טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטיצטו טוויטערס באשלוס

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:44 pm

יא,
22
15%
ניין,
96
67%
איך שטיץ אזא געדאנק אבער עס גייט צו ווייט,
5
3%
עס גייט נישט גענוג ווייט,
18
13%
אנדערע, ביטע שמועס אויס
3
2%
 
סך הכול שטימען: 144

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג מאי 28, 2020 7:42 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:ווידער איז געלונגען פאר די טראמפהעיטערס צו פארדרייען די נושא צו אן אנדערע דירעקציע

נעמליך איבער טראמפס אזויגערופענע ליגענטס (ווי למשל אבאמאס שענדליכע ווייערטעפינג אויף ציווילע בירגער ווי דאנעלד טראמפ )

עשה עצמם כאילו לא ידע ווי כאילו מר. טוויטער איז זייער פארזארגט פאר כלל אמעריקא אז זיי מוזן פשוט פעקט טשעקן נישטא ווער ס'זאל לאכן ווער האט זיי בכלל געפרעגט ? ווי האסטו רעכט צו נוצן דיין פלאטפארמע אויסצונוצן פאר דיינע אייגענע בענעפיטן
??????????????????????
פארוואס זאל ער נישט מעגן נוצן זיין אייגענע פלאטפארמע פאר זיינע אייגענע אינטערעסן?????

כאילו מר טוויטער ספינט נישט מיט זייער אזויגערופענע פעקט טשעקס

טראמפ ליגנער ארויף אראפ וואס האט דאס מיט מר טוויטער ?


#דיקטאטורן צענזורירן פרייע מידיע.


זאל עס טוויטער טון פאר יעדן וועט זיך זעין די פרייקייט פון די מידיא

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך עציץ נקוב » מוצ"ש מאי 30, 2020 10:32 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:#דיקטאטורן צענזורירן פרייע מידיע.

#פרייהייט קעמפער פייטען פעיק און צענזורירטע מידיע (וואס איז ערגער ווי בכלל נישט קיין מידיע!)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך ראש לימבא » זונטאג מאי 31, 2020 3:19 am

למעשה קען מען ברענגן א לאו סואט אנטקעגן אייוועלט ווען מיין תגובה ווערט געמעקט?
זיי ביטע מתפלל לרפואתי

כל טוב
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך כל טוב » זונטאג מאי 31, 2020 4:20 am

קען ביטע איינער שרייבן בקיצור וואס די נייע עקזעקאטיוו ארדער איז?
וויאזוי האט דא טראמפ א נצחון און לעצטע לאך איבער טוויטער?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 31, 2020 6:08 am

ווייל דאס איז דאך זיכער אז טראמפ האט דעם נצחון און דעם לעצטן לאך....

LOL
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

כל טוב
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך כל טוב » זונטאג מאי 31, 2020 10:31 am

צל עובר האט געשריבן:ווייל דאס איז דאך זיכער אז טראמפ האט דעם נצחון און דעם לעצטן לאך....

LOL

מ'רעדט לשיטתו

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 31, 2020 10:38 am

צל עובר האט געשריבן:ווייל דאס איז דאך זיכער אז טראמפ האט דעם נצחון און דעם לעצטן לאך....

LOL

ניין, ווייל ווי משוגע דער מענטש איז, איז נישט מסתבר ער זאל זיך שיסן אין די פיס.

איך ווייס נישט וואס ס'האט זיך געטוישט אין געזעץ, אבער כ'האלט אז דאס איז זיין ערשטן שריט זיך גרייטענדיג דערנאך זיי צו קלאגן אין גרויסן.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מאי 31, 2020 1:40 pm

צדק תרדוף האט געשריבן::BREAKING
.President Trump has signed an executive order removing the liability protection of social media websites

נע....

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 31, 2020 3:36 pm

לויט ווי איך פארשטיי, קען זיין אז איך בין זיך טועה, איז די מעשה אזוי.

טראמפ מיט זיין עקזעקיוטיוו ארדער - אויב עס וועט למעשה ווערן דאס געזעץ, ער האט דערווייל פארלאנגט רעגולאציע טוישונגען וואס איז נאכנישט געשען - האט גוט אנגעפראסקעט טוויטער, ווייל ער האט זיי געמאכט אויס אימיונט פון ליבעל קלאגעס. דאס הייסט אז מען וועט קענען קלאגן טוויטער, אויב איינער שרייבט דארט א בילבול אויף א צווייטן.

און דאס איז נישט גוט פאר טוויטער, וועלכע וועט מוזן אויפנעמען א גאנצע שטאב פון מנהלים און אחראים...

אבער בנוגע דאס וואס טראמפ וויל עכט פון טוויטער, זײ זאלן "נישט צענזורירן" זיין קאנטענט, איז עס אויב עפעס פארקערט, ווייל מיט דעם נייעם ארדער - אויב/ווען עס וועט ווערן דאס געזעץ - וועט טוויטער גאר "מוזן" שטרענגער צענזורירן וואס מענטשן שרייבן דארט זאכן וואס קען מאכן שאדנס פאר אנדערע, און טייל פון אזאנע טוויטס ווערן געשריבן דורך טראמפ.

א שטייגער די אלע סקארבארא טוויטס, וואס טוויטער וועט פשטות "מוזן" מעקן אויב סקארבארא אדער די משפחה סטראשעט מיט א קלאגע.

איך האב אין ערגעץ נאכנישט געזען עני פראוויזיע אין דעם ארדער, וואס זאל נישט לאזן טוויטער צענזורירן לויט זייער מוד. און פשטות ווייל עס איז נישט שייך צו מאכן אזא געזעץ.

דערווייל איבער יום טוב איז טוויטער געגאנגען א שטאפל ווייטער - זעהט אויס אלס רעטאליעשן צום ארדער - און פארדעקט א טראמפ טוויט אלס אינסייטן ווייעלענס, וואס מען דארף דרוקן אויף דעם עס צו קענען זעהן, און מען קען נישט לייקן אדער קאמענטירן אויף דעם טוויט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג מאי 31, 2020 8:44 pm

אפשר ארבעט עס אז אויב ביסטו א פלאפורם וואס האט אויך שרייבעריי אדער אפניענס פון די קאמפעני זעלבסט, דעמאלטס בייקומסטו א לייעביליטי אויף דיין מיינונג און אויף יענץ קען מען דיר קלאגען און די מיסט פאלגען דער פאבלישער געזעצען, משא"כ לגבי סתם מענטשען וואס שרייבן מאכט עס נישט אויס?

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך ליל שישי » זונטאג מאי 31, 2020 10:12 pm

צל עובר האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי, קען זיין אז איך בין זיך טועה, איז די מעשה אזוי.

טראמפ מיט זיין עקזעקיוטיוו ארדער - אויב עס וועט למעשה ווערן דאס געזעץ, ער האט דערווייל פארלאנגט רעגולאציע טוישונגען וואס איז נאכנישט געשען - האט גוט אנגעפראסקעט טוויטער, ווייל ער האט זיי געמאכט אויס אימיונט פון ליבעל קלאגעס. דאס הייסט אז מען וועט קענען קלאגן טוויטער, אויב איינער שרייבט דארט א בילבול אויף א צווייטן.

און דאס איז נישט גוט פאר טוויטער, וועלכע וועט מוזן אויפנעמען א גאנצע שטאב פון מנהלים און אחראים...

אבער בנוגע דאס וואס טראמפ וויל עכט פון טוויטער, זײ זאלן "נישט צענזורירן" זיין קאנטענט, איז עס אויב עפעס פארקערט, ווייל מיט דעם נייעם ארדער - אויב/ווען עס וועט ווערן דאס געזעץ - וועט טוויטער גאר "מוזן" שטרענגער צענזורירן וואס מענטשן שרייבן דארט זאכן וואס קען מאכן שאדנס פאר אנדערע, און טייל פון אזאנע טוויטס ווערן געשריבן דורך טראמפ.

א שטייגער די אלע סקארבארא טוויטס, וואס טוויטער וועט פשטות "מוזן" מעקן אויב סקארבארא אדער די משפחה סטראשעט מיט א קלאגע.

איך האב אין ערגעץ נאכנישט געזען עני פראוויזיע אין דעם ארדער, וואס זאל נישט לאזן טוויטער צענזורירן לויט זייער מוד. און פשטות ווייל עס איז נישט שייך צו מאכן אזא געזעץ.

דערווייל איבער יום טוב איז טוויטער געגאנגען א שטאפל ווייטער - זעהט אויס אלס רעטאליעשן צום ארדער - און פארדעקט א טראמפ טוויט אלס אינסייטן ווייעלענס, וואס מען דארף דרוקן אויף דעם עס צו קענען זעהן, און מען קען נישט לייקן אדער קאמענטירן אויף דעם טוויט.


זייער פשוט טראמפס עקזעקטיוו ארדער לייגט אראפ א הנחה אז די גאנצע סיבה פארוואס מהאט געמאכט אין 1996 ראל 203 אין געגעבן אימינטי פאר סאשעל מידיע פלאטפארמעס איז נאר ווייל עס איז מיינינגען פין פריוואטע יחודים אין אז עס אז נישט קיין נייעס אגונטור (פאבלישער) וואס סאיז געשריבן פין דשארנעליסטן וואס האט נישט קיין אמינטי
טענהט מר טראמפ מיט די עקזעקטיוו ארדער אין זאגט אז מיט דעם וואס טוויטער דילעט פאלשע מעסידשעס אין פעקט טשעקט די מעעסישעס אין אנדערע ווערטער איז ער א נייעס אגענטאר וואס אויב אזוי פארלירט ער די אמיניטי געזעץ
פארפאלן סמארט דשיניעס צו די ווילסט יא צונישט (סוועט לכאורה גייען אין קארט באט סאיז א שטארקע טענה וואס טוויטער גייט זיך מיטשענען אויב מגייט איר אנהייבן סאען פאר אינהאלט וואס דעמאלטס גייט טוויטער ceo Jack Dorsey פליען ביג טיים)

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך ליל שישי » זונטאג מאי 31, 2020 10:24 pm

סתם אזוי איז איז דא באריכטן אז א גרויסע רופאבליקן דאנער קויפט אפ א געוואלד מיט סטאקס אין טוויטער צו ארויסשטויסן Jack Dorsey וואס האט אינגאנצען 2% פין טוויטער סטאקס
סא לאמיר זען אפשר איין טאג וועט נאך טוויטער פעקט טשעקן נאר די לינקע

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 31, 2020 11:44 pm

@ליל ששי, וואס זאג איך אנדערש ווי דיר?

איך שרייב אויך אז עס איז א גוטע פראסק פאר טוויטער, ווייל זיי גייען מוזן אויפנעמען מנהלים און אחרים.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יוני 01, 2020 12:00 am

ניין זיי גייען פשוט מיזען זיך אליין האלטען דאס מויל אבער קענען ווייטער לאזען דער עולם שרייבן וואס זיי ווילן.

אדער אויב זיי ווילן יא ווייטער שרייבן וועלן זיי טאקע מיזן אויפנעמען מנהלים און אחראים , און אנדערע פלעטפארמס וועלען איבערנעמען מיט דער צייט.

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך עציץ נקוב » מאנטאג יוני 01, 2020 12:56 am

צל עובר האט געשריבן:@ליל ששי, וואס זאג איך אנדערש ווי דיר?

איך שרייב אויך אז עס איז א גוטע פראסק פאר טוויטער, ווייל זיי גייען מוזן אויפנעמען מנהלים און אחרים.

עס איז נישט במציאות אז זיי זאלן קענען אויפנעמען געניג אחראים צו קענען האבן פול קאנטראל אויף די זאך
און נאך א גרעסערע קאפ וויי און הוצאה גייט זיין די אלע ליגעל פראבעלמען וואס גייט ארויסקומען פון דעם נישט אימזיסט האט צוקרבערג זיך ארום געאינטערוויוד קעגן טוויטערס דעסישען ווייל ער האט גוויסט אז עס קען ארויסקומען א ריזיגע שאדן פאר אלע פעלטפארמס פון דעם

און אפילו די קלייניקייט וואס איז פארט פון די פרעזידענטס ארדער אז די גאווערמענט גייט שניידן אדער אינגאנצען אדער כמעט אינגאנצען די געלט וואס זיי געבן אויס אויף די פלעטפארמס איז אויך גאנץ א גוטע פראסקעלע

זיי האבן זיך גוט באנארישט אויף דעם וואס זיי האבן עס געטון אויף א זאך וואס איז א פאליטישע פייט און נישט פאקטן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 01, 2020 1:48 am

בקיצור, ווארסט קעיס סענעריאו פאר טוויטער איז אז זיי װעלן עווענטועל דארפן אויפהערן לייגן די פעקט טשעקס... נו, וועט מען גיין אין געריכט פאר א לאנגע צייט און אויב (א ריזיגע אויב) זיי װעלן פארלירן וועט מען אויפהערן...

#נו_שוין

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך ליל שישי » מאנטאג יוני 01, 2020 2:01 am

יש ברירה האט געשריבן:בקיצור, ווארסט קעיס סענעריאו פאר טוויטער איז אז זיי װעלן עווענטועל דארפן אויפהערן לייגן די פעקט טשעקס... נו, וועט מען גיין אין געריכט פאר א לאנגע צייט און אויב (א ריזיגע אויב) זיי װעלן פארלירן וועט מען אויפהערן...

#נו_שוין

איך פארשטיי אנדערש אויב זיי גייען ווייטער מיטן פעקט טשעקן נאך וואס סגייט אריין די נייע FCC גיידליינס אין זיי פארלירן די קארט פארלירן זיי די אמינטי וואס דאס מיינט אויסגטשעלט צו הינדערטער לאו סאט וואס טוויטער וועט גייען געבראכן

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 01, 2020 2:06 am

אקעי, לייג עס ביז ס'גייט אריין אין די גיידליינס.

און דערנאך בשעת די קאורט לייגט א סטעי, ביזן לעצטן אורטייל. דאן וועט טוויטער אויפהערן...

זיי גייען נישט ווערן אחריות אויף למפרע ווען די קאורט האט נאכנישט געהאט געאורטיילט אז אויב לייגן זיי פעקט טשעקס הייסט עס אז זיי נעמען אחריות.

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך ליל שישי » מאנטאג יוני 01, 2020 2:08 am

צל עובר האט געשריבן:@ליל ששי, וואס זאג איך אנדערש ווי דיר?

איך שרייב אויך אז עס איז א גוטע פראסק פאר טוויטער, ווייל זיי גייען מוזן אויפנעמען מנהלים און אחרים.

אינז זאג מיר נישט די זעלבע זאך! באט נעווער מיינד

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך ליל שישי » מאנטאג יוני 01, 2020 2:39 am

יש ברירה האט געשריבן:אקעי, לייג עס ביז ס'גייט אריין אין די גיידליינס.

און דערנאך בשעת די קאורט לייגט א סטעי, ביזן לעצטן אורטייל. דאן וועט טוויטער אויפהערן...

דעס וויל ער טאקע אז טוויטער זאל אויפהערן נאכדערצו ווען עס קימט נענטער צו די עלעקטשינס

יש ברירה האט געשריבן:זיי גייען נישט ווערן אחריות אויף למפרע ווען די קאורט האט נאכנישט געהאט געאורטיילט אז אויב לייגן זיי פעקט טשעקס הייסט עס אז זיי נעמען אחריות.
איך בין נישט קיין לויער (די קוקסט יא אויס צו זיין) אויב גייט מען אין קארט איזעס איבער אימינטי אין אויב פאסקענען זיי אז טראמפ איז גרעכט פשט אז סהאט א דין ווי א צייטאנג קען טוויטער פארלירן אמינטי פין ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן פירן ווי א צייטאנג דהיינו אנגעהויבן פעקט טשעקטן אראפגעווארפן קאנסווירטיוון/ קאנספריצע טעריערס וכדו' וואס דעס קען זיי באנקרטירן

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 01, 2020 8:42 am

ליל שישי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@ליל ששי, וואס זאג איך אנדערש ווי דיר?

איך שרייב אויך אז עס איז א גוטע פראסק פאר טוויטער, ווייל זיי גייען מוזן אויפנעמען מנהלים און אחרים.

אינז זאג מיר נישט די זעלבע זאך! באט נעווער מיינד

מיין תגובה בעהט אז דו זאלסט ארויסברענגן דעם חילוק אויף עני פוינט, א זאך וואס דו טוסט נישט בכלל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 01, 2020 11:26 am

ליל שישי האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אקעי, לייג עס ביז ס'גייט אריין אין די גיידליינס.

און דערנאך בשעת די קאורט לייגט א סטעי, ביזן לעצטן אורטייל. דאן וועט טוויטער אויפהערן...

דעס וויל ער טאקע אז טוויטער זאל אויפהערן נאכדערצו ווען עס קימט נענטער צו די עלעקטשינס

יש ברירה האט געשריבן:זיי גייען נישט ווערן אחריות אויף למפרע ווען די קאורט האט נאכנישט געהאט געאורטיילט אז אויב לייגן זיי פעקט טשעקס הייסט עס אז זיי נעמען אחריות.
איך בין נישט קיין לויער (די קוקסט יא אויס צו זיין) אויב גייט מען אין קארט איזעס איבער אימינטי אין אויב פאסקענען זיי אז טראמפ איז גרעכט פשט אז סהאט א דין ווי א צייטאנג קען טוויטער פארלירן אמינטי פין ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן פירן ווי א צייטאנג דהיינו אנגעהויבן פעקט טשעקטן אראפגעווארפן קאנסווירטיוון/ קאנספריצע טעריערס וכדו' וואס דעס קען זיי באנקרטירן

(איך ווייס נישט פארוואס איך האב נישט באקומען קיין נאטיפעקאציע איבער דיין קוואוט)

איך הער דיין פוינט, אבער מען קען נישט טוישן גיידליינס און דערנאך נישט געבן די געלעגנהייט פאר טוויטער זיך צוצושטעלן צו די נייע גיידליינס. אדער נאך בעסער, איז נישט פארהאן די מעגליכקייט פאר א צייטונג צו ווערן אויס פאבלישער? פארוואס זאל טוויטער נישט קענען זאגן אז זיי נעמען אן די נייע גיידליינס.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 01, 2020 12:47 pm

SCOOP with @MikeIsaac, Facebook employees are staging a walkout today for the first time in the company's history. They are protesting the decision by Zuckerberg to allow Trump's post to stand: https://t.co/bNqso94eJn

Facebook employees organized this virtual walkout over the weekend. Employee taking part have taken the day off, and are posting in FB's internal systems that they stand in solidarity with the protest.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך יש בו » פרייטאג יוני 19, 2020 2:35 am

טוויטער האט געלעבעלט א טוויט פון טראמפ אלץ מיניפולעטעד מידיע,

7F2CBDB5-C636-4428-A1EA-8D89645A5A49.jpeg
7F2CBDB5-C636-4428-A1EA-8D89645A5A49.jpeg (92.65 KiB) געזעהן 276 מאל


די ארגינעל טוויט פונעם פרעזידענט איז געווען צוצייגן ווי אזוי CNN האט פארדרייט א מעשה, און די קליפ שפילט אויף די פארדרייטע מעשה,
צו צייגן די פאלטשקייט פון CNN
אויף דים ארויף זאגט טוויטער אז טראמפ פארשפרייט פאלטשע ווידיאוס

די מידיע שטורעמט

#היפעקרטיע
#עלעקשן מעדעלינג
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: טראמפ אין מלחמה מיט טוויטער

תגובהדורך mosha g » פרייטאג יוני 19, 2020 3:28 am

יש בו האט געשריבן:טוויטער האט געלעבעלט א טוויט פון טראמפ אלץ מיניפולעטעד מידיע,

7F2CBDB5-C636-4428-A1EA-8D89645A5A49.jpeg


די ארגינעל טוויט פונעם פרעזידענט איז געווען צוצייגן ווי אזוי CNN האט פארדרייט א מעשה, און די קליפ שפילט אויף די פארדרייטע מעשה,
צו צייגן די פאלטשקייט פון CNN
אויף דים ארויף זאגט טוויטער אז טראמפ פארשפרייט פאלטשע ווידיאוס

די מידיע שטורעמט

#היפעקרטיע
#עלעקשן מעדעלינג

קוקט אויס ווי איר זענט אביסל מיסאינפארמירט.

די מעשה איז. אז טראמפ האט אראפגעשפיעלט צוויי עקסטערע עד ווידיאס קעגן די מידיע (ווי אויך סאשעל מידיע) אז מען שפיעלט ארום מיט ווידיאס, און מען זעט נאר אויף די ווידיאס איין שטיקל פון די מעשה, און אויפדעם בויעט מען שוין גאנצע סלאגאנען מיט איבערקערענישן.

איינס פון די צוויי ווידיא עדס האט אויפגעשפילט א שטיקל פון CNN, וואס ווייזט א (באמת אינספיראציע) ווידיא וואס איז געגאנגען וויירעל לעצטע יאר, און איז פריש ארעסיסט ארויפגעקומען צוליב די יעצטיגע מצב, ווי א קליין פיצי ווייסע יונגעלע לויפט נאך א פיצי שווארצע יונגעלע, און זיי לייגען עס אראפ ווי CNN האט געלייגט נאר די חלק כדי צי מאכן א מצב (רעסיסט בוי) פון פון ווייסע קעגן שווארצע... דערנאך ווייזט די עד די אמתדיגע גאנצע ווידיא ווי מען זעט ווי זיי לויפן צו איינער צום צווייטען און נעמען זיך ארום און פארברענגען ווי נאנסטע פריינט..

די מעשה איז אבער אז CNN האט דאס געוויזן פאריאר און האט עס טאקע געוויזן אלס פאזיטיוו און אינספעראציע, ווי שיין א קליינע ווייסע און שווארצע פארברענגען... און טאקע די גאנצע ווידיא!
און טראמפ טיט טאקע אט אט דאס וואס ער רייסט אראפ CNN! ער לייגט א געשטיקעלטע ווידיא, און בויעט אויף דעם פאלשע געשיכטעס אויף CNN.

ביידע טאטעס און מאמעס פון די אינגווארג זענען שוין אויפציעל ארויסגעקומען שטארק פארדאמען טראמפ פארן נעמען די אינספיראציע מעשה הערליך געקאווערט אויף CNN און עס פארוואנדלען און העיט צוליב זיין אגענדע...

(די קליינע פיצי צוויי יעריגע האבן אבער און וויסטן חלום נישט איינגעפאלן, אז זייער שיינע פארברענג וועט זיין נאציאנאלע נייעס און א פרעזידענט סקאנדאל, און מידיע איבערקערעניש טיף אינמיטען א היציגע עלעקשן....)

*קענסט ארויפלייגן CNN טיף שניידענדיגע ריספאנס...
לעצט פאראכטן דורך mosha g אום פרייטאג יוני 19, 2020 9:27 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota, ?אפשרטאקע, בעל דמיון, בשבילי נברא, ליידיג גייער, צדיק בן צדיק, שבת פארטי, שמחהלע קאפשטיק און 37 געסט