פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 01, 2020 12:14 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:סארזשענט מילער פון די nypd אינטעלעזשענס יוניט זאגט אז זיי האבען שוין געהאט פארדעם אינפארמעישען וועגען די רויבערייען אין פלינדערייען אין וואנדעליזירונגען וואס קומט פאר, זיי האבען אויפגעכאפט מעסעזעזש ערגעץ אויף סאושעל מידיא מיט געהיימע אנווייזונגען פאר דעי גרופע ווי מזאל פלינדערען ווי מזאל אנספרעין אין ווי מזאל אויסהאקען שויבען, די מעסעזשעס האט געטארגעט אז מזאל פירען די גרופעס צי ספעפצישע געגענטער!! אין וועלכע טשעין סטארס מדארף מסדר זיין,

די שאלה איז פארוואס דיבלאזיא האט גארנישט געטון מיט די אינפא, וואס איז א אומדערהערטע סקאנדאל,
זיי פארשען אויס ווער די פירער פון די גרופע איז אין צי זיי וואוינען דאהי אין אמעריקע,

כעל נישט זיין סורפרייזט ווען מ'וועט זיי כאפן דע אנפירער, וועט מען שווערליך טרעפן עפעס אויף וואס זיי אנצוקלאגן..
איך וואלט פאר אזא גענג באנדע פירער געגעבן ווייניגסטנס לעבנסלענגליכע טורמע,
דער איז נאך כאטש אזא רוצח ווי דער פאליציאנט

זיכער אזוי וואס די שאלה,
טאמער וועט מען עס ארויפשמירען אויף ווייסע עלעמענטען (ווי דיבלאזיא האט אפאר מאל באטאנט אין איבער געזאגט ווען ער האט גערעדט היינט ביים צירקוס שוי ) וועלען זיי אפשר יא אנקלאגען

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 01, 2020 12:33 pm

יאפ מרעדט ערענסט פון א קורפיו אין ניו יארק סיטי פון 11 ביינאכט פאר די נעקסטע שטיק צייט ביז די סעקענד וועיוו, צוליב דיסקרימענאציע רעדט מען פון פארשידענע געגענטער,

די ריעל עסטעיט אין ברוקלין און אין ווילי גייט טראסקענען אויב סאיז אמת,
דער עולם גייט אפטראגען

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מאנטאג יוני 01, 2020 12:33 pm

קען איינער דראפבאקסען דיבלאזיא'ס דברי בלע.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג יוני 01, 2020 12:35 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:כאניש,
איך האב נעכטען געזעהן קינדער שרייבן אויפן גאס דיין ניק. אזוי אויך הער איך לעצטענס דיין ניק גאר אסאך. די האסט זיי באשטעלט? די צאלסט פאר דעם?

viewtopic.php?p=2134344#p2134344

דארט רעדט איר פון 2 וואכן ליידיגיין. מעגליך אז נאך כמעט 3 חדשים פון ליידיגיין איז מען שוין נאכגעקומען די 7 מעטריקס פון דיין ניק.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 01, 2020 12:38 pm

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:קען איינער דראפבאקסען דיבלאזיא'ס דברי בלע.

סאיז זייער א לאנגע קאנפרענץ די שאלה איז געשטעלט געווארען טיף אינמיטען כמיין דורך א ען בי סי רעפארטער, בערך דריי קשיות פאר מארשא, אבער ער האט גערעדט גענוג שטותים ביז דארט ווי למשל ער האט מסביר געווען פארוואס זיין טאכטער בלייבט נישט אינדערהיים מקיים זי זיין די סטעי האום ארדער,
דרך אגב זשעיקאב האט נישט אריינגעקאלט היינט

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 01, 2020 12:49 pm

לעצטע באריכטען:
צוויי פון די פלאש באמבעס ווארפערס קומען יא פון ניו יארק אין א דריטע פון די קעטסקילס, דעי פון ניו יארק לערנען אין פרעסטיזשפולע קאלעזשעס האווערד אין פרינסטאן (פאר די אלע וואס זענען באגייסטערט פון גוטע קאלעזש עזשוקעישען)

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך קרעטשמער » מאנטאג יוני 01, 2020 12:53 pm

~~ וויכטיגע באמערקונג ~~
דער קעפל פון אשכול לויטעט זייער קלאר "נייעס און בילדער"
ביטע זיך האלטן דערצו, אלע אנדערע תגובות ווערן פארמעקט

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פארפרוירן » מאנטאג יוני 01, 2020 1:01 pm

קרעטשמער האט געשריבן:~~ וויכטיגע באמערקונג ~~
דער קעפל פון אשכול לויטעט זייער קלאר "נייעס און בילדער"
ביטע זיך האלטן דערצו, אלע אנדערע תגובות ווערן פארמעקט

קליפקעס זענען ערלויבט?
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 01, 2020 1:13 pm

פארפרוירן האט געשריבן:
קרעטשמער האט געשריבן:~~ וויכטיגע באמערקונג ~~
דער קעפל פון אשכול לויטעט זייער קלאר "נייעס און בילדער"
ביטע זיך האלטן דערצו, אלע אנדערע תגובות ווערן פארמעקט

קליפקעס זענען ערלויבט?

יא
(וויצן וכדו', נישט)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג יוני 01, 2020 1:19 pm

קרעטשמער האט געשריבן:~~ וויכטיגע באמערקונג ~~
דער קעפל פון אשכול לויטעט זייער קלאר "נייעס און בילדער"
ביטע זיך האלטן דערצו, אלע אנדערע תגובות ווערן פארמעקט

אנטשולדיגט, אבער איך פארשטיי אז די קעפל לויטעט סיי נייעס און סיי בילדער. אדרבה עס איז נישט פארהאן געהעריג אן אנדערע אשכול פאר די נייעס חוץ דאס.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 01, 2020 2:38 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
קרעטשמער האט געשריבן:~~ וויכטיגע באמערקונג ~~
דער קעפל פון אשכול לויטעט זייער קלאר "נייעס און בילדער"
ביטע זיך האלטן דערצו, אלע אנדערע תגובות ווערן פארמעקט

אנטשולדיגט, אבער איך פארשטיי אז די קעפל לויטעט סיי נייעס און סיי בילדער. אדרבה עס איז נישט פארהאן געהעריג אן אנדערע אשכול פאר די נייעס חוץ דאס.

ווער זאגט דען אנדערש?
נייעס און בילדער
['און' = ו' המחלק]
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך העלאו » מאנטאג יוני 01, 2020 2:41 pm

ער האט געזאגט אפשר גייט זיין א קארפיו אין נוי יארק ? אזוי הער איך

yid
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך yid » מאנטאג יוני 01, 2020 2:45 pm

העלאו האט געשריבן:ער האט געזאגט אפשר גייט זיין א קארפיו אין נוי יארק ? אזוי הער איך

ביל דעבלאזיא באטראכט דעם מעגליכקייט פון איינשטעלן א קורפיו אויף די סיטי צוליב די ווילדע פלאויד פראטעסטן
אין די פריערדיגע טעג האט דער מעיאר אפגעשלאגן דעם געדאנק, אבער יעצט זאגט ער אז ער איז אין געשפרעכן מיט פאליציי קאמישענער דערמאט שעי און מיט גאווערנער קואמא צו באהאנדלן אזא געדאנק. דער מעיאר האט אויך אדרעסירט פעלער פון עקסטרעמע מאכט גענוצט דורך די פאליציי אקעגן אפיצירן, זאגענדיג, אז אין אלגעמיין האבן אפיצירן ארויס געוויזן איינגעהאלטנקייט, אבער עס זענען פארגעקומען א האנדפול אינצידענטן וועלכע דארפן ווערן איבערגעקוקט.

נישט געפירליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 10:22 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך נישט געפירליך » מאנטאג יוני 01, 2020 2:46 pm

סגייט אפשר זיין א קערפיא לאקדאון היינט נאכט וועגן די ראיאטן , קאמאו און די בלאזיאו גייען באלד האבן א מיטונג,

נאכדעם גייט מען ארויסגעבן 7 מעטריקס וואס מען דארף נאכקומען צוריק אראפ צונעמען די קורפיא. ווי לאנג ס׳וועט נאך זיין איין פראטעסטירער אין גאנץ נ.י.ס. וועט אנהאלטן די קורפיא.‎‎
אדער ווילאנג עס וועלן נאך זיין 5 אין תפיסה פון די געוועזענע פראטעסטן...

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 01, 2020 2:48 pm

איז היינט בכלל געווען ראיאטן?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג יוני 01, 2020 2:49 pm

נישט געפירליך האט געשריבן:סגייט אפשר זיין א קערפיא לאקדאון היינט נאכט וועגן די ראיאטן , קאמאו און די בלאזיאו גייען באלד האבן א מיטונג,

נאכדעם גייט מען ארויסגעבן 7 מעטריקס וואס מען דארף נאכקומען צוריק אראפ צונעמען די קורפיא. ווי לאנג ס׳וועט נאך זיין איין פראטעסטירער אין גאנץ נ.י.ס. וועט אנהאלטן די קורפיא.‎‎
אדער ווילאנג עס וועלן נאך זיין 5 אין תפיסה פון די געוועזענע פראטעסטן...

די האסט אויס געלאזט אז די צווייטע וועיוו גייט זיין סאך שטערקער
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

פעיק נוז האט געשריבן:איז היינט בכלל געווען ראיאטן?

עס הייבט זיך אהן נאך מיטאג
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23717
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 01, 2020 2:50 pm

הבטלה מביאה לידי שעמום.

שיק זיי אלע:
#
צוריק אין חדר אריין.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג יוני 01, 2020 2:51 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איז היינט בכלל געווען ראיאטן?

בעיקר זענען די פראטעסטען ביינאכט, צופרי שלאפען זיי....

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך דער בדחן » מאנטאג יוני 01, 2020 2:52 pm

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:קען איינער דראפבאקסען דיבלאזיא'ס דברי בלע.

https://drive.google.com/file/d/1zUBTnk ... evbys/view

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג יוני 01, 2020 2:53 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איז היינט בכלל געווען ראיאטן?

בעיקר זענען די פראטעסטען ביינאכט, צופרי שלאפען זיי....

די האסט מיר אויסגעכאפט מיט די תגובה!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 01, 2020 2:53 pm

דער בדחן האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:קען איינער דראפבאקסען דיבלאזיא'ס דברי בלע.

https://drive.google.com/file/d/1zUBTnk ... evbys/view

שכח!
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 01, 2020 2:55 pm

Borough Park האט געשריבן:
נישט געפירליך האט געשריבן:סגייט אפשר זיין א קערפיא לאקדאון היינט נאכט וועגן די ראיאטן , קאמאו און די בלאזיאו גייען באלד האבן א מיטונג,

נאכדעם גייט מען ארויסגעבן 7 מעטריקס וואס מען דארף נאכקומען צוריק אראפ צונעמען די קורפיא. ווי לאנג ס׳וועט נאך זיין איין פראטעסטירער אין גאנץ נ.י.ס. וועט אנהאלטן די קורפיא.‎‎
אדער ווילאנג עס וועלן נאך זיין 5 אין תפיסה פון די געוועזענע פראטעסטן...

די האסט אויס געלאזט אז די צווייטע וועיוו גייט זיין סאך שטערקער

והעיקר שכחת, אז טראמפ גייט זיין שולדיג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23717
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 01, 2020 3:04 pm

דער בדחן האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:קען איינער דראפבאקסען דיבלאזיא'ס דברי בלע.

https://drive.google.com/file/d/1zUBTnk ... evbys/view

ישר כח.

דער רעדט ווי א ריכטיגע פאליטישאן.

זאגט און זאגט און זאגט אבער ווען ס'קומט צום פוינט דרייט ער מיט די צינג מיט אומפארשטענדליכע זאצן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 01, 2020 3:22 pm

נייע ערשיינונג איבערען לאנד די לעצטע פאר שעה, פאליציי אפיצירען וועלכע שטייען אויפן פראנט ליין בעיקר די הויעכראנגיגע סארזשענטס קניען אראפ ציזאמען מיט די פראטעסטירער, אין די קלענערע לאזען זיך נעמען סעלפיס אויף די פראנט ליין מיט די פראטעסטירער, זיי זאגען ווי שטארק זיי שפירען מיט זייער צער, אין זיי זענען דא פאר די גנבים אין נישט פאר די פראטעסטירער נאר אדרבה זיי זענען דא צי באשיצען די פראטעסעטירער פון די ווילדע אנדרייערס,

קוקט אויס ווי א סטראטעגיע, לאמיר האפען סוועט אויפטון

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלפים ועשרים, טראנספארט און 35 געסט