פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פרישע בוך,

כאאס אין טראמפ ווייסע הויז

עפעס זאפטיגע ציטאטן?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Mezofzef האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פרישע בוך,

כאאס אין טראמפ ווייסע הויז

עפעס זאפטיגע ציטאטן?

ווען געאפפערט צו עסן נאר וויגען פאר א חודש אויפצוטרייבן דעלט פאר א צוועק האט ער רעאגירט:
ניין, דאס שפילט מיט דיין מח, אויב איך פארליר איין מח צעל זענען מיר אלע אין צרות (איידעלערע לשון)

בעיקר אז קושנער איז עכט געווען אין קאנטראל, מ'האט נישט גענומכן קאוויד ערנסט. כ'האב עס נאכנישט אינגאנצן אדורכגעבליקט, קענסט אויסטשעקן די לינק
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

דאס איז דאך נישט קיין נייעס
פוצה פה ומצפצף
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פרישע בוך,

כאאס אין טראמפ ווייסע הויז

עפעס זאפטיגע ציטאטן?

ווען געאפפערט צו עסן נאר וויגען פאר א חודש אויפצוטרייבן דעלט פאר א צוועק האט ער רעאגירט:
ניין, דאס שפילט מיט דיין מח, אויב איך פארליר איין מח צעל זענען מיר אלע אין צרות (איידעלערע לשון)

בעיקר אז קושנער איז עכט געווען אין קאנטראל, מ'האט נישט גענומכן קאוויד ערנסט. כ'האב עס נאכנישט אינגאנצן אדורכגעבליקט, קענסט אויסטשעקן די לינק

She says everything was kushner's fault
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די בוך פון געוועזענע טראמפ ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע סטעפאני גרישאם ערשיינט היינט אויף די פאליצעס און די שרייבערין שפארט נישט קיין טינט ווען עס קומט צו באוואשן סענאטאר לינדזי גרעהעם

גרישאם באצייכנט גרעהעם אלץ סענאטאר פריינעמער וועלכע פלעגא זיך אנרקון קיין בעדמינסטער אדער אנדערע טראמפ גאלף רעזארט לאקאלן יעדע שני וחמישי און געניסן פון סיי וועלכע פארגעניגן עס איז געווען צובאקומען

זי שרייבט אז ער פלעגט דארט זיין כמעט אזויפיל ווי זי זעלבסט
גרישאם: איך האב אביסל מגזם געווען,
אקעי, אבער נישט קיין סך אין די דיפרענץ איז אז איך בין דארט געווען צו ארבעטן בעת וואס דער סענאטאר איז אהינגעקומען פאר פרייע גאלף שפילן און זיך אנצושטאפן מיט פרייע נארהאפטיגע מאלצייטן און אויסנוצן די צייט צו פארברענגן מיט די עליטע קלאס און פאפולערע פיגורן וועלכע זענען געקומען צום פרעזידענט

גרישאם באצייכנט גרעהעם אלץ עימיצער מיט גאר א מאדנע כאראקטער וועלכע האט געקענט איין טאג שטאק לויבן טראמפ און א טאג דערויך אים שארף אראפרייסן פירנדיג טראמפ'ס ארומיגע אים אפצוקילן פון גרעהעם אבער טראמפ האט אים פאר אן אומפארשטענדליכע סיבה געגליכן

גרישאם שרייבט אז זי האט זיך אפט געוואונדערט צו דער פרעזידענט איז נישט באוואוסטזיניג צו לינדזי'ס נידריגע צופרידנהייט ראטע און זי האלט אז גרעהעם ליידט פון כמעט סקיצאפריניע

גרישאם וועלכע איז אפיציעל געווען פרעסע סעקרעטארשע פאר נאנט צו א יאר ערקלערט די אורזאך פארוואס זי האט קיינמאל נישט געגעבן קיין פרעסע בריעפינג איז געווען ווייל זי האט זיך נישט געוואלט שטעלן אין א פאזיציע פון דארפן פארקויפן ליגנס

זי אנערקענט אז אין אירע ערשיינונגען איז זי נישט אלעמאל געווען אינגאנצן אויפריכטיג אבער זאגט אז זי באדויערט דאס מערסטעא סטעיטמענט וועלכע זי האט ארויסגעלייגט אראפצורייסן דעם געוועזענעם שטאב הויפט דזשאן קעלי מכלומר'שט אין איר אייגענע נאמען ווען אין פאקט האט זי עס געטוהן קומענדיג אונטער דרוק פון טראמפ וועלכע האט דיקטירט יעדע ווארט פונעם סטעיטמענט און איז בכלל נישט די וועג ווי אזוי זי וואלט זיך אמאל אויסגעדרוקט

זי פארציילט אז זי האט פרובירט אפצורעדן טראמפ פון ארויסלייגן אזא סטעיטמענט ארבעטנדיג פסיכאלאגיש און אים ערקלערן אז אזאנס וועט העכערן קעלי'ס אנזעהן און רעלעוואנץ און אים גיבן מידיא אויפמערקזאמקייט אויף טראמפ'ס חשבון אבער אירע פרואוון זענען געווען אן ערפאלג
אין אינעם בוך אנטשולדיגט זי זיך פאר קעלי און זיי פרוי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די בוך פון געוועזענע טראמפ ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע סטעפאני גרישאם ערשיינט היינט אויף די פאליצעס

זי זאגט איצט אז זי האט נישט געשטימט פאר טראמפ נאר פאר עימיצן אנדערש אבער וויל נישט זאגן פאר וועם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע טראמפ געהילף מעקס מילער פיילט א לאוסוט אקעגן די געוועזענע טראמפ ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע סטעפאני גרישעם פארן אים אנגעבליך פאלש באשמוצן אין איר נארוואס ערשינענע בוך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעסמאן עדעם שיף שרייבט אין א נייע בוך אז ער וואלט קיינמאל אראפגערופן ראבערט מולער אין קאנגרעס אויב ער וואלט געוואוסט ווי שווערליך ער וועט קענען ענטפערן איינפאכע פראגן און ווי שטארק ער האט זיך געטוישט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מארק מעדאוס גייט ערשיינען מיט א ביכל איבער זיין ראלע אלץ טראמפ שטאב הויפט אונטערן קעפל: The Chief`s Chief
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער געוועזענער קאנעטיקוט סענאטאר און אומסוקסעספולע וויצע פרעזידענט קאנדידאט יוסף ליבערמאן ערשיינט אין די טעג מיט א בוך אונטערן קעפל "די צענטריסטישע לעזונג"

צווישן אנדערן פארציילט ער דארט איבער די הילף וועלכע ער האט באקומען פון רעפובליקאנער ווען ער איז געלאפן אין 2006 למספרם פאר זיין לעצטע טערמין אין אפיס

ליבערמאן איז דאן אויסגעשטאנען א פריימערי דורך דעם מער ליבעראלן נעד לעמאנט וועלכע האט שטארק קאמפיינט אקעגן די איראק קריג וועלכע ליבערמאן האט געשטיצט

די אנטי קריג סענטימענטן זענען שוין דאן געווען שטארק פאפולער איבערהויפט אין אזא דעמאקראטישע סטעיט ווי קאנעטיקוט און ליבערמאן האט געוואוססט אז זיינע שאנסן זענען גאר שוואך

אין די טאג פון די פריימערי האט ליבערמאן ערהאלטן א טעלעפאן רוף פון דאן ווייסע הויז הויפט פאליטישע סטראטעגיסט קארל ראוו וועלכע האט קלארגעשטעלט אז ער רופט אין נאמען פון זיין אויבערהאר

ראוו האט געזאגט פאר ליבערמאן אז פרעזידענט בוש שעצט זיין שטיצע פאר די קריג און אויב ער פארלירט די היינטיגע פריימערי איז ער דא אים צו העלפן און פארזיכערן אז ער קומט צוריק ביי די אלגעמיינע וואלן

אין יענע צייט האט ליבערמאן אויך געהערט פון דאן צפון קאראליינע רעפובליקאנע סענאטארשע עליזאבעט דאול, וועלכע איז געווען די פארזיצערין פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע אז זי איז גרייט אים ארויסצוהעלפן אנהאלטן זיין בענקל און ווארפן דעם רעפובליקאנעם קאנדידאט איבערן דראנג (יענער וואלט סייווי נישט געהאט קיין ערנסטע שאנסן)

ליבערמאן האט טאקע פארלוירן די פריימערי אבער געמאלדן זיין קאנדידאטור אלץ אינדעפענדענט און נאך די רוף פון ראוו האט זיין קאמפיין אנגעהויבן באקומען ערנסטע פינאנציעלע שטיצע פון מערערע גרויסע רעפובליקאנע ביישטייערער און עווענטועל האט ער באקומען א שיינע פראצענט שטיצע צווישן רעפובליקאנער ,א דריטל דעמאקראטן און גאר שארק אנגעצויגן צווישן אינדעפענדענטס וועלכע האט אים געפירט צו א זיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קריס קריסטי ערשיינט אין די טעג מיט א נייע בוך און זאגט אין אן אינטערוויו אז עס איז נישט איבער דאנאלד טראמפ נאר ליבערשט איבער די צוקונפט פאראויס

ער שרייבט אז אויב טראמפ וויל זיין א קראפט פאר גוטס טוט ער עס באגריסן אבער ער מוז לאזן הונטער זיך די 2020 למספרם באקלאגענישן

קריסטי קריטיקירט טראמפ פארן שטופן די אישו פון אבאמא'ס געבורטשיין און דערמאנט אז עס איז ברייט אנגענומען אז טראמפ האט זיך געשפורט געטראפן ווען אבאמא האט אפגעלאכט פון אים אבער די אישו ביי א ווייסע הויז קארעספאנדענטן דינער

ער זאגט אז טראץ וואס טראמפ האט געזאגט אין פובליק אז עס האט אים נישט באנג געטוהן האט ער פריוואט גערעדט מיטן אים און טראמפ איז געווען אויסער זיך פאר כעס איבער די אינצידענט

קריסטי פארציילט אויך אינעם בוך אז דורכאויס די צוגרייטונגען וועלכע ער איז גענוצט געווארן צוצוגרייטן דעם פרעזידענט צו דעבאטירן דזשאו ביידען האט טראמפ שארף באוואשן פארן רעקאמענדירן צו נאמינירן קריסטאפער רעי פאר די עף בי איי דירעקטאר פאזיציע

"ער איז א געפערליכע דירעקטאר און ער איז דיין אויסוואל, ער איז דיין אויסוואל" האט אים טראמפ באשווענקט פארנט פון א האלבע טוץ געהילפן
קריסטי זעצט פאר אז ער האט איבערגעהאקט דעם פרעזידענט אינמיטן פון זיין אויסברוך און אויסגעלויבט רעי אויספירנדיג אז "ער איז נישט געווען מיין אויסוואל, ער איז געווען דיין אויסוואל און מיין רעקאמענדאציע, איך בין נישט פרעזידענט און איך מאך נישט די אויסוואלן"

קריסטי שילדערט אויך ווי באזארגט ער איז געווען איבער זיין לעבן ווען ער איז דעווארן דיאגנאזירט מיטן ווירוס אינאיינעם מיט עטליכע אנדערע וועלכע האבן זיך געטראפן מיטן פרעזידענט

ער פארציילט ווי אזוי זיין גלח האט אים באזוכט אין שפיטאל און געזאלבט מיט שמייליגע אויל על מצחו אין פארעם פון א שתי וערב און געפרעפלט פאר זיין וואוילזיין

ער זאגט אז יענע צייט האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון טראמפ וועלכע איז אויף געווארן באהאנדלט אין שפיטאל און זיין גרעסטע זארגט וואס ער האט געהאט איז געווען אויב קריסטי גייט באשולדיגן אז ער איז געווארן אנגעשטעקט דורכ'ן פרעזידענט

קריסטי זאגט אז ער גייט באשליסן איבער זיינע פרעזידענט טרוימען ערשט נאך די מידטוירמס און טראמפ'ס פלענער וועלן נישט אפעקטירן זיינע אבער וויל נישט אויסשליסן די מעגליכקייט צו שטיצן א טראמפ קאנדידאטור אין פאל ער זעהט נישט קיין וועג פאראויס פאר אייגענע סוקסעס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:אין א נייע ביכל שרייבט דזשאן קארל פון ABC News אז טראמפ האט געזאגט פאר די רעפובליקאנער פירער אין זיינע לעצטע טעג אין אפיס אז ער פארלאזט די רעפובליקאנער פארטיי און עפענט א נייע פארטיי.

בילד

בילד
די טראמפ קאמפיין האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגענדיג אז דאס איז פעיק ניוז.

אויך פארציילט ער אז אין די שטונדן נאך די קעפיטאל איבערפאל האבן סא"ס פאמפעאו און טרעזשורי סעקרעטאר מענושין באטראכט די אפציע פון נוצן די 25'טע אמענדמענט צו באזייטיגן טראמפ פון אמט

די נעקסטע האבן זיי אבער באשלאסן נישט פאראויסצוגיין דערמיט צוליב טעכנישע -און מעגליכע לעגאלע- פראבלעמען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר אונטער טראמפ, מארק עספער טראגט אריין אנקלאגע אקעגן די פענטאגאן פאר פארלעצ זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן מיטן צענזורירן גרויסע טיילן פון א מעמואר וועלכע ער גרייט זיך צו פובליצירן

עספער פלאנט צו ערשיינען מיט א בוך איבער זיינע יארן אין די ארמיי און שפעטער אין די פארטיידיגונגס דעפארטמענט אבער באקלאגט זיך אז די דעפארטמענט האט דורכגעפירט אן אומגעווענליך לאנגע איבערזיכט פון עטליכע מאנאטן און פארמעקט וויכטיגע טיילן פון זיינע ווערק וועלכע איז לויט אים נישט קלאסיפיצירטע אינפארמאציע און זיי האבן לויט אים נישט אנגעגעבן סיי וועלכע געהעריגע ערקלערונג

עספער באשולדיגט אויך אז אין די צייט וואס די דרעפט איז געוואןר איבערגעקוקט דורך דעפארטמענט אנגעשטעלטע זענען א רייע געשיכטעס און עפיזאדן ארויסגערינען און געווארן פובליצירט אין די מידיא
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הכל הבל האט געשריבן:קריס קריסטי ערשיינט אין די טעג מיט א נייע בוך און זאגט אין אן אינטערוויו אז עס איז נישט איבער דאנאלד טראמפ נאר ליבערשט איבער די צוקונפט פאראויס

ער שרייבט אז אויב טראמפ וויל זיין א קראפט פאר גוטס טוט ער עס באגריסן אבער ער מוז לאזן הונטער זיך די 2020 למספרם באקלאגענישן

קריסטי קריטיקירט טראמפ פארן שטופן די אישו פון אבאמא'ס געבורטשיין און דערמאנט אז עס איז ברייט אנגענומען אז טראמפ האט זיך געשפורט געטראפן ווען אבאמא האט אפגעלאכט פון אים אבער די אישו ביי א ווייסע הויז קארעספאנדענטן דינער

ער זאגט אז טראץ וואס טראמפ האט געזאגט אין פובליק אז עס האט אים נישט באנג געטוהן האט ער פריוואט גערעדט מיטן אים און טראמפ איז געווען אויסער זיך פאר כעס איבער די אינצידענט

קריסטי פארציילט אויך אינעם בוך אז דורכאויס די צוגרייטונגען וועלכע ער איז גענוצט געווארן צוצוגרייטן דעם פרעזידענט צו דעבאטירן דזשאו ביידען האט טראמפ שארף באוואשן פארן רעקאמענדירן צו נאמינירן קריסטאפער רעי פאר די עף בי איי דירעקטאר פאזיציע

"ער איז א געפערליכע דירעקטאר און ער איז דיין אויסוואל, ער איז דיין אויסוואל" האט אים טראמפ באשווענקט פארנט פון א האלבע טוץ געהילפן
קריסטי זעצט פאר אז ער האט איבערגעהאקט דעם פרעזידענט אינמיטן פון זיין אויסברוך און אויסגעלויבט רעי אויספירנדיג אז "ער איז נישט געווען מיין אויסוואל, ער איז געווען דיין אויסוואל און מיין רעקאמענדאציע, איך בין נישט פרעזידענט און איך מאך נישט די אויסוואלן"

קריסטי שילדערט אויך ווי באזארגט ער איז געווען איבער זיין לעבן ווען ער איז דעווארן דיאגנאזירט מיטן ווירוס אינאיינעם מיט עטליכע אנדערע וועלכע האבן זיך געטראפן מיטן פרעזידענט

ער פארציילט ווי אזוי זיין גלח האט אים באזוכט אין שפיטאל און געזאלבט מיט שמייליגע אויל על מצחו אין פארעם פון א שתי וערב און געפרעפלט פאר זיין וואוילזיין

ער זאגט אז יענע צייט האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון טראמפ וועלכע איז אויף געווארן באהאנדלט אין שפיטאל און זיין גרעסטע זארגט וואס ער האט געהאט איז געווען אויב קריסטי גייט באשולדיגן אז ער איז געווארן אנגעשטעקט דורכ'ן פרעזידענט

קריסטי זאגט אז ער גייט באשליסן איבער זיינע פרעזידענט טרוימען ערשט נאך די מידטוירמס און טראמפ'ס פלענער וועלן נישט אפעקטירן זיינע אבער וויל נישט אויסשליסן די מעגליכקייט צו שטיצן א טראמפ קאנדידאטור אין פאל ער זעהט נישט קיין וועג פאראויס פאר אייגענע סוקסעס

קריס קריסטי לויפט שוין ארום פאר אפאר וואכן אויף אלע מידיע נעצן צו פראמאטען זיין ביכל, ער האט פראבירט אויף אלע וועגן צו באקומען אטענטשען אריינגערעכנט מיטן אראפרייסן דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ, אבער דערווייל האט ער נישט געהאט קיין סוקסעס ווען ס'האט זיך פארקויפט א נישטיגע 2000 קאפיס פונעם ביכל.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

ר' זעקל האט געשריבן:

ער וויל נאך לויפן פאר פרעזידענט? :grin: :grin:
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

הכל הבל האט געשריבן:מארק מעדאוס גייט ערשיינען מיט א ביכל איבער זיין ראלע אלץ טראמפ שטאב הויפט אונטערן קעפל: The Chief`s Chief

די גארדיען באריכט אז מעדעס שרייבט אינעם בוך אז טראמפ האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד סעפטעמבער 26, דריי טאג בעפאר די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע. א צווייטע טעסט איז אבער אויסגעקומען נעגעטיוו.

טראמפ האט עפענטליך געמאלדן אז איז קאוויד פאזיטיוו אקטאבער 2 און שפעטער יענעם טאג איז ער אריין אין שפיטאל.

טראמפ טוויטמענט®
אטעטשמענטס
FFhxtbWXoA0CHmI.jpeg
FFhxtbWXoA0CHmI.jpeg (117.6 KiB) געזען 1598 מאל
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ביידע זאגן דאך די זעלבע זאך.
פוצה פה ומצפצף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די נייע טראמפ בילדער ביכל האט דערווייל געזעהן 70 טויזנט פרי ארדערס פאר בוך עקזעמפלארן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יש ברירה האט געשריבן:טראמפ טוויטמענט®

איצט רעטוויטעט דורך.. מארק מעדאוס
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Mezofzef האט געשריבן:ביידע זאגן דאך די זעלבע זאך.

פארוואס זאגסטו אזוי?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פוילער האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:ביידע זאגן דאך די זעלבע זאך.

פארוואס זאגסטו אזוי?

ווייל מעדאוס איז דאך אויך מודה אז גלייך בעפאר די דעבאטע האט ער געטעסט נעגאטיוו, סא 'טעקניקלי' זאגט טראמפ נישט קיין ליגענט.
פוצה פה ומצפצף
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

יש ברירה האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מארק מעדאוס גייט ערשיינען מיט א ביכל איבער זיין ראלע אלץ טראמפ שטאב הויפט אונטערן קעפל: The Chief`s Chief

די גארדיען באריכט אז מעדעס שרייבט אינעם בוך אז טראמפ האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד סעפטעמבער 26, דריי טאג בעפאר די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע. א צווייטע טעסט איז אבער אויסגעקומען נעגעטיוו.

טראמפ האט עפענטליך געמאלדן אז איז קאוויד פאזיטיוו אקטאבער 2 און שפעטער יענעם טאג איז ער אריין אין שפיטאל.

IMG_20211206_100731.jpg
IMG_20211206_100731.jpg (131.15 KiB) געזען 1192 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איבריג צו זאגן אז ער האט ווארשיינליך געהאט קאוויד ביי די דעבאטע, סיידן ער איז געגאנגען פון כאפן קאוויד ביז דארפן אריינגיין אין שפיטאל אין א צייט אפשניט פון בלויז דריי טאג...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”