך האט ער צוגעענדיגט אז אין 2021 גייט מען נאר קענען וועלן פאר די פארטיי ווי ער איז רעגיסטרירט ד.מ. א רעפ. וועט נישט קענען וועלן פאר דעמ. קאנדידאט וכן להיפוך, און מיר געפרעגט אויב איך וואלט געטוישט פארטיי וועגן די נייע געזעץ, מאכט דאס סענס??
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:@מיינונג זאגער, די 43% טראמפ שטימען איז פון איבער גאנץ ניו יארק.

דא האסטו ניו יארק סיטי נאמבערס, אסאך ווייניגער ווי 43% אבער אסאך שטערקער ווי 4 יאר צוריק: (די ארומגערינגעלטע איז 2016 פיינעלס)

אוועראלל:
ביידען - 72.6% (79.46%)
טראמפ - 25.94% (18.15%)

ברוקלין:
ביידען - 73.61% (79.5%)
טראמפ - 25.02% (17.5%)

קווינס:
ביידען - 68.51% (75.4%)
טראמפ - 30.11% (21.8%)

מענהעטען:
ביידען - 83.89% (86.6%)
טראמפ - 14.44% (9.7%)

בראנקס:
ביידען - 81.93% (88.5%)
טראמפ - 16.83% (9.5%)

סטעטען איילענד:
ביידען - 37.39% (41%)
טראמפ - 61.24% (56.1%)

ווייסעך נישט אויס עס קומט דא אריין, אבער עס איז א גרויסע חידוש אז און די בלויע סטעיטס האט ער אנגעצויגן אזוי שטארק און נאר און די סווינג סטעיטס האט ער נישט געקענט איבערשטייגן די 2016 וואלן ניין ?
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מצליח האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:@מיינונג זאגער, די 43% טראמפ שטימען איז פון איבער גאנץ ניו יארק.

דא האסטו ניו יארק סיטי נאמבערס, אסאך ווייניגער ווי 43% אבער אסאך שטערקער ווי 4 יאר צוריק: (די ארומגערינגעלטע איז 2016 פיינעלס)

אוועראלל:
ביידען - 72.6% (79.46%)
טראמפ - 25.94% (18.15%)

ברוקלין:
ביידען - 73.61% (79.5%)
טראמפ - 25.02% (17.5%)

קווינס:
ביידען - 68.51% (75.4%)
טראמפ - 30.11% (21.8%)

מענהעטען:
ביידען - 83.89% (86.6%)
טראמפ - 14.44% (9.7%)

בראנקס:
ביידען - 81.93% (88.5%)
טראמפ - 16.83% (9.5%)

סטעטען איילענד:
ביידען - 37.39% (41%)
טראמפ - 61.24% (56.1%)

ווייסעך נישט אויס עס קומט דא אריין, אבער עס איז א גרויסע חידוש אז און די בלויע סטעיטס האט ער אנגעצויגן אזוי שטארק און נאר און די סווינג סטעיטס האט ער נישט געקענט איבערשטייגן די 2016 וואלן ניין ?

אין ניו יארק איז נאך דא איבער א מיליאן עבסענטי בעלאטס צו ציילן, סאו פארוואס כאפן הייסע לאקשן?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

KMW האט געשריבן:איינער האט מיר געקאלט נעכטן מיט א אנקעטע.. דערנאך האט ער צוגעענדיגט אז אין 2021 גייט מען נאר קענען וועלן פאר די פארטיי ווי ער איז רעגיסטרירט ד.מ. א רעפ. וועט נישט קענען וועלן פאר דעמ. קאנדידאט וכן להיפוך, און מיר געפרעגט אויב איך וואלט געטוישט פארטיי וועגן די נייע געזעץ, מאכט דאס סענס??

ניין.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

KMW האט געשריבן:איינער האט מיר געקאלט נעכטן מיט א אנקעטע.. דערנאך האט ער צוגעענדיגט אז אין 2021 גייט מען נאר קענען וועלן פאר די פארטיי ווי ער איז רעגיסטרירט ד.מ. א רעפ. וועט נישט קענען וועלן פאר דעמ. קאנדידאט וכן להיפוך, און מיר געפרעגט אויב איך וואלט געטוישט פארטיי וועגן די נייע געזעץ, מאכט דאס סענס??

ער מיינט די פריימערי, דאס שטימט באמת אויך נישט, ווייל מען קען שוין נישט טוישען פארטיי פאר די 2021ֿ פריימעריס אין ניו יארק.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קרייסלער האט געשריבן:
כקען אים זעהן געווינען מיט זיינע טיפע טאשן און קלוגע פאליסיס גענוי ווי בלומבערג, ער קען ארויסברענגען א ריזיגע צאל שטומען אין סטעטן איילאנד ווי עס וואוינען אסאך פאליציי און רעטייערטע פאליציי און בנוסף וואס איז היבש רעפובליקאניש

אזוי אויך קען ער אנציען שטארק אין קווינס און אביסל אין ברוקלין

ימים ידברו

אנציען אסאך וואוטס אין סטעטן איילענד, וואס מאכט דאס בכלל אויס? אין סטעטן איילענד וואינען ווייניגער ווי א האלב מיליאן מענטשן (אפשר מיט די לעצטערע אויסברייטערונג פון די חרדי'שע ישוב איז עס מער....)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ולשוננו רנה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 12:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולשוננו רנה »

ווען גייען די עסקנים אינדארסען פארוועם מען איז מחיוב צי שטימען?
עס זעט אויס ווי זיי וועלן נישט האבען אזא גרינגע ארבעט מיט אזויפיל קאנדידאטען.
נאכדערצו נאך א דיבלאזיא אדמיניסטרעישאן.
אז ימלא. שחוק פינו. טרירארא ראם. ולשוניייייינו רנה.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פארשער האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:איינער האט מיר געקאלט נעכטן מיט א אנקעטע.. דערנאך האט ער צוגעענדיגט אז אין 2021 גייט מען נאר קענען וועלן פאר די פארטיי ווי ער איז רעגיסטרירט ד.מ. א רעפ. וועט נישט קענען וועלן פאר דעמ. קאנדידאט וכן להיפוך, און מיר געפרעגט אויב איך וואלט געטוישט פארטיי וועגן די נייע געזעץ, מאכט דאס סענס??

ניין.

יענער איז א שקרן

כ'האף האסט אים נישט געגבן דיין באנק נומער מיטן סאושעל סקיוריטי נומער
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ולשוננו רנה האט געשריבן:ווען גייען די עסקנים אינדארסען פארוועם מען איז מחיוב צי שטימען?
עס זעט אויס ווי זיי וועלן נישט האבען אזא גרינגע ארבעט מיט אזויפיל קאנדידאטען.
נאכדערצו נאך א דיבלאזיא אדמיניסטרעישאן.

מיר קוקט אויס לעת עתה, אז די עסקנים גייען אינדארסען עדעמס, ער איז ביזדערווייל די נארמאלסטע פון אלע, וואס האבן זיך שוין ארויסגעשטעלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”