צייט צי טראכטן ביפאר מען אינדארסירט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שלים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 7:32 pm

צייט צי טראכטן ביפאר מען אינדארסירט

תגובהדורך שלים » מיטוואך מאי 27, 2020 1:27 am

האלטנדיג אין א צייט וואס די צוויי פארטיין רייסן זיך ארים
אין אינז ליידמער די קאסעקווענצן אין די חדרים זענען ליידער פארשפארט אין די עסקנים קענען נישט טיען צי סאך דערוועגן
ציליב די נארישע פאליטישע אמפערייען. מייניך אז עס איז געקימען די צייט אז די עסקנים זאלן אנהייבן צי מער דאריך טראכטן ביפאר מען אינדארסירט א קאנדידאט.
בעיקר מיין איך אז מען קען נישט לויפן אין אינדארסירן א קאנדיטאט בלויז ציליב די איינציגסטע מעלה אז ער איז א אוהב ישראל אבער אין די זעלבע צייט וויסט ער נישט
ווי אזוי מען פירט א שטאט.
די פאקט איז אז רוב קאנדידאטן קימען זיך בעטען אז מען זאל זיי אינדארסירן מיין איך אז מען זאל נעמען אביסל צייט אין מאכן אביסל ריסערטש צי חיץ זיין א אוהב ישראל קען ער פירן א שטאט אויך.
אויב דארף מען א ראיה איז נישט דא א גרעסערע פין אינזער דיבלאזיא א גרויסע אוהב ישראל אבער אן ערשט קלאסיגע שלמזל וואס וויסט נישט וואס טיט זיך מיט זיך.
אדער אפילע קומא וואס האט יא אביסל שכל ווייסט עס נאר צי ניצן ווען עס קימט זיך צי רייסן מיט טראמפ אין ווערן באצייכנט ווי א העלד ביי די מידיע.

אין אנדערע ווערטער ביי די קימידיגע עלעקשענס זאל מען טראכטן פאר מען אינדארסירט איינעם.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צייט צי טראכטן ביפאר מען אינדארסירט

תגובהדורך Programming » מיטוואך מאי 27, 2020 2:41 am

דאס איז סתם מידיא פראפאגאנדע. קאומא איז געווען דער זעלבער שלימזל אין יעדן הינזיכט ווען עס איז געקומען צו קאראנע, מיט איין חילוק אז ער איז סיפק בידו לעשות און דער מעיאר האט נישט קיין צו גרויסע כח. אויב עפעס האט דיבלאזיא פרובירט שנעלער און פריער אפצושפארן און קאומא איז געווען ביזי אים אונטער צו האקן די פיס ביי יעדע געלעגנהייט. אבער די מידיא גלייכט זייער קאומא און האט פיינט דיבלאזיא דערפאר איז קאומא א העלד און דיבלאזיא א שלימזל.

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: צייט צי טראכטן ביפאר מען אינדארסירט

תגובהדורך והיתם נקיים » מיטוואך מאי 27, 2020 4:03 pm

דעבלאזיא האט זיך געבעטן ביי קאומא צו פארמאכן, אבער ס'האט אים נישט געפאסט אים אויסצוהערן. ווער ווייסט וויפיל קרבנות זענען געווען פון די עקשנות אליינס.

אבער די קארפארעט מידיא ווייסט אויף וועמענס זייט ס'לוינט זיי צו זיין.

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

Re: צייט צי טראכטן ביפאר מען אינדארסירט

תגובהדורך סעלצער » מיטוואך מאי 27, 2020 4:13 pm

שלים האט געשריבן: אין אנדערע ווערטער ביי די קימידיגע עלעקשענס זאל מען טראכטן פאר מען אינדארסירט איינעם.

ווי איך פארשטיי אינדארסירט מען נישט לויט אהבת ישראל און נישט לויט קוואליפיקאציע, מ'אינדארסירט דער וואס האט די בעסטע טשאנס צו געווינען און דאס העלפט ער זאל זיין בעסער גענויגט פאר אונז אידען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, yid101, טראכט א מינוט און 52 געסט