"יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 27, 2020 2:48 pm

הענדימען האט געשריבן:איז דא איינער וואס האלט אז די יעצטיגע וועג איז אקעי און ברויך נישט קיין שום טויש?

איי העוו עי פאלאו אפ קוועסשן

זיי מסביר פון וואספארא וועג איר רעדט

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 27, 2020 2:49 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:מיר ברויכען נישט קיינע תקנות. מיר דארפן האבן אפשענס

איר האט שוין חתונה געמאכט?
טאמער יא. האט אייך איינער געצווינגען צו עפעס?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 27, 2020 2:53 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:איז דא איינער וואס האלט אז די יעצטיגע וועג איז אקעי און ברויך נישט קיין שום טויש?

איי העוו עי פאלאו אפ קוועסשן

זיי מסביר פון וואספארא וועג איר רעדט

וויאזוי די מצב איז יעצט מיט אלע מעלות און חסרונות
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 27, 2020 2:54 pm

הענדימען האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:איז דא איינער וואס האלט אז די יעצטיגע וועג איז אקעי און ברויך נישט קיין שום טויש?

איי העוו עי פאלאו אפ קוועסשן

זיי מסביר פון וואספארא וועג איר רעדט

וויאזוי די מצב איז יעצט מיט אלע מעלות און חסרונות

די רעדסט פון ימי קראונע אדער בעפאר?

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 27, 2020 2:55 pm

בעפאר
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

איפכא מיסתבר
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך איפכא מיסתבר » מיטוואך מאי 27, 2020 2:57 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די זאכן אויפן טיש איז מאכן מצוה טאנץ פאר די חבירים טאנץ

אין ירולשים בעיקר אין תולדות אברהם יצחק איז געווען א תקופה ביי די ווינטער חתונות (ווס די חופה איז פאר די שקיעה) וואס ס'איז געווען איינגעפירט, ס'איז געווען מורא'דיג, גוט געקלאפט, הלוואי זאל מען עס נאכטהן.


איר מיינט צו זאגן אז מען זאל טאנצן פריער מצוה טאנץ און נאכדעם זאלן די חברים קומען טאנצן?

יעצט ביים קאראנא סיטואציע איז געווען מענטשן וואס האבן אזוי געטוהן און גאנץ פיין הנאה געהאט, די קרובים / פעטערס / וכו' וכו' קענען רואיג אהיימגיין, און די חברים קענען רואיג טאנצן אן דעם וואס אנדערע מענטשן זאלן וועגן דעם דארפן שטיין און די זייט פאר א שעה אנדערטהאלבן און צופלאצט ווערן פון קוקן...

נעכטן געווען אזוי א חתונה אין ק"י
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 27, 2020 2:59 pm

איין חסרון דערפון,
בחורים וועלן זיך דרייען אין זאל ביי מצוה טאנץ

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 27, 2020 2:59 pm

דריידל האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:דאס איז וואס אני הקטן וואלט איינגעפירט.

נישט צו מאכן סעודת תנאים, ווארט אדער ווי אזוי איהר ווילט עס נישט אהנריפן. א וועיסט פון אידיש געלט

ווען מ'טיט א שידוך וויל זיך יעדער מיטפרייען מיט זיינע באקאנטע. איך האלט אז דאס דארף יא בלייבן אבער אויף א קליינע פארנעם. נישט קיין האט פוד און נישט קיין לעבעדיגע בלומען, בלויז מזונות און פרוכט אוו טרינקן. דאס דארף נישט קאסטן מער ווי טויזענט דאללער

נישט מעגן געבן מער ווי 1800 ווערט מתנות יעדע זייט

נא וועי. דאס וועט קיינמאל נישט ארבעטן. בכלל, מתנות איז א פריוואטע זאך און מ'דארף נישט מאכן תקנות אויף דעם. זאל יעדער טון ווי ער קען אפארדן

נישט מער ווי 1000 פאר בעדרום פורניטשער, 500 פאר ספרים שאנק, 450 פאר טיש און בענקלעך אין קעך, חוץ דעם קיין שום אנדערע פורניטשער

איך וואלט אלעס געהעכערט מיט 50%

אויפריעף נאר און מחותן׳ס הויז, קידוש אויסדריקלעך נאר פאר מענער קעיק און וויין, חוץ אויב די חתונה איז אין א פרעמד לאנד


נישט יעדע מחותן האט פלאץ אין הויז. און וואס מיינט א פרעמד לאנד? איינער פון די סיטי וואס מאכט חתונה אין מאנרא מעג נישט מאכן א קידוש פאר פרויען? שוואכע שאנסן

נישט מער ווי 50 קאפעלס פאר יעדע צד, נישט אריינגערעכענט געסט פון אויסלאנד

מ'קען נישט מאכן אויסנאמען ווייל די גאנצע זאך וועט צעפאלן

נאר DJ מוזיק ביי די חתונה, נישט קיין זינגערס און נישט קיין בדחן

בענטשען ברויך זיין נישט שפעטער ווי עלעוו אזייגער

איך בעט צום באשעפער אז פון די אלע לעצטיגע מיטינגען זאל די אנגענימענע תקנות אויסקוקן לכל הפחות זייער ענדליך צו די אויבענדערמאנטע שורות.

זאלן מיר שוין בקרוב אלע זוכה זיין צום עוד ישמע בערי יהודה, ווען עס וועט זיין ישמחו השמים ותגל הארץ מיט פרייליכע הערצער בב״א

דריידל, איך האב נישט קיין נערווען צו טוישן קאלירן.... איך האף וועסט פארשטיין מיין צד אזוי אויך...

א תנאים איז א וועיסט, וואס איז שלעכט מיט א ווארט אין שטוב? אדער ביי דיינע עלטערן אין שטוב. אין א זאל איז עס 5 אלפים מינימום אלעס אינאיינעם, ממש א שאד דאס געלט.

מתנות איז טאקע פריוואט, אבער מענטשן געבן מער וויפיל זיי האבן באמת, אפי' זיי קענען נישט עפארדן, נאר ווייל יעדער געט. דאס מוז מען איינצוימען. די חתן וועט נאך זיין חתונה קויפן לויט זיינע אייגענע מעגליכקייטן.

באווארפן דארף מען בכלל נישט מאכן. קיין געסט דארף מען נישט, ברודערס און שוואגערס פון אנדערע שטעט וועלן זיך פרייען צו בלייבן אין זייער שטאט און קומען נאר אויף די שבת שבע ברכות'עסער. פאר די זיידעס קען מען געבן צועסן אין שטוב. די מחותן זאל קומען נאך די סעודה ליל שבת צו זינגען אביסל.פארדעם איז דא פלאץ אין יעדע הויז.

בענטשן 11 אזייגער איז נאריש, ווייל נישט יעדער קען אנקומען געבן מזל טוב אזוי פרי. ענדרש בענטש 12'ע, און מאך א מצוה טאנץ פון א האלבע שעה. איך וואלט בכלל נישט גענומען קיין בדחן, אבער אפי' די וואס מוזן האבן א בדחן איז גענוג 5 מינוט פאר יעדע מחותן און זיידע, און 12:45 קען מען זיין פארטיג.
פעיק פאר ראש הקהל! אסדר פאר סגן ראה"ק!!

פעיק אייוועלט געשמאק אגעין!!
אייוועלט סעלעקטירט דרייססטער ראש הקהל!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 27, 2020 3:21 pm

א גולם האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די זאכן אויפן טיש איז מאכן מצוה טאנץ פאר די חבירים טאנץ

און די חברים זאלן טאנצן ביז איינס אזייגער?

אין קאראנע צייטן האט דאס געקענט ארבעטן, ווייל מענטשן האבן נישט געארבעט, און מ'האט געקענט מאכן די חתונות פריער.


וואס א ענדערשט די טאג פון די חתונה אוועק גיין פון ארבעט 12 אין קענען זיך לייגן 11:30 PM, אדער גיין שלאפן 3AM אין די גאנצע וואך נישט קענען געהעריג ארבעטן ?

א אינגערמאן קען ווען אנקומען, אבער די אידענע וועט נישט זיין גרייט ביז עטליכע שעה שפעטער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 27, 2020 3:28 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:דאס איז וואס אני הקטן וואלט איינגעפירט.

נישט צו מאכן סעודת תנאים, ווארט אדער ווי אזוי איהר ווילט עס נישט אהנריפן. א וועיסט פון אידיש געלט

ווען מ'טיט א שידוך וויל זיך יעדער מיטפרייען מיט זיינע באקאנטע. איך האלט אז דאס דארף יא בלייבן אבער אויף א קליינע פארנעם. נישט קיין האט פוד און נישט קיין לעבעדיגע בלומען, בלויז מזונות, פרוכט און טרינקן. דאס דארף נישט קאסטן מער ווי טויזענט דאללער

נישט מעגן געבן מער ווי 1800 ווערט מתנות יעדע זייט

נא וועי. דאס וועט קיינמאל נישט ארבעטן. בכלל, מתנות איז א פריוואטע זאך און מ'דארף נישט מאכן תקנות אויף דעם. זאל יעדער טון ווי ער קען אפארדן

נישט מער ווי 1000 פאר בעדרום פורניטשער, 500 פאר ספרים שאנק, 450 פאר טיש און בענקלעך אין קעך, חוץ דעם קיין שום אנדערע פורניטשער

איך וואלט אלעס געהעכערט מיט 50%

אויפריעף נאר און מחותן׳ס הויז, קידוש אויסדריקלעך נאר פאר מענער קעיק און וויין, חוץ אויב די חתונה איז אין א פרעמד לאנד


נישט יעדע מחותן האט פלאץ אין הויז. און וואס מיינט א פרעמד לאנד? איינער פון די סיטי וואס מאכט חתונה אין מאנרא מעג נישט מאכן א קידוש פאר פרויען? שוואכע שאנסן

נישט מער ווי 50 קאפעלס פאר יעדע צד, נישט אריינגערעכענט געסט פון אויסלאנד

מ'קען נישט מאכן אויסנאמען ווייל די גאנצע זאך וועט צעפאלן

נאר DJ מוזיק ביי די חתונה, נישט קיין זינגערס און נישט קיין בדחן

בענטשען ברויך זיין נישט שפעטער ווי עלעוו אזייגער

איך בעט צום באשעפער אז פון די אלע לעצטיגע מיטינגען זאל די אנגענימענע תקנות אויסקוקן לכל הפחות זייער ענדליך צו די אויבענדערמאנטע שורות.

זאלן מיר שוין בקרוב אלע זוכה זיין צום עוד ישמע בערי יהודה, ווען עס וועט זיין ישמחו השמים ותגל הארץ מיט פרייליכע הערצער בב״א

דריידל, איך האב נישט קיין נערווען צו טוישן קאלירן.... איך האף וועסט פארשטיין מיין צד אזוי אויך...

א תנאים איז א וועיסט, וואס איז שלעכט מיט א ווארט אין שטוב? אדער ביי דיינע עלטערן אין שטוב. אין א זאל איז עס 5 אלפים מינימום אלעס אינאיינעם, ממש א שאד דאס געלט.

100%, ווער ס'קען זאל עס מאכן אין שטוב אדער ביי די עלטערן. דאס האב איך געמיינט. און פאר די וואס האבן נישט א הויז ווי עס צו מאכן זאל זיין זאלן כדוגמת שמח תשמח וואס מ'וועט קענען ארויסדינגן פאר 2-300 דאללער (צו קאווערן יוטיליטיס און אויפרוימען). ס'וועט זיין דארט טישן און בענקלעך און מ'דארף קומען אליין אנגרייטן.


מתנות איז טאקע פריוואט, אבער מענטשן געבן מער וויפיל זיי האבן באמת, אפי' זיי קענען נישט עפארדן, נאר ווייל יעדער געט. דאס מוז מען איינצוימען. די חתן וועט נאך זיין חתונה קויפן לויט זיינע אייגענע מעגליכקייטן. מיין פאינט איז געווען אז מ'קען דאס נישט אינפארסן. ווער וועט וויסן וויפול די בלומען פאר שבועות האט געקאסט?

באווארפן דארף מען בכלל נישט מאכן. קיין געסט דארף מען נישט, ברודערס און שוואגערס פון אנדערע שטעט וועלן זיך פרייען צו בלייבן אין זייער שטאט און קומען נאר אויף די שבת שבע ברכות'עסער. פאר די זיידעס קען מען געבן צועסן אין שטוב. די מחותן זאל קומען נאך די סעודה ליל שבת צו זינגען אביסל.פארדעם איז דא פלאץ אין יעדע הויז.

קוקט אויס ביסט נישט באקאנט וויאזוי אחינו בני ישראל וואינען ליידער. זייער אסאך הייזער קענען נישט ארייננעמען געסט, נאכדערצו ווען ס'דא א גרויסע משפחה. איך זאג נישט אז ברידערס און שוואגערס פון די מחותן דארפן קומען עסן דארט, אבער בלויז פאר די מחותן'ס אייגענע קינדער דארף מען אסאך מאל א זאל. דאס דארף זיין צוגעשטעלט אויף א ביליגע אופן וכנ"ל א צומער מיט טישן און בענק און מ'זאל אליין אנגרייטן.

בענטשן 11 אזייגער איז נאריש, ווייל נישט יעדער קען אנקומען געבן מזל טוב אזוי פרי. ענדרש בענטש 12'ע, און מאך א מצוה טאנץ פון א האלבע שעה. איך וואלט בכלל נישט גענומען קיין בדחן, אבער אפי' די וואס מוזן האבן א בדחן איז גענוג 5 מינוט פאר יעדע מחותן און זיידע, און 12:45 קען מען זיין פארטיג.
ביידע זאכן זענען וויכטיג, בענטש עלעווע און מאך א שנעלע מצוה טאנץ. דער וואס קען נישט אנקומען עלעווע, קודם כל איז עס א מיעוטא דמיעוטא וואס פארדעם איז נישט ריכטיג אויפצוהאלטן די גאנצע משפחה. ובפרט טאמער ווייסט מען אז ס'פארטיגט עלעווע מאכט מען זיכער דארט צו זיין פריער. צווייטנס ביי מצוה טאנץ קען מען אויך אריינקומען ווינטשן מזל טוב

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך מאי 27, 2020 4:06 pm

הענדימען האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:מיר ברויכען נישט קיינע תקנות. מיר דארפן האבן אפשענס

איר האט שוין חתונה געמאכט?
טאמער יא. האט אייך איינער געצווינגען צו עפעס?

די נארמען זענען אזוי הויך אז מ'שפיערט זיך געצוואונגען פון פיער פרעששור צו ספענדן אויף איבעריגקייטן. לו יצוייר אז ס'וואלט געווען א מעגליכקייט חתונה מאכן באופן פון א ברמצווה און נאכאלץ הייסן "נארמאל", וואלט דער פשוטער בעה"ב זיך געקענט גיכער אנעצה געבן.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך זבולון ווייס » מיטוואך מאי 27, 2020 4:39 pm

ניס קראכער האט געשריבן:איין חסרון דערפון,
בחורים וועלן זיך דרייען אין זאל ביי מצוה טאנץ


יא, דאס איז טאקע א פראבלעם

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 27, 2020 4:45 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:די נארמען זענען אזוי הויך אז מ'שפיערט זיך געצוואונגען פון פיער פרעששור צו ספענדן אויף איבעריגקייטן
עקזעקטלי

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:לו יצוייר אז ס'וואלט געווען א מעגליכקייט חתונה מאכן באופן פון א ברמצווה און נאכאלץ הייסן "נארמאל", וואלט דער פשוטער בעה"ב זיך געקענט גיכער אנעצה געבן.
עקזעקטלי


נו לאמיר הערן. וויאזוי קומט מען אן דערצו?

מ'האטמער אין איין הערן וואס ס'איז נישט גוט\מעגליך צו שניידן
שטריימל? ס'האלט פאר יארן! (א רעטעך! מיין $1,200 שטריימל פון 12 יאר צוריק קוקט אויס פונקט אזוי שיין ווי סיי וועלכע 10 יעריגע שטריימל וואס איז נישט איבערגעמאכט געווארן אינצווישן און כ'האב נישט קיין רעגן שטריימל)
DJ? נעעע!!! ס'איז נישט קיין חתונה אזוי!
מצוה טאנץ איז דא טענות אויף יעדע פרט
פרויען קליידער
פורניטשער
תנאים
מתנות
וואס נישט

יעדע זאך (כמעט) זענען דא וואס האלטן אז ס'איז וויכטיג און מ'טאר עס נישט שניידן


סאו וואס איז די עצה?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 27, 2020 4:49 pm

הענדימען האט געשריבן:סאו וואס איז די עצה?

זיך אריינעמען אין קאפ אז כ'מוז גיין שפארזאם.

איינמאל די מאשין איז אזוי פראגראמירט שפענד זיך נישט סתם אזוי.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 27, 2020 4:53 pm

farshlufen האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:סאו וואס איז די עצה?

זיך אריינעמען אין קאפ אז כ'מוז גיין שפארזאם.

איינמאל די מאשין איז אזוי פראגראמירט שפענד זיך נישט סתם אזוי.

אקעי. איך בין מסכים צו גיין שפארזאם אבער וואס מיינט דאס?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 27, 2020 4:58 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מתנות איז טאקע פריוואט, אבער מענטשן געבן מער וויפיל זיי האבן באמת, אפי' זיי קענען נישט עפארדן, נאר ווייל יעדער געט. דאס מוז מען איינצוימען. די חתן וועט נאך זיין חתונה קויפן לויט זיינע אייגענע מעגליכקייטן.


א אינגערמאן דערציילט מיר, ער האט א שידוך געטון בשעטומ"צ, די ערשטע מתנה איז א זייגער פאר די כלה, גייט ער ארויף צו די מאל, די פרייזן הייבן זיך אן בערך ביי 1800 דאלער, דאס איז ביי אים כמעט א וואך וועיזשעס, דאס מיינט אז מען קויפט נאר וואס מען קען עפארדן??? און דאס איז שוין ביי די מאל וואס מ'דארף געבן אפשענס, איך גלייב אז תש"כ האט מען נישט געקויפט קיין עכט גאלדענע זייגערס, און אינדערהיים פאר די מלחמה איז עס אוודאי נישט געווען קיין נחלת הכלל, איינער האט געמאכט א סטענדערט און יעדער טאנצט עס נאך

איינער האט דא אויבן געשריבן וועגן א בעכער, אז מען קען האבן פאר 50 סענט א קידוש גלאז
א זייגער קען מען אויך האבן פאר 10 12 דאלער, פיין ס'איז א פרוי וואס דארף תכשיטים, קויף פאר 100 200 300 דאלער, אבער וואס עפעס 2 אלפים?
און ווען ער זאל שיקן פאר די כלה א זייגער פאר 2-300 דאלער וועט מען מיינען עפעס איז ראונג מיט אים, ווייל ער איז נישט מקיים הלכות סטענדערט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מאי 27, 2020 5:00 pm

.If they don't know you personally, don't take it personal

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 27, 2020 5:00 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בענטשן 11 אזייגער איז נאריש, ווייל נישט יעדער קען אנקומען געבן מזל טוב אזוי פרי. ענדרש בענטש 12'ע, און מאך א מצוה טאנץ פון א האלבע שעה. איך וואלט בכלל נישט גענומען קיין בדחן, אבער אפי' די וואס מוזן האבן א בדחן איז גענוג 5 מינוט פאר יעדע מחותן און זיידע, און 12:45 קען מען זיין פארטיג.

אויב 11 איז פרי וואס מיינט שפעט?
אלע פעטער און קאזינס דארפן מארגן זיין מיד און נישט ארבעטן/לערנען געהעריג וועגן דעם שלעפער וואס קען זיך נישט אויסקראצן צו גיין צו א שמחה פאר 11 אזייגער ביינאכט? איך בין דן לכך זכות אז דו רעדסט פון איינעם וואס שטייט אויף צו כולל חצות, און ער האט זיך שוין געלייגט 6 נאכמיטאג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 27, 2020 5:05 pm

א גולם האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די זאכן אויפן טיש איז מאכן מצוה טאנץ פאר די חבירים טאנץ


ס'איז געווען 2 מהלכים

מהלך נומער 1: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 10:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 11:30 ענדיגן חתונה
מהלך נומער 2: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 10:30 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 11:30 ענדיגן חתונה

מהלך נומער 2 איז לכאורה אביסל פראבלעמאטיש וועגן מצוה טאנץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 27, 2020 5:15 pm

מי יודע האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די זאכן אויפן טיש איז מאכן מצוה טאנץ פאר די חבירים טאנץ


ס'איז געווען 2 מהלכים

מהלך נומער 1: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 10:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 11:30 ענדיגן חתונה
מהלך נומער 2: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 10:30 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 11:30 ענדיגן חתונה

מהלך נומער 2 איז לכאורה אביסל פראבלעמאטיש וועגן מצוה טאנץ

וואס האט דעס מיט שפארן געלט??? זעהט אויס ווי ״עסקנים״ האבן זיך צאמגענומען צוליב דעם ציבור׳ס א פראבלעם איבער איבריגע הוצאות החתונה, און געטראפן א לעזונג צו פירן דעם עולם ביי די נאניע איבער חתונה סקעדזשולינג... נאך אביסל שררה צו האלטן דעם עולם אין די ״ראמען״.
נאכדעם ווייסט מען נישט פארוואס ״דער עולם״ קאפערירט נישט.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:18 pm

קול זעקה האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך האב שוין דא אויך ״אידישע וועלט״ אסאך געשריבען די לעצטערע יארן אז מען דארף מאכן א אסיפה פאר די נושא פונקט ווי מען האט געמאכט אזא כלל ישראל אסיפה פאר די חרבן פון די אינטרנענט. נישט אז איך גלייך צו וועלכע ס׳איז וויכטיגער. איך בין נישט קיין דעת תורה. אבער לגבי איבער דרייען א וועלט, איז די חתונה נושא נאך אזוי וויכטיג צו איבער דרייען א וועלט דערפאר.

ב״ה אז מען האלט שוין דא אז די רבנים האבן זיך צוזאם גענימען איבער דעם נושא. אפשר נעקסט וועלען זיי זיך צוזאם נעמען מיט גאנץ כלל ישראל אויך פאר א אסיפה כללי, וואלט געווען א גרויסע טובה לענ״ד.


ליסטן, עס הייבט זיך נישט אהן ביים חתונה מאכן, און אוודאי נישט נאר ביים חתונה נאכט.

אויב דו (נישט דיר) פארשטייסט אז דיין וואקעשאן און אלע דיינע צרכים קוקסטו בכלל נישט אויף די געלט,


יא רוב מענטשן וואס (מוזן...) פארן זומער און ווינטער וואקאציע, טרעפן א וועג אז דער האטעל מיט ווייסעך וואס זאלן זיין באצאלט,

איז פארוואס פונקט ביים חתונה מאכן הייבט זיך אהן א געפעכט 'אפשר דארף מען נישט?

נאר דער תירוץ איז אזוי, אז פאר די קינדער האט מען ליידער פארלוירן די געפיל און מען פילט נישט אז אלס עלטערן מוז איך דאס צושטעלן.

והיינו טעמא דשכר לימוד ופעטישאנס אז חדר זאל זיך עפענען.

איך זאג נישט אז מ'איז מחוייב צוצושטעלן פאר די קינדער, נאר זאג ארויס די ענטפער.

ווייל ס׳ליינט מיינע תגובות דא וואלט אזאנס נישט צי מיר געשריבען. איך שריי די מערסטע קעגן די אלע געלט אויסגעבעריי. איך שריי די מערסטע אז מען זאל די מערסטע וואס מעגליך שפארן. סיי מיט קאנטרי אדער וועקעשען און סיי מיט די טאג טעגליכע קאסטן, ווי די דירה, וויפעל צימערען דארף מען באמת? ווי קען מען זיך אוועק ציען ס׳זאל קאסטן ביליגער אדער אז מען זאל קענען פארמאגן א אייגענע הויז אויב מעגליך? און פראבירן אוועק צו לייגן כאטש 500 דאלער א חודש. (געוואנדען ווען מען הייבט אן אוועק לייגן און געוואנדען וויפעל קינדער זענען אין שטוב.) נאכאלטס דארף מען אויפהערן מיט די נערישע געלט אויסברענעריי פאר חתונה מאכן וואס ברענגט צו גניבות וגזילות און צו לוה ר.. ולא ישלם.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך איצל פיצל » מיטוואך מאי 27, 2020 5:20 pm

מי יודע האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די זאכן אויפן טיש איז מאכן מצוה טאנץ פאר די חבירים טאנץ


ס'איז געווען 2 מהלכים

מהלך נומער 1: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 10:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 11:30 ענדיגן חתונה
מהלך נומער 2: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 10:30 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 11:30 ענדיגן חתונה

מהלך נומער 2 איז לכאורה אביסל פראבלעמאטיש וועגן מצוה טאנץ

מהלך 2 האט גאר א שטארקע מעלה אז עס בינד אראפ. מען מוז ענדיגן אין צייט, ווייל דער עולם קומט שוין צום טאנצן..

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 27, 2020 5:24 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:וואס האט דעס מיט שפארן געלט??? זעהט אויס ווי ״עסקנים״ האבן זיך צאמגענומען צוליב דעם ציבור׳ס א פראבלעם איבער איבריגע הוצאות החתונה, און געטראפן א לעזונג צו פירן דעם עולם ביי די נאניע

אקעי. דאס אויך נישט

וואס יא?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 5:25 pm

מהלך צוויי האט נאך א מעלה אז די "מוז" פון בלייבן פאר די וואס דארפן זיין ביי מצוה טאנץ איז געענדיגט אום 10:30 און פון דארט און ווייטער איז נאר וויפיל מוויל ציען מיט חברים און קאנזינס וכו'

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:28 pm

מי יודע האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די זאכן אויפן טיש איז מאכן מצוה טאנץ פאר די חבירים טאנץ


ס'איז געווען 2 מהלכים

מהלך נומער 1: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 10:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 11:30 ענדיגן חתונה
מהלך נומער 2: 5:30 קבלת פנים, 6:30 חופה, 7:00 סעודת החתונה פאר געשוויסטער פון 4 זייטן, 8:15 שמחת חתן וכלה מיט די נאנטע משפחה, 8:45 ברכת המזון, 9:15 מצוה טאנץ זיידעס מחותנים חתן וכלה, 10:30 צווייטע טאנץ קרובים און גוטע פריינט, 11:30 ענדיגן חתונה

מהלך נומער 2 איז לכאורה אביסל פראבלעמאטיש וועגן מצוה טאנץ


איך מיין אז אויב עפעס וועט נומער 2 זיכער מאכן אז די מצוה טאנץ זאל טאקע זיך ענדיגן פרי, ווייל מען דארף דאך אויפנעמען די געסט נאכדעם.

ביי נומער 2 איז אויך זייער שטארק די נקודה אז ווער עס וויל קען שוין אהיימגיין 10:30!!! אפילו מען איז א פעטער...

---

דער עולם האאאאאקט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”