ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 26, 2020 1:14 am

יעדער האט מיטגעהאלטן דעם ביטערן מגיפת הקאראנע אבער ביותר די גזירת השפיטעלער וואס האט געקאסט ביטערע קאשמארן ווען מהאט די נאנטע חולי ישראל נעבן הארץ אבער ווייט פון די אויג און מיט פארקלעמטע הערצער האט מען מיטגעהאלטן במשך די צייט ווי יעדע פאר שעה איז ארויס א צווייטער קיין בית החיים רח"ל נישט וויסענדיג וואס די חולים זענען אדורך.

סאיז אריבער אפאר וואכן מהאט אנגעהויבן כאפן אז סאיז צרות סאיז ארויס שמועות מבהילות וואס אינטערן פארמאכטן פירהאנג גייט פאר מהאט אנגעהויבן אלע סארט שתדלונות און מהאט געטאפט א וואנט, מהאט צוזאמענגענומען די אינפא פון די ביטערע מעשיות און ווייטער געטאפט אין די פינסטער ליידער און נאך מער איז ביטער געווארן אז מהאט געזעהן אז די אלע מעשיות זענען ווייט נישט קיין וואטסעפ מעשיות נאר דאס ביטערע וואס פאסירט יעדע פארבייגייענדע מינוט דאהי אין ניו יארק מיט הונדערטער חולי ישראל.

עטליכע וואכן האבן זיך גערוקט פאראויס און די מצב פון אנגעצויגנקייט איז שוין ב"ה אריבער ווען אבער ליידער מיט ליידיגע הענט ווען רוב פון שפיטאל האבן עס נישט אדורכגעמאכט אבער די צרה איז נאך געבליבן גאר ביטער ביי די וואס דארפן אנקומען אין שפיטאל פאר סיי וואסערע סיבה ל"ע און נאך אלע השתדלות און אלע ברעקינגס און אנטוישינגען און אפילו שוין נאך די ברעכענדע נייעס איז נאך אלס געווען אנדערהאלבן וואך וואס די מצב איז בכלל נישט געטוישט געווארן כאטש די איינגעשטעלטע אין שפיטעלער זענען נישט געווען אזוי אנגעצויגן אבער ווי קען מען לאזן א פאציענט הפקר אין גויאישע הענט סאיז דאך יעדע רגע כחומר ביד הנורסעס ואין בידינו מעש.

און יעצט דינסטאג נשא א' די ערשטע טאג פון שלשת ימי הגבלה אינדערפרי איז ענדליך אנגעקומען די טאג וואס סאיז שוין דא עכ"פ איין גרויסע שפיטאל וואס איז אפען פאר באזוכער גאנצע 24 שעה ב"ה, און הצלה ק"י וואס שיקט געווענדליך קיין קאלאמביע האט שוין די נאכט געשיקט קיין מאונט סיינע (עכ"פ ביז קאלאמביע וועט זיך ברעכן) און ב"ה אז אסאך אנדערע שפיטעלער וועלן אנהייבן אין די זעלבע צייט די 4 שעה פראגראם וואס איז אויך בעסער ווי גארנישט אבער פאר וועם סאיז שייך וועט אוודאי גיין יעצט נאר דארט ווי מקען זיין א גאנצע צייט אנע איבערלאזן די פאציענט אפילו אויף א מינוט ביד גויים זרים.

אשריכם אלע אלע עסקנים וואס האבן געטאן אלע ערליי השתדלות און מודים אנחנו לך הייליגער באשעפער פארן אפטון אזא ביטערע גזירה פון כלל ישראל!!!
און לאמיר האפן אז אלע שפיטעלער זאלן זיך ברעכן און אריינלאזן אויף אלע שעות (ווייל סאיז זיכער דא ווער עס האט זיין דאקטער ערגעץ אנדערש און וועט מוזן מאכן דערווייל א שאלת חכם אויב ער זאל דערווייל טוישן דאקטער וכו') און אלע חולי ישראל זאלן אויסעגהיילט ווערן מיט א רפואה שלימה בקרוב ממש.
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום דינסטאג מאי 26, 2020 1:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: חסדי השם כי לא תמנו! נאך ביטערע 2 חדשים איז מאונט סיינע שפיטאל צוריק אפען פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מאי 26, 2020 1:16 am

אההההה, ברוך הטוב והמטיב!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: חסדי השם כי לא תמנו! נאך ביטערע 2 חדשים איז מאונט סיינע שפיטאל צוריק אפען פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 26, 2020 1:17 am

די אלע וועלכע דארפן סיי וואספארא הילף מיט זייערע חולים אין שפיטעלער זאלן אריינרופן 7182983882

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג מאי 26, 2020 6:39 am

שכח פאר די פאזיטיווע נייעס, מזאל עס אוודאי נישט דארפן נוצן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך אלטער » דינסטאג מאי 26, 2020 6:55 am

קרייסלער האט געשריבן:שכח פאר די פאזיטיווע נייעס, מזאל עס אוודאי נישט דארפן נוצן
אסדר פאר ראש הקהל

ווייל איך גיי מיטן געווינער!

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך א פיינע מענטש » דינסטאג מאי 26, 2020 9:07 am

איך ווייס נישט אויב ס'באלאנגט דא, מען האט שוין צורוקגעלאזט הרב אליעזר האגער ?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג מאי 26, 2020 10:25 am

א פיינע מענטש האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'באלאנגט דא, מען האט שוין צורוקגעלאזט הרב אליעזר האגער ?

כהאב געוואלט פרעגן דאס זעלביגע..... זיי מוזן אפלעדזשייזען!
אבער אלענפאלס דאס איז א בשורה טובה, יש"כ געוואלטיג.
זאל מען נאר נוצן פאר שמחות

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך פליטה גדולה » דינסטאג מאי 26, 2020 10:30 am

עס ווייזט זיך נאכאמאל ארויס אז מאונט סינאי איז די ערשטע צוצושטעלן סערוויס פארן געברוך פונעם היימישן ציבור.
עס בלייבט נאר איבער צו האפן אז אנדערע שפיטעלער וועלן עס אויך נאכטוהן.

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך לייטער » דינסטאג מאי 26, 2020 10:38 am

מען דארף זיך שטארק באדאנקן אויף עפעס א וועג פאר מאונט סיינע פארן זיך צישטעלן אין די שווערע צייטן די בעסטע כפי הערך
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג מאי 26, 2020 10:41 am

געוואלטיג האט געשריבן:ווען רוב פון שפיטאל האבן עס נישט אדורכגעמאכט .

דער מצב איז טאקע געווען שרעקליך. אן א שיעור יודן זענען ליידער אוועק אין שפיטעלער, גאר א גרויסע צאל צוליב שפיטאל פארנאכלעסיגונג. אבער דער רבש״ע איז נישט אזא שלעכטער ווי די לייגסט אים אראפ! דער סטעיטמענט איז אומבאגרינדעט און איבערגעטריבן. ב״ה רוב יודן זענען אהיים פון שפיטאל.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג מאי 26, 2020 10:54 am

1- איז דעס נאר א טרייעל, אדער דאס בלייבט?
2- די שבת שטוב איז אפען? מ'דארף טראגן עסן? און בכלל לאזן זיי אריין עסן ?
ישר כח

ראש חדשים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך ראש חדשים » דינסטאג מאי 26, 2020 11:15 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'באלאנגט דא, מען האט שוין צורוקגעלאזט הרב אליעזר האגער ?

כהאב געוואלט פרעגן דאס זעלביגע..... זיי מוזן אפלעדזשייזען!
אבער אלענפאלס דאס איז א בשורה טובה, יש"כ געוואלטיג.
זאל מען נאר נוצן פאר שמחות

נאך יענע נאכט איז ער געוועהן צוריק
שווארצע לעבנס מַאטֶערט
קרעדיט: ראטענשטרייך

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מאי 26, 2020 1:24 pm

מדארף זיך אנפעלצען מיט ppe. ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 26, 2020 1:26 pm

איר קלערט אפשר אז נישט?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 26, 2020 8:17 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:ווען רוב פון שפיטאל האבן עס נישט אדורכגעמאכט .

דער מצב איז טאקע געווען שרעקליך. אן א שיעור יודן זענען ליידער אוועק אין שפיטעלער, גאר א גרויסע צאל צוליב שפיטאל פארנאכלעסיגונג. אבער דער רבש״ע איז נישט אזא שלעכטער ווי די לייגסט אים אראפ! דער סטעיטמענט איז אומבאגרינדעט און איבערגעטריבן. ב״ה רוב יודן זענען אהיים פון שפיטאל.


בכלליות זיכער ווי באריכטעט אין סי ען ען אז 88 פארצענט אויף ווענטילעיטארס האבן עס נישט געמאכט און אלע באריכטן האבן געזאגט אז מהאט געשטיפט מענטשן אויף ווענטילעיטארס זייער שנעל

און לגבי אידן דארפסטו פרעגן הצלה פון איבעראל און זעהן צי סאיז געווען 3000 וואס זענען אריין אין שפיטאל
ווייל טויזנט מתים ל"ע איז געווען ביי חסד של אמת עכ"פ אינאיינעם מיט שוואכערע סארט אידן
און רוב אידן זענען נאר געגאנגען אין שפיטאל ווען מהאט שוין געמוזט דעריבער איז אוממעגליך אז סזאל זיין א רוב פון שפיטאל וואס איז אהיים געזינט,
מדארף קענען רעכענען אויך...

און לגבי דעם רבוש"ע, מיש אים נישט אריין ווען מאתו לא תצא הרעות סאיז ליידער געווען בעוונתינו הרבים השם ישמרינו

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך פלאטשיגער » דינסטאג מאי 26, 2020 9:29 pm

יעצט געהערט פון א איד וואס מ'האט הערשט נעכטן אריינגעפיהרט קיין מאונט סיינע, און עס איז ביטער שווער זיך אריינצוזעהן דארטן, ער האט גערעדט פון היינט.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג מאי 26, 2020 10:03 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:יעצט געהערט פון א איד וואס מ'האט הערשט נעכטן אריינגעפיהרט קיין מאונט סיינע, און עס איז ביטער שווער זיך אריינצוזעהן דארטן, ער האט גערעדט פון היינט.

געווען עטליכע וואס האבן געהאט פראבלעמען היינט די ערשטע טאג אין עטליכע שפיטעלער, נישט געהערט איבער מאונט סיינע

ביטע מיר שיקן יענעמס נומער אין אישי און מוועט אים בל"נ קאנטאקטן אי"ה נאך היינט נאכט
אדער קען ער רופן אויף 7182983882 אבער דארט וועט נאך נעמען ביז מארגן צוריקצורופן אלע מעסעדשעס

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך שרייב » דינסטאג מאי 26, 2020 10:12 pm

איינער ווייסט אויב וויזניצער רבי איז שוין צוריק דארט ?
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג מאי 26, 2020 10:53 pm

@ געוואלטיג
ככל ישראל איז אייך דאנקבאר פאר די ארבייט וואס איר לייגט אריין להצלת ישראל
שלא ע"מ לקבל פרס
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג מאי 26, 2020 10:59 pm

שרייב האט געשריבן:איינער ווייסט אויב וויזניצער רבי איז שוין צוריק דארט ?

יא ער איז שוין געווען צוריק די נעקסטע טאג

אוועטאר
תנא בתרא
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך תנא בתרא » דינסטאג מאי 26, 2020 11:25 pm

ב"ה ;l;p- מ'זעט די ליכטיגקייט ביים סוף טאנעל...
זיכט איר א ביליגע אלטענאטיוו פאר Adobe PhotoShop? פראבירט אויס Affinity Photo!אפיניטי פאטא טאטאריעלס ... (במקום Adobe PhotoShop) === אפיניטי דעזיינער טאטאריעלס ... (במקום Adobe Illustrator)

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 1:03 am

באריכט פון מאונט סיינע יעצט באקומען:

וויזניצער רבי איז הערשט היינט צוריקגעקומען אין מאונט סיינע
און ב"ה געווען באזוכער דארט א גאנצן טאג כאטש וואס עמטליך הייסט עס נאר 4 שעה בס"ה לאזט מען פון 10 ביז 6 און די נאכט שעות איז נאכמער אומעמטליך אבער שוין געווען היינט א פרוי איבער נאכט מיט א פעישענט ב"ה
און ווער עס וועט אריינקומען און האבן פראבלעמען זאל רופן דעם נומער 7182983882

לענעקס און מאמאריעל האבן נאר געלאזט 2 אבער מארבעט אויך דערויף און מעמאנעדיס איז יא דא 4 שעה
אזוי אויך האפט מען צי באקומען NYU און קאלאמביע

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 27, 2020 9:05 am

פרוביר אויך האט געשריבן:@ געוואלטיג
ככל ישראל איז אייך דאנקבאר פאר די ארבייט וואס איר לייגט אריין להצלת ישראל
שלא ע"מ לקבל פרס

גא"מ ;l;p-
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 27, 2020 10:39 am

געוואלטיג האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:ווען רוב פון שפיטאל האבן עס נישט אדורכגעמאכט .

דער מצב איז טאקע געווען שרעקליך. אן א שיעור יודן זענען ליידער אוועק אין שפיטעלער, גאר א גרויסע צאל צוליב שפיטאל פארנאכלעסיגונג. אבער דער רבש״ע איז נישט אזא שלעכטער ווי די לייגסט אים אראפ! דער סטעיטמענט איז אומבאגרינדעט און איבערגעטריבן. ב״ה רוב יודן זענען אהיים פון שפיטאל.


בכלליות זיכער ווי באריכטעט אין סי ען ען אז 88 פארצענט אויף ווענטילעיטארס האבן עס נישט געמאכט און אלע באריכטן האבן געזאגט אז מהאט געשטיפט מענטשן אויף ווענטילעיטארס זייער שנעל

און לגבי אידן דארפסטו פרעגן הצלה פון איבעראל און זעהן צי סאיז געווען 3000 וואס זענען אריין אין שפיטאל
ווייל טויזנט מתים ל"ע איז געווען ביי חסד של אמת עכ"פ אינאיינעם מיט שוואכערע סארט אידן
און רוב אידן זענען נאר געגאנגען אין שפיטאל ווען מהאט שוין געמוזט דעריבער איז אוממעגליך אז סזאל זיין א רוב פון שפיטאל וואס איז אהיים געזינט,
מדארף קענען רעכענען אויך...

און לגבי דעם רבוש"ע, מיש אים נישט אריין ווען מאתו לא תצא הרעות סאיז ליידער געווען בעוונתינו הרבים השם ישמרינו

מען דארף טאקע קענען רעכענען... עס איז אבער נישטא קיין שום סיבה צו איבערטרייבן...
לויט אייער חשבון פון 1000 מתים צו 3000 אין שפיטאל ווייסט נישט מיין קאקולעטאר ווי אזוי מען מאכט דערפון א רוב.
עניוועי, אויף דעם לינק באריכטעט נ.י.ס. אפיציעל אז עס זענען געווען 51,287 האספיטיליזאציעס. מיטן ברייטן חשבון (אריינגערעכענט די וועלכע מען האט נישט געטעסט) איז געווען 21,314 טויטע. זענט איר מיט 4330 טויטע אינטערשטעליג צו האבן א רוב.
לייג צו צום חשבון אז צענדליגע און לכאורה הונדערטער זענען אוועק אינדרויסען פון שפיטאל. ובתוכם אסאך מאחב״י, איז דער נאמבער היבש נידריגער.

דא האט איר זעם ריפארט פונעם אויבן דערמאנטען לינק.

Cases 196,623
Hospitalizations 51,287
Confirmed deaths*
Deaths following a positive COVID-19 laboratory test 16,565
Probable deaths
Cause of death reported as "COVID-19" or equivalent, but no positive laboratory test 4,749
Updated: May 26, at 2:15 p.m.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: ב"ה! מאונט סיני שפיטאל צוריק אפן פאר משפחה א גאנצן טאג!

תגובהדורך האסט נייעס » דאנארשטאג מאי 28, 2020 2:34 pm

lebediger berel האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:@ געוואלטיג
ככל ישראל איז אייך דאנקבאר פאר די ארבייט וואס איר לייגט אריין להצלת ישראל
שלא ע"מ לקבל פרס

גא"מ ;l;p-

@ געוואלטיג!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”