אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז א געגנט וואס איז געוואקסן אין פאפולאציע פארדינט גאר שטארק, ווייל זייער דיסטריקט ווערט קלענער און מער קאנצענטרירט אין שטח און נעמט אריין ווייניגער ארומיגערע געגנטער. משא"כ א געגנט וואס איז געפאלן אין פאפולאציע, מוז זיך צוזאמשטעלן מיט א מערערע געגנטער ארום צו פארמירן א גאנצע דיסטריקט.
עס איז משך פון די יארן געווען אין פילע סטעיטס אסאך געפעכטן מיט איבערמאכן די דיסטריקטן אויף קאנגרעס זיצן וכדו', דאס איז וויבאלד די רעגירנדע פארטיי אין די סטעיט האט געהאט די אויסשליסליכע איבערזיכט אויף די רעדיסטריקינג, און זיי האבן בכונה אזוי סטראטעגיש אויסגעשניצט די זיצן אז עס זאל בלויז בענעפעטירן זייער פארטיי, די מהלך האט א טערמין מיטן נאמען gerrymandering. דאס קען פאראורזאכן אז אפילו איין פארטיי געווינט די פאפולערע שטימען וואס איז אפגעגעבן געווארן פאר קאנגרעס אין די סטעיט, וועט די צווייטע פארטיי נאך אלץ קענען האבן א היבשע אויבערהאנט אין קאנגרעס מיטגלידער.
אזוי אויך איז געוואקסן די ערשיינונג אין מאנכע סטעיטס אז אפילו אויב איין פארטיי האט איבערגענומען די ווירטשאפט אין די סטעיט הויז אינמיטן די צען יאר, למשל אין 2014, האבן זיי מיט חוצפה דאן ארומגעטוישט די דיסטריקטס, אפילו עס איז דאן נישט פארגעקומען קיין שום צענזוס ציילונג וואס בלויז דאן איז נאטורליך געווען איינגעפירט אז מען מאכט די רידיסטריקינג. אזוי אויך האבן דיסטריקטס אנגעהויבן באקומען א פנים פון מאדנע געוויקסן און פארשידנארטיגע פארעמען, פון א לויפנדע דזשיראפע וואס איז שמאל איין געסל און לאנג 400 מייל...! אסאך געריכט שלאכטן איז שוין פארגעקומען דערוועגן.
דאס אלעס צו פארמיידן, האבן פילע סטעיטס לעצטנס איינגעשטעלט פרישע געזעצן און רעגולאציעס וויאזוי עס זאל צוגיין די רעדיסטריקינג פראצעדורן אויף א מער יושר'דיגע און אומפארטייאישע מהלך.
[align=center]ניו יארק סטעיט רידיסטריקינג קאמיסיע[/align]
ניו יארקער וויילער האבן אין די נאוועמבער וואלן פון יאר 2014 באשטעטיגט מיט אן אויבערהאנט פון 57 צו 43 א פראפאזיציע צו אמענדירן די סטעיט-קאנסטיטוציע מיט א גאנצע רייע רידיסטריקינג רעפארמען וועלכע נעמט אריין איינשטעלן אן אומפארטייאישע קאמיסיע וואס זיי זאלן האבן די כמעט-אויסשליסליכע אויטאריטעט דורכצופירן די רידיסטריקינג.
ביז דאן איז דאס געווען אין די הענט פון די ביוראקראטישע לעגיסלאטיווע הייזער, די סטעיט-סענאט און אסעמבלי, און נאטורליך האט די סטעיט-סענאט וואס האט דאן באלאנגט פאר די רעפאבליקאנער אויסגעשניצט גאנץ מאדנע דיסטריקטס, וואס האט זיי געהאלפן אנהאלטן זייער מאכט אפילו אין אזא ליבעראלע סטעיט ווי ניו יארק.
פון די צווייטע זייט, פלעגן די דעמאקראטן אין די אסעמבלי זיך גענצליך צולאזן. ווייל דארט האט די פירערשאפט במילא נישט געהאט קיין שום פראבלעם אנצוהאלטן די איבערוויגנדע דעמאקראטישע מיאריטעיט, און זיי האבן דעריבער געלאזט זייערע אמטירנדע אסעמבלי-לייט זיך זעלבסט אויסשניצן די אייגענע זיצן לויט זייער אייגענע געשמאק!..
די פרישע אמענדמענט פראפאזיציע איז דאן העפטיג געשטיצט געווארן דורך גאווערנאר קאומא און דאן אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער וועלכער האט אויפגעברענגט אין 2013 אינעם אסעמבלי די געזעצן מיט די רעגולאציעס, און אינעם סטעיט-סענאט איז דאס אויפגעברענגט געווארן דורך דאן רעפאבליקאנער ספיקער דיען סקעלאס. ווי געזאגט איז דאס ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך די וויילער ביי די רעפערענדום אין די 2014 וואלן.
(עס איז באמת פיל מער קאמפליצירט, מיר האבן בלויז ארויסגענומען די סך הכל וואס איז נוגע)
אום פאברואר 2020 וועט געשטעלט ווערן א 10 מעמבער קאמיסיע וואס זיי וועלן זיין באויפטראגט צו אויסשטעלן די קאנגרעס, סטעיט-סענאט און אסעמבלי ליניעס לויט די פרישע צענסוס פאפולאציע. יעדע פון די פיר לעגיסלאטיווע פירער פון ביידע פארטייען וועלן אויסקלייבן צוויי מעמבערס צו א ס"ה פון אכט, און די לעצטע צוויי - וועלכע טארן נישט זיין אפיליאירט מיט קיין איינס פון די גרויסע פארטייען פאר די פארגאנגענע פינעף יאר - וועלן אויסגעקליבן ווערן דורך מינימום פינעף פון די דאזיגע ערשטע אכט מעמבערס. קיין שום מעמבער טאר נישט האלטן קיין סטעיט ערוויילטע פאזיציע די לעצטע דריי יאר, אדער האבן נאענטע פאמיליע פארבינדונגען מיט באאמטע, אדער זיין אפיליאירט מיט די פארטיי פירער. עס דארף אויך זיין דארט פארטרעטער צו רעפלעקטירן עטנישע ראסע און אלע געגנטער.
די נייע דיסטריקט ליניעס וועלן מוזן עפראווד ווערן דורך מינימום זיבן פון די צען מעמבערס. (דא איז פאראן א קאמפליצירטע שקלא וטריא מיט תנאים וויפיל פון יעדע פארטיי מוז זיין פון די זיבן) עס דארף אנגעמערקט ווערן אז די קאמיסיע איז נישט פריי צו טאן וואס עס שמעקט זיי. זיי מוזן נאכפאלגן פרישע שטרענגע רעגולאציעס איבער מיט וועלכע אספעקטן זיך צו רעכענען בשעת'ן איבערמאכן די דיסטריקט ליניעס, בכדי צו פארזיכערן א יושר'דיגע פראצעדור.
אינמיטן דעם פראצעדור, וועט די קאמיסיע אפהאלטן א צאל 'פאבליק הירינג'ס' און פארשידענע געגנטער דורכאויס די סטעיט, מיטן ציל אויסצוהערן און ארויסהאבן די לאקאלע קאמיוניטי געברויך. לאקאל אין אפסטעיט וועט דאס ווערן אפגעהאלטן אין ווייט-פלעינס.
די שטארקסטע חידוש פון די נייע אמענדמענט איז, אז די קאמיסיע מוז נעמען אין חשבון אז די נייע דיסטריקט ליניעס טאר נישט רעזאלטירן אין דיסקרימינירן ראסע און מינאריטעטן געמיינדע'ס אדער אדער אפשוואכן אפערטוניטי פאר שפראך באזירטע קאמיוניטי'ס אינטערעסן אויף סיי וועלכע אופן אפילו אומווילנדיג! נאכמער, די קאמיסיע מוז דעריבער אידענטיפיצירן יעדע מעגליכע עקזיסטירנדע 'קאמיוניטי אוו אינטרעסט' אין יעדע דיסטריקט און אויסרעכענען די בעסטע ליניעס וואס זאל בענעפיטירן די דארטיגע קאמיוניטי. אזוי אויך טאר עס בשום אופן נישט זיך רעכענען מיט אמטירנדע פאליטישאנס אדער פארטיי אינטערעסן. (ס'זעט אבער יא אויס אז זיי דארפן אכט געבן נישט אריינצושטעלן צוויי אמטירנדע אין איין דיסטריקט) אזוי אויך דארפן זיי נעמען אין באטראכט די עקזיסטירנדע דיסטריקט ליניעס (עפעס וואס איז אויבנאויף א שטארקע סתירה צו אלע אנדערע פונקטן פון די נייע געזעץ)
די געזעץ פארבאט קלאר סיי וועלכע פארמאט פון gerrymandering. אזוי אויך איז דא אנדערע אנווייזונגען, ווי אז די דיסטריקטס דארפן פיזיש זיין ווי מער קאנצענטרירט אין שטח, מען זאל נישט צוברעכן קאונטי'ס ווי ווייט מעגליך. און רעספעקטירן טאון און מאנוציפאלע באונדערי ליניעס .
איינמאל די קאמיסיע באשטעטיגט נייע דיסטריקטס, דארף עס נאך עפראווד ווערן דורך ביידע געזעץ הייזער מיט א סופער מיאריטעט, וועלכע האבן די אפציע עס צו באשטעטיגן אדער אפווארפן. אזוי אויך קען דער גאווערנאר דאס וועטאירן. אין אזא פאל, ברויך די קאמיסיע אויפברענגען א פרישע רידיסטריקינג פלאן. דאן וועט די אסעמבלי און סטעיט סענאט ווידעראמאל האבן די אפציע עס צו באשטעטיגן, אדער פריש אפווארפן. אויב ווארפן זיי עס דאן ווידעראמאל אפ, באקומען די סטעיט הייזער דעמאלס די מאכט איינשטעלן מינדערוויכטיגע טוישונגען וועלכע טאר נישט אפעקטירן מער ווי 2 פראצענט אין סיי וועלכע דיסטריקט אנדערש ווי די קאמיסיע. סיי וועלכע טויש מוז פארשטייט זיך זיין אין איינקלאנג מיט אלע פרינציפל פראוויזיעס פון די אמענדמענט.
די גאנצע פראצעדור האט צייט אפשניטן (טיימליינס בלע"ז) וועלכע וועט זיך אריינציען ביז 2021 למספ'. עס מוז אויפגעברענגט ווערן פארן סטעיט-לעגיסלעיטאר אפשטימונג נישט שפעטער ווי jan 2021 למספ.
יעצט מיט די פארשפעטיגטע צענזוס צוליב די קאראנע קען מען גראדע ערווארטן אז ס'זאל זיך פארשלעפן, און מ'קען שפעקילירן אויב ס'וועט זיך פארשלעפן אויף שפעטער ווי די דעדליין אויף די 2022 מידטוירם וואלן.
עס גייט זיין זייער אינטערעסאנט צו זען וואזוי די צענזוס, רידיסטריקטינג צוזאמען מיט די נייע גיידליינס גייען בענעפיטירן די היימישע געגנטער. מען וועט מוזן האלטן אפענע אויגן און אויערן, אז די היימישע געגנטער ווערן נישט באקריוודעט און באקומען צוגעטיילט איר יושר'דיג טייל, נאכדעם וואס אין 2010 זענען א טייל געגנטער דיסקרימינירט געווארן.